עקסקלוסיוו: אינטערוויו מיט יוסי גרין - קאמפאוזער.

ניגונים און זינגערס

אחראי: אחראי

אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12466
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.

עקסקלוסיוו: אינטערוויו מיט יוסי גרין - קאמפאוזער.

תגובהדורך צייטליך » מאנטאג יולי 13, 2009 9:36 am

עס איז איז געווען אין א זומער'דיגער קילער פארנאכט ווען מיר האבן זיך ארויסגעלאזט פון וויליאמסבורג אויפן וועג קיין סי-געיט, א רואיגער שטעטל אין ניו יארק ביים בארטן פון אטלאנטיק.

ווי געווענליך איז דער ברוקלין קווינס עקספרסוועי אויף צפון זייט (אין אמת'ן איז עס נישט קיין חילוק וועלכער זייט..) געווען איבערגעפילט מיט אויטא'ס און לאסט טראקס וועלכע פארן אין די שטונדן יעדער צו א צווייטער ציל.

אונזער ציל איז געווען זיך צו טרעפן מיט דעם שוין היינט באקאנטן און וועלט בארימטער קאמפאזער און פארפאסער פון שווערע הונדערטער ניגונים ביים חרדישען אידענטום, ניגונים וואס ווערן געזינגען צו יעדער געלעגענהייט, ה"ה מו"ה יוסף (יוסי) גרין הי"ו.

דער זיכערהייט וועכטער ביים פארמאכטן טיר אריינצוגיין אין דעם רואיגען שטעטל האט נישט געמאכט קיין עקסטערע פראבלעמען און נאכן ווייזן מיין אפגעלאפענער דרייווער'ס לייסענס האט ער מיר אריינגעלאזט בחפץ לב, ווען מיר ווענדן אינזערע רעדער צום ריכטונג פון ר' מיכאל שניצלער'ס היים, ווי מיר האבן געהאט אינזער ערשטער דעסטענאציע.

נאכן פאברענגען דארט א שטיק צייט האט ר' מיכאל אנגעריפן זיין שכן און נאנטער ידיד ר' יוסי גרין, אויך דארט אן איינוואוינער און אום איינגעמאלדן אז צוויי אידן פון היכל הנגינה – דער ניק וויכי וואס האט אזוי גרויסארטיג באשריבן זיין חתונה (וועמען יוסי האט שוין אנגעריפן פערזענליך א טאג בעפאר זיך באדאנקן דערפאר), מיט נאך א אינגערמאן – דער שרייבער פון די שורות - אינטערן ניק צייטליך (דאן נאך דער ראש הקהל..) - זענען דאהי.

יוסי – וועלעכער איז לעצטענס געוואויר געווארן פון "היכל הנגינה" אין “אידישע וועלט” זינט דער באשרייבונג דורך וויכי פון זיין קינד'ס חתונה - האט גלייך געמאלדן פאר מיכאל'ן אז ער ווארט יעצט אינדרויסן פון זיין הויז אין א שווארצן אויטא און מיר זאלן צופארן צו אום. מיכאל האט אונז געגעבן די נויטיגע אנווייזונגען אנצוקומען אהין זינט מיר זענען ווילד פרעמד אין די געגענט, עס האט טאקע נישט גענומען לאנג און מיר זענען אנגעקומען צום וואוין ארט פון דעם באקאנטן וועלט בארימטער און וועלט גרעסטער אידישער קאמפאוזער ר' יוסף גרין.

יוסי איז געבוירן געווארן צו זיינע עלטערען אין ארץ ישראל אים יאר תשט"ו, זיין פאטער, ר'משה גרין ע"ה, א תלמיד פון רבי'ן און א גרויסער סאטמאר'ער חסיד האט אים געשיקט אין די סאטמאר'ער תלמוד תורה ווי ער האט געלערענט איבער זיין בר מצוה.

יוסי דערציילט אינז אז ער האט געוואוינט אויף 163 יוז סט. די גרויסע אפארטמענט געביידע קעגן איבער דעם סיגעטער ביהמ"ד וועלכער שטייט נאך דארט היינט צוטאג. ער פלעגט כמעט יעדע וואך שבת אריבערגיין צום ברך משה זצ"ל (דאן נאך סיגעטער רב) וואס האט דאן געוואוינט דארט העכערן ביהמ"ד עצי חיים ווי ער פלעגט אסאך מאל זינגען ביים טיש פון רבין, בעיקר פלעגט ער זינגען דעם כל מקדש ניגון.

