ק.נ.א. דעלעגאציע שטאט אפ א באזוך אין עיר הנגינה, "סי-געיט'..

ניגונים און זינגערס

אחראי: אחראי

אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרים אלפים
תגובות: 23365
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

ק.נ.א. דעלעגאציע שטאט אפ א באזוך אין עיר הנגינה, "סי-געיט'..

תגובהדורך וויכטיג מאכער » פרייטאג יולי 10, 2009 12:05 am

די באזוך איז שוין געווען פאר צוויי וואכן צוריק, און לויטן פלאן האט צייטליך געדארפט באשרייבן דעם באזוך, און איך מגיב זיין דערויף, צייטליך האט מיר אריינגעשיקט זיין געשרייבעכטס, און איך האב געזעהן אז ס'וועט דארפן אפראוו'ד ווערן דורך 'יוסי'ן', האמער אונז עס געשיקט פאר יוסי, אבער היות ער איז ביזי, האטערעס נאכנישט איבערגעקוקט, קען צייטליך נאכנישט ארויפלייגן זיין באשרייבונג..

אבער דער עולם וויל דאך וויסן וואס דארט איז געווען, איז געבליבן אז איך גיי ארויפלייגן מיין תגובה אויף צייטליך'ס ארטיקל, פאר ער לייגט ארויף די ארטיקל אליין..

דא האט עטס..

האבעך דען נישט געוויסט?.. מ'קען דעם צייטליך נישט געטרויען, האלב פון די מעשה לאזט ער אויס.. איך ווייס נישט פארוואס.. אפשר איז א בושה אז ער איז געפארן אויף 80 מ.פ.ש.?.. איי מין, וואס איז די פראבלעם?..

יו נאו וואט??!! איך גיי איבער שרייבן די מעשה, און אויסלאזן זיינע פרטים..

הער יו גאו..

ווי געמאלדן, האט מיך זונטאג נאכט אנגערופן 'יוסי' גרין, און זיך באדאנקט פארן באשרייבן "די גרינע חתונה".. אזוי רעדענדיג בין איך געוואור געווארן אז 'יוסי' איז א מענטש וואס פארמאגט אסאך אין זיך, און דער עולם דא וואלט זייער שטארק געגליכן צו הערן מער פון אזא מענטש.. ובפרט, וואו געמאלדן שוין אין א אנדערע אשכול, פלאנט 'יוסי' ארויסצוקומען מיט א אלבוים וואס 'אזאונס איז נאכנישט געווען'.. און בתוך הדברים איז ארויסגעקומען אז ער קען נוצן אונזער הילף, האב איך תיכף אפגעמאכט ביי מיר אז איך גיי נעמען עדווענטידזש פון די סיטואציע, איך האב אפגעשמיעסט צו זיין אין קאנטאקט מיט עם, און היות איך בין געווען אויפן גאס און כאנישט געהאט קיין קלאפער געצייג, איז געבליבן אז 'מיכאל' גייט זיין דער פארבינדונגס מאן..

איך האב אנגערופן מאשקע, און נאך אפאר ניקס, און זיי האבן נישט אויפגעהויבן, ביז צייטליך האצעך מרחם געווען אויף מיר און אויפגעהויבן, איך האב עם פארציילט אז איך האב באקומען א קאלל פון 'יוסי'ן', און איך האב עם געזאגט אז איך טראכט פון פארן מארגן קיין סיגעיט, ער האט תיכף צוגעשטימט, און מיר האבן אפגעשמיעסט א זייגער, (איך האב שוין ספעציעל געזאגט א פריערע זמן, ווייל אייביג קומט ער שפעט) קיצר, ס'איז געבליבן אז מארגן 7:00 פארט מען קיין סיגעיט..

דעם קומענדיגן אינדערפרי, שיק איך פאר מיכאל די ארטיקל וואס איך האב געוואלט ארויפלייגן אין 'היכל הנגינה' וועגן 'יוסי'ס' נייע אלבוים, (יעצט ליגטעס שוין דארט,) אז ער זאל פרעגן 'יוסי'ן' אויב איך מעג עס לייגן, און איך האב עם אויך געזאגט אז איך פלאן צו פארן ביינאכט קיין סיגעיט.. ער האט געזאגט אז ער גייט איבערגעבן פאר 'יוסי'ן'..

א שעה נאכן באשטימטען זמן, איז צייטליך געקומען מיט זיין קארעלע צו מיין הויז, איך ווארט ער זאל פארקן אבער ער זאגט אז ער וויל אונז זאלמער פארן מיט זיין קאר, נאו פראבלעם, איך זעץ מיך אריין אין זיין קאר און מ'פארט.. העםם.. לייג נאר אריין די נייע וויזויהייסטעס דארט.. יא, אקעי..

אויפן וועג שיק איך אריין פאר מיכאל אז איך בין אויפן וועג, אבער ער ענטפערט נישט, איך פראביר נאכאמאל, ער ענטפערט נישט, PING PING PING PING, ער מאכצעך נישט וויסענדיג, איך פרעג עם "טאטע וואו ביסטו?"... ער ענטפערט נישט.. איך האב מיך בארואיגט אז סייווי פאר איך נישט נאר צו עם, איך פאר דאך צו 'יוסי'ן', סאו איז ער נישט עוועילעבל.. הו קעיר'ס?.. די קאר וואס איז סטאק אויפן בי קיו אי, האט מיך סאך מער אינטערעסירט ווי דעם..

צייטליך דרייוו'ט גאנץ פיין, אביסל צו שנעל, (פאר מיר צו שטייט..) אבער זייער גוט.. נאכן עם ווייזן ווי צו פארן, זעמער ענדליך אנגעקומען קיין סיגעיט, צייטליך נעמט ארויס זיין נארוואס אפגעלאפענעם דרייווערס לייסענס, און ווייזטעס פאר דעם שוין אויסגעמוטשעטען גארד, יענער ווייזט עם אז ער קען פארן.. העעםם.. וואטש!!! דא איז פול מיט באמפ'ס.. יעדע מינוט.. באם באם!! נאך א זעץ..

בערך 1 מינוט שפעטער זעמער אדורכגעפארן מיכאל'ס הויז, איך זעה אז זיין קאר איז געפארקט אינדרויסן, איך זאג פאר צייטליך, ער איז דא, איי געס זיין פאון ארבעט נישט.. איך פראביר נאכאמאל אריינצוריפן, אבער ער הייבט נישט אויף.. איך זאג פאר צייטליך, גיב א פארק די קאר, און לאמיר גיין צו זיין הויז, איך גיי צו צום טיר, און איך קלינג די בעל, דינג-דאנג.. קיינער ענטפערט נישט, וואס טוט מען דא?.. אפשר גיימער זוכן וואו יוסי גרין וואוינט?.. פלוצלינג הערט מען, הו איז דער?.. אופס.. איינער ענטפערט, (מיט א פארשלאפענע קול..) "וויכי", ענטפער איך.. ער קלינגט צוריק.. בזזזזזז..

