"מיינע" דעפרעשאנס פונעם קומזיץ אויפ'ן האט-סאן תשס"ט (מאשקע)

ניגונים און זינגערס

אחראי: אחראי

אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12582
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

"מיינע" דעפרעשאנס פונעם קומזיץ אויפ'ן האט-סאן תשס"ט (מאשקע)

תגובהדורך מאשקע » מיטוואך יולי 08, 2009 10:50 am

און יעצט "מיינע" דעפרעשאנס פונעם קומזיץ אויפ'ן האט-סאן תשס"ט

א מענטש טראכט און דער אויבערשטער לאכט...

אזוי האב איך געקלערט אנצופאנגען מיין באריכט. נאר אזוי ווי ס'קומט נישט אריין דא, ווועל איך עס נישט טון...

רוב פון מיינע דעפרעשאנס האב איך שוין געשריבן נעכטן נאכט בשעת מאנסע. איך וועל פרובירן צוצולייגן דא וואס כ'האב פארפעלט.

קודם כל, כ'האב געהאט די זכי' צו "רייבן פלייצעס" מיט גרויסע שטערנס, אריינגערעכנט ר' ישראל ווערדיגער מיט זיין בא'טעמ'טן שמייכל, ר' מיכאל שניצלער מיט זיינע קינדער און איידעמער, ר' שלומי טויסיג מיט זיין צוגעלאזנקייט צו יעדן, ר' שרגא געשטעטנער מיט זיין אומגע'אידיש'טן בלעקבערי שטורם, ר' "מיי מוזיק" מיט זיין הארמאני, ר' (יואל הערש?) פוקס מיט זיין ברייטן שמייכל (וועלכער באזוכט דעם קרעטשמע איינמאל א וואך), ר' יוסף יצחק לאנגזאם מיט זיין איידעלן חן, דער קאמפאוזער ר' נפתלי (טולי) ווייל און זיין חיות דקדושה, ר' גרשי מאשקאוויטש און ר' יוסי טיבערג מיט זייערע טאלאנטן, און מסתמא נאך אסאך ניקס וואס האבן מיך געזען האקן תגובות אויפ'ן בלעקבערי אבער איך האב זיי נישט געזען.

אויך האב איך מיך באגעגנט מיט'ן "סטעטשו", אבער צוליב גילוי וועל איך נישט שרייבן מער.

יעצט א ווארט איבער די מוזיקאנטן. יעדער פאר זיך האט באזונדער געטויגט! דוב טעסלער אויפ'ן קיבאורד, זושא גלויבער אויפ'ן גיטאר, יואל'י בראך אויפ'ן סעקסעפאון און פלוט, און יואל ווייס אויף פערקאשענס (א קאנגא דראם און צימבלען). דאס איז אויסער יהודה גרין'ס אייגענע גיטאריסטן וועלכע האבן מיטגעשפילט בשעת ער האט געזונגען.

יעדער פון די מוזיקאנטן האט אריינגעלייגט הארץ און נשמה אין יעדן ניגון עקסטער, זייענדיג גוט צוגעגרייט. פארשטייט זיך אז יואל'י בראך דארף נישט קיין גרויסע הכנות; מ'געט אים אזא ציצק מיט'ן פינגער און ער איז שוין אינעם ניגון! יואל'י, יו אר גרעיט! (אקעי, כא'געטון מיינס... ווען שיקסטו ארויס מיין טשעק?...)

מיכאל איז געווען אין די כלים, און וויכי איז געווען פארטיפט אין זיינע אייגענע טעלערס... מיכאל האט נאכגעזאגט ווערטלעך פון ר' יאנקל מיללער, און דער עולם האט געשמייכלט. אזוי האט זיך אנגעהויבן דער קומזיץ מיט'ן רעכטן פיס. (מיט ביידע, אבער בעיקר מיט די רעכטע)

דער קומזיץ איז פארגעקומען אויפ'ן אונטערשטן שטאק פונעם שיף, בשעת אויף די אויבערשטע שטאק איז געווען א הוק-אפ פונעם גאנצן סיסטעם, אז מ'זאל קענען מיטהאלטן אפילו ווען מ'גייט ארויס כאפן לופט אדער באטראכטן די הערליכע וואסערן.