אום יאר תשנ"ד ווען יוסי'ס מאמע איז נפטר געווארן איז דער ברך משה זצ"ל געקומען מנחם אבל זיין זיין פאטער וועמען ער האט געקענט פון יענע יארן ווען זיי האבן געוואינט אויף איין גאס.

אבער וואס איז אינז אסאך מער אינטערסאנט געווען איז דאס שפעטער מיט פינף חדשים אין דעם זעלבן יאהר, ווען יוסי'ס פאטער איז נפטר געווארן און ער איז געזיצן שבעה איז דער רבי ז"ל דער ברך משה געקומען ספעציעל קיין בארא פארק (ווי ער איז געזיצן שבעה) אים מנחם אבל זיין.

עס איז געווען פאר יוסי א גרויסער ווינדער פארוואס די רבי איז געקומען צו אים. דער רבי איז געזיצן עטליכע מינוט פארטראכט און דערנאך זיך אנגעריפן: "איך בין דיר געקומען מכיר טובה זיין. איך געדענק נאך היינט ווי די פלעגסט אמאל זינגען ביי אונזערע שבת'דיגע סעודות. "

יוסי איז אלץ גרויסער בחור געגאנגען לערנען אין די מאנטשעסטער ישיבה ביי הגאון הצדיק הרב יהודא זאב סג"ל זצ"ל און דערנאך האט ער גילערנט אין לונדון און זיך גילאזט פארהערן די הוראה ביי הרב הענוך דוב פאדווא זצ"ל.

דארט אין ישיבה האט ער אנגעפאנגען זיין גרויסע קארעריע מיט'ן פארפאסן ניגונים. זיין ערשטער ניגון וואס איז באלד גיווארן וועלט-בארימט, אויף די ווערטער "קול ברמה נשמע" איז ארויסגעקומען אויף צוויי טעיפס אין דעם זעלבן יאהר! ערשטנס, דורך די פרחי ירושלים מיט יגאל סאליק און צווייטנס דורך די פרחי ניו יארק מיט הערשל לעבאוויטש. דאס איז יעווען אום יאר תשל"ג (1973) נאך דארט אין ישיבה. אויך האט ער דארט געמאכט די ניגון "ואמרתם כה לחי" און "כי שמש ומגן".

גאר א אינטערסאנטער עפיזאד דערציילט אינז יוסי, געווען איז דאס ווען ער איז אהיים געקומען פון ישיבה אין מאנטשעסטער און עס האט זיך געמאכט א פאסיגער שידוך פאר אים האט זיין פאטער נישט געוואלט הערן דערפון וועגן כמה טעמים און וויפיל מען האט גערעדט דערפון האט דאס דאך נישט געוואלט אריינגיין אין קאפ.

יוסי, זייענדיג באזארגט איז ער אריבערגעגאנגען זיך שואל עצה זיין מיט זיין קרוב הרה"צ ר' משה ארי' לעוו, דער טעמעשווארער רב זצ"ל (יוסי'ס א קרוב דורך זיין מוטער) און ער האט אים גע'עצה'ט אז וויבאלד זיין טאטע איז א גרויסער סאטמאר'ער חסיד זאל ער דאס גיין איבערשמועסן מיט סאטמאר רב זצ"ל, דער בעל דברי יואל. און אזוי האט ער טאקע געטוען, ער איז אריבער מיט זיין טאטען צום רבין ז"ל.

זיין טאטע האט געשריבן א קוויטל ווי ער האט אריינגעשריבן זיינע זארגן פארוואס ער וויל נישט דעם שידוך און געווארט אין די רייע אריינצוגיין צום רבין.

ווען עס איז אנגעקומען זיין רייע אריינצוגיין צום רבי'ן איז ער אריין, אבער נאך איידער ער איז צוגעגאנגען צום רבי'ן איבערגעבן דאס קוויטל האט זיך שוין די רבי אנגעריפן "ר' משה דאס איז דער באשערטער זיוויג, קענסט אהיים גיין". אינגאנצן ציטומעלט גיט א פרעג "וואס?" ער האט געמיינט אז ער הערט נישט קלאר, אבער ר' מאיר דייטש (וועלעכער איז דאן דארט געשטאנען און באדינט דעם רבי'ן) האט איבערג'חזר'ט אז די רבי האט געזאגט אז דאס איז די באשערטע זיוויג און איר קענט אהיים גיין.