איך מאך אויף די טיר, מיכאל שטייט א פארגאפטער, (קוקט אויס ווי יעצט אויפגעשטאנען..) אההה, וויכי.. שאמאלייכעם, זאג איך עם אז היינט איז צייטליך יא געקומען, אההה, א חשובע גאסט, מיכאל זאגט, איין מינוט, איך רוף שוין יוסי'ן, ער קאלט עם אן, און איך הער ווי יוסי זאגט אז ער האלט אינמיטן שבע ברכות, און ער גייט זיין זייער שפעיט אינדערהיים.. כאשוין אנגעהויבן טראכטן וואס וועט דא זיין, אבער מיכאל זאגט, קומט'ס אריין, מאכט'ס ענק באקוועים..

ער פיהרט אונז אריין אין זיין אפיס, (יויש די זיסע אייניקלעך בילדער ליגן אויסגעשירעט אויפן טיש.. קע"ה..) און ער זאגט מיר, הער אויס וויכי, ס'האצעך געמאכט גאנצעטער טשעינדזשעס, 'אבי סינגאלדא' איז נישט עוועילעבל, סאו איך פאר נישט קיין א"י מארגן, (נאכנישט 100 פראצענט, אבער "כמעט" זיכער..) סאו איך גיי אנהייבן פון די פארקערטע סדר, קודם אריינזינגען די ניגונים, און שפעטער הערשט די מוזיק, סאו אונז דארף מער שוין יעצט ארגענעזירן די סדר פונעם אלבוים.. און נאך אפאר זאכן..

אונז האמער זיך באקוועים געמאכט אין די אפיס, מיכאל האט אריינגעברענגט וואסער, (מער האמער אונז נישט געלאזט..) און מ'האט אנגעפאנגען איבערצוגיין יעדן ניגון, צייטליך, וואס זאגסטו, האב איך איבערגעטריבן ביי מיין באשרייבונג?.. נאופ, עבסעלוטלי נאט!! אונז הער מיר נישט אויף צו לאכן.. יעדע ניגון פאר זיך איז א חידוש, צו אידאס א שטייטע ניגון מיט געפיהל, צו איזעס א לעבעדיגע ניגון וואס די גאנצע איידיע איז פאני, צו נאר די גראמען, אבער יעדע ניגון איז אינטערעסאנט..

נאכן אפציילן די ניגונים, האמער געזעהן אז ס'דא צופיהל, מ'האט געמוזט אפטיילן די ווערטער פון די ניגונים, מ'האט יעדן ניגון געגעבן א נאמען און א נאמבער, און מ'האט אנגעפאנגען עס אויסצושטעלן, א שנעלע, שטייטע, לעבעדיג נאך טרויעריג א.א.וו. ס'איז נישט געווען פאר אונז צו מאכן די שווערע דיסיזשען וועלעכע פון די 17 ניגונים גייט מען נישט ארויפלייגן אויפן אלבוים..

דערנאך האמער ארומגערעדט וויזוי ס'גייט צו דאס מאכן די מוזיק, דאס אריינזינגען, און די מיקסן, מיכאל האט פארציילט וויזוי מ'פלעגט אמאל מאכן די מוזיק, די טרעקס, (פאר מער קענט איר ליינען די אשכל פון "וויזוי מאכט מען א שלוה סידי"..) ער האט צוגעלייגט אז ער געדענקט נאך די צייטן ווען ס'איז נאכנישט געווען די היינטיגע טעכנעלאגיע, און אלעס איז געליגן אויף די גרויסע ראלל'ס, יעדעס מאל ביים מיקסן, האט זיך איין ראלל פארלוירן.. זאגטער, ספעציעל געדענקטער, אז ביים מיקסן זיין ערשטע 'יודישע' טעיפ, 'די נשמה פלאם', האט מען אינמיטן מיקסן באמערקט, ווי איין טרעק האט זיך עפעס אויסגעצויגן און צוריסן.. צייטליך, זאג זיי וויזוי אונז האמער געלאכט.. ער האט אראפגעלייגט די זאך, אונז האמער נישט געקענט אטעמען פאר געלעכטער.. (דזשאסט פאר די רעקארד, דא האט מאשקע אריינגעהאקט, ער האט עפעס געוואלט אויפן בב..)

און דאן האט 'יענקי קטינא' אריינגעשיקט א ווידיאו וויזוי מיכאל זינגט 'חזנות' ביי א חתונה, יא, חזנות!. אוי האטער אראפגעלייגט א שיעור המעלות.. איך האב נישט קיין מושג וויזוי די חברה דארט זענען געזיצן גראד, ווייל מיינע מילצן האבן דאס שיעור נישט דורכגעטראגן...

מיר האבן צוגעגענדיגט די ארבעט וואס מיר האבן געוואלט, און איך האב געזאגט פאר מיכאל אז ס'איז שוין כמעט 11:00, און אונז וויל מער גיין, ער זאל נאך געבן א קאל יוסי'ן צו ער איז דא, מיכאל נעמט זיין טעלעפאון, הערשט יעצט זעהט ער, דארט שטייט "וויכי סעז פינג! פינג! פינג!".. ער האט אנגערופן יוסי'ן, ער האט עם געזאגט אז ק.נ.א. האט אראפגעשיקט צוויי ריפארטער'ס 'וויכי' מיט 'צייטליך', יוסי האט געזאגט אז ער ווארט אונז פארענט פון זיין הויז, ביי זיין קאר.. מיכאל האט עם געזאגט אז ער וועט אונז שוין ווייזן דעם וועג אהין, און ער האט צוגעלייגט, אז ער וועט שפעטער נאכקומען..

מיכאל האט אונז געגעבן דיירעקציעס אנצוקומען צו יוסי'ן, און מיר האבן זיך באדאנקט, און געזעגענט, ער האט צוגעלייגט אז ער ווארט אונז צו זעהן אויף די שיף.. און אונז זעמער אריין אין צייטליך'ס קאר, און מ'פארט, העעעעם...

מאך א לינקס דא, יא, דא דא דא.. אט אזוי, אקעי, יעצט מאך א רעכטס.. (קרעדיט: מיכאל) אהה די שווארצע קאר דא, איך מיין אז דא וואוינט יוסי.. אזוי זעמער געפארן א האלבע מינוט, און איין קאר האט אנגעצינדען די העדלייט'ס, און ס'וואקן ארויס דערפון א משפחה, אונז קומער נענטער זעה מיר אונז אז יא, הילד איננו, דער יוסי איז דא.. צייטליך מאכט אויף די פענסטער, און איך זאג הויעך (אסאך אירע רופן עס שרייען..) "יוסי"!!! ער קוקט אריין אין די קאר, איך זאג עם, וויכי.. אהההה.. וויכעלע, שלום עליכם, זאגטער, אריינלייגענדיג זיין הענט אין די קאר, דורכן פענסטער, וואס מאכסטו?.. ב"ה, זאג איך, דאס איז מיין קאלעגע, ער רופצעך צייטליך, זאג איך עם ווייזענדיג אויף צייטליך.. ער גיבט עם שלום, און איך וואק ארויס פון די קאר, און צייטליך איז געגאנגען פארקן די קאר..