המשך יבא. צייט איז קעגן מיר יעצט.
An article a day keeps the babies away

אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18576
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע: אין אפיס
פארבינד זיך:

תגובהדורך איך_הער » מיטוואך יולי 08, 2009 11:03 am

ווען נישט דו שרייבסט המשך יבא, וואלטעך דיך ווייסעך וואס (נו, וואס?) געטון.

עניוועי, פאר דערווייל האבעך הנאה געהאט פון דיינע דעפרעשענס, עמער זען וואס ווייטער.

יישר כח.

טיטאניק
שר מאה
תגובות: 215
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יוני 19, 2009 12:05 pm

תגובהדורך טיטאניק » מיטוואך יולי 08, 2009 11:11 am

מאשקע איז דעפרעסט ? דאס איז א הענג אווער, איך ווארט אויפן המשך.

אוועטאר
bailout
שר האלפיים
תגובות: 2208
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 25, 2008 10:27 am

תגובהדורך bailout » מיטוואך יולי 08, 2009 12:03 pm

מאשקע האט געשריבן:המשך יבא. צייט איז קעגן מיר יעצט.


וואס זוכט ער דארט? זאג אים איך זוך אים ארום, שיק אים צו מיר.

און די שרייב די המשך....

אוועטאר
ווארום
שר חמש מאות
תגובות: 833
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוקטובער 24, 2007 11:40 am

תגובהדורך ווארום » מיטוואך יולי 08, 2009 12:08 pm

הערליכע באריכט
טויש נאר די קעפל, ווייל עס איז א סתירה מיטן אינהאלט.
אימפרעשאן VS דיפרעשאן

אוועטאר
reb yid
שר חמישים ומאתים
תגובות: 427
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 25, 2008 3:50 am

תגובהדורך reb yid » מיטוואך יולי 08, 2009 12:25 pm

אה..... ווארום! האסט מעך אויפגעמאכט די אויגן....

איך עפן די אשכול, מיינענדיג אז עפעס קריטיק/דעפרעסיע/מוחאות אויף די קאנסערט...און..... איך זעה אנדערע זאכן...נישט פארשטייענדיג וואס גייט דא פאר, ווען מאשקע שרייבט ווייסט ער וואס ער שרייבט, אבער ס'קען זיין אז ער איז נאך אינגאנצן אונטערן רושפ פונעם קאנסערט האט ער זיך צומישט.
ר' איד ר' איד! ווערט נישט מיד!

אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12582
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

תגובהדורך מאשקע » מיטוואך יולי 08, 2009 12:41 pm

קיינער איז נישט צעמישט. איינער האט פריער געהאט געשריבן אן אנדערן אשכול איבער זיינע "אימפרעשאנס", האב איך געמאכט אן אשכול איבער מיינע "דעפרעשאנס". יענער האט שוין געטוישט זיין קעפל און מיינס איז געבליבן.
An article a day keeps the babies away

אוועטאר
reb yid
שר חמישים ומאתים
תגובות: 427
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 25, 2008 3:50 am

תגובהדורך reb yid » מיטוואך יולי 08, 2009 12:49 pm

האבעך געוויסט אז מאשקע שרייבט נאר וואס ער ווייסט!

יעצט, אלס א שטיקל קעכער, אפשר דערציילסטו מיר וואס פארא עסן ס'געווען דארט? (אין דיטעיל - אנעם חירם רבינו גרשון פון אריינקוקען אין יענעמ'ס טעלער)

וויכי, מעג צוהעלפן!
ר' איד ר' איד! ווערט נישט מיד!