זינט דאן איז דער נאמען "יוסי גרין" געווארן א נאמען וואס מ'זעהט כמעט אויף יעדער אידישער מוזיק אלבום וואס קומט ארויס און געווארן א שם דבר בעולם הנגינה. אויף אינזער פראגע אויב ער האלט חשבון און ווייסט וויפיל ניגונים ער האט שוין קאמפעזירט, זאגט אונז יוסי אז ער האט א פאלדער אין קאמפיוטער מיט אלע זיינע ניגונים און ער האלט יעצט אין די נומערען צווישן 510 און 520 ניגונים!! כן ירבו. און ער האט מסביר גיווען אז סתם צו קאמפעזירן א ניגון וואס בלאבט אין די טאש הייסט נישט א קאמפעזיציע. א ניגון הייסט עס נאר ווען דער ניגון ווערט רעקארדירט און עס גייט ארויס לאור עולם און ווערט בעקאנט און געזינגען אויף אן אלבום.

ער מאכט ניגונים נאר לויטן פארלאנג. דאס הייסט, ווען איינער קומט צו אים אז ער וויל קויפן א ניגון פאר אן אלבום וועט ער זיך אראפזעצן און דאן מאכן דעם ניגון לויט וואס יענער ברויך. אוודאי קומט אויס איינס שענער פונעם צווייטן, אבער ער האט נישט קיין סטארעדזש מיט ניגונים וואס ער שיקט ארויס אויפן מארק. ווען א זינגער ברויך א ניגון וועט ער דאס פארפאסן ספעציעל פאר יענעם. און על פי רוב נאר ווען דער זינגער אליין אדער זיינס א שליח איז דורט אויפ'ן פלאץ לעבן אים ביי די פיאנו!!!

ער האט איין פרייז פאר יעדען זינגער און יעדען טעיפ, נישט קיין חילוק ווער דאס איז. און ער זאגט אונז, אדרבא, ער פרייד זיך זייער צו פארקויפן א ניגון פאר א נייער זינגער וועלעכער ער קען העלפן ארויפקומען בעולם הנגינה מיט זיינס א שיינער ניגון. עס איז אים זייער חשוב צו צוהעלפן א נייער זינגער. בדרך אגב זאגט ער אונז אז אין די פרייז פונעם ניגון איז שוין אריינגערעכענט די וואקעלס וואס ער זינגט און מאכט די קווייער פאר יענעם ניגון.

מיר האבן א שטיק צייט פארברענגט איבער א געוויסער פראדוקט און אלבום וואס ער פלאנט ארויסצוגעבן אי"ה אין די נאנטע חדשים, א זאך וואס מיר וועלן מעלדן ווען עס וועט זיין מער נייעס דערוועגן.

ער האט אינז געגעבן צו הערן זיינס א פרישער ניגון געזינגען דורך שלומי גערטנער אויף שלומי'ס נייער אלבום (וואס וועט ארויסקומען ביז געציילטע חדשים) אויף די ווערטער "מי בן שיח שושן חוחים אהבת כלה משוש דודים" א הערליכער ניגון, פול מיט חידושים און נייע תנועות.

(יוסי האט מיר אין איין פאל געגעבן א שטיקל פסק פארן זאגן דאס ווארט "טעיפ", זאגענדיג, דאס איז א פארגאנגעהייט, ווער מאכט נאך היינט טעיפ'ס? עס הייסט אן אלבום אדער סידי.)

אויף אינזער פראגע ווער עס איז זיין רבי אין נגינה, וועמען'ס ניגונים ער גלייכט צו הערן האט ער אינז דערציילט אז זיין נגינה נעמט ער פון ר' בעריש ווישיווער ז"ל, ער איז אלץ קינד אויפגעוואקסן נאר הערנדיג אזעלכע מיני ניגונים. ער פלעגט ביי זיין טאטען אינדערהיים הערן על פי רוב נאר ר' בעריש'ס ניגונים, די שבת'דיגע זמירות ביי זיין טאטען און ביי אים אינדערהיים זענען בעיקר פון ר' בעריש און ער האט זייער א שטארקער געפיל דערצו.