וואס האט יוסי געזאגט?..

אה, אז איר ווילט וויסן, וועט איר מוזן ווארטן אויף די המשך...
לעצט פאראכטן דורך וויכטיג מאכער אום פרייטאג יולי 10, 2009 12:31 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
הכונו ל'מעמד אדיר איום אסיפת ה''ניקס'' לטוהר המחנה!!!

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28277
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » פרייטאג יולי 10, 2009 12:19 am

איר קענט מיר אפשר געבן אנווייזונגען וויאזוי מען קומט אן פון סיגעיט צו די קאנטרי??? איך האב פארגעסן מיטצונעמען מיין שטריימל בעקיטשע, און דא בין איך שטעקן געבליבן מיט די חברה אין סיגעיט.

הילף.................!!!!!!

אוועטאר
שאץ מאץ
שר האלפיים
תגובות: 2885
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 15, 2008 5:01 pm
לאקאציע: איבעראל
פארבינד זיך:

תגובהדורך שאץ מאץ » פרייטאג יולי 10, 2009 12:27 am

נו?
איך כאפ מיך נאכנישט דעם אטעם, שרייב ווייטער יייווו,
דו ווערסט מיר א ערנסטע ריפארטער, אלע גרויס לייבן האבן רעספעקט פאר דיר,
איך האב דרך ארץ,
.

אוועטאר
jewish_audio
שר מאה
תגובות: 216
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 14, 2009 12:00 am

תגובהדורך jewish_audio » פרייטאג יולי 10, 2009 1:03 am

וויכי ביסט נישט גערעכט...
איך האלט נאך 2 טעלערס טשולענט אין איך וויל נישט זאגען וויפיל סלייסעס קוגל... אין איך ווארף מיר ווי א לולב פאר געלעכטער. כ'מיין ווייטער דארף איך נישט זאגען
דזשאסט קידדינג........
סאיז א צוקער זיסע ארטיקל.... קיעפ עמ קאמינג....
:lol: :grin:

יא יא
שר חמש מאות
תגובות: 718
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 31, 2008 11:35 am
לאקאציע: אין ניו יארק

תגובהדורך יא יא » פרייטאג יולי 10, 2009 8:53 am

יויש איז דאס מעידשאר, איך בין זיכער אז די שמועס מיט יוסי איז געוועהן א היט ענד ראן עמיין א האום ראן, כקען נישט ווארטן פאר די המשך. לעצט גאו דאנט מעיק אס וועיטינג טו מאטש לאנגער.
עס איז מיר איינגעפאלן א גוטע חתימה אינמיטן די נאכט, אבער כאבעס פארגעסן.
מיין טאטע זז"ג וואלט געזאגט "אז ס'פאלט איין איז א חורבן"

טיטאניק
שר מאה
תגובות: 215
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יוני 19, 2009 12:05 pm

תגובהדורך טיטאניק » פרייטאג יולי 10, 2009 9:06 am

כעל דיר זאגן דעם אמת וויכי, נישט אויף דעם האב איך געווארט, האסט מיך געלאזט מיט די צונג אינדרויסן, די עיקר האב איך געוואלט די צווייטע חלק, איך האב גענוג עגמת נפש פון די באלייכטונגען וואס ציען מיר אן מיינע נערוון מיט פארזעצונגען יעדע וואך... אבער פארפאלן א גוטע שרייבער ווי דו באשרייבט דעם טפל אויך זאפטיג, נו האב איך הנאה געהאט, און פארדעם, ישר כח.

אוועטאר
bailout
שר האלפיים
תגובות: 2208
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 25, 2008 10:27 am

תגובהדורך bailout » פרייטאג יולי 10, 2009 9:16 am

וויכי אויב די ווילסט בעסער אנציען דארפסטו ענדיגן ''וואס האט וויכי געענטפערט''.

אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרים אלפים
תגובות: 23365
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

תגובהדורך וויכטיג מאכער » פרייטאג יולי 10, 2009 9:26 am

טענקס עווריבאדי..

יעצט איז אנגעקומען די נייעס אז 'יוסי' האט אפראווד די ארטיקל פון צייטליך.. ס'וועט ווארשיינדליך זיין ארויף מאנטאג, ווען צייטליך קומט צוריק פון אפרוה..
הכונו ל'מעמד אדיר איום אסיפת ה''ניקס'' לטוהר המחנה!!!

אוועטאר
join us
שר חמישים ומאתים
תגובות: 357
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 06, 2008 6:05 pm
לאקאציע: און מיין שיך

תגובהדורך join us » פרייטאג יולי 10, 2009 9:30 am

וויכיל די ביסט א איך וויל נישט זאגן וואס .!.!.

עס איז פינקט ווי איינער וואס האלט א דיקן סענדוויטש אין זיין האנט אין מאכט א ברכה ברוך אתה ד' .. קומט איינער אין געט אכאפ אוועק די סענדוויטש אין ער נעמט זיך שרייען נא! נא ! ברררכככהה נא!נא !

די זעלבע האסטו געטוהן מיט אינז דא עס קומט צו די ריכטיגע זאגסטו המשך יבא

וואלוועלע
שר חמש מאות
תגובות: 632
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 26, 2008 8:34 am

תגובהדורך וואלוועלע » פרייטאג יולי 10, 2009 9:52 am

וויכי עז יוזשעאל גוט. יעך האף אז יוסי ענדזשויעט דיר אויך אזוי ווי מיר ענדזשויען דיר דא און קרעטשמע

אוועטאר
קעכער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 380
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 18, 2006 10:40 pm
לאקאציע: אין קאך

תגובהדורך קעכער » זונטאג יולי 12, 2009 12:36 pm

יו מאכסטו מיך נייגעריג, איך קען שוין קוים ווארטען אויף די פארזעצונג.

זייער שיין באשריבען.. קיפ איט אפ..

נעקסט טיים די דארפסט איינעם צו פארען קיין סיגעיט קענסטו מיר רופען...

אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18576
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע: אין אפיס
פארבינד זיך:

תגובהדורך איך_הער » זונטאג יולי 12, 2009 4:22 pm

וויכי, כאדער שוין געענטפערט אז ס'איז גוט? כ'דענק נישט.

איך מידער זאגן אז דו ביסט געוואלדיג, אזוי ווי שאץ האט געשריבן, די חברה האבן פאר דיר דאס קאדאכעס, (ס'איז א מין קוגל, צוגעטרינקען מיט וואסער.) זיי לאזן זיך אלע אראפ צו דיר, פארפאלן דו מאכסט א גוטן זשאב, האלט אן.

