ניגונים מקובל פון הימל

ניגונים און זינגערס

אחראי: אחראי

זיס
שר האלף
תגובות: 1405
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מארטש 27, 2009 1:06 am

תגובהדורך זיס » מיטוואך סעפטעמבער 02, 2009 4:24 am

והוא פלאי האט געשריבן:אודות הניגון מהמגיד מקאזניץ, המציל הי' ר שמואל פיטשקובער והי' פראסטער מענטש, וידוע מה שאמר החי' הרי"ם ע"ז


איך קען נישט די מעשה, און איך בין אינטערעסירט דאס צו הערן, אויב איינער וויל זיך מרחם זיין און עס דערציילן וועל איך אים דאנקבאר זיין.

והוא פלאי
שר האלפיים
תגובות: 2749
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 23, 2009 3:18 pm

תגובהדורך והוא פלאי » מיטוואך סעפטעמבער 02, 2009 10:37 am

קוק נאך אין מאיר עיני הגולה סי' סא אין ווייטער, מאיר עיני הגולה איז א פארלעסליכע מעשה ביכל, במסורה שבעל פה ווייסט מען אסאך מער וועגן דעם ענין, און די היינטיגע מלקטים ומספרים האבען עס שוין מלקט געווען מיט די בעל פה'ס, אבער פאר אן התחלה איז עס זיכער געניג.
למה זה תשאל לשמי...

זיס
שר האלף
תגובות: 1405
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מארטש 27, 2009 1:06 am

תגובהדורך זיס » זונטאג סעפטעמבער 06, 2009 7:57 pm

אין ספר תולדות יעקב יוסף ווערט געברענגט, אז דער תנועה וואס מען זינגט ימים נוראים ביים אויסלאזן די שטיקלעך האט יעקב אבינו געזינגען ביים פאשען די שאף.

זיס
שר האלף
תגובות: 1405
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מארטש 27, 2009 1:06 am

תגובהדורך זיס » זונטאג אוקטובער 18, 2009 6:11 pm

אין ברסלב איז מקובל א ניגון וואס רבי נחמן האט דערויף געזאגט, אז מיט דער ניגון פירט מען אריין די צדיקים אין גן-עדן.

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28276
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » מאנטאג אוקטובער 19, 2009 1:04 pm

זיס האט געשריבן:אין ברסלב איז מקובל א ניגון וואס רבי נחמן האט דערויף געזאגט, אז מיט דער ניגון פירט מען אריין די צדיקים אין גן-עדן.

דא קען מען הערן דעם ניגון:
אראפגענומען דעם לינק

והוא פלאי
שר האלפיים
תגובות: 2749
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 23, 2009 3:18 pm

תגובהדורך והוא פלאי » מאנטאג אוקטובער 19, 2009 1:10 pm

קרעמער האט געשריבן:
זיס האט געשריבן:אין ברסלב איז מקובל א ניגון וואס רבי נחמן האט דערויף געזאגט, אז מיט דער ניגון פירט מען אריין די צדיקים אין גן-עדן.

דא קען מען הערן דעם ניגון:

אונטשילדיג, אבער ווען איך האב געקליקט האב איך געזעהן א ווידיאו ווי א כלה איז מטפח און בחורים זענן מרקד לפני' כידוע עבודת המצוה טאנץ בליטא בזמן האחרון, שלא כמו בימים הקדמונים שרקדו במטפחת, ובניגון האט מען שוין געפירט אסאך צדיקים (ערליכע בחורים) אין גיהנם,
וכמדומה שאין מקום ללינק זה בכאן
למה זה תשאל לשמי...

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28276
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » מאנטאג אוקטובער 19, 2009 3:50 pm


זיס
שר האלף
תגובות: 1405
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מארטש 27, 2009 1:06 am

תגובהדורך זיס » זונטאג נובעמבער 29, 2009 8:10 am

פאראן וואס זאגן אז דער באקאנטער מעוז-צור שטאמט אויך פון די לויים אין בית-המקדש.

(ביטע זיך האלטן צום נושא פון אשכול, און נישט אנהויבן דיסקאסירן אויב דער מעוז צור שטאמט פון גוים צו פון אידן, איך האב סך-הכל אראפגעברענגט איין מאן-דאמר.)

מאטקע
שר מאה
תגובות: 212
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג דעצמבער 05, 2008 4:20 am

תגובהדורך מאטקע » זונטאג נובעמבער 29, 2009 1:42 pm

מ'האט דא דערמאנט צוויי מקורות לגבי דער ניגונים וואס יעקב האט געזונגען ווען ער האט געפאשעט דער שעף.

קען מיר איינער ביטע צו שרייבען פונקטליכע מקורות?