ווי ער דערציילט אינז ארבייט ער יעצט אויף א נייער אלבום מיט א ליקוט פון זיינע (יוסי'ס) אלטע ניגונים, א שטייגער ווי די "שעד'ס אףף גרין" וואס איז ארויסגעקומען מיט בערך צען יאר צוריק.

חוץ זינגען שפילט ער אסאך פיאנאו, יעדעס פלאץ ווי ער דרייט זיך, אין זיין היים, זיין זימער היים און ארבייט, איבעראל פארמאגט ער א פיאנאו ווי ער שפילט זיינע ניגונים, אויך איז ער באקאנט פאר אסאך מענטשן וואס קענען אום פון קאנצערטן ווי ער זיצט און שפילט זיינע ניגונים פארציילנדיג מעשות וועגן די ניגונים און ער איז מסביר זיין פארשטאנד אין זייער פירוש המלות. אלעס טאקע ביים פיאנאו און אויפן סטעדזש.

יוסי איז געווען שטארק באגייסטערט פון די דאזיגער "היכל הנגינה" ווי עטליכע היימישע אינגעלייט טוען דורך נגינה פון יעדען אספעקט און יעדער אלבום אדער זינגער וכדו' ווערט באהאנדעלט און נאך דערצו מיט אזויפיל רעספעקט און כבוד בלי מחלוקת.

אונזער שמועס און אינטערוויו מיט יוסי'ן האט זיך פארצויגן אויף לאנגע שעות אין די נאכט אריין ווי מיר האבן גאר ווארעם פארברענגט און דורך געטוען אסאך ענינים, אזוי אויך פלענער אויף ווייטער, אי"ה.

בלייבט נאר איבער צו וואונטשן פאר יוסי'ן אז ער זאל ווייטער קענען מהנה זיין דעם היימישען עולם מיט זיינע לעכטיגע און הערליכע ניגונים און ער זאל נאר וויסן פון שמחה ונחת אין זיין שטוב א גאנץ לעבן.



צו הערן עטליכע אויסצוגן פון זיין אלבום "שעיד'ס אףף גרין" קליקט דא:
http://www.mostlymusic.com/shadesofgreen-p-2185.html

צו הערן א פריוויו פון זיין לעצטער אלבום "די אכטע נאוט" קליקט דא:
http://www.mostlymusic.com/the8thnote-p-3979.html

צו ליינען אן אפהאנדלונג איבער די "8 נאוט" אלבום דא אין קרעטשמע קליקט דא:
http://www.yiddishworld.com/forum/index ... c&start=20

יוסי האט אן אפיציעלער וועב זייטל וואס ארבייט נאכנישט...
http://www.yossigreen.com/



נ.ב. איך וויל מיך דא עקסטערע באדאנקן פאר יוסי'ן פארן אוועקגעבן פון זיין טייערע און פארנומענע צייט און כאפן שמועס מיט אונז. אבער וואס טוט מען נישט פאר די חברי הקרעשמע..
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28277
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » מאנטאג יולי 13, 2009 11:31 am

הערליך הערליך (די לינקס וועל איך מוזן הערן נאך די דריי וואכן, געדענק עס ארויפצוברענגן דעמאלטס).

עס איז זייער אינטערסאנט צו הערן אז ער זעצט זיך אראפ פארפאסן די ניגונים אין די אנוועזנהייט פון מענטשן, איך וואלט פארשטאנען אז עס דארף הערשן א טאטאלע רואיגקייט און פריוואטקייט ביים אראפברענגן א חידוש פון עולם הנגינה.

אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18576
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע: אין אפיס
פארבינד זיך:

תגובהדורך איך_הער » מאנטאג יולי 13, 2009 11:43 am

צייטי, וואן אוו עי קיינד, זייער שיין, יישר כח. הערליך הערליך אראפ געלייגט.

