ניגונים מקובל פון הימל

פארצייטישע נגינה, נוסח התפילה, מועדים וזמנים

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

בני יששכר
שר חמישים ומאתים
תגובות: 496
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 02, 2009 9:54 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בני יששכר »

די ניגון חי ד' פון סיגוט. איז געווען איינמאל איז דער יטב לב דורך געגאנגען א ווערצהויז האט ער געהערט ווי ערלים זינגען די ניגון האט ער זיך אנגערופן אז די ניגון האבן די לווים געזינגין אין בית המקדש און ער האט געזאגט אז פון היינט אן וועט ער זינגען די ניגון אויף חי ד' און עס איז דא א יש אומרים אז די ערלים האבן גלייך פארגעסן די ניגון נאך דעם
איין וועגס די ניגון לאל אשר שבת קומט פון ראפשיצער רב
עס איז באקאנט אז ביים חורבן בית המקרש זענען זייער אסאך נגינום אויך געגאנגען און גלות.
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35237
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

בחצרות קיוויאשד און טאש איז מקובל צוויי באזונדערע נגונים אלס דער ניגון מיט וואס די אידן זענען אדורך דעם ים.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
הימל
שר העשר
תגובות: 47
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 23, 2009 7:27 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הימל »

ר' שלמה זי"ע זאגט אויף איינע פון זיינע טעיפס פאר'ן ניגון שמחה לארצך, אז די נוסחות וואס מען דאווענט ימים נוראים האבן די לוויים געזונגען אין בית המקדש
זיס
שר האלף
תגובות: 1400
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מארטש 27, 2009 1:06 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיס »

יישר כח בני יששכר - איך האב עס שוין פארראכטן...
אוועטאר
משיח
שר שלשת אלפים
תגובות: 3306
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 22, 2009 1:09 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משיח »

דאכט זיך מיר אז אין יעדען חסיד'שען הויף זענען דא תנועות און ניגונים וואס מ'זונג ימים נוראים ביים דאווענען, וואס איז מקובל אז מ'האט דאס געזינגען אין בית המקדש.

ס'איז כדאי צו וויסען "אלו ואלו דברי אלקים חיים" "כולם ממקור קדוש יהלכון"!

אין בית המקדש איז געווען אזויפיל עבודות הקודש ארום דעם יאר, בפרט יום טוב, און ווער רעדט נאך יום הקדוש, אז די אלע תנועות זענען זיכער געזינגען געווארן! איינס ביים שעכטן, איינס ביים שפריצן די בלוט, און איינס ביים מקריב זיין וכו' וכו'.

אין פארשידענע מקומות זינגט מען אזא שיינע תנועה ביי "אחת ואחת" וואס ס'איז מקובל דאס האבן די יודען געזינגען אין בית המקדש (פינקי וועבער יר"ה האט געזינגען דעם תנועה ביי די "בוני עולם מצוה טאנץ" ביים היי יעריגן דיננער אין ב"פ. דאכט זיך מיר ס'איז דא אויף די ספירה טעפ פון יונתן שווארץ מיט המזמרים ביי די גראמען).

אין פארשידענע טשערנוביל'ע הויפען (סקווירא, ראכמסטריבקא ועוד) זינגט מען א רירענדע תנועה אויף "נחשב כצג באיתון" פאר די עבודה, וואס איז מקובל ס'קומט פון בית המקדש.

אזוי זענען דא נאך פיל אזעלכע ניגונים אין תנועות פון בית המקדש.

זאל מען שוין בקרוב זוכה זיין צו ביאת "משיח" צדקינו, און מ'זאל זוכה זיין צו הערן אט די הייליגע געזאנגען אין בית המקדש השלילשי.
Professional bookkeeping for your small business
[email protected] | 347-708-2079
אוועטאר
משיח
שר שלשת אלפים
תגובות: 3306
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 22, 2009 1:09 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משיח »

ס'איז דא א באקאנטע חב"ד'סקע(?) ניגון וואס מ' זינגט ביי חתונות, וואס אין באבוב איז מקובל אז אברהם אבינו ע"ה האט עס געזינגען ווען די מלאך האט אים געזאגט "אל תשלח ידך אל הנער... עתה ידעתי כי ירא אלקים אתה...".

