מיין באריכט פונעם קומזיץ אויפן האדסאן תשס"ט (צייטליך)

ניגונים און זינגערס

אחראי: אחראי

אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12466
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.

מיין באריכט פונעם קומזיץ אויפן האדסאן תשס"ט (צייטליך)

תגובהדורך צייטליך » מיטוואך יולי 08, 2009 9:46 am

הקדמה:

אין די קארידארן פון ק.נ.א און ספעציעל אין די נגינה אפטיילונג ווערן יעצט דורכגעפירט פיבערהאפטיגע מיטונגען און זיצונגען, ס'טוט זיך אויף טישן און צאמלייג-בענקלעך, מ'איז דן בכובד ראש אלע צדדים לכאן או לכאן, עס איז נאכנישט ענגדליטיג.

די רעדע איז איבער די שאלה אויב מ'זאל אנקלאגן די בלעקבערי אפטיילונג פון ספרינט אדער זיי צוריה לאזן.

ווי באקאנט בין איך אנוועזענד געווען די נאכט אויפן האדסאן, שווימענדיג בשעת מעשה אויפן קומזיץ (קרעדיט: מאשקע) און אזוי זיצענדיג ביים ק.נ.א. טישל צונאזאם מיט וויכי, מאשקע, מיי מוזיק און יא יא (ווער נאך ס'איז דארט געווען זאל אויפהייבן זיין האנט. דארפסמאן, די קענסט שוין אראפלייגן.. ס'גוט) זענען אלע געווען פארנימען אויפן בלעקבערי צו אפדעדעטן דעם עולם דורכאויס דעם אווענט אלע פאסירונגען און אנעקדאטן. ווי שלומי האט דאס שפעטער געריפן "די בלעקבערי צוזאמקום"...

אבער אחד היה צייטליך וואס זיצט און מיטשעט זיך אריינצוסיינן צו קרעטשמע אבער אן ערפאלג. זיצט נעבן מיר מאשקע, דער בעל חסד אליין, און פראבירט מיט אלע אופנים, אבער כאילו לא היה, אלעס בלייבט ביים אלטן - איך פארלייב ארויסגעסיינט.

האב איך געמיזט זיצן און נישט קוקן אויפן בלעקבערי, און איך האב גראדע הנאה, אזוי קען איך ליינען וואס די אנדערע האבן געשריבן און לאכן א גוט'ס.

לאמיך צוקומען צום פוינט. איז יעצט די שאלה אויב מ'זאל קלאגן דערפאר ספרינט (זיי ווילן נישט קומען צום דין תורה, אלטע אויסווארפן) אדער זיי לאזן לויפן און יעצט שרייבן. ווי געשריבן אנפאנג איז נאנישט פארהאן אן ענגדליטיגער דעסישאן. מיר וועלן וויסן בקרוב הימים.

אויף בידערווייל לאמיך זיך דערמאנען וואס איך האב אלץ מיטגעמאכט די לעצטע פאר שעה.

מיין קורצער באריכט:

צום אלעם ערשט איז דער וויכי געווען פיינע קאמפעני פאר די וועג, מיט מיינע רעדער און זיין צינגל זענען מיר איבעראל אנגעקומען, ביזן סאמען צענטער פונעם פארקינג לאט. (אינז האמער שיעור נישט געדארפט צאלן ווי אלע אנדערע..)

אויפן ראוד אינדרויסן האבן מיר שוין געמערקט אז שלומי טויסיג און יא יא פארנעמען דאס קאר פארנט פון אינז, א זאך וואס מיר האבן באשטעטיגט אין פארקינג לאט.

אנקומענדיג האב איך גלייך זיך געטראפן מיט יוסף יצחק לאנגזאם פון לחיים דיסטרוביוטער'ס. איינער וועם מיר האבן שוין אסאך דא געהערט. מיטן לאנגן רעקל און די בלו-טוט אויפן אויער האט ער זיך ארומגעדרייט דארט דערביי פארשפרייטענדיג סידי'ס אויפן טרייבל אין אלע עקן ניו יארק.