טיטאניק
שר מאה
תגובות: 215
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יוני 19, 2009 12:05 pm

תגובהדורך טיטאניק » מאנטאג יולי 13, 2009 11:46 am

צייטליך האט געשריבן:אונזער שמועס און אינטערוויו מיט יוסי'ן האט זיך פארצויגן אויף לאנגע שעות אין די נאכט אריין ווי מיר האבן גאר ווארעם פארברענגט און דורך געטוען אסאך ענינים,

איך האב געפילט אז עפעס פעלט פונעם ארטיקל... צייטליך איך בין נישט מוותר אויף די שעות וואס דו האסט געשמועסט מיט אים אין נאכט אריין, גיב אלעס ארויס...

אבער ערנסט גערעדט איז דאס א קלאסישע ארטיקל, א שיינע אינטערוויו, אסאך ידיעות, א שיינעם דאנק פאר די טירחה.

אוועטאר
cano
שר האלפיים
תגובות: 2322
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 28, 2006 5:25 pm

תגובהדורך cano » מאנטאג יולי 13, 2009 1:03 pm

צייטליך האט ער פארפאסט ניגונים פארען אלבום בדידי?

זייער א באלערענדע ארטיקעל, וואו אויך האב איך הנאה געהאט פון די מעשה פינעם הייליגען סאטמערע רב ז"ל, פירסט הענד מעשות מיינען ביי מיר א סך, די חדוש פון די מעשה איז אז נאך פארען ליינען דאס קוויטעל האט ער שוין גענטפערט (סארי פארען זיך באקוועם מאכען אין א נגונה אשכול מיט על הצדוקים).

יעצט צוריק צום נושא, זייער א שיינע אינטערוויא, און עס וועט מיך לגמרא נישט באדערן אז די וועסט ארויסגעבן די צענזורירטע שעות.
דיסקליימער: ווען איך מאך א ספעלינג טעות, איז דאס נישט דיירעקט, עס פשוט א טעות.

וואס
שר חמש מאות
תגובות: 648
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 20, 2007 8:57 am

תגובהדורך וואס » מאנטאג יולי 13, 2009 1:17 pm

יוי קודם שנעל דזשאסט פאר די רעקארד סיז דא יעצט 66 אריינגעסיינטע אין קרעטשמע,רויטע, גרינע, און בלויע... שרעקעדיג, נאך אזאנס נישט געזען
**********************************************************************************************************************************

און צייטליך, האסט מיך מחיה געווען מיט דיין אינטערוויו, אלעס, די אריינפיר, די מעשות, אביסל פון יוסי'ס היסטאריע, שמאלציגע אינפארמעשאן, א נחת, אבער טאמער דערמאנסטו דיך נאך, אפילו קליינע קרישקעלעך פון דאס און יענס וואס ער האט פארציילט, לייג עס אהער.

נאכאמאל, א שקויעך.

mona lamm
שר מאה
תגובות: 132
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 12, 2009 8:31 am

תגובהדורך mona lamm » מאנטאג יולי 13, 2009 1:27 pm

צייטליך האט געשריבן:ער האט איין פרייז פאר יעדען זינגער און יעדען טעיפ, נישט קיין חילוק ווער דאס איז.



וויפיל בעהטער פארא ניגון?



נ.ב. איך וויל מיך דא עקסטערע באדאנקן פאר צייטליך פארן אוועקגעבן פון זיין טייערע און פארנומענע צייט און כאפן א שמועס מיט יוסי'ן. אבער וואס טוט מען נישט פאר די חברי הקרעשמע...[קרעדיט: צייטליך]

אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12466
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.

תגובהדורך צייטליך » מאנטאג יולי 13, 2009 1:41 pm

mona lamm האט געשריבן:
צייטליך האט געשריבן:ער האט איין פרייז פאר יעדען זינגער און יעדען טעיפ, נישט קיין חילוק ווער דאס איז.



וויפיל בעהטער פארא ניגון?



$3000
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.

אוועטאר
bailout
שר האלפיים
תגובות: 2208
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 25, 2008 10:27 am

תגובהדורך bailout » מאנטאג יולי 13, 2009 1:51 pm

א קלאסישע באשרייבונג

ייש''כ צייטליך

יצמח
שר חמישים ומאתים
תגובות: 484
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 19, 2007 4:26 pm

תגובהדורך יצמח » מאנטאג יולי 13, 2009 1:54 pm

א גרויסע שכוח צייטליך,

די אינטערוויא איז א שלל פון אינפארמאציע סיי בעולם הנגינה און סיי בעולם החסידות.