מיר ליגט אין קאפ (אפשר בשם דער חתם סופר זי"ע???), אז דער ניגון וואס איז באקאנט אויף אמר ד' ליעקב - צוה ישועות יעקב אל תירא עבדי יעקב, ווייסט איינער נאכמער אויף דעם?

נ.ב. אין מדרש שטייט א מחלוקת צווישן צוויי מאן דאומרים, איינער זאגט יעקב האט געזאגט אפאר קאפיטלעך תהלים, דער אנדערע זאגט אז יעקב האט אפגעזאגט גאנץ תהלים!

זיס
שר האלף
תגובות: 1405
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מארטש 27, 2009 1:06 am

תגובהדורך זיס » זונטאג נובעמבער 29, 2009 6:43 pm

דער ניגון פון יעקב אבינו פירן זיך טייל צו זינגען אויף ידיד-נפש.

יענער
שר העשר
תגובות: 12
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 31, 2010 7:31 am

תגובהדורך יענער » מיטוואך מארטש 03, 2010 10:52 pm

זיס האט געשריבן:אין ברסלב איז מקובל א ניגון וואס רבי נחמן האט דערויף געזאגט, אז מיט דער ניגון פירט מען אריין די צדיקים אין גן-עדן.

http://www.breslev.org/audio/music/rhdz/4.mp3

משה חובב
שר חמישים
תגובות: 71
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 07, 2013 6:13 am

תגובהדורך משה חובב » מיטוואך יולי 17, 2013 6:59 am

זיס האט געשריבן:ס'איז פאראן אין די וועלט עטליכע ניגונים וואס מען זינגט ביי ברכת כהנים;

איינע פון די ניגונים וואס מען זינגט אין די וועלט, ווערט דערציילט אז עס קומט פון אליהו הנביא אליין.
די מעשה גייט אז הרה"ק ר' חיימ'ל קאסובער פלעגט אלס קינד שלאפן אין איין צימער מיט זיין פאטער, הרה"ק ר' מענדעלע קאסובער זי"ע, איינמאל ביינאכט ווען דאס קינד האט זיך אויפגעכאפט פון שלאף האט ער געזען א פרעמדע איד זיצן אויף זיין פאטערס ארט, און נעבן אים אויף די זייט זיצט זיין פאטער; זיך אויפכאפנדיג הערט ער ווי זיין פאטער זאגט פאר דעם פרעמדן "ר' אלי' (אליהו), אפשר בענטשט איר מיין חיים מוניע?!", דאס קינד איז דאן צוגעגאנגען און אליהו האט ארויפגעלייגט זיינע הענט אויף דעם קינד'ס קאפ און געזינגען יברכך מיט אט דעם ניגון, וועלכער ווערט אנגערופן ביי די יודעי דבר "דער קאסובער דיכענען".


איך האב פרובירט מברר זיין אין ויזניץ איבער דעם ניגון, אלע קענען די מעשה מיט אליהו הנביא, אזוי ווי דער רבי די ישועות משה זצ"ל האט פארציילט תמידין כסדרן ביי יארצייטען, אבער דאס אז די אליהו האט עס געזינגען מיט דעם ניגון איז ביי אלעמען גיוועהן א חידוש אין קיינער ווייסט נישט דערפון, ווי עס קוקט אויס איז עס א טעות.
וואס יא, די ניגון וואס די כהנים זינגען ביי וישמרך, ויחוניך, אין שלום, דאס איז א קוסובער ניגון, גיברענגט האט עס ר' נחום ברעכער ע"ה (די טאטע פונעם באוואוסטען מזכה הרבים הרה"ח ר' שמואל יוסף ברעכער הי"ו-פירט די כולל חזון נחום נאך זיין טאטען, א כולל פאר בעלי-בתים מלא וגדוש מיט שיעורי תורה) נאך ביי די צייטען פונעם 'אהבת ישראל', אין שפעטער ביי די צייטען פונעם 'אמרי חיים' נאכ'ן קריג, איז ער גיוועהן דער וואס האט עס מחדש גיוועהן, אין די ערשטע פאר יאהר האט ער געזינגען הויך אין די איבריגע כהנים האבען עהם נאכגעזינגען, דעס איז אלעס לגבי די ניגון צווישען די אויבערדערמאנטע ווערטער, אבער לגבי די נוסח וואס די מקריא זאגט, האט כנראה נישט ער גיברענגט, נאר עס איז אן אלטען נוסח, אין ממילא איז נישט קלאר פון ווי איז די מקור וואס דער זאגט אז עס איז פון אליהו, אדרבה, אפשר ווייסט איינער א מקור און איך וועל זיך שטארק פרייען.
און אגב אז מ'רעדט שוין איז באוויסט אז עס איז דא צוויי נוסחאות אין וויזניץ לגבי דעם מקריא, איינס איז די נוסח וואס איז מער באוואוסט וואס דאס זינגט דער מקריא ביי ימים נוראים, טעג וואס מען דערמאנט יזכור, טעג וואס מ'בענטשט טל/גשם, אין די צווייטע נוסח איז ביי די איבריגע טעג, עס קומט אויס אז אין א"י קען עס גיפאלען נאר די ערשטע טאג סוכות, וואס דעמאלט איז נישט דא גשם/יזכור אין עס איז נישט ימים נוראים, משא"כ אין חו"ל קען עס גיפאלען, די צווייטע/זיבעטע טאג פסח, דעם ערשטען טאג שבועות, די ערשטע צוויי טעג סוכות, אין שמחת תורה, וויבאלד יזכור זאגט מען שמחת תורה אין נישט שמיני עצרת, (די רבי די ישועות משה זצ"ל, פלעגט אין די לעצטערע יאהרן לפעמים זינגען נאר די צווייטע, אין בכלל האט ער נישט אזוי מקפיד גיוועהן אויף דעם חילוק).