יישר כח.

אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12466
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.

תגובהדורך צייטליך » מאנטאג יולי 13, 2009 9:16 am

וויכי, וואס זאל איך דיר זאגן? ביסט אנריעל? ביסט מעכטיג? ביסט א ריזיגער שרייבער? ברענגט פארן עולם דמיונות ווי מ'איז דארט? וכהנה וכהנה? דאס שרייבט דאך שוין יעדער און דאס איז באוויסט בפי כל.

אבער אלץ איינער וואס איז געווען מיט דיר דארט אינאיינעם מיז איך מודה אז איך האב נישט גארנישט! נאכמאל, גארנישט וואס צוצילייגן.

די האסט דא אראפגעשריבן יעדען דיטעיל, יעדער שארך און געניץ, אלעס. די האסט אן אייזערנער זכרון (עה, כ'מיין עס נישט עכט, ס'איזנאר אזא אויסדריק, קיין אייזערנער זכרון איז נישט פארהאן, מ'ניצט עס נאר פאר אזא איינער ווי די וואס געדענקט פון היינט ביז צוויי וואכן ארום פונקט ווי פאר פיר מינוט צוריק.)

וויכי נאדער דא אפאר פון די גרינע, איך האב נישט קיין סאך דערפון, איך האב זיך ספעציעל אנגעשטרענקט דיר דאס צו ברענגען. ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p-
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.

אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12582
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

תגובהדורך מאשקע » דינסטאג יולי 14, 2009 10:32 am

משוגע + גוט = משוגע גוט.
An article a day keeps the babies away

אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרים אלפים
תגובות: 23365
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

תגובהדורך וויכטיג מאכער » פרייטאג יולי 17, 2009 3:27 pm

המשך...

היות צייטליך האט אזוי שיין אראפגעלייגט די אינטערוויא, וועל איך נישט איבערשרייבן וואס ער האט שוין געשריבן, נאר איך וועל שרייבן די אנדערע דעטאלן וואס צייטליך האט פארפעהלט..

צום אלעם ערשטן, א_וואו צייטליך האט שוין ארויסגעברענגט, האט 'יוסי' באוואונדערט די היכל הנגינה דא, ער זאגט אז ער האט דא אריינגעוואנדערט, ווען איינער האט עם געוויזן די באשרייבונג פון די "גרינע חתונה".. ס'איז מיר זייער געפאלן, ס'איז זייער גוט געשריבן, זאגטער, ער האט אבער צוגעלייגט, אז ער מוז מיך פארבעסערן, איך האב געשריבן אז ביי די חופה איז געווען א "סימפאני סעקשאן".. ס'הייסט נישט "סימפאני, ס'הייסט "קווארטאט", זאגטער..

ער זאגט אז ער האט געזעהן וויזוי דער עולם פארברענגט דא מיט אזא פארגעניגען, ספעציעל איז עם געפאלן די יודיש געשרייבעכטס, און די הומאר מיט וואס אלעס ווערט דא צוגעספייסט... "ס'איז מיר זייער אינטערעסאנט, ס'מורא'דיג" האטער אויסגעפיהרט..

איך האב עם געזאגט אז איינער דא האט געשריבן אז "איך וויל הערן יוסי גרין זינגען ווען ער איז הייזעריג".. יוי האט ער געלאכט..

יוסי האט מיך געפרעגט פון וואו איך האב געוויסט די אלע דעטאלן פון די 'גרינע חתונה', "ביסט דארט געווען"?.. פרעגטער.. איך האב עם געזאגט אז איינע פון אונזערע קארעספעדאנטן האט איבערגעגעבן א ריפארט, מיט א ווידיאו, און ער האצעך טאקע דערמאנט פון וועם איך רעד, ער האט מיר געזאגט, אז ער ווארט אז ס'זאל אנקומען פראפעשענעל ווידיאו פון די חופה, וואו מ'הערט 'אלעס', אפילו די נייע ניגונים, און ער האט מיר אויך פארשפראכן, אז ער גייט עס געבן פאר 'היכל הנגינה' עקסלאסיוו.. (ער האט מיך די וואך געמאלדן אז ער האטעס שוין, און ער גייטעס שוין שיקן, און נאך די ניין טעג גייטעס אי"ה ארויפגיין..)

פלוצלונג הערט מען א ווידער קול.. יוסי!!! דערקענסט מיך??!!. אונז דריימער זיך אויס, 'מיכאל' איז געקומען צו שפאצירן, ער זאגט אז זיין דאקטער האט געהייסן אז ער מוז וואקן, כדי אפצופאלן אפאר פונט, סאו יעצט וואקטער שוין פאר איבער 5 מינוט, וויל ער וויסן צו מ'דערקענט עם נאך, אדער ער איז שוין אינגאנצן דאר.. חחחח...

דאן האצעך פארוויקלט א שמיעס צווישן 'מיכאל' 'יאסי' 'צייטליך' 'וויכי', קודם שטייצעך איבער 'אייוועלט', יעדער האט געווארפן קאמפלימענטס אויף אונזער ריכטונג.. דערנאך איבער מיכאל'ס עקסערסייז פראוגרעם.. זיין דייעט.. יוי האמער אונז געלאכט.. איך וואלט געשריבן ווייטער, נאר היות די שמיעס האצעך שוין געגרעניצט מיט ליצנות, ווילעך נישט שרייבן ווייטער..

דערנאך האב איך געבעטן אז מיכאל זאל זיך שטעלן פאר א פיקטשער מיט יוסי.. ווי א טאטעלע האט ער געפאלגט, זיי האבן זייער שיין געפאוזט.. און מיכאל האט געבעטן, אז אויב איך לייג ערגעץ די פיקטשער, זאל איך צושרייבן ווער ס'איז וואס, ווייל היות ער איז שוין דאר, האט ער מורא אז דער עולם וועט זיך פארמישן.. סאו זאל איך ארויסשרייבן ווער ס'איז ווער...

מיכאל איז זיך געגאנגען זיין וועג, און אונז האמער ווייטער געצויגן די שמיעס.. א_וואו צייטליך האט שוין דערמאנט, האמער גערעדט פון ר' בעריש ווישעווער, יוסי האט ארויסגעברענגט זיין קשר צו ר' בעריש ווישעווער, ער זאגט א אינטערעסאנטע זאך.. "וואו איך גיי נאר, ווער איך כסדר אינטערוויא'ד.. די ערשטע זאך וואס יעדער פרעגט איז, ווער איז געווען דיין רבי אין נגינה?.. און זיי פרעגן, קארלבאך?.. וואס?!.. האט יוסי געגעבן א שריי.. איך האב ביי מיין טאטן אין שטוב נישט געוויסט אז ס'דא אזא זאך וואו קארלבאך.. אלעס איז בעריש ווישעווער.. יעדע טראפ סוקסעס וואס איך האב נאר געהאט, גיב איך קרעדיט פאר "ר' בעריש"!! האט ער אויסגעפיהרט...

