בלאט 1 פון 1

מיין טרוקענע באריכט פון די קומזיץ מיט ק.נ.א. (דורך יא יא)

געשריבן: מיטוואך יולי 08, 2009 6:24 pm
דורך יא יא
מיין טרוקענע באריכט פון די קומזיץ אן די האדסאן, יא יא (נישט די ניק - פשוט טרוקען) דורך יא יא.



קיין שרייבער בינעך נישט, און אפילו אויב יא וואלט איך מיר נישט דערוואגט זיך צו פארמעסטן מיט די לייבן ווי וויכי, צייטליך, און מאשקע. אבער דאך עפעס דארפעך דאך שרייבן, אניש וועט מען מיר נישט צאלן קיין טיקעט נעקסט טיים. סאו אזוי האב איך מיטגעהאלטן די קומזיץ:



אנגעהויבן האטזעך עס שוין עטליכע וואכן צוריק ווען איך האב באקומען א פאונקאל פון שלומי טויסיג אז עס איז קאנפירמד עס גייט פארקומען דעם זומער א קומזיץ אן די האדסאן דינסטאג יולי 7, אבער קיין פונקטליכע דעטאלן איז נאכניש געוועהן. א וואך צוויי שפעטער באקום איך א טעקסט מעסעדש פון יוסי טיבערג וואס האט זיך געליינט ווי פאלגענד: You can be the first to write about the kumzitz on ivelt, it will be july 7, i will send u more details via email., און דעמאלטס האבעך טאקע געעפנט די אשכול 'קומזיץ אויף די האדסאן תשס"ט'. עס האט גענומען נאך עטליכע טעג ביז אנדערע זייטיגע געוועבלעך וואס באשרייבן נגינה האבן עס געמאלדן, אבער היכל הנגינה אין די קרעטשמע איז געוועהן די ערשטע עס צו מעלדן.



שוין, לאמיר אויסלאזן וואס איז פארגעגאנגען די קומענדיגע טעג. דינסטאג אינדערפרי האבעך גערופן טויסיג צו ער האט פלאץ מיר מיטצונעמען, פארשטייטצעך ער האט געזאגט נאו פראבלעם.



ארויסגעפארן זעמיר 6:30, נאכן אריינפארן אין פארקינג לאט הער איך א געפייפעראציע, געבעך מיר א דריי ארום זעה איך א רויטע קאר, האבעך שוין געוואוסט אז עס איז צייטי'ס רענטאל, אבער כאניש געוואוסט אז וויכי אליין זיצט אויך דארט, הערעך ווי איינער שרייט 'יא יא' האבעך דערקענט זיין שטימע, די חברה ווילן וויסן צו פארקינג קאסט געלט, נעודאי קאסט עס געלט (בחינים באקומט מען כינים), געטזיך דער וויכי א רוף אן 'טויסיג צאלסט פארקינג פאר ק.נ.א? עניוועי האבעך נישט געטראכט קיין צוויי, און צאמגעקראצט גאנצעטע פינף און צוואנציג דאללער און איך זאג פאר דער ערל (נישט דער וואס האט געשריבן ביפ ביפ ביפ) זאג די חברה אין בעק אז זייער פארקינג איז שוין באצאלט. אבער די חברה האבן נישט געוואלט נעמען די געלט (נארנעם וואס עטס זענטס, איך האב ערנסטערהייט געפלאנט צו באצאלן).

שוין וויכי'ס אלע באגעגענישן עט מען דאך הערן פון אים, אבער איך בין ארויס פון קאר און גלייך געכאפט א שמועס מיט וויכי און מיט צייטליך, ביז איך באקום די פאנקאל פון מאשקע פרעגן ווי ער קומט אן צו די שיף, נאכן אים געבן דירעקשאן'ס האבעך געהאט די געלעגנהייט צו שטיין אין איין קופקע מיט וויכי, צייטליך, מאשקע, און מיי מוזיק. ביז די טיר פון די שיף איז געעפנט געווארן האבעך געוויזן פאר די חברה ווער אלע באקאנטע מענטשן זענען, ווי למשל: שלמה דאקס, ישראלי מאיער פון JMR, יוסי צווייג פון JEWISHINSIGHTS, ישראלי פון מה נשמע, יודעלע דאט קאם, גרשי, יוסי טיבערג, אה, לאמיר נישט פארגעסן פון דעם פוקס.

עניוועיס דא איז שוין די באדשעט טראק מיט עסן אנגעקומען און עס האט אנגעהויבן שמעקן ווי א קומזיץ (אדער מער ווי א גוטע רעסטעראונט).

אדהכי והכי, איז מה נשמע צוגעקומען צו מיר פרעגן וואס איך טוה היינט, האבעכעם געזאגט אז איך גיי זיצן ביי די ק.נ.א. טיש און ריפארטן לייוו, האטערמער געפרעגט צו איך האב אפשר א קעמרא צו בארגן, האב איך אים געגעבן מיין קעמרא, און ער האט געכאפט קליפס פון די גאנצע נאכט. (ער האלט עס אינמיטן אפלאודען אויף זיין וועבסייט אבער עס איז דא א קליין פראבלעם מיט די סערווער, סאו ער האפט עס זאל שוין זיין היינט נאכט)

עניוועיס אזוי ווי מען שטופט זיך ארויפצוגיין אויף די שיף, דארף איך אוועקלייגן מיין געטרייע (נישט אייביג אזוי געטריי) בלעקבעררי.