עס האט נישט גענומען לאנג ביז ווען מיכאל שניצלער (ביי וועם איך בין שפעטער געווארן א איידעם... אנע חתונה האבן מיט זיין טאכטער.. אינטערסאנט) איז אנגעקומען. מיר האבן זיך גערייכט די האנט, זיך אריבערגעבויגן אינער אויפן צווייטענ'ס ריקן.. און געגאנגען צום שיף.

אה. דא זעה איך יא יא לויפן מיט עטליכע ביכלעך נאטן. ער זאגט מיר אז דאס גיט מען פאר אלע שפילער, דארט ליגן אפגעשריבן אלע ניגונים פונעם לעצטען אלבום מודים אנחנו.

זיך געטראפן מיט נאך ידידים און בני לביני האב איך געכאפט א שמועס מיטן בעה"ב פונעם וועב זייטל "מה נשמע" (ס'הערט זיך?) ער האט מיר מסביר געווען וויזוי זיין זייטל ארבייט און וואס ער האט אלץ לעצטענס אויפגעטוען. מיר האבן געמאכט א שטיקל אפמאך אז יעדער איינער וואס וויל אפלאודען א ווידיאו צום קרעטשמע זאל עס אליין אפלאודען אויף מה נשמע און ברענגען אהער א לינק.

ער האט די וואך צוגעלייגט די אפציע אז יעדער זאל קענען פון זיך אליין אפדעיטן און ארויפלייגן אהין ווידיאו'ס. שטייצעך אז ער ברויך דאס דורכקוקן און עפראווען בעפאר. אבער מיר קענען מאכן א אפמאך אויף איין ספעצילער אימעיל אדרעעס וואס פון דארט וועט ער גלייך עפראווען יעדער ווידיאו.

ביני לביני איז אנגעקומען מאשקע און מיי מוזיק, מיר האבן שיין פאברענגט און ביז געציילטע מינוטן האט מען אנגעפאנגען ארויפצוגיין אויפן שיף.

דא טרעף איך דעם אדם גדול בענקים.. יואל הערש פוקס. איך וואלט אום געבעטן אז ער זאל עפענען א ניק דא אין קרעטשמע, פון די עטליכע מינוט שמועסן האב איך צוזאמגעלאכט א וועלט.

הערענדיג אז איך בין צייטליך האט אום דאס זייער פאדראסן, זאגענדיג, איך האב מיך אנגעגרייט אויפצוזיכן דא צייטליך אבער גענוי ווי די האסט געשריבן, די האסט געשריבן אז די גייסט גיין אנגעטוען ווי אויפן בילד, דערווייל זעה איך נישט קיינעם מיט דיין מצה שטיימל און רויטן בעקיטשע... האסט מיך פאר'נאר'ט, זאגט ער...

אויפן צוויייטן שטאק האבן מיר גענומען א טישל, יעדער מיט זיין טעלער און אנגעפאנגען עסן. (צוליב די חרם דרבינו גרשום נישט ארייינצוקוקען אין יענעם'ס טעללער, וועל איך ארויסלאזן דעם עסן חלק.. ואתכם הסליחה)

אה, דא שלעפט יא יא צו הרב יוסי טיבערג פון "טיעם פראדוקשאן" צו אינזער טישל. יוסי איז שוין באקאנט מיט קרעטשמע, ער ווייסט גלייך וואס דאס איז, ער ווייסט שוין פון אינזער באזוך ביי יוסי גרין פארגאנגע וואך, בקיצור, ער האט שוין באלד א ניק..

דער שיף לאזט זיך ארויס.

דא קומט ישראלי ווערדיגער, נעמט שלום פון אונז אלע און נעמט א בילד מיט אינזער טיש (אויך אירע אקעפירער..) ער שוין געליינט און געהערט און גלייכט זייער אידישע וועלט.