ער זאגט אז זיין טאטע פלעגט יעדע וואך זינגען א צווייטע שלום עליכם, און אלעס נאר פון ר' בעריש.. ער האט ארומגערעדט פון ר' בעריש, אז ער איז געווען א יוד א צדיק, און איז אומגעקומען עקד"ה, הי"ד.. ער זאגט ר' בעריש איז באקאנט אלץ א בעל מנגן, ער פלעגט מאכן ניגונים, ווייניג יודן ווייסן אבער, אז דער יוד איז געווען א ערליכע יוד, א יוד א צדיק..

(שפעטער ווען מיר זענען געווען אין זיין קאר, האט ער אנגעצינדן א סידי ווי איינער זינגט געוויסע ניגונים פון ר' בעריש ווישעווער, אריינגערעכענט די נעניום ניגון, יוסי האט זיך געווישט די טרערן, און ער זאגט מיר, "וואו הערט מען נאך היינט אזאכע ניגונים"?.. אי"ה אין די נעקסטע פארזעצונג..)

מיר זענען פארוויקעלט געווארן אין א שמיעס וועגן זיין קאמפאוזען ניגונים.. צייטליך האט שוין אראפגעברענגט אביסל.. ער זאגט אז ער מאכט פאר יעדן א ניגון בשעת ווען יענער איז דארט.. "אויב דו ווילסט זעהן, קום אריבער ביי די נעקסטע קומזיץ וואס איך מאך, און ברענג מיר מיט ווערטער וואס דו ווילסט איך זאל אויף דעם מאכן א ניגון, און איך וועל דיר ווייזן וויזוי איך מאך דיר א ניגון"..

אז מ'רעדט שוין פון קומזיצ'ן, האב איך עם געפרעגט וועגן די קומזיץ יעדן מוצאי שבת נחמו, האט ער מיר געזאגט, אז איך קען קומען, ס'איז זייער אינטערעסאנט, דארט זיצן אסאאך שיינע יודן, און מ'שמיעסט אויס יעדע תנועה'לע פון וואנעט ס'שטאמט, און פארוואס די ווערטער, אדער די סטייל ניגון.. ס'איז זייער אינטערעסאנט..
(פאר מער, וועט איר ליינען אין די קומענדיגע פארזעצונג.. ס'לוינצעך צו ווארטן..)

דאן האטער אנגעפאנגען צו רעדן וועגן זיינע אלבוים'ס, קודם, די "שעיד'ס אוו גרין-טיימלעסס.." וואס ער האלט יעצט אינמיטן.. (יוסי האט געפרעגט צייטליך צו ער ווייסט וויזוי מ'זאגט 'טיימלעסס' אויף יודיש.. און ער ענטפערט "צייטליך".. חחח..) אויף אונזער פראגע פארוואס ס'הייסט נישט פשוט 'שעיד'ס אוו גרין #2'?.. האטער געענטפערט, "האסט שוין אמאל געזעהן א מענטש קופן א חלק ב'"?.. אויב א מענטש האט נישט חלק א', וועט ער קיינמאל נישט קויפן קיין חלק ב'.. (אוי זאגטער גוט..)

צייטליך האט פארציילט פאר יוסי'ן וועגן זיין ריפארט אויף די 8'טע נאוט, און יוסי האט ברייט ארומגערעדט דערוועגן, ער האט מסביר געווען אז ער האלט -וואו געזאגט אויפן טעיפ- אז די אכטע נאוט גייט זיין אלע זיבן נאוט'ס, מיט א פערפעקט הארמעני, צייטליך האט פראבירט צו ווייזן קענטעניסן, מ'האצעך אביסל ארומגע'טענה'ט.. און יוסי האט יעדע זאך אזוי שיין צולייגט, און צום סוף האמער אונז טאקע איינגעזעהן פארוואס ער איז טאקע 'יוסי גרין'.. אזוי גוט ארויסצוהאבן א נאוט.. דארף מען קענען..

דאן זעמער אריבער צו די היינטיגע זינגערס, קאמפאוזער'ס.. קודם האב איך עם געפרעגט צו ער קען זיך מיט 'ר' משה גאלדמאן' זז"ג.. ער זאגט, אז ער האט א אינטערעסאנטע זאך צו זאגן אויף ר' משה'ן.. "נאך יארן צוריק, נאך יעדע טעיפ וואס איז ארויסגעקומען מיט מיינע ניגונים דערויף, האט מיך אנגערופן 'עפעס א יונגערמאן'.. ער האט געזאגט אז ער הייסט 'משה גאלדמאן'.. און ער מאכט אויך ניגונים, און ער האט מיר פשוט געוואלט קאלן זאגן וואו שיין מיינע ניגונים זענען.. יעדעס מאל עקסטער, און נישט פלעין געזאגט 'ס'איז שיין'.. נאר יעדעס מאל געזאגט, "די תניעה איז זייער שיין", "די קנייטש געפעלטמער מורא'דיג".. איך האב געזעהן אז 'דער יונגערמאן פארשטייט גוט'... איך בין ממש נתפעל געווארן פון דעם יונגערמאן, איך האב עם דאן נאכנישט געקענט, און ער האט מיך יעדעס מאל עקסטער אנגערופן, היינט קען איך עם שוין גוט, ער מאכט הערליכע זאכן.. "זאל ער טאקע זיין געזונט און שטארק".. האט ער אויסגעפיהרט..

איך האב עם דאן געזינגען אפאר ניגונים פון ר' משה, וואס איך האלט זענען זייער זייער שיין, און יוסי האט עס טאקע באוואונדערט... און אז מ'האט שוין געזינגען, האט מען שוין אויך געזינגען אפאר פון 'יוסי'ס' ניגונים וואס ער האט געמאכט, וואס איך בין מורא'דיג נתפעל דערפון.. און ער האט אונז געזאגט אויף געוויסע ניגונים אז דאס גייט טאקע זיין אויף די נייע "שעיד'ס אוו גרין"..

איך האב באמערקט איין זאך, יוסי איז א מורא'דיגער פארגינער, אויף יעדן איינעם האט ער געהאט א גוט ווארט צו זאגן..

(ביי א געוויסע פוינט, זאג איך עם אז איך גיי שרייבן "יוסי גרין, די נאמבער 1 קאמפאוזער".. זאגטער, שרייב נישט נאמבער 1, איך מאך טאקע שיינע ניגונים, אבער ס'דא נאך שיינע קאמפאוזער'ס..)