אוועטאר
אנאנימער
שר מאה
תגובות: 103
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 03, 2009 5:00 pm

תגובהדורך אנאנימער » מיטוואך יולי 08, 2009 2:13 pm

חחחח מאשקע קענסט עס לאזן דיפרעשן (אנע פינטל) אזא ריפרעשינג ארטיקל. פאר די ליינער איז געווען דיפרעסינג, האסטעכעס אראפ געלייגט מיט אזא סאוס אז......... בינישט דארט געווען.
who spoke on condition of anonymity because...... (AP Network news)

אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12582
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

תגובהדורך מאשקע » מיטוואך יולי 08, 2009 3:32 pm

המשך בא

מי שלא שמע WOW זה, לא שמע WOW מימיו. ר' מיכאל, אויסער וואס ער איז ער גוטער "מייסטער פון צערעמאניעס", האט ער גוט געלערנט דעם עולם וויאזוי מ'דארף זאגן WOW. א מענטש קען זיך אפמוטשען זיבעציג יאר אויף דער וועלט, חתונה מאכן די קינדער און אייניקלעך, און קיינמאל נישט וויסן וויאזוי רעכט צו זאגן דעם ווארט WOW! ר' מיכאל האט אונז געראטעוועט!

דער בעסטער נייער שטערן איז לדעתי געווען שרגא געשטעטנער, וועלכער האט זייער גוט אויסגענומען ביים עולם. און פארשטייט זיך, ער ארבעט שוין אויף א טעיפ (וויכי שלאג נישט, כא'געמאכט א מיסטעיק...) אויף אן אלבום מיין איך צו זאגן... מער דיטעילס וועט וויכי ברענגען...

די עסן איז גראדע געווען זייער גוט, וויפיל איך האב געגעסן, אבער גלייבסט מיר אז נישט דארט איז מיין קאפ געליגן. (אפשר מיין מאגן יא...)

מה נהדר הי' המראה, ווען מיכאל האט אנגעהויבן צו באדאנקען די אידישע וועבסייטס. אפילו מיט די בלויע לעקטערלעך וואס האט באשיינט דעם גאנצן ארום, האט מען געקענט זעהן ווי מאשקע איז געווארן רויט ווי א פרוכט-פאנטש געטראנק...

און דער מינוט איז טאקע אנגעקומען, ווען מיכאל שניטצלער האט צווישן אנדערן אויסגערעכנט די "אידישע וועלט" און "קנא" (ער האט עס נישט געקענט געהעריג נאכזאגן, קוים וואס כ'האב געכאפט, אבער רויט בין איך געווארן), און האט זיך באדאנקט פאר'ן באשרייבן דעם קומזיץ פון פאראויס, וואס דאס האט געברענגט א מאסן איינוואדערונג אויפ'ן שיף. (איך קען נישט דעסיידען צי איך זאל לייגן דא איין פינטעלע אדער דריי... לייג איך צוויי, כזה..)

אין דע מינע טיים איז וויכי ביזי מיט'ן אינטערוויוען די אלטע און נייע שטערנס און שפאקטיוון פון עולם הנגינה, אריינגערעכנט שרגא געשטעטנער, יואל'י פאלקאוויטש, יוסי טיבערג, גרשי מאשקאוויטש, מה נשמע (ב"ה), מיכאל שניטצלער, און איך געדענק נישט ווער נאך. אבער ווען די דזשעליס זענען אנגעקומען איז אלעס געשטארבן...

יוי איך מוז שוין ווייטער מאכן אן הפסק. מיין קאפ ארבעט נישט היינט. המשך יבא.
An article a day keeps the babies away

אוועטאר
גרויזאמער
מ. ראש הקהל
תגובות: 3584
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 06, 2006 4:03 pm
לאקאציע: אויף די באלעמער שטיגן

תגובהדורך גרויזאמער » מיטוואך יולי 08, 2009 3:41 pm

איך האב אסאך וואס צו באשרייבן פון מיינע רעסעשאנ'ס פונעם נעכטיגן קומזיץ, אבער איך ווארט אז מאשקע זאל ענדיגן.