קיפ איט קאמינג

אוועטאר
בןהרחמן
סעקרעטאר
תגובות: 1491
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 27, 2006 1:08 am
לאקאציע: אויפן רעקליינער

תגובהדורך בןהרחמן » מאנטאג יולי 13, 2009 2:03 pm

זייער שיין און באלערנד א ריזיגן דאנק צייטליך,

בפרט נאך אז עס האט נאך א קוויטל מעשה פון רבי'ן זי"ע, ווי אויך איז מיר א שטארקע שמחה צו הען אז מען גייט איבערפרישן ניגונים פון הרה"ח ר' בעריש ווישעווער ז"ל, וואס איך האב צוויי קאסעטען פון זיינע ניגונים ווי שוין ערווענט אין אנאנדער אשכול, און עס איז דא דארט גוטע זאכן וואס מען קען גוט נוצען, איך נוץ אפילו שבת ביי די סעודה איינע פון יענע ניגונים וואס איך האב צוגעפאסט צו איינע פון זמירות, איך האף אז אויב עס גייט ארויסקומען זיינע ניגונים וועט עס זיין מיטן עכטן חסידישן טעם און געשמאק.


-------

דיסקלעימער #1: בשעת ווען איך האב געשריבן מיינע ווערטער האט געפעלט אן איינגערינגעלטע אין צייטליך'ס ווערטער וואס דורכדעם האט זיך מיר גענומען א טעות אז יוסי ארבעט אויף אן אלבוים מיט ר' בעריש ווישעווער'ס ניגונים, אבער דערנאך האט מיך הרב צייטליך מעורר געווען דערויף און פארראכטן אין זיינע ווערטער עס זאל נישט צוקומען צו קיין טעות, ואתכם הסליחה, אבער משנה לא זזה ממקומה, ממילא לאז איך דא מיינע ווערטער אפשר וועט עס עושה רושם זיין און איינער וועט זיך טאקע מרחם זיין איבער ר' בעריש'ס הערליכע ניגונים און ארויסגעבן מיט א געהעריגן געשמאק.
לעצט פאראכטן דורך בןהרחמן אום דינסטאג יולי 14, 2009 9:48 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אוועטאר
לוסטיג
שר האלף
תגובות: 1138
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 23, 2008 1:56 pm

תגובהדורך לוסטיג » מאנטאג יולי 13, 2009 3:04 pm

איך האף אז מיט א פלעינע שקויעך וועסטו זיין צופרידען, ווייל מער קאן איך נישט יעצט, סארי..

גיט און מעכטיג אראפגעלייגט..
אבער צום סוף לאכן מיר דיר אויס, הא..הא..הא..חחח...

יא יא
שר חמש מאות
תגובות: 718
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 31, 2008 11:35 am
לאקאציע: אין ניו יארק

תגובהדורך יא יא » מאנטאג יולי 13, 2009 3:21 pm

קודם כל, יישר כוח צייטליך פאר די הערליכע אינטערוויו און באריכט.
אין א שמועס מיט יוסי גרין ביי א קומזיץ אין די לעצטע פאר חדשים (איך געדענק נישט די דעטאלן) האט ער פארציילט פאר די פארזאמעלטע דארט איבער צוויי נוסחאות איבער די מופת פון זיין געבורט דורך ר' אהר'עלע בעלזא, עפעס איז עס געוועהן אויף יו"כ אדער מוצאי יו"כ, האט ער דארט דערציילט דערוועגן?
עס איז מיר איינגעפאלן א גוטע חתימה אינמיטן די נאכט, אבער כאבעס פארגעסן.
מיין טאטע זז"ג וואלט געזאגט "אז ס'פאלט איין איז א חורבן"

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 22091
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » מאנטאג יולי 13, 2009 3:22 pm

צייטליך ישר כח בשם כל חובשי בית מדרשינו.
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

אוועטאר
דארפסמאן
שר ששת אלפים
תגובות: 6442
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 14, 2006 2:52 pm
לאקאציע: אין דארף

תגובהדורך דארפסמאן » מאנטאג יולי 13, 2009 3:47 pm

צייליך זייער שיין אראפ געשריבען

קיעפ אפ
הכו"ח ר' אברהם דארפסמאן שליט"א
פה ב'דארף יצ"ו -

אוועטאר
שאץ מאץ
שר האלפיים
תגובות: 2885
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 15, 2008 5:01 pm
לאקאציע: איבעראל
פארבינד זיך:

תגובהדורך שאץ מאץ » מאנטאג יולי 13, 2009 6:07 pm

פונקט גערעדט מיט א סיגוט'ע איד ער געדעקט גוט זיין טאטן, ער פלעגט גיין שבת מיט א בעקיטשע און א היט,

זאג פאר ר' יוסי אז די וועלט (עכ"פ אידישע וועלט) האט שטארק הנאה פון זיינע חידושים,

החידוש הזה ראש החידוש
.