דערנאך זעמער אריינגעפארן צו די נייעם פראיעקט וואס יוסי האלט אינמיטן, און ער קען נוצן אונזער הילף, איך האב עם געפרעגט צו ער וויל אונז אויף די קווייער.. און איך האב עם אנגעצינדען אונזער טעיפ "בידידי", ער האט דאס זייער געגליכן, און ער האט געזאגט אז ער זעהט טאקע אז ער האט דא צו טוהן מיט די ריכטיגע חברה..

איך האב געזעהן אז ס'ווערט שוין "פרי", שפעט האט שוין נישט געקענט ווערן, ס'איז שוין געווען נאך 12:00, האב איך געזאגט פאר יוסי'ן אז איך וויל אריין אין זיין קאר הערן די ניגונים וואס ער האט, צו פון בעריש ווישעווער, צו פון די נייע אלבוים פאר "שלומי גערטנער" צו פאר זיין "סורפרייז" אלבוים, ער האט אונז גראד צוגעפיהרט צו זיין "אודי".. און מ'האמער זיך אריינגעזעצט, וויכי פון פארענט, (פארשטייצעך..) און צייטליך פון די בעק...

וואס האט מען געהערט?... וואס נאך האט צייטליך אויסגעלאזט?.. וואסערע סודות האט אונז "יוסי" אנטפלעקט?...

איך קען ענק זאגן איין זאך, ס'לוינצעך צו ווארטן....

גוט שבת..
הכונו ל'מעמד אדיר איום אסיפת ה''ניקס'' לטוהר המחנה!!!

אוועטאר
שעפטיל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 467
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 24, 2007 2:16 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך שעפטיל » פרייטאג יולי 17, 2009 3:43 pm

וויכי א גרויסן שקויעח, וויכי נאמבער 1 אינטערוויוער, אפילו ס'דא אנדערע.. (ווייל קיינער האט נישט קיין לייטס אויפן יוקאן..כככ.. גוט..)
מיר זענען שיך!
קרעדיט: מיכאל שניצלער

אוועטאר
צום זאך
שר האלפיים
תגובות: 2827
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 25, 2009 3:31 pm
לאקאציע: רעסט עריע

תגובהדורך צום זאך » פרייטאג יולי 17, 2009 5:02 pm

יו ביסטו גוט וויכי..
כ'איין מאזעל האסט א יוקיש מיט בלינצערס.. וויאזוי דען וואלסטו אזוי שנעל דורכגעמאכט די וועג פונעם הודסאן צום שפיטאל.. און פון דארט צו סיגעיט??..
איבעראל קומט ער אן..

אוועטאר
jewish_audio
שר מאה
תגובות: 216
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 14, 2009 12:00 am

תגובהדורך jewish_audio » זונטאג יולי 19, 2009 1:04 am

ווי זאגט מאשקע משיגע + גוט = גוט משיגע.... כ'מיין פונקט פארקערט....

נאכן לייענען די 2טע פון ......איין באשעפער ווייסט וויפיל..... פארזעצונגען, קען איך צולייגן נאך עפעס צום מעט בוק

אינטערעסאנט + משוגע גוט + תוכן'פול + זיס + הומאריסטיש =????..... סארי איך האב אויך נישט אויסגעהערט די ענגליש טיטשער ביים זיך גארגלען אויפן בלעק באורד...
אבער איך קען נישט ווארטן אויפן נעקסטן פארזעצונג.....

אוועטאר
סאכדעס
שר עשרים אלפים
תגובות: 20443
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

תגובהדורך סאכדעס » זונטאג יולי 19, 2009 1:54 am

וויכי, דו ביסט מיך מהנה, יישר כוח.

אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרים אלפים
תגובות: 23365
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

תגובהדורך וויכטיג מאכער » זונטאג יולי 19, 2009 11:31 pm

המשך..

ווי נאר אונז זעמער אריין אין די קאר, האב איך געזעהן אז יוסי איז פון מיינע מענטשען, א פולי לאודעד קאר, מיט אלע פיטשיפקעס, א סידי פלעיער, זייער סעפיסטיקעיטעד, א_וואו ס'פאסט פאר אזא יוד.. אבער איך גלייב אז ס'אינטערעסירט נישט קיינעם וויזוי די סידי פלעיער קוקט אויס, נאר וואס מ'האמער ארויסגעהערט דערפון..

ווי נאר יוסי האט אנגעצינדן די קאר, האט זיך גראד אנגעצינדן א סידי ווי איינער זינגט בעריש ווישעווערס ניגונים, זעהט אויס אז ער האטעס פונקט געהאלטן אינמיטן הערן ווען ער האט אויסגעלאשן די קאר ס'לעצטע מאל.. ער האט אויפגעמישט די נענועים ניגון, ווי יענער זינגט עס, און יוסי -וועלעכער איז אויך באקאנט אלץ א געלונגענער פיאנאו שפילער- שפילט פיאנאו.. מ'האט געקענט שפירן די ערענסקייט אין די לופט, אונז זעמער געהעריג געווען אין א אנדערע אטמעספעהר.. ס'איז געווען אזוי שיין, ווען בשעת'ן הערן, ווארפט יוסי אריין העליכע קארד'ס..

אויך האמער געהערט אנדערע ניגונים, ווי ברוך ה' יום יום, הערליך.. זייער גוט אראפגעלייגט, און ווי דערמאנט, באגלייט מיט פיאנאו, דורך 'יוסי'ן'... ביי איין פלאץ ווען כ'האב באטראכט יוסי, ווי ער איז נתרגש, און ער ווישט זיך די טרערן, ער האט געזעהן ווי איך קוק אויף עם, זאגטער מיר, "זאג דו מיר, איז נאך דא היינט אזעלעכע ניגונים?.. ס'איז נישטא!!! קיינער קען דאס נישט!!"...

איך וועל גיין ווייטער, ווייל איך קען עניוועי נישט דעסקרייבן וויזוי אונז האמער געפיהלט...

דערנאך האמער געהערט די נייע אלבוים פון "שלומי גערטנער", כ'מיין אז איך האב שוין ערגעץ געשריבן, 'יוסי' האט אויף דעם אלבום 5 ניגונים, ער האט אנגעצונדן וואו שלומי זינגט זיין ניגון "מי בן שיח".. א הערליכע ניגון, מ'האט דערקענט אז ס'איז נאכנישט געמיקס'ד, אבער ס'איז געווען הערליך, און יא, מ'האט געהערט יוסי'ן אין די בעקראונד.. ער לייגט אריין זיינע זיסע שטיקלעך, יויש איז ער גוט!.. סיי די ניגון איז שיין, און סיי די קווייער...

איך האב געפרעגט יוסי'ן בנוגע "מודים אנחנו" פון" שלומי טוסיג".. אויב ער איז דער וואס פארלאנגט אז זיינע ניגונים זאלן ווערן געזינגען אויף די ליטווישע הברה, אויף דעם האט יוסי געזאגט, "טריי עס צו זינגען אנדערש".. איך האב געטרייעט, און איך האב תיכף פארשטאנען וואס ער מיינט.. ער זאגט מיר, "איך פאלאנג עס?.. די ניגון פארלאנגט עס"...