דערווייל, אין די מיני-טיים, ווער עס האט הענט און פיס זאל באשרייבן זיינע אינפלעישענס פונעם קומזיץ.
איינגעשריבענע באנוצער וועלכע האבן באדאנקט די תגובה:
קרעמער | צום זאך | צייטליך | גרויזאמער | וויכטיג מאכער | אויפריכטיג | מאשקע | bloomberg4mayor | arender

לחץ כאן למסור תודה על תגובה זו | דווח על תוכן פגעוני

אוועטאר
דארפסמאן
שר ששת אלפים
תגובות: 6442
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 14, 2006 2:52 pm
לאקאציע: אין דארף

תגובהדורך דארפסמאן » מיטוואך יולי 08, 2009 5:22 pm

גרויזאמער שרייב נאר, ווארט נישט אויף מאשקע ער וועט נאך צי לאנג שלעפן און די וועסט אלעס פארגעסן
הכו"ח ר' אברהם דארפסמאן שליט"א
פה ב'דארף יצ"ו -

ברוך_שמו
שר חמישים ומאתים
תגובות: 285
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 02, 2009 9:22 am

תגובהדורך ברוך_שמו » מיטוואך יולי 08, 2009 7:52 pm

משה קאפויער האט געשריבן:
מאשקע האט געשריבן:יוי איך מוז שוין ווייטער מאכן אן הפסק. מיין קאפ ארבעט נישט היינט. המשך יבא.

אויב אן א קאפ האסטו אזוי הערליך שיין באשריבן דיינע איינדרוקן פונעם קומזיץ אויפן חם חמה [האט-סאן], על אחת כמה וכמה ווען דער קאפ וועט דא זיין... איך קען קוים ווארטן.


מיט דיין קוים ווארטן ביזטו זיך אנגעקומען דא מיט גוטע פאר שעה שפעט...
די באריכטן דא גיסן זיך שוין א שיינע מעת לעת.. און דו קענסט קוים ווארטן..

קום צוריק משה'לע אין א וואך ארום, וועסטו נישט ברויכן אזוי קוים [לאנג] ווארטן..

העוו פאן
ברוך הוא וברוך שמו.... איך בין דעם אייבירשטנ'ס א קינד!

אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12582
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

תגובהדורך מאשקע » דאנארשטאג יולי 09, 2009 11:38 am

המשך של ההמשך

באמת האב איך שוין נישט וואס צו שרייבן. די אנדערע ריפארטעס האבן דאך אזוי גוט באשריבן אלעס. נאר וואס דען? כ'קען דאך נישט לאזן דעם עולם אויפ'ן וואסער... (חחח, כ'האב געוואוסט אז דו וועסט לאכן...), וועל איך פרובירן אראפצוגעבן ווייטער פארשידענע קרישקעלעך (בהשגחת הבג"ץ) און מיינע אבזערוואציעס אויפ'ן מעמד יקוו המים.

פון געשטעטנער האט מען שוין גערעדט, יא? פון יואל'י בראך אויך, אמת? אבער מיין טשעק האב איך נאכנישט באקומען...

יעצט וויל איך רעדן וועגן יואל'י פאלקאוויטש. יואל'י איז באמת א שיינער זינגער, מיט א געלונגען קול'כל, און זייענדיג פון די ערשטע זינגער האט ער באוויזן שטארק צו הייבן דעם עולם. זיינע קרעכצן זענען געווען געוואלדיג, זיין נאכזינגען חזן העלפגאט איז געווען מורא'דיג, און דער אויסלאז פונעם ניגון איז געווען דער מכה בפטיש, כפטיש יפוצץ סלע, ס'האט געדונערט!

דאכט זיך אז ישראל ווערדיגער האט געזונגען די מערסטע ניגונים. ער האט געזונגען אחינו, און נאך עפעס, און א גאנצע מעלאדיע פון שנעלע ניגונים. זיין קול איז געווען זייער בא'טעמ'ט צו הערן, און נאך בא'טעמ'טער איז געווען צו באטראכטן ווי ער זינגט מיט אזא געשמאק, אזוי חסיד'יש, מיט'ן גאנצן לבוש. א ברכה צו מאכן.