ברייטליך
שר חמישים
תגובות: 98
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 05, 2009 7:39 pm

תגובהדורך ברייטליך » מאנטאג יולי 13, 2009 7:11 pm

שכוח צייטליך זייער געשמאק און באלערנד.

איך הער וואס דו זאגסט אז ער פלעגט הערן ר' בעריש ווישאווערס ניגונים, איך בין אבער נייגעריג צו איינער אין זיין משפחה האט אויך א חוש הנגינה און ער ראאאט אין יענעם, אדער איז ער נישט נאר א יחיד במינו נאר אויך א יחיד במשפחתו.

ביטע ווער געוואיר ס'וואלט געוועהן אינטערסאנט צו וויסן.

יישר כח למפרע.
ווי זאגט דער פסוק...על טעיפ וניגון...טאר מען זיך נישט קריגען...

אוועטאר
שעפטיל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 467
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 24, 2007 2:16 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך שעפטיל » מאנטאג יולי 13, 2009 9:05 pm

צייטליך א געוואלדיגע שקויח פאר די 10 אנגעפילטע מינוט של קורת רוח וואס די האסט מיך אריינגעפירט אין דעם וועלטל פון דעם גרעסטן חסידישן קאמפאזער בימינו.
גאנץ אונטערסאנט וועגן ר' בעריש ווישאווער ז"ל, נישט קיין וואונדער וואו מען נעמט אזעלכע ברייטע איידיעס. (לכאו' קול דודי קומט פון א צווייטן.. וק"ל)
טאקע וואונדערליך אז ער זעצט זיך אראפ עקסטער פאר יעדן, עס איז מיר געווען א שטיקל חידוש. אבער אז מען קאן, קאן מען..
בנוגע זיינע קווייערס וואס ער געט מיט, וויל איך זאגן פערזענליך פאר יאסלען: די קול איז טאקע וויאזוי עס איז, אבער די קווייערס זענען וואינדערליך הארציג, סאו קיפ אן! ווי וואנט מאר.
מיר זענען שיך!
קרעדיט: מיכאל שניצלער

אוועטאר
יאנאש
שר שמונת אלפים
תגובות: 8292
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 28, 2006 8:40 pm
לאקאציע: וואו בינעך טאקע?

תגובהדורך יאנאש » דינסטאג יולי 14, 2009 10:52 am

שכוח צייטי, זייער שיין רייך און אינהאלטסאר.

אוועטאר
צום זאך
שר האלפיים
תגובות: 2827
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 25, 2009 3:31 pm
לאקאציע: רעסט עריע

תגובהדורך צום זאך » דינסטאג יולי 14, 2009 12:02 pm

א גרויסן ייש"כ צייטליך פארן הערליכן ביאגראפישען באריכט און אינטערוויו!

אווי רוב עולם, איז מיר אויך געווען (באמת איז עס נאך אלץ..) א חידוש אז זיין נגינה נעמט זיך פון ר' בעריש ווישיווער ז"ל, און נאך גרעסער איז מיר א חידוש אז ער האט זיך גילאזט פארהערן די הוראה! ווייניג מענטשן וואלטן געוויסט דערפון צו זאגן.. תורה וגילה במקו"א..

ברייטליך האט געשריבן:איך בין אבער נייגעריג צו איינער אין זיין משפחה האט אויך א חוש הנגינה און ער ראאאט אין יענעם, אדער איז ער נישט נאר א יחיד במינו נאר אויך א יחיד במשפחתו.

ביטע ווער געוואיר ס'וואלט געוועהן אינטערסאנט צו וויסן.