אה, ער איז גרשי מאשקאוויטש, שרייט יא יא, נו, גרשי שטעלט זיך אפ און רייכט אינז א האנט, דאס בין איך מאשקע, זאגט אום מאשקע, אה, זאגט גרשי, די ביסט דער אנגעצויגענער פנים??? מיר אלע האבן אויסגעשאסן, יא, ער ווייסט גוט.

צום אלעם ערשט האט גענומען די מייק ר' מיכאל שניצלער, זייענדיג א קרוב מיט יארמער רב האט ער אום איבערגענומען פאר א וויילע און אינטערגעהאלטן דעם עולם פאר א שטיקל צייט. ער האט געזאגט אז יענקל מיללער האט די לעצטע מינוט נישט געקענט קומען און דערפאר איז ער דא. איך וואלט אום לכתחילה גענומען.

ער האט געזאגט עטליכע וויצן (כ'העל מיך באלד דערמאנען) דער עולם האט הנאה געהאט און דערנאך האט ער אויסגעריפן די "טענקס" און יישר כח'ס פאר די וואס האבן ארויסגעהאלפן פארן נאכט.

צווישן די וועלעכע ער האט אויסגעריפן האט ער עקסטערע און פראמינענט געדעקט די "איי וועלט" וועב זייטל, זאגענדיג: "יעדער האט שוין אוודאי געהערט אדער געליינט די איי וועלט און די קרעטשמע, אדער ווי מ'ריפט דאס קנ"א. עס קומט זיך זיי א גרויסן... וכו'"

עס האבן זיך געהערט שטארקע אפדאלאמיסטן פון אלע עקן שיף, חוץ ביי אינזער טיש האט יעדער אריינגעקוקט אין טעללער ווי גלייך מ'ריפט זיי אויס צום מצוה טאנץ פון א טאכטער, בכדי נישט מעורר צו זיין קיין גילו פראבלעמען. (און נישט אנטרעפן קיין אומגינסטיגע בליקן..)

צום ערשט האט ער אויפגעריפן דען נייעם זינגער און קאמפאזער שרגא געשטעטנער. (דער ווערייזאן סטאר!.. הערייזאן, רייזינג, ווערייזאן, דער מיכאל איז עפעס געווען זייער צומישט דארט.)

ס'זאל איך אייך זאגן? דער געשטעטנער האט עפעס א געבענטשטער שטומע, זיינע בענדער זענען ממש ניי, גארנישט געניצט קוקט עס אויס. זייער פריש און סאליד. דער האט דארט געזינגען דעם באקאנטן "ענבים ענבים" ניגון פון יוסי גרין. זייער שיין געווען.

דערנאך האט געזינגען יואלי פאלקאוויטש, דאנט ווארי, ער האט נישט געזינגען פון זיין נייער טעיפ קיין ניגון, וואס לויט ווי ער זאגט מיר האט ער נאך ניטאמאל אויסגעוועלט געהעריגע די ניגונים.

ער זינגט דער ניגון פון יודל ווערדיגער'ס אלבום "אם תחנה עלי מחנה לא ירא ליבי" ער לעבט אויף דעם עולם, יעדער פאטשט. ער האט געזינגען נאך א ניגון, איך געדעק שוין נישט יעצט וועלעכע, אבער זיין צאמגעצויגענער שטערן און הארציגער שטימע ליגט מיר נאך אין קאפ.

עס איז געווען אפגעשמיסט אז יואלי וועט נעמען א בילד מיט מיכאל נאכן זינגען, אבער זעהט אויס אז זיי האבן פארגעסן.

דער וויכי איז א רוח! ער האט יעדע פאר מינוט א צווייטען פערזאן בעולם הנגינה אינטער זיין בענקל.

מיכאל טרעט אויף מיט א שטיקל דרשה. ער חזר'ט איבער מיטן עולם וויזוי מ'שרייט ספאנטאן אויס די ווארט WOW, דערנאך וויזוי צו מאכן דעם "אהההה..." דער מיכאל וואלט שוין לדעתי געמעגט אננעמען אויך צו זיין א בדחן. ער איז בעסער ווי גוט. (האסט שוין אמאל געהערט גוט? מיכאל איז נאך בעסער.)