אוי, שוין ווייטער.

הענטשוך יבא.
An article a day keeps the babies away

אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12582
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

תגובהדורך מאשקע » דאנארשטאג יולי 09, 2009 11:42 am

אה, פאר איך פארגעס צו שרייבן. גרשי מאשקאוויטש איז זייער א בא'טעמ'טער שמועסער. ווען כ'האב מיך געטראפן מיט אים און זיך פארגעשטעלט אלס מאשקע, האט ער די ערשטע זאך געפרעגט: "אה, דער מיט'ן קוטשמע וואס שאקלט זיך כסדר?"...

חחח.... כ'האב שוין אמאל געוואלט טוישן בילד. נאך א מזל איך האב עס נישט געטון; גרשי וואלט מיך קיינמאל נישט דערקענט...
An article a day keeps the babies away

אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12466
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.

תגובהדורך צייטליך » דאנארשטאג יולי 09, 2009 11:56 am

מאשקע, איך סטאפ נישט לאכן, נאר די זאלסט בעסער נישט סטאפן צו שרייבן..
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.

אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12582
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

תגובהדורך מאשקע » דאנארשטאג יולי 09, 2009 12:41 pm

העמ-שוך

טויסיג'ס זינגען איז פאר מיר פערזענליך געווען דער "הויכליכט" פונעם אווענט. דער עולם האט פארלאנגט אז ער זאל זינגען מודים אנחנו, אבער ער האט געהאט אנדערע פלענער. ער האט אנגעפאנגען מיט יהי יהי יהי, און מכבד געווען דעם גאנצן עולם מיטצוזינגען. וכך הוה. יוי, דא ווער איך אזוי עמאושענעל. מורי ורבותי הערטס מיך אלע צו, און דער גאנצער עולם צוזאמען שרייט אויס "יהי יהי יהי"! יוי איז דאס שיין געווען. דער עולם האט ממש מיטגעלעבט, יעדער האט פרובירט צו מאכן הארמאני (פאר א טייל איז עס אפילו געלונגען...) און יעדער האט זיך געשפירט א טייל פונעם סטעידזש.

דערנאך האט ער געזונגען "והאר עינינו בתורתיך", און ער האט פארלאנגט אז דער עולם זאל מאכן דעם "פי רא, רא רא ראם" אזוי ווי אויפ'ן טעיפ... נו, אז שלומי בעט, ווער וועט נישט פאלגן? א איד בעט א טובה... אוי וואס דארט האט זיך אפגעטון! וויאזוי זאגט נאר חזן העלפגאט? "און אלע אידן ווערן זינגער"! יא יא, יעדער איז געווען א זינגער, איינער א פייפער און א דריטער א פידעלע, און כולם פה אחד האבן מיטגעזונגען און געהויבן דעם שיף.

און ערשט דערנאך איז ער צוגעגאנגען צום "מודים אנחנו", אויף וואס דער עולם האט אזוי שטארק געווארט. און דארט בין איך טאקע געוואויר געווארן, וויפיל ליטווישע אידן ס'האבן זיך געפונען אויפ'ן שיף... יעדער איז געווארן א ליטווישער! איך האב פרובירט איבערצושרייען דעם עולם מיט מיין חסיד'ישן אקצענט, אבער פלוצלינג האב איך מיך געטראפן זינגען ווי א ליטווישער... וה' הטוב יכפר...

העטעך פעטעך יבוא...
An article a day keeps the babies away

אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרים אלפים
תגובות: 23408
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

תגובהדורך וויכטיג מאכער » דאנארשטאג יולי 09, 2009 12:48 pm

מאשקע.. איך לאך.. ווייסט פארוואס?.. די הארמאני איז געווען דארט צווישן עולם.. שוין לאמער נישט רעדן.. צייטליך איז יא געווען גוט..

מאשקע, דו ביסט צוקער זיס...