המשך יבוא אי"ה

געשריבן: מיטוואך יולי 08, 2009 6:50 pm
דורך וויכטיג מאכער
וואס בין איך אזוי נאס דא?..

אהה, דער 'יא יא' האט אריינגע'זרק'ט א טריקענע באריכט, אבער אינטערעסאנט, 'איך בין דורכגעווייקט נאס'..

'יא יא', האסטעך נישט פארוועם צו שעמען, דיין באריכט אז סופער סופער.. קענסטעס אנרופן טריקן, סעטער גאניש העלפן... דו קענסט, דו וועסטעך נישט קענען ארויסדרייען.. דו וועסט מוזן שרייבן מער אפט..

איך ווארט אויף דיין המשך...

געשריבן: מיטוואך יולי 08, 2009 7:49 pm
דורך ברוך_שמו
משה קאפויער האט געשריבן:
וויכטיג מאכער האט געשריבן:'יא יא', האסטעך נישט פארוועם צו שעמען, דיין באריכט אז סופער סופער.. קענסטעס אנרופן טריקן, סעטער גאניש העלפן... דו קענסט, דו וועסטעך נישט קענען ארויסדרייען.. דו וועסט מוזן שרייבן מער אפט..

איך ווארט אויף דיין המשך...

געשריבן: מיטוואך יולי 08, 2009 8:05 pm
דורך קרעמער
יא יא, עס איז דיר געלונגען אראפצושפילן די ערווארטונגען (לאוער די עקספעקטעישאנס) מיטן טרוקענעם קעפל. יעצט קענסטו שוין טוישן דעם קעפל צו "זאפטיגע באריכט".

געשריבן: מיטוואך יולי 08, 2009 9:58 pm
דורך צום זאך
אוי בין איך אויסגעטריקענט געווארן.. איינער האט וואסער?..
די גאנצע האדסאן ריווער האסטו מיר דא אויסגעטריקנט מיט דיין באריכט...

יא יא האט געשריבן:(ער האלט עס אינמיטן אפלאודען אויף זיין וועבסייט אבער עס איז דא א קליין פראבלעם מיט די סערווער, סאו ער האפט עס זאל שוין זיין היינט נאכט)

ביטע מאך מיר נישט קיין נסיונות.. ביי מיין קרייז הערט מען נישט קיין מוזיק אנגעהויבן היינט נאכט ביז נאך ט' באב (פאני מנהג.. הא?..) משיח זאל אוודאי קומען פריער..

געשריבן: מיטוואך יולי 08, 2009 10:03 pm
דורך מאשקע
אז דאס הייסט טרוקן, וואס הייסט נאס?

געשריבן: מיטוואך יולי 08, 2009 10:07 pm
דורך יא יא
צום זאך האט געשריבן:ביטע מאך מיר נישט קיין נסיונות.. ביי מיין קרייז הערט מען נישט קיין מוזיק אנגעהויבן היינט נאכט ביז נאך ט' באב (פאני מנהג.. הא?..) משיח זאל אוודאי קומען פריער..

די קליפ וואס איך פלאן באלד ארויפצולייגן, האט נישט קיין מוזיק, עס איז נאר ווי שלומי באדאנקט זיך פאר אייוועלט (עס קען זיין א פראבלעם ווייל עס וועט מאכן מענטשן שמייכלן אין די ימי המצרים [דיינו, מעג מען שמייכלן אין די טעג? :grin: ])

געשריבן: דאנארשטאג יולי 09, 2009 11:07 am
דורך יא יא

געשריבן: דאנארשטאג יולי 09, 2009 11:22 am
דורך מאשקע
נייס!

געשריבן: דאנארשטאג יולי 09, 2009 11:35 am
דורך יאנאש
ביי מיר גייט עס נישט, לאמיר טרייען נאכאמאל

טרייאינג

טרייאינג

טרייאינג

אה, איצט גייט עס שכוח זייער אינטערסאנט.

געשריבן: דאנארשטאג יולי 09, 2009 1:35 pm
דורך איך_הער
זייער זייער טרוקן, אפט נארמאל, אבער פארוואס האסטו געמוזט טריקן מאכן פונקט אין א פאסט טאג?

הער זיך צו, דו שרייב נאר אזעלכע טרוקענע פאקטן, און ס'איבריגע לאז פאר אונז. יישר כח פאר די ערשטע חלק, און מיר ווארטן אויפן פאר-זעצ-ונג.

געשריבן: פרייטאג יולי 10, 2009 10:09 am
דורך הערשי קניהויז
שכוח פאר די קליפ, און פאר די טרוקענע באריכט.

געשריבן: פרייטאג יולי 10, 2009 10:20 am
דורך bailout
ייש''כ יא יא, פיינע ריפארט.

געשריבן: פרייטאג יולי 10, 2009 11:13 am
דורך 1x1
הערשי קניהויז האט געשריבן:שכוח פאר די קליפ, און פאר די טרוקענע באריכט.