גראדע קען איך איינע פון זיינע זוהן (אויב כ'מאך נישט קיין טעות הייסט ער מרדכי שמוא-ל) ער פלעגט לערנען אין א ליטווישע ישיבה הארט נעבן די ישיבה ווי איך האב געלערנט און ער פלעגט אסאך אריבערקומען פארברגענגען ביי אונז אין ישיבה (שאא.. דערצייל נישט פאר זיין טאטע...) אונז פלעג מיר עם כסדר אויספרעגן איבער זיין טאטענ'ס נגינה, ער פלעגט אלץ זאגן אז ער האט גארנישט דערמיט, ער האט גע'טענה'ט אז "ער האט נישט קיין שום געפיל צו נגינה"..
פון דעסטוועגן, פלעגט ער אונז פון צייט צו צייט ארויסגעבן פארשידענע סודות פון הינטער די קוליסן איבער פרישע ניגונים און אלבום'ס וואס גייען ארויסקומען.. (א שאד כ'האב דעמאלט נאכנישט געהאט קיין ניק דא...)

שעפטיל האט געשריבן:גאנץ אונטערסאנט וועגן ר' בעריש ווישאווער ז"ל, נישט קיין וואונדער וואו מען נעמט אזעלכע ברייטע איידיעס. (לכאו' קול דודי קומט פון א צווייטן.. וק"ל)

חחח... גוט..

טיטאניק
שר מאה
תגובות: 215
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יוני 19, 2009 12:05 pm

תגובהדורך טיטאניק » דינסטאג יולי 14, 2009 12:11 pm

צום זאך האט געשריבן: א חידוש אז זיין נגינה נעמט זיך פון ר' בעריש ווישיווער ז"ל


אקעי, איך ווארף אדורך אין מיין שארפן מח אלע יוסי גרינ'ס ניגונים און איך זע נישט וועלעכע ס'ענדלט אין ר' בעריש ווישעווער'ס ניגונים, איך פארשטיי אז ער האט ליב זיינע ניגונים, אבער זיין סטייל איז הימל און ערד אפגעריקט פון ר' בעריש.

אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרים אלפים
תגובות: 23408
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

תגובהדורך וויכטיג מאכער » דינסטאג יולי 14, 2009 12:30 pm

ווער זאגט אז ער האט די סטייל?!! דער עולם מישט דא אויס.. נישט זיין סטייל איז בעריש ווישעווער, נאר אין זיין מוח לויפט בעריש ווישעווער..

טראכט גוט אריין, וועסטו פארשטיין וואס איך מיין..
הכונו ל'מעמד אדיר איום אסיפת ה''ניקס'' לטוהר המחנה!!!

טיטאניק
שר מאה
תגובות: 215
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יוני 19, 2009 12:05 pm

תגובהדורך טיטאניק » דינסטאג יולי 14, 2009 12:33 pm

מ'דארף גארנישט טראכטן איך ווייס פונקטליך וואס דו מיינסט, איך האב מיך באצויגן צו די ווערטער:

צום זאך האט געשריבן:
א חידוש אז זיין נגינה נעמט זיך פון ר' בעריש ווישיווער ז"ל

אוועטאר
שעפטיל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 467
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 24, 2007 2:16 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך שעפטיל » דינסטאג יולי 14, 2009 12:37 pm

דער אמת איז ס'שווער צו זאגן אז ער האט געהאט א רבי און נגינה. ס'דא א קאמפאוזער, וועלכע האט א שניט, מען קען גלייך זעהן וועמענס תלמיד ער איז. דא איז אונטערסאנט, יוסי איז פון די איינציגסטע וועלכע האבן בכלל נישט קיין שניט און קיין סטייל אין א ניגון. ביי אים איז דא נאר חידושים, איינס נאכן צווייטן. נאר וואזשע דען? אז מען הערט אזויפיל רבי בעריש ווישעווער אלס קינד זעהט אויס באקומט מען ברייטע פלייצעס...
מיר זענען שיך!
קרעדיט: מיכאל שניצלער

אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרים אלפים
תגובות: 23408
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

תגובהדורך וויכטיג מאכער » דינסטאג יולי 14, 2009 12:41 pm

שעפטיל, זייער גוט ארויסגעברענגט..
הכונו ל'מעמד אדיר איום אסיפת ה''ניקס'' לטוהר המחנה!!!


צוריק צו “היכל הנגינה”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 9 געסט