(אין סקווירא זינגט מען די ניגון אויף ברוך קל קליון ווען יום טוב געפאלט שבת, ווען מ'יאגט זיך שוין ביי שלוש סעודות...).
Professional bookkeeping for your small business
[email protected] | 347-708-2079
אוועטאר
משיח
שר שלשת אלפים
תגובות: 3306
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 22, 2009 1:09 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משיח »

איך האב געליינט אין א באבובער גליון אז ביי די חתונה פונעם קדושת ציון מבאבוב זיע"א הי"ד, האט די זיידע פון די כלה דער הייליגער רבי מרדכי'לע הארניסטייפלער זיע"א (שווער פונעם אבי הכלה הרה"ק מראצפערד זיע"א) געטאנצן מצוה טאנץ אויף א ניגון וואס זיין זיידע הרה"ק ר' יעקב ישראל מטשערקאס זיע"א האט געהערט אין הימל.

איך וואלט קיינמאל נישט געוויסט וועלכע ניגון דאס איז, נאר דארט שטייט צוגעלייגט אז בשנת תשס"ט ביי די חתונה פון הרב מרדכי דוב בן האדמו"ר מבאבוב שליט"א האט מען געזינגן דעם ניגון ביים מצוה טאנץ לכבודו פונעם זיידען ואס די חתן איז נקרא על שמו.

די ניגון איז א הקפה ניגון אין בעלזא און אין סקווירא. אין בעלזא איז מקובל אז די הקפה ניגונים קומען פונעם גרויסן מגיד זיע"א.

איינע פון די הקפה ניגונים אין בעלזא (אין סקווירא איז דאס די זיבעטע, ויאתיו כל)
Professional bookkeeping for your small business
[email protected] | 347-708-2079
זיס
שר האלף
תגובות: 1400
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מארטש 27, 2009 1:06 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיס »

farshlufen האט געשריבן:בחצרות קיוויאשד און טאש איז מקובל צוויי באזונדערע נגונים אלס דער ניגון מיט וואס די אידן זענען אדורך דעם ים.


וואס הייסט? - אז די אידן האבן געזינגען ביידע ניגונים ביים אריבערגיין דעם ים?
אוועטאר
זעליג
שר חמש מאות
תגובות: 693
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 26, 2008 4:35 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זעליג »

וואס איז מיט די ניגון "האפ קאזאק" די מעשה גייט דאך אז דער שפאלער זיידע האט דאס געהערט מפי אליהו הנביא, ניין?
זיס
שר האלף
תגובות: 1400
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מארטש 27, 2009 1:06 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיס »

דוכט זיך אז דער ניגון האפ-קאזאק האט דער שפאלער זיידע נישט מקבל געווען פון אליהו הנביא אליין, נאר אליהו האט אים אויסגעלערנט ווי אזוי צו טאנצן און ער האט אים דאס אויסגעלערנט אויף דער ניגון, און שפעטער ביי דער באל וואו ער האט זיך געדארפט פארמעסטן מיטן פריץ, האט מען דארט געזינגען דער ניגון, וואס ווי עס שיינט איז עס געווען א רוסישע גוי'אישע ניגון; והא ראיה, ווייל דער ניגון גייט דאך מיט די ווערטער האפ-קאזאק, וואס לכאורה איז דאס געווען אן אנגענומענע רוסישע ניגון וואס דערויף האט אליהו הנביא אויסגעלערנט טאנצן פארן שפאלער זיידע, וויבאלד ער האט געוויסט אז דער ניגון וועט מען טאנצן ביים פריץ.
לעצט פארראכטן דורך זיס אום זונטאג אוגוסט 02, 2009 10:04 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
זעליג
שר חמש מאות
תגובות: 693
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 26, 2008 4:35 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זעליג »

רוסיש נישט פויליש.
זיס
שר האלף
תגובות: 1400
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מארטש 27, 2009 1:06 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיס »

זעליג האט געשריבן:רוסיש נישט פויליש.