איך האב דאן געוויזן פאר יוסי'ן די אשכול "וויפיל קאסט א ניגון?".. איך האב צוגעשריבן דארט וואס ער האט מיר געזאגט, און ער האט איבערגעזאגט, "איך האב איין פרייז פאר א ניגון, און דאס איז 3,000 דאללער, אבער דאס אינקלוד שוין די קווייער"... איך האב עם געפרעגט אויב איינער נעמט נישט די קווייער, צו יענער באקומט א דיסקאונט, זאגטער, ניין.. בכלל האב איך נישט ליעב ווען א צווייטער מאכט די קווייער אויף מיין ניגון.. איך קען עס באשטיין צו מאכן, אבער אויב יענער וויל נישט, איז עס זיין פראבלעם, דאס איז מיין פרייז..

אויך האטער איבערגעזאגט וואס ער האט שוין געזאגט פריער, ווען איך האב עם געפרעגט צו א ניגון פאר "אברהם פריעד" אדער "מרדכי ווערדיגער" איז עם נישט ענדערשער, ווייל ער ווערט מער פאפולער, זאגטער "וויכי, איך בין שוין פאפולער, אוודאי איז עס א גוטע פילינג אז 'אברהם' אדער 'מרדכי' האבן דיך אויף זייער אלבוים, אבער די גוטע פילינג אז א נייע זינגער קומט ארויס אויף די מארקעט, און איך האב געהאט א חלק דערין, איז סאאך שטערקער".. ער זאגט, "אויב לכבוד דעם האט א זינגער געזינגן פאר חתן כלה און זיי משמח געווען, און דער זינגער מאכט נאך פרנסה דערפון, האצעכעס שוין געלוינט".. און ער האט צוגעלייגט, "פארגעס נישט, דאס איז נישט מיין פרנסה, דאס איז א האבי"...

יוסי האט אונז געזאגט אז ער האט נאך צוויי ניגונים אויף 'שלומי גערטנער'ס טעיפ'.. איינס איז "העפי בוירט-דעי"... איך פרעג איבער וואס?.. "העפי בוירט-דעי"?.. יא זאגטער.. נישט אויף ענגליש, נאר אין יודיש... און ווי ער האט מיר שפעטער מסביר געווען, אז ביי זיין טאטען אינדעהיים, ווי ער איז אויפגעוואקסן, האט מען געוויסט אז א בוירט-דעי איז א גויאישע מנהג.. א יוד פראוועט נישט קיין בוירט-דעי'ס.. אבער ביי אנדערע יודן האט מען געזעהן אז זיי האבן געמאכט א גאנצע טראסק דערפון..

ספעציעל זאגטער, איז ביי די פריערדיגע ליבאוויטש'ער ר' מנחם מענדל זצ"ל... ווען א יוד איז געווען ביי עם אין די "יום הלדת" האט ער עם געבן א קוויטל, ווייל ס'שטייט, "בני אתה, אני היום ילידיתך, שאל ממני ואתנה".. נו, אז מ'קען אין דעם טאג בעטן, און באקומען, איז דאך דער טאג זייער א גרויסער טאג, ממילא האט ער געגעבן א ספעציעלע ברכה פאר יעדן איינעם אין זיין געבורטסטאג, פארדעם האט ער געמאכט אויף די ווערטער א ניגון, א הערליכע ניגון..

די נעקסטע ניגון, גייט זיין אויף די ווערטער פון אנפאנג "נשמת כל חי"... יוסי זאגט אז די ניגון איז 'א חידוש אין עולם הנגינה'.. אויך די ניגון האט א שטארקער הסבר, 'יוסי' האט שפעטער פארציילט, אז א פאר יארן צוריק, איז געווען א מיטינג פון די 'באורד פון חזנים', פון 'ישיבה יוניווערסיטי', דארט איז דא די "בעלז סקול אוו מוזיק"... ביי זייער יערליכע מיטינג, איז אויפגעברענגט געווארן א פראבלעם, אז די לעצטיגע חזנים, (אין די מאדערענע וועלט) ווען זיי ווילן אראפלייגן א שיינע
דאווענען, גייט אלעס אויפן "קארליבאך" נוסח, און אונזער נוסח התפילה, -וואס איז מקובל פון די 'מהרי"ל'.. וואס לויט געוויסע מקורות האט ער דאס מקובל פון משה רבינו"- וועט מיט די צייט ווערן אינגאנצן נשתכח...

האבן זיי געשיקט א בריוו צו יוסי'ן, אז היות ער איז היינט די גרעסטע קאמפאוזער פון יודישע היימישע חסידישע ניגונים, ליגט אויף עם א אחריות, צו מאכן ניגונים פון די תפילות, וואס זענען דורגעווייקט "אין די היימישע נוסח", אזוי אז ווען א בעל תפילה וויל זינגען א שיין שטיקל, אז דער עולם זאל קענען מיטזינגען, און די ביהמ"ד זאל קלינגען מיט די טעם פון די אלטע, ארגינעלע נוסח, זאל ער האבן א שיין שטיקל...

"דעמאלטס האב איך געמאכט די ניגון ושמרו בני ישראל, דאס איז טאקע א ניגון, אבער ממש אין די נוסח.. און דו וועסט באמערקן, איך האב עס ספעציעל געמאכט אויף אזא וועג, אז קיין איין ווארט זאגט מען נישט איבער צוויי מאל, כדי מ'זאל עס קענען זינגען ביים דאווענען... און יעצט האט איך געמאכט די ניגון פון נשמת אויף דעם גאנג, ס'איז א ניגון, אבער ס'איז ממש די נוסח".. האט ער אויסגעפיהרט..

איך האב גראד געפרעגט צו דא גייט ער אויך נישט איבערזאגן קיין איין ווארט צוויי מאל א_וואו ביי ושמרו, ניין, זאגטער, דא גייט מען יא איבערזאגן, נישט אלץ קען מען דאס מאכן, אז די ניגון פאדערט אז מ'זאל איבערזאגן, מוז איך עס אזוי מאכן..

יוסי האט מיר געזאגט בנוגע "גערטנער'ס אלבוים", דאס גייט זיין די ערשטע שיינע "סעקאנד אלבוים".. אין א לאנגע צייט, וואס?.. איך פארשטיי נישט.. זאג איך עם, זאגטער, אז געווענדליך אז דו וועסט באטראכטן יעדע זינגער, אפילו געלונגענע זינגערס, ווען די ערשטע אלבוים איז א היט, אבער די צווייטע איז געווענדליך שוין שוואכע מעשיות, אדער -אין בעסטן פאל- שוואכער פון די ערשטע, פארוואס ס'איז אזוי ווייס איך נישט, אבער אזוי איזעס.. די אלבוים, זאגט יוסי, איז א צווייטע אלבוים, אבער ס'גייט זיין א היט... שלומי האט אונטער זיך א שטארקן "טיעם", וואס באשטייט פון "טיעם פראדאקשען", -יוסי טיבערג און גערשי מאשקאוויטש- און איך, זאגט יוסי אויף זיך אליין.. אונז לייגמער אריין שטארקע כוחות, אז ס'זאל זיין שיין, און בעז"ה וועט מען מצליח זיין..