אוועטאר
דוד משה
שר האלף
תגובות: 1325
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 01, 2013 4:04 pm
לאקאציע: געשטראנדעט צווישן מעיזשאר און מיינאר

תגובהדורך דוד משה » מאנטאג דעצמבער 26, 2016 12:51 pm

אינעם גליון שערי מדע פ' וישב האט ער געהאט א שמועס איבער א ניגון וואס ר' מאטל סלאנימער האט געהערט פון א זקן וואס האט געהערט אין חלום זיין זון פון עולם האמת זינגען.
אט איז די ניגון
https://www.dropbox.com/s/6d92tjioazty9 ... m.mp3?dl=0

איך לייג ארויף די חלק פונעם גליון וואו ער ברענגט די מעשה.
[316]שערי_מדע_וישב.pdf
(219.81 KiB) דאונלאודעד 111 מאל

סידיראם
שר האלפיים
תגובות: 2178
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 03, 2015 1:04 pm

תגובהדורך סידיראם » מאנטאג דעצמבער 26, 2016 12:59 pm

זיס האט געשריבן:פאראן וואס זאגן אז דער באקאנטער מעוז-צור שטאמט אויך פון די לויים אין בית-המקדש.

(ביטע זיך האלטן צום נושא פון אשכול, און נישט אנהויבן דיסקאסירן אויב דער מעוז צור שטאמט פון גוים צו פון אידן, איך האב סך-הכל אראפגעברענגט איין מאן-דאמר.)


עס איז נישט דא קיין שום מקור צו די מימרא.

דער באקאנטער מעוז צור איז נישט דא קיין שום צדיק מדורות הקודמים וואס האט דאס געזונגען, דוק ותשכח. און עס איז נישט דא קיין שום הויף בימינו וואס זינגט דאס על סמך א פריערדיגע צדיק וואס האט דאס געזינגען.

איך גיי שוין נישט אריין אין די חששות אז די מקור פון די ניגון איז פון טיפלה רח"ל, אבער להבדיל עד אין קץ פון בית המקדש איז דאס זיכער נישט.
EXCLUSIVE COUPONS ON AMAZON FOR YOU NOW!!!!! http://amzn.to/2tHqNZZ

אוועטאר
ויתן לך
שר האלפיים
תגובות: 2530
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 03, 2011 4:35 pm
לאקאציע: ביים סידור'ל פאר הבדלה

תגובהדורך ויתן לך » מאנטאג דעצמבער 26, 2016 1:11 pm

בענין די ניגון פון והכהנים והעם
שמעתי פון איינע פון די אינגערע קינדער פון כ"ק אדמו"ר מתולדות אהרן זצ"ל וואס האט דאס געהרט מבעל המעשה וואס איז אמאל געווןען אין אינדיע יום הקדוש, און זיי האבן געמאכט א מנין און געדינגען א דארטיגע גוי צו זיין די שמש/שומר, ווען מען האט געזינגען והכהנים והעם האט די גוי מיטגעזינגען, האבן זיי געפראגט הא מנא לך, האט ער געזאגט אז דאס זינגט מען ביי זיי אין תיפלה, זענען זיי געגאנגען חוקר ודורש זיין ביז זיי האבן געטראפן אין איינע פון די ביכער, אז פאר צווי טויזנט יאר איז די מייסד פון זייער גלויבונג (לכאורה בודהא) ארומגעפארן אויף די וועלט צו זעהן די פארשידענע גלויבונגען, איז ער געווען אין ירושלים אין בית המקדש די הייליגסטע טאג פון די אידן, און ווען די כהן גדול איז אריין אין 'קודש הקדשים האבן די מענטשן אינדרויסן געזינגען די ניגון, עס האט אים זייער געפאלן און ער האט דאס מיטגעברענגט מיט זיך. עד כאן שמעתי.
ואני מלא טעויות תמיד, פעם בסברא, פעם בגמרא, ואיני נכלם בזה.
(קוב"א)