פארראכטן.
זיס
שר האלף
תגובות: 1400
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מארטש 27, 2009 1:06 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיס »

חלק ב':

טו - טז) 2 ניגונים בחצרות קיוויאשד - טאהש, דערמיט זענען די אידן אריבער דעם ים.
יז) ניגון חב"ד - באבוב - אברהם אבינו האט עס געזינגען בשעת דער מלאך האט אים געזאגט "אל תשלח ידך אל הנער".
יח) אחת ואחת - מקובל אז די אידן האבן עס געזינגען אין בית-המקדש.
יט) נחשב כצאן באיתון - טשערנאביל - מען האט עס געזינגען אין בית-המקדש.
כ)שמחה לארצך - שלמה קארלבאך - לויים געזינגען אין בית-המקדש.

שונות:
כא) ניגון באבוב - דער טשערקאסער האט עס געהערט אין הימל.
כב) האפ קאזאק - אויף דער ניגון האט אליהו הנביא אויסגעלערנט טאנצן דעם שפאלער זיידע.
זיס
שר האלף
תגובות: 1400
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מארטש 27, 2009 1:06 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיס »

דער ניגון וואס מען זינגט אין סאטמאר מוצאי יום-כיפור, ר' ירמיה דאמען זינגט עס אויף זיין שבת טעיפ אויף "משוך חסדך".

רבי מיכלע נתניה זאגט נאך פון ווייסעך וועמען אז יענער האט מקפיד געווען נישט צו זינגען דער ניגון, ווייל מיט דער ניגון באגלייט מען צוריק די רשעים אין גיהינום יעדע מוצאי שבת.

ווער ס'קען דער ניגון קען זיך אביסל אויס'דמיונ'ען ווי די רשעים שמייסן מיט דער טרויעדיגע ניגון און שליידערן אים צוריק אין גיהינום רח"ל, אויף אלע גוים געזאגט.
איטשע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3329
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 27, 2009 10:19 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איטשע »

שאץ מאץ האט געשריבן:נו? הייב אן זיסקייט,
לקל אשר שבת - לובלין,
געהערט פון מלאכים
גיי ווייטער
.


זיס האט געשריבן:ניגונים פון הימל און פון מלאכים:
א) לקל אשר שבת - דער הייליגער ראפשיצער רב זי"ע האט עס געהערט פון מלאכים זינגען, בשעת ער האט געמאכט עליית נשמה ביי זיין טיש.
.


דער ניגון איז נישט פון לובלין און נישט פון ראפשיץ
מקורו טהור פון הגה"ק רבי יהושע ארוך, זיידע פונעם מהר"ם טיקטין זיידע פון רבי יצחק'ל האמבורגער
רבי יהושע ארוך פלעגט עס זינגען יעדע וואך ווען ער האט אנגעטוען מלבושי שב"ק, און ער איז דעמאלטס העכער געווארן מיט א האלבע אמה, עי' בס' נזיר ה' וסמיכת משה.
אוועטאר
זעליג
שר חמש מאות
תגובות: 693
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 26, 2008 4:35 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זעליג »

דא ווערט נאר געברענגט אז ער איז געווארן העכער. אבער פון ווי נעמסטו אז ער האט געזינגען דעם ניגון?
והוא פלאי
שר האלפיים
תגובות: 2754
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 23, 2009 3:18 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך והוא פלאי »

כך מקובל בבית באבוב, ונדפס פעם בקונטרס שיצא לאור לזמירות לחג הסוכות עם פי' מר' בן ציון גאלדמאן אחי ר' משה, שכן בבאבוב מזמרים את הניגון על ובכן מי לא יראך
אודות הניגון מהמגיד מקאזניץ, המציל הי' ר שמואל פיטשקובער והי' פראסטער מענטש, וידוע מה שאמר החי' הרי"ם ע"ז
הניגון שמזמרים בסקולען על נענועים ומקורו בסא'ג אמרו ששמעו יוסף הצדיק בעת שראה יעקב בחלון
למה זה תשאל לשמי...
אוועטאר
חוקר
שר חמש מאות
תגובות: 942
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג סעפטעמבער 12, 2008 2:52 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חוקר »

אפשר קען מען דא אראפברענגן די ניגונים אדער ווי מען קען עס הערן אסאך (גם אני בתוכם) ווייסן נישט אסאך ניגונים פון וועלכע ניגונים מען רעד דא פון
יישר כח
טראכט גוט וועט זיין גוט !!!!!
זיס
שר האלף
תגובות: 1400
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מארטש 27, 2009 1:06 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיס »

אין ביאלע איז מקובל א ניגון וואס די אידן האבן געזינגען ביי קבלת התורה.
זיס
שר האלף
תגובות: 1400
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מארטש 27, 2009 1:06 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיס »

וואו קען מען פארגעסן?