דערנאך קומט ארויף ישראל ווערדיגער, ער הייבט מיט א ניגון, די ווערטער זענען עפעס אומבאקאנט "קל קל הכבוד אין לך..." וואטעווער. (מיי מוזיק זינגט נאך יעצט דעם ניגון) קאמפעזירט דורכן ערשטער זינגער שרגא געשטעטנער (כ'האף איך מיש נישט צוזאם) זייער א גוטער ניגון, ער גייט אריבער צו זיין ניגון "ומשה ובני ישראל" דערנאך "אחינו" אה, דא זינגט שוין דער עולם מיט, ס'איז א נחת צו הערן.

דער ישראל, ער זינגט עפעס אזוי סמוד. אזוי גלאטיג, ס'איז א נחת צו הערן.

עס זעצט זיך צו יואלי פאלקאוויטש צו אינזער טישל, (דער קרעמער האט חוזק געמאכט א מיר גייען האבן א טישל, נאך ווי א טישל!) עס פארגייט א שמועס איבער זיין אלבון און איבער איי וועלט.

שלומי טויסיג קומט ארויף, ער כאפט א היי-טשעיר.. און זיצט זיך אנידער.

צום ערשט דערציילט ער דעם סוד אז מיכאל איז זיין פאטער, הערענדיג אז וויכי און אני הקטן זענען זיינע איידימער. ואף מיכאל ענה כנגדו מיט א וויץ אז זיין זושא'לע האט אום אין א געלעגענהייט געפרעגט פארוואס ער האט אזויפיל ווייסע האר אין זיין בארד, זאגט אום מיכאל, יעדעס מאל וואס מיין קינד טוט מיר וויי קומט צו א ווייסער האר, רופט זיך אן זיין זין, אההה, יעצט פארשטיי איך שוין פארוואס זיידי האט א שניי ווייסער בארד...

מורי ורבותי הערט מיך אלע צו.
דער עולם: יהי – יהי – יהי.
וואס זאל זיין, פארוועס זאל זיין, ווי זאל זיין, וואס זאלעך טוען?? בקיצור עס ווערט דערהויבן, דער עולם הויבט אן טאנצן.

נאכן ניגון האט שלומי אפגעמאכט ארויסצוגיין מיט ברייטפארצווייגטער גילו פראיעקט און אינז צו'נאר געלייגט בפני כל עם וים.

ארויסברענגענדיג אז זיין אלבום הייסט מודים אנחנו, מיינט דאס אז ער דארף זיך באדאנקן פאר אלע זיינע ארויסהעלפער. צווישן אלע מיז ער אבער עקסטער ארויסברענגען איינעם וועם ער האט נישט באדאנקט אויפן קאווער ו'איי וועלט שמו. זאגענדיג אז עטליכע פון זייערע שרייבער זענען יעצט דא אבער קען נישט זאגן ווער, זיי האבן געשריבן אסאך פון זיין טעיפ, נישט יעדער פאר אום, געווען אנדערע פארקערט, אבער אבי מ'האט גערעדט דערפון..

פון גאנצן אינטן פונעם שיף שרייט איינער "יא יא".. בקיצור, ס'איז בזיונות..

ער האט ממשיך געווען מיט דריי דיסקלעמער'ס... (דער אינהאלט פונעם דרשה וועט זיין אדער איז שוין דא צובאקומען)

ער האט געזינגען דעם ניגון "הללוהו קל בקדשו" פון ליפא'ס אלבום, אוי, דער עולם זינגט א מחיה.. "טיראראראריילייילאם, טיראראראריילייילאם, טירארארריייירייראם.... הללוהו קל בקדשו, הללוהו ברקיע עיזו, הללוהו בגבירותיו...

והאר עינינו בתורתך "באם באם באם טי רא ראם, באם באם באם טי רא ראם" ודבק לבינו במצותך " באם באם באם טי רא