מצלמה
שר האלף
תגובות: 1166
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 25, 2015 7:37 pm

תגובהדורך מצלמה » מאנטאג דעצמבער 26, 2016 1:44 pm

ויתן לך האט געשריבן:בענין די ניגון פון והכהנים והעם
שמעתי פון איינע פון די אינגערע קינדער פון כ"ק אדמו"ר מתולדות אהרן זצ"ל וואס האט דאס געהרט מבעל המעשה וואס איז אמאל געווןען אין אינדיע יום הקדוש, און זיי האבן געמאעט א מנין און געדינגען א דארטיגע גוי צו זיין די שמש/שומר, ווען מען האט געזינגען והכהנים והעם האט די גוי מיטגעזינגען, האבן זיי געפראגט הא מנא לך, האט ער געזאגט אז דאס זינגט מען ביי זיי אין תיפלה, זענען זיי געגאנגען חוקר ודורש זיין ביז זיי האבן געטראפן אין איינע פון די ביכער, אז פאר צווי טוזנט יאר איז די מייסד פון זייער גלויבונג (לכאורה בודהא) ארומגעפארן אויף די וועלט צו זעהן די גלויבונגען, איז ער געווען אין ירושלים אין בית המקדש די הייליגסטע טאג פון די אידן, און ווען די כהן גדול איז אריין אין 'קודש הקדשים האבן די מענטשן אינדרויסן געזינגען די ניגון, עס האט אים זייער געפאלן און ער האט דאס מיטגעברענגט מיט זיך. עד כאן שמעתי.
.


אזויפיל געשמאקע פאקטן:
1) גוי האט מיטגעזונגען.
2) מ׳זינגט עס אין זייערע תיפלות
3) שטייט אין זייערע ביכער.

איך דארף איין איינציגע לינק פון דעם ניגון געזונגען אין אינדיע אדער פון די בוך.

חרוזים
שר חמישים ומאתים
תגובות: 340
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 02, 2014 6:32 pm

תגובהדורך חרוזים » מאנטאג דעצמבער 26, 2016 2:50 pm

א גוטע מעשה מאך נישט קאליע
פאר מער אינפארמאציע ravlehoishia.org

רבי משה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 290
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 20, 2014 9:56 pm

תגובהדורך רבי משה » מיטוואך דעצמבער 28, 2016 11:46 am

ויתן לך האט געשריבן:בענין די ניגון פון והכהנים והעם
שמעתי פון איינע פון די אינגערע קינדער פון כ"ק אדמו"ר מתולדות אהרן זצ"ל וואס האט דאס געהרט מבעל המעשה וואס איז אמאל געווןען אין אינדיע יום הקדוש, און זיי האבן געמאכט א מנין און געדינגען א דארטיגע גוי צו זיין די שמש/שומר, ווען מען האט געזינגען והכהנים והעם האט די גוי מיטגעזינגען, האבן זיי געפראגט הא מנא לך, האט ער געזאגט אז דאס זינגט מען ביי זיי אין תיפלה, זענען זיי געגאנגען חוקר ודורש זיין ביז זיי האבן געטראפן אין איינע פון די ביכער, אז פאר צווי טויזנט יאר איז די מייסד פון זייער גלויבונג (לכאורה בודהא) ארומגעפארן אויף די וועלט צו זעהן די פארשידענע גלויבונגען, איז ער געווען אין ירושלים אין בית המקדש די הייליגסטע טאג פון די אידן, און ווען די כהן גדול איז אריין אין 'קודש הקדשים האבן די מענטשן אינדרויסן געזינגען די ניגון, עס האט אים זייער געפאלן און ער האט דאס מיטגעברענגט מיט זיך. עד כאן שמעתי.

און וויאזוי גייט דער ניגון?

נושא-כלים
אנשי שלומינו
תגובות: 8
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 11, 2017 4:18 pm

ניגונים פון הימל

תגובהדורך נושא-כלים » זונטאג מאי 14, 2017 5:57 am

איך בין א ריבער די רשימות דא, אבער איך האב באמערקט אז סיז כמעט נישט דא קיין לינקים כדי צו הערן די ניגונים.
ביטע אויב מען קען מוסיף זיין לינקים צו הערן די ניגונים וואלט געווען א סאך געשמאקער און מוואלט גיקענט צו פאסטן דעם ניגון צו דעם נושא.


צוריק צו “היכל הנגינה”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: פראהביטש און 23 געסט