דער ניגון "מלאכים שרפים ואופנים פרעגן וואו איז גאט" האט דער ריזשענער געהערט אין תפיסה פון מלאכים
אוועטאר
זעליג
שר חמש מאות
תגובות: 693
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 26, 2008 4:35 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זעליג »

זיס האט געשריבן:דער ניגון "מלאכים שרפים ואופנים פרעגן וואו איז גאט" האט דער ריזשענער געהערט אין תפיסה פון מלאכים

ס'ערשטע מאל וואס כ'הער דאס אז ס'קומט פון ריזשינער, מקור?
איטשע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3329
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 27, 2009 10:19 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איטשע »

דער צאנזער רב פלעגט זינגען אן ענליכן (אדער גאר די זעלבע) ניגון אויף אזעלכע ווערטער, די תנועה וערט געזונגען אין באבוב אויף אתקינו סעודתא פרייטאג צו נאכט'ס. רעדט מען מען פון דער זעלבע זאך?
אוועטאר
אלף בית
שר האלפיים
תגובות: 2738
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 10, 2008 4:37 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלף בית »

זיס האט געשריבן:דער ניגון וואס מען זינגט אין סאטמאר מוצאי יום-כיפור, ר' ירמיה דאמען זינגט עס אויף זיין שבת טעיפ אויף "משוך חסדך".
רבי מיכלע נתניה זאגט נאך פון ווייסעך וועמען אז יענער האט מקפיד געווען נישט צו זינגען דער ניגון, ווייל מיט דער ניגון באגלייט מען צוריק די רשעים אין גיהינום יעדע מוצאי שבת.

די ניגון זינגט מען אויף קדיש נאכן דאווענען ראש השנה מוסף און מוצאי יוה"ק נאך נעילה. (דאכצעך אויך הושענה רבה נאכן דאווענען). און יוה"ק ביים פיוט כי אנו עמיך ואתה אלוקינו.
ר' ירמי' דאמען זינגט עס אויף עתיקה קדישא היבש ענליך ער זינגט נישט די הויעכע פאל.
כ'האב אמאל געהערט אז דער דברי יואל זי"ע האט אהיימגעברענגט דעם ניגון פון א"י. אין יאר תרצ"ב. (אן אייגענע סברה קען איך זאגן אז דער רבי האט עס גענומען פון זיין שווער דער פלאנטשער רב זי"ע, ווייל ר' ירמי' זינגט אויף יענעם קאסעט דזיקוב'ער ניגונים.

זיס האט געשריבן:ווער ס'קען דער ניגון קען זיך אביסל אויס'דמיונ'ען ווי די רשעים שמייסן מיט דער טרויעדיגע ניגון און שליידערן אים צוריק אין גיהינום רח"ל, אויף אלע גוים געזאגט.

לויט וויפיל איך קען דעם ניגון שפיר איך דערפון די ווערטער פון די משנה ויו"ט היו עושין בצאתו בשלום מן הקודש, מיין געפיל אויף דעם ניגון איז מיר האבן אויסגעפועלט אלעס גוט.
כ'מיין אז דער ניגון ווערט שוין דיסקוסירט אינעם אשכול פון ניגוני סאטמאר.
א גוט ווארט איז אלעמאל גוט
אוועטאר
אלף בית
שר האלפיים
תגובות: 2738
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 10, 2008 4:37 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלף בית »

זיס האט געשריבן:דער ניגון "מלאכים שרפים ואופנים פרעגן וואו איז גאט" האט דער ריזשענער געהערט אין תפיסה פון מלאכים

איך האב געהערט אז דער בעל התניא זי"ע האט עס מחבר געווען אין תפיסה. אויף די ווערטער פליאה דעת ממנו וכו'
א גוט ווארט איז אלעמאל גוט
זיס
שר האלף
תגובות: 1400
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מארטש 27, 2009 1:06 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיס »

פליאה קומט פונעם בעל-התניא און מלאכים קומט פונעם ריזשענער, מען האט עס שפעטער צוזאמענגעשטעלט.
שרייב תגובה

צוריק צו “שירי קודש”