(די וואך האט מיר פנחס וועבער (פינקי) געזאגט, אז ער האט אויך צוויי שיינע ניגונים אויפן אלבוים, און ער האלט אויך אז ס'גייט זיין א הערליכע אלבוים.. און אז מ'רעדט שוין פון דעם, האב איך פארציילט פאר פינקי'ן אז יוסי לאזט מיך עם נישט אנרופן "נאמבער וואן קאמפאוזער" ווייל ס'דא נאך, זאגט מיר פינקי, איך זאג דיר קענסטעם רואיג אנרופן "נאמבער וואן".. ער איז מעכטיג, פאר מער, העמער עפענען א אשכול פון 'שלומי גערטנער'..)

דערנאך האט אונז יוסי אנטפלעקט זיין סיקרעט פלענער, וואס איך קען נישט געבן קיין סאך דעטאלן, אבער -וואו געשריבן אין א דעם אשכול- גייט די אלבוים זיין "וואן אוו עי קיינד"..

די זייגער האט זיך נישט אפגעשטעלט, ס'איז שוין געווען נאך 1:00, אונז האמער אפגעשמיעסט מיט יוסי'ן צו זיין בקשר, און מ'האמער אויסעטוישט אינפערמציע, אימעיל אדרעסן, און טעלעפאון נאמבער'ס, דערנאך האמער זיך געשטעלט פאר א פיקטשער, (געהיטן אין רעדאקציע צוליב גילו..) און זיך געזעגענט, פאר דערווייל...

איינער איז נאך אינטערעסירט צו וויסן וויזוי די וועג אהיים איז געווען?.. מיר האבן זיך אריינגעזעצט אין די קאר, איך האב מיך אביסל אויסגעקענט, אונז זעמער אנגעקומען צום טויער, אבער ס'איז געווען פארשפארט, מ'האמער געמאכט א יו טורן, און געפארן צום מעין טויער, פון וואו מ'האמער זיך ארויסגעלאזט..

קודם האמער זיך אריינגעשטעלט אין די זייט, און מ'האמער יעדער איינער צוריקגעקאלט וועם מ'האט געדארפט, כ'מזל צייטליך'ס בעטערי איז שוין געווען לאו, אזוי האטער געקענט אראפלייגן מיט זיין ווייב.. 18 מינוט שפעטער, זעמער געווען אין וויליאמסבורג..

האטס מיר אלע א גוטן טאג..
הכונו ל'מעמד אדיר איום אסיפת ה''ניקס'' לטוהר המחנה!!!

טיטאניק
שר מאה
תגובות: 215
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יוני 19, 2009 12:05 pm

תגובהדורך טיטאניק » מאנטאג יולי 20, 2009 6:47 am

הערליך וויכי איך האב נישט קיין ווערטער ווי גוט דאס איז באשריבן.

איין זאך נאר, ער האט אלע יארן געמאכט די קווייער אויף זיינע ניגונים ? ווייל זינגען האט ער נאר אנגעהויבן פאר פופצן יאר צוריק, ער פלעגט נישט אלץ זינגען.

אוועטאר
קעכער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 380
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 18, 2006 10:40 pm
לאקאציע: אין קאך

תגובהדורך קעכער » מאנטאג יולי 20, 2009 11:44 am

א גרויסען שכוח וויכי, אוי האסטו מיר געהאלטן געשפאנט ביז יעצט.

אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12582
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

תגובהדורך מאשקע » מאנטאג יולי 20, 2009 3:34 pm

זייער שיין, וויכי. איך בין דיך מקנא אז דו קענסט זיצן און פארברענגען מיט'ן גרעסטן היימישן קאמפאוזער וואס איז דא אויפ'ן מארקעט. יאסי גרין איז דע בעסט! סיי מיט'ן קאמפאוזען הערליכע ניגונים און סיי מיט'ן אויסקלויבן וויכי אפצוהאלטן אן אינטערוויו!
An article a day keeps the babies away

אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12466
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.

תגובהדורך צייטליך » מאנטאג יולי 20, 2009 4:11 pm

דער וויכי לאזט מיר מיטן צונג אינדרויסן, כ'האב נישט גארנישט וואס צו שרייבן חוץ דאס אז אלעס איז אמת ויציב! (און אז ער איז א ריזיגער גוטער שרייבער און אינטערוויוער. אבער דאס וועל איך שוין נישט שרייבן יעצט ווייל עס ווערט שוין אביסל באורד ווען יעדער שרייבט עס איבער טעגליך, אלזא לאז איך עס ביי דעם..)

אגב וויל איך דער עולם זאל וויסן, יוסי גרין - ווי איר קענט זיך פארשטעלן - איז נישט קיין ליידיג גייער, חוץ דעם וואס ער האט א געהעריגער פרנסה איבערן טאג גיט ער זיך אפ מיט נגינה אויך, ער איז ב"ה פארנומען איבערן קאפ - ווי מ'קען דאס זעהן אויף כמעט יעדער פרישער אלבום.

אבער מיט דעם אלעם איז ער גרייט און וויליג צו יעדע צייט אונעם טאג אוועקצוגען אביסל - און מער ווי אביסל - צייט פאר אונזערע חברים דא, די שרייבער און ליינער פון היכל הנגינה אויף "אידישע וועלט".

עס איז אום א פארגעניגן צו זעהן אז אינגעלייט ליגן אין נגינה און האבן ליב צו וויסן וואס מער איבער נגינה און מוזיק און ער זאגט כסדר אז ער איז מסכים ארויסצוהעלפן מיט וואס מ'וויל וויסן.

מיר מעגן אום אפגעבן א גרויסן יישר כח אויף וואס ער האט אונז שוין געגעבן ביז אהער און וואס מיר וועלן אי"ה נהנה זיין פון אום אויך אין דער צוקונפט.
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.

אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18576
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע: אין אפיס
פארבינד זיך:

תגובהדורך איך_הער » מאנטאג יולי 20, 2009 4:19 pm

וויכי, איסט סאמטינג ספעשל, כ'האב אריין געכאפט צוויי חלקים מיט איין שאס, באט כ'געדער צוויי יישר כח'ס, (וואסידאס?) כ'האב זייער זייער שטארק הנאה געהאט.

א דאפעלטע הארציגע יישר כח.


צוריק צו “היכל הנגינה”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 12 געסט