קומזיץ מיט בערי וועבער - מוזיק אויפן בעי - חמשה עשר באב

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

הימל
שר העשר
תגובות: 47
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 23, 2009 7:27 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הימל »

דער שמואל בער וועבער האט ג'ראקט ווי מעשוגע, כ'האלט אז ער איז נאך געווען די בעסטע אויפ'ן שיף
ער איז געווען די אייציגסטע ביי וועם דער גאנצער עולם איז געוען צוזאמען אין מ'האט מיט געזינגען
שמואל בער, יו אר די בעסט!!
אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12672
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאשקע »

elmonsey האט געשריבן:איך האב אנגעהויבן מאכן בילדער אין קליפס ווען פליצלינג קימט צי פליען עוזר באבד אין גיט א כאפ צי מיין קעמרע סאו בילדער האב איך נישט אבער audio האב איך אביסעל פין מיין בלעקבערי איך דארף נאך זעהן ווי קלאר עס איז.

אביסעל האב איך געשריבן מעמאס פין די סדר אויפן שיף אבער i lost track די ניגונים סאו איך האף אז נאך מעמבערס פין דא זענען געוועהן דארט אין זיי האבן ארפגעשריבן פינקלעך וואס איז פארגעקימען דארט.


יא, כ'האב עס מיטגעהאלטן און כ'האב דיך זייער געשוינט בשעת מעשה. אבער איינער האט דיר עס נאכדעם צוריקגעגעבן, נישט אזוי? מסתמא נאכ'ן אויסליידיגן פון די בילדער און קליפס...

*

אי"ה בקרוב וועט קומען מיין באריכט פונעם קומזיץ.
An article a day keeps the babies away
אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12672
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאשקע »

הימל האט געשריבן:דער שמואל בער וועבער האט ג'ראקט ווי מעשוגע, כ'האלט אז ער איז נאך געווען די בעסטע אויפ'ן שיף
ער איז געווען די אייציגסטע ביי וועם דער גאנצער עולם איז געוען צוזאמען אין מ'האט מיט געזינגען
שמואל בער, יו אר די בעסט!!


דו ביזט דארט געווען? כ'האב דיך נישט געזען. אפשר ווייל כ'האב נישט ארויסגעקוקט...
An article a day keeps the babies away
אוועטאר
קאמענטאטאר
שר חמש מאות
תגובות: 981
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 07, 2008 10:07 am
לאקאציע: אין ביבילאטעק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאמענטאטאר »

שלום עליכם elmonsey,

כ'בין דיר דאנקבאר יעדן Monday through Thursday... אויב דענקסטו פון וואס כ'רעד.
קאמענטארן זענען איבריג
elmonsey
שר חמש מאות
תגובות: 916
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 24, 2008 12:55 am
לאקאציע: אויפן לבנה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך elmonsey »

מאשקע נעקסט טיים קום intoduce urself צי מיר...
זיי האבן נישט אויסגעמעקט אבער זיי האבן מיך געבעטן עס אויסצימעקן אין איך האב זיי געדארפט ווייזן ווי איך מעק עס אויס.
נאך עס האט זיך געענדיגט האב איך גענימען אפאר בילדער פין יואלי לעבאוויטש(וואס איז מיר א גאר נאנטער חבר) ציזאמען מיט יצחק פוקס אין פין די שיף פין אידרויסן.

קאמענטאטער אוודאי געדענק איך...
אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12672
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאשקע »

elmonsey האט געשריבן:מאשקע נעקסט טיים קום intoduce urself צי מיר...
זיי האבן נישט אויסגעמעקט אבער זיי האבן מיך געבעטן עס אויסצימעקן אין איך האב זיי געדארפט ווייזן ווי איך מעק עס אויס.