איך בין דא מיט בלויזע הענט, איך ווארט אויפן הענטשעך... חחח..
הכונו ל'מעמד אדיר איום אסיפת ה''ניקס'' לטוהר המחנה!!!

אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18576
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע: אין אפיס
פארבינד זיך:

תגובהדורך איך_הער » דאנארשטאג יולי 09, 2009 12:50 pm

מאשקע יבא.

זייער שיין, יעדער האטצעך זיין וועג פון ארויס ברענגען געפילן, סאו דו קענסטעך טאקע נישט פארלאזן אויף די אנדערע חברה, דו גענאר ארויס דיינס, און לאז זיי טון זייער'ס. טענקס.

יישר כח.

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28277
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » דאנארשטאג יולי 09, 2009 1:49 pm

איך קלער צו דער עולם דארף נישט אריינשיקן אויף פאסט די 115 דאלער פאר די טיעם פראדוקציע, אמער, מיר האבן דאס מערסטע הנאה פונעם קומזיץ.

אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12466
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.

תגובהדורך צייטליך » דאנארשטאג יולי 09, 2009 2:17 pm

קרעמער האט געשריבן:איך קלער צו דער עולם דארף נישט אריינשיקן אויף פאסט די 115 דאלער פאר די טיעם פראדוקציע, אמער, מיר האבן דאס מערסטע הנאה פונעם קומזיץ.


אוי ווי גערעכט די ביסט, איך האב שוין באלד מער הנאה פון די באשרייבונגען ווי פונעם קומזיץ אליין.
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.

ברוך
שר חמש מאות
תגובות: 641
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 08, 2008 4:13 pm
לאקאציע: וואקאציע

תגובהדורך ברוך » דאנארשטאג יולי 09, 2009 2:19 pm

האלאו, בארואיג דיך, מען שיקט נאכנישט קיין טשעקס. מאשקע האט נאך נישט געענדיגט באשרייבן!

ברוך_שמו
שר חמישים ומאתים
תגובות: 285
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 02, 2009 9:22 am

תגובהדורך ברוך_שמו » דאנארשטאג יולי 09, 2009 2:20 pm

צייטליך האט געשריבן:
קרעמער האט געשריבן:איך קלער צו דער עולם דארף נישט אריינשיקן אויף פאסט די 115 דאלער פאר די טיעם פראדוקציע, אמער, מיר האבן דאס מערסטע הנאה פונעם קומזיץ.


אוי ווי גערעכט די ביסט, איך האב שוין באלד מער הנאה פון די באשרייבונגען ווי פונעם קומזיץ אליין.


דאס מיינט אז מ'העט דארפן צאלן פאר די ק.נ.א. אגענטן... זייער געלונגענע (זאפטיגע און טרוקענע) ארבעט פון באריכטן דאס האט געברעגנט די הנאה...

כ'מיין אז ס'קומט שוין מער צו שמייכלען פון די ארטיקלען דאהי, ווי פונעם מעמד גופא..
ברוך הוא וברוך שמו.... איך בין דעם אייבירשטנ'ס א קינד!

אוועטאר
לוסטיג
שר האלף
תגובות: 1138
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 23, 2008 1:56 pm

תגובהדורך לוסטיג » דאנארשטאג יולי 09, 2009 3:08 pm

וואס אזוי דיפרעסט?? ממש אז האסט געמוזט מאכן אן ארטיקעל פון דיין דיפרעסקייט?? האלא! ווילסט אוואדע נישט איך זאל דיר אנווינטשען נאך דיפרעסטע צוזאמענקומען, סוי הלמאי?? וואס פעלט דאס אויס?

הער גוט צו, ס'גייט מיר כלל וכלל נישט אן וואס דיין מצב ה'דיפרעשאן איז, איך לאך מיר דאס מייניגע, און די קענסט ווייטער האקן זשעלי'ס..
אבער צום סוף לאכן מיר דיר אויס, הא..הא..הא..חחח...


צוריק צו “היכל הנגינה”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 8 געסט