יא יא, אונז רעד מיר פון די זעלבע מעשה... איך בין געזיצן ממש אונטער דיר... כ'קען דיר געבן סימנים אין אישית...
An article a day keeps the babies away
elmonsey
שר חמש מאות
תגובות: 916
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 24, 2008 12:55 am
לאקאציע: אויפן לבנה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך elmonsey »

נו אדרבה...
אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12672
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאשקע »

כ'האב דיר געשיקט אן אימעיל. דארפסט עס באקומען אויפ'ן אימעיל אדרעס וואס דו האסט אריינגעגעבן אין דיין פראפייל בשעת דו האסט דיך איינגעשריבן דאהי. אז דו האסט עס נישט, לאמיך וויסן.
An article a day keeps the babies away
elmonsey
שר חמש מאות
תגובות: 916
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 24, 2008 12:55 am
לאקאציע: אויפן לבנה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך elmonsey »

איך האב עס באקימען אבער איך קען נישט צוריקשיקען איך ווייס נישט פארוואס.

איך האב שוין נישט קיין איין בילד אדער קליפ איך האב אלעס אויגעמעקט.

אפשר זאג מיך ווי די ביזט געזיצען...
אוועטאר
וויכטיג מאכער
Site Admin
תגובות: 32414
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויכטיג מאכער »

מאשקע און עלמאנסי.. דער עולם ווארט אויף א באריכט..
דו האסט לייף אינשורענס אויף דיר און דיין ווייב?

ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!
elmonsey
שר חמש מאות
תגובות: 916
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 24, 2008 12:55 am
לאקאציע: אויפן לבנה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך elmonsey »

IMG_0740.JPG
elmonsey
שר חמש מאות
תגובות: 916
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 24, 2008 12:55 am
לאקאציע: אויפן לבנה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך elmonsey »

IMG_0742.JPG
אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12505
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צייטליך »

איך בין (ליידער) נישט דארט געווען, אבער גערעדט מיט אנדערע האב איך יא.

דער עוזר באבאד האט געטוען לדעתי זייער א קלוגער שריט מיטן אויסשטעלן דעם שיף ביים קומזיץ מיט בלויז בענקלעך, אנא טישן, אזוי אז דער עולם זיצט נישט און קלאצט אויפן זינגער, נאר מ'מיז מיטהאלטן און מיטזינגען.

נאך א גוטער זאך האט ער געטוען. יעדעס מאל וואס ער האט געזעהן אז דער עולם איז פארשלאפן האט ער שטילער געמאכט די מוזיק אזוי אז דער עולם זאל מען הערן העכער און מ'זאל אריינגיין אין גיער. און עס האט אסאך געהאלפן. דער עולם האט מיטגעזינגען די גאנצע צייט, עס איז זייער שיין געווען.

איך בעט ווער עס איז דארט געווען אראפצוגעבן אביסל די סדר וויאזוי עס איז צוגעגאנגען און די ניגונים וואס יעדער זינגער - וועבער, פוקס, קאסין, ביר - האט געזינגען.

(פארשטייט זיך אז בילדער אדער קליפס איז נאך בעסער)

יישר כח.
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.
אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12672
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאשקע »

היות כ'האב נישט אפגעשריבן די דעטאלן בשעת מעשה, און זיך צוזאמנעמען דעם מוח צו שרייבן אין א סדר וועל איך מסתמא נישט אנקומען, וועל איך שרייבן אביסל קרישקעלעך דא און דארט לויט וויפיל איך געדענק.

אנגעקומען זענען מיר (איך מיט מיין שותף, כ'האף אז ער וועט באלד שרייבן דא) בערך 7:30, און געזוכט א פארקינג פאר צען מינוט. כ'האב מיך געפילט ממש ווי אינדערהיים, ערב ר"ה אינדערפרי ביי סליחות... ביז כ'האב ענדליך געטראפן א פארקינג.

ארויסקומענדיג אויפ'ן גאס און אנהייבנדיג צו שפאצירן, האב איך מיך דערזען אז איך כמעט דער איינציגסטער מיט אראפגעלאזטע פיאות... נעה נישט ממש אזוי, אבער אויסער מיר האב איך געזען בלויז נאך 2-3 תושבי קרית יואל.

נאכ'ן ערלעדיגן די טיקעטס און ארויפקומען אויפ'ן שיף, איז די ערשטע זאך געווען די עבודת האכילה, וואס ווי באקאנט האבן די צדיקים אריינגעלייגט גרויסע כו...... סטאפ מיט די צדיקים.... ווי באקאנט האט מאשקע אריינגעלייגט גרויסע כוחות אריינצורוקן דעם גאנצן טעלער בנשימה אחת... דאס איז שוין נאכדעם וואס כ'האב מיך שוין כמעט געהאט מייאש געווען פון טרעפן א טעלער און א גאפל... אבער וויאזוי זאגט נאר ר' נחמן? קיין יאוש איז ניט פארהאנדען! איך האב גראדע קודם געזען אז קיין טעלער איז ניט פארהאנדען, אבער ב"ה נאכ'ן אנקלאפן אויף די נידעריגע פענסטערס איז געקומען צו פליען טעלערס לרחצה...

צו די סושי האב איך נישט צוגערירט, מטעם הקומזיץ... כ'מיין מטעם הכמוס...

ווען מ'איז פארטיג געווארן מיט'ן עסן, האט מען זיך אראפגעלאזט צום אונטערשטן שטאק פונעם שיף, וואו דער קומזיץ איז אפגעהאלטן געווארן.

דער פלאץ איז געווען זייער גוט אויסגעשטעלט. נישט קיין טישן, נאר בלויז שורות שורות מיט בענקלעך. ביים אויבן אן פונעם שיף איז געווען עטליכע טרעפ ארויפצוגיין (כ'האב נישט געציילט, אבער ס'האט אויסגעקוקט ערגעץ צווישן 3 און 27 טרעפ), וואס דארט זענען געזיצן די פרעפארמירער (נייע אידישע ווארט, פאטענט פענדינג) און מהנה געווען דעם עולם.

געעפנט די מסיבה (די וואס?) האט הר"ר יואל לעבאוויטש, באקאנט אלס פעסטער רבי, וועלכער האט זייער שיין מהנה געווען דעם עולם און דער עולם האט זיך געהאלטן ביי די זייטן (ס'נישט געווען ערגעץ אנדערש וואו זיך צו האלטן). ער האט אנגעפאנגען מיט'ן זינגען רעפ שלמה'לעס "הנה ימים באים" אויף זיבן שפראכן, אריינגערעכנט אידיש און ענגליש. כ'האב אים שוין לאנג נישט געהערט זינגען, און ער זינגט היינט אסאך בעסער ווי אמאל. הכלל, ער האט אריינגעברענגט דעם עולם אינעם ריכטיגן אטמאספערע.

נאכדעם האט ער געקנאקט דזשאוקס רעכטס און לינקס, און דער עולם האט זיך געהאלטן ביי די...... יא יא, האסט צוגעטראפן....

נאכדעם האט ער אויסגערופן חיים לעווי, וועלכער האט זיך אראפגעזעצט אויפ'ן בענקל, אנגעצויגן אדער איבערגעצויגן די שטריקלעך פונעם כלי-זמר הנקרא גיטאר, און דאן זיך גענומען זינגען. כ'געדענק שוין נישט וואס, עפעס פון ירושלים, און אינמיטן האט ער געזאגט "שטעלט אייך פאר אז דער שיף טראגט אונז יעצט קיין ירושלים"... דעם עולם האט עס נישט אזוי געשמעקט, ווייל מ'האט נאך געוואלט אהיימגיין אויפפיקן די זייף און שעמפאוס... אבער מ'האט עניוועי מיטגעקלאטשט...

יואל'י לעבאוויטש האט כסדר אויסגערופן "תקלוטש, תקלוטש בחזק מאוד" וכדומה, און דער עולם האט געפאלגט. מ'האט זיך געהאלטן ביי......... אקעי סטאפ!

דאן איז פארוויקלט געווארן א שמועס איבער טוויטער און פעיסבוק, ער האט גערעדט איבער זיין גרויסן סוקסעס און וויאזוי מ'ספעלט "בדחן" אויף ענגליש, און דאן איז דער שמועס אריבער צו "בריקברעיקער"! איי, ווי קומט דער בריקברעיקער איבער'ן וואסער? גיי פארשטיי... עס איז באהאנדלט געווארן דער חילוק צווישן די באנוסעס "גאן" און "לעיזער", און דער פעסטער רבי האט דן געווען וועלכע פון די צוויי ס'איז בעסער. פון איין זייט איז דער לעיזער וואס האלט אין איין שיסן, און ס'האט נישט קיין לימיט, און יעדע שיס איז צען פוינט, און מיט צוויי שיסעס ווערט נעלם די ברוינסטע באקס, סאו מאכט מען צוואנציג פוינט אויף א באקס, משא"כ א גאן, האט נאר דריי שיסעס, און פופציג פוינט פער באקס. סאו אויב די בארד איז פיל, לוינט זיך נישט אוועקצוגעבן די לעיזער פאר'ן גאן, ווייל מיט'ן לעיזער וועט מען מאכן אסאך מער פוינטס... אזוי איז פארוואנדלט געווארן א שמועס איבער די דברים העומדים ברומו של געימס... ומי יבוא בסוד שיח קדושים...

דאכט זיך אז דער נעקסטער זינגער איז געווען אלי' באדווייזער... כ'מיין אלי' ביער. דער פעסטער רבי איז מסופק געווען צי ער הייסט ביער ווייל ער טרינקט ביער, אדער גאר פארקערט... והן א-ל כביר לא ימאס......... וואס??? עפעס אן אנדערע פסוק האב איך דא געוואלט זאגן, כ'געדענק עס שוין נישט. קאנאו, העלף מיר ארויס...

דער ביער איז א לעבעדיג שטיקל. ער האט זיך אויפגעשטעלט מיט א באטל ביר אין די האנט, און אזוי ארויפמארשירט די 3/27 טרעפ צום פאדיום, זיך אראפגעזעצט אויפ'ן בענקל, ארויפגעצויגן אן ערנסטע מינע, און זיך גענומען זינגען. דער עולם איז געווען עפעס זייער ווארים און ענטוזיאסטיש, און מ'האט כסדר מיטגעזונגען. אויב איך געדענק גוט האט ער געזונגען "משה אהרן וכהניו". על-מאנסי, זאג איך גוט?

נאכזעצונג קומט אי"ה...
An article a day keeps the babies away
אוועטאר
עס עפעס
שר האלפיים
תגובות: 2221
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 11, 2009 2:26 pm
לאקאציע: ביים טעלער
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עס עפעס »

מאשקע, היות דו האסט געשריבן אז כוועל שרייבן, וועל איך דיר נישט דיסעפוינטן און טאקע שרייבן.
ערשטנס, צו פארברענגען מיט מאשקע'ן אויפן שיף איז באמת געווען א פלעזשור.
דאס וואס דו שרייבסט אז דער ביער האט געזינגען "משה ואהרן בכוהניו", ביזטו זיך טועה, וויבאלד דער ניגון האט געזינגען יושע קעסין, דער ניי-אויפקומענדער שטערן, וועלכער קומט ארויס מיט זיין נייעם אלבום "לא להתייאש" עטליכע טעג ארום ראש חודש אלול.
אלנפאלס, פארשטיי איך פון וואנעט דיין טעות האט זיך גענומען, וויבאלד דער ביער פאררופט זיך אלס דער שלמה קארליבאך פון היינטיגן דור און ער האט טאקע געזינגען בלויז שלמה'לעס ניגונים.
אייגענטליך, האבן רוב פון די "פארפארמערס" אויפן שיף זיך געשפירט עטוואס פאר'קארליבאכ'ט. אנגעהויבן ביי פעסטער רבי, וועלכער האט געזינגען גאר ווארעם דעם "הנה ימים באים", אלי ביער מיט זיינע קארליבאך ניגונים און יושע קעסין, וועלכער האט, ווי אויבנדערמאנט, געזינגען "משה ואהרן בכוהניו".
א ליידיגער מאגן איז א נעגאטיווער ראטגעבער, טא עס עפעס!
יא יא
שר חמש מאות
תגובות: 718
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 31, 2008 11:35 am
לאקאציע: אין ניו יארק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יא יא »

בארעכאבא ר' עס עפעס, דא אין קרעטשמע איז דא מער צו טרונקען ווי צו עסן, אבער כ'בין זיכער אז דו וועסט עפעס טרעפן נו עס עפס.
עס איז מיר איינגעפאלן א גוטע חתימה אינמיטן די נאכט, אבער כאבעס פארגעסן.
מיין טאטע זז"ג וואלט געזאגט "אז ס'פאלט איין איז א חורבן"
אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12672
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאשקע »

אה שלום עליכם! האסט שוין געמאכט א ברכה? עס עפעס...

עניוועי, יישר כח פאר'ן מיך פאררעכטן. כ'האב טאקע נישט געוואוסט זיכער צי איך שרייב גוט אדער נישט. און אדרבה, איך ווארט אויף דיינע אבזערוואציע און נאטיצן פונעם קומזיץ. אבער שנעלער! נו? שנעלער...
An article a day keeps the babies away
אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12505
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צייטליך »

שלום עליכם! נו, עס עפעס... (אה, איינער האט שוין געמאכט די דזשאוק?..)

מאשקע, א ריזיגען יישר כח פאר דיין ערשטע אין די רייע פון פארזעצונגען פון דעם שיף.

חוץ דעם וואס איך האב פשוט געוואלט הערן וואס דארט איז געווען, קריג איך אבער אלץ באנוס דיינע מליצות אין וויצן, אזוי אז עס לוינט פון אלע זייטן. (האט גארנישט מיט די זייטן ווי דער עולם האט זיך געהאלטן)

עס עפעס, ווארט נישט אויף מאשקע, די קענסט דערווייל ווייטער אליין שרייבן.
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.
אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12672
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאשקע »

יעצט קומט א לעבעדיגער באריכט פון "עס עפעס", אז נאכ'ן אפטייפן א גאנצע דרשה האט עפעס פאסירט מיט'ן וועב-פעידזש, ס'זאל אזוי נישט פאסירן ווי ס'פאסירט, און...... בקיצור, ס'נישטא מער!

המקום ינחם אותו. כ'האב אים שוין געזאגט דעם טריק פון טייפן אויף ווארד, ואידך פירושא זיל גמור.
An article a day keeps the babies away
אוועטאר
עס עפעס
שר האלפיים
תגובות: 2221
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 11, 2009 2:26 pm
לאקאציע: ביים טעלער
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עס עפעס »

הייב נישט די ערווארטונגען, מאשקע.

כהאף אז קיינער וועט נישט פרובירן צו פארגלייכן מיין אפשאצונג צו מאשקע'ס...
א ליידיגער מאגן איז א נעגאטיווער ראטגעבער, טא עס עפעס!
אוועטאר
עס עפעס
שר האלפיים
תגובות: 2221
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 11, 2009 2:26 pm
לאקאציע: ביים טעלער
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עס עפעס »

ערשטנס, יישר כוח פאר די ווארעמע ברוך הבא.

לאמיר זיך נעמען צום קומזיץ.

מאשקע, דו האסט פארגעסן, אדער מעגליך האסטו זיך געשעמט, צו דערציילן אז דו האסט זוכה געווען אויפן שיף צו א שטארקע נאנטשאפט צום פעסטער רבי'ן שליט"א. געהערט האב איך אז ער קען דיר נאך פון די יארן ווען ענק האבן אינאיינעם געארבעט אויפן "ספר הפנים" –"פעיסבוק" בלע"ז...

כהאב דיר טאקע געוואלט באדאנקען פאר דיין דעטאלירטע באריכט פון די ערשטע מאמענטן אויפן שיף, עס איז מיר געווען שטארק אינטערעסאנט, צוליב וואס איך האב פארפאסט די ערשטע מינוטן, זייענדיג אין די קאפיטאן קאבינע מיטן אנפירער פונעם אווענט עוזר באבאד, צו ערלעדיגן מיין בילעט. אגב דארטן אינעם קאבינע האב איך געזען ווי די קאפיטאנען האבן געהאט א ספעציעלן סקרין פון וואו זיי האבן מיטגעהאלטן דעם קומזיץ, זעט זיך אויס אז זיי האבן געהערט עפעס איבער "ביער", האבן זיי נישט געוואלט פארפאסן...

אלנפאלס. דער אלי ביער האט געזינגען גאר ווארעמע ניגונים פון שלמה קארליבאך, וואס האט דעם גאנצן עולם איבערגענומען און געגעבן דעם ווארעמען טאן וועלכע איז שוין פארבליבן די גאנצע צייט. כוועל מודה זיין אז כגעדענק שוין נישט געהעריג די ליסטע פון זיינע ניגונים, אבער לויט ווי עס ליגט מיר אין די ביינער, האט ער געזינגען ניגונים פון משיח און גאולה. אויך א "אני מאמין" פון קארליבאך.

ביער זינגט און האקט מיטן גיטאר און דער גאנצער עולם איז פארכאפט אין עקסטאז. די וועלכע קענען די ניגונים זינגען מיט און דער איבריגער עולם פאטשט מיט. ביער שוויצט און פלאמט אין די הויכע ספערן, ווען די סטרונעס פונעם גיטאר צעגיסן זיך אין די ביינער.

פופצן אומבאמערקטע מינוט גייען פאראיבער און ביער שטעלט אפ זיין געזאנג און מעלדט איין אז מען האט אים בלויז געגעבן פופצן מינוט און ער מוז שוין ענדיגן. ער לייגט צו זיין אייגענע אנטוישונג אז געווענליך נעמט אים אריינצוגיין אין "גיער" (גיער ביער, גזירה שוה, ווער ווייסט?...) אזוי לאנג ווי 40 מינוט און דא מוז ער שוין ענדיגן.

הילכיגע געשרייען "מאור" "מאור" ברעכן אויס אויפן שיף. דער עולם איז ווייט פון זאט (עס עפעס! נו...), ענדליך ברעכט ער זיך און זעצט זיך צוריק פאר א פרישן ניגון, "הרחמן" פון שלמה'לע מיינעך איז עס געווען. "מעיבי דיס שיפ איז ברינגינג אס טו דזשערוסאלעם?!" [אין אידישער איבערזעצונג: אפשר וועלן מיר פארן מיט דער שיף קיין ירושלים] שרייט ביער מיט א הייזעריגע שטימע.

אראפגייענדיג פונעם פאדיום, האב איך אייגענטליך געזען ווי "ביער" נעמט א "ביר" צו טרינקען און עטוואס נאס מאכן זיין נארוואס-אויסגעגארגלטן האלדז...

דאן האט פעסטער רבי איבערגענומען דעם מיקראפאון און זיך באדאנקט פאר אלי ביער, צולייגנדיג "תקלוטש תקלוטש בחזק מאוד בעבורו" [ווי מאשקע האט שוין פריער ערווענט] און געקנאקט נאך עטליכע וויצן.
פעסטער רבי האט ערווענט אז צייטן טוישן זיך און אלעס וואס איז אמאל געווען ביליג און נישט סאפיטקירט האט מען היינט באוויזן מיט די טעכנאלאגיע דאס צו טוישן. צום ביישפיל, האט דער רבי אויפגעברענגט, די "קוואדער דרינק", וועלכע האט אמאל בלויז געקאסט א קוואדער און היינט קאסט דאס דריי דאלער און האט אויך א נייעם נאמען "וויטאמין וואסער"...

נאכן אדרעסירן די ארקעסטערע, נפתלי משה שניצלער (דראמס און בעיס), צבי גאלדרינג (סעקסעפאון און טראמפעט), יענקי קטינא (גיטאר) און יואלי ווייס (פערקאשען), האט פעסטער רבי אויפגערופן יושע קעסין.

יושע קעסין איז א ניי אויפקומענדער שטערן און ער ברענגט צום טיש גאר פיינע טאלאנטן. ער האט א לעבעדיגע שטימע, ספעציעל ווען ער זינגט אויף הויכע טענער און הויכע פעלער פון ניגונים, קען ער זיך גאר שיין קאנטראלירן און זינגען לעבעדיג און שיין. כגעדענק נישט צי כהאב שוין געשריבן אז זיין ערשטער טעיפ קומט ארויס אין געציילטע טעג. עס ווערט פראדוצירט דורך עוזר באבאד, וועלכער האט אויך אנגעפירט דער קומזיץ.

ווארט זיצנדיג אויף ווייטערדיגע באריכטן...
א ליידיגער מאגן איז א נעגאטיווער ראטגעבער, טא עס עפעס!
elmonsey
שר חמש מאות
תגובות: 916
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 24, 2008 12:55 am
לאקאציע: אויפן לבנה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך elmonsey »

מאשקע האט געשריבן:דער ביער איז א לעבעדיג שטיקל. ער האט זיך אויפגעשטעלט מיט א באטל ביר אין די האנט, און אזוי ארויפמארשירט די 3/27 טרעפ צום פאדיום, זיך אראפגעזעצט אויפ'ן בענקל, ארויפגעצויגן אן ערנסטע מינע, און זיך גענומען זינגען. דער עולם איז געווען עפעס זייער ווארים און ענטוזיאסטיש, און מ'האט כסדר מיטגעזונגען. אויב איך געדענק גוט האט ער געזונגען "משה אהרן וכהניו". על-מאנסי, זאג איך גוט?


זייער גיט !!!!!!!
אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12672
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאשקע »

כ'האב דריי ווערטער פאר דיר: WOW!

יעצט מאך קאפי, און פעיסט עס צוויי מאל, וועט דיר ארויסקומען די דריי ווערטער...

כ'האב נישט געוואוסט אז דו ביזט א שרייבער!

האט מאשקע טאקע נישט געוואוסט? האט "עס עפעס" געהאט שיך אדער קראקס? לייענט מיט שפאנונג קומענדיגע וואך...

עניוועי, כ'מיין אז איך זאל דא בלייבן שטיין און דיך לאזן ווייטער שרייבן. דו געדענקסט די פאקטן בעסער ווי מיר, און דו לייגסט עס אראפ מיט עפעס א געשמאק וואס כ'האב נאכנישט געזען.
An article a day keeps the babies away
אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12672
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאשקע »

elmonsey האט געשריבן:
מאשקע האט געשריבן:דער ביער איז א לעבעדיג שטיקל. ער האט זיך אויפגעשטעלט מיט א באטל ביר אין די האנט, און אזוי ארויפמארשירט די 3/27 טרעפ צום פאדיום, זיך אראפגעזעצט אויפ'ן בענקל, ארויפגעצויגן אן ערנסטע מינע, און זיך גענומען זינגען. דער עולם איז געווען עפעס זייער ווארים און ענטוזיאסטיש, און מ'האט כסדר מיטגעזונגען. אויב איך געדענק גוט האט ער געזונגען "משה אהרן וכהניו". על-מאנסי, זאג איך גוט?


זייער גיט !!!!!!!


יעצט בין איך שוין צעמישט, ווייל "עס עפעס" טענה'ט אז יושע קעסין האט עס געזונגען. זאל איך אים זאגן ער זאל גיין עסן עפעס?...
An article a day keeps the babies away
אוועטאר
עס עפעס
שר האלפיים
תגובות: 2221
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 11, 2009 2:26 pm
לאקאציע: ביים טעלער
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עס עפעס »

על מאנסי, כהייב אן צו האבן ספיקות איבער דיין אנוועזנהייט ביים קומזיץ. כהאב אייגענטליך אפילו געהערט א טעיפ דערפון און קעסין איז דער וואס זינגט משה ואהרן בכוהניו

אויב ביזטו דארט געווען, וועסטו געדענקען אז קעסין האט פארלוירן זיין שטימע טאקע ביים זיך גארגלען אויפן לעצטן שטיקל "רוממו"...
א ליידיגער מאגן איז א נעגאטיווער ראטגעבער, טא עס עפעס!
שרייב תגובה

צוריק צו “היכל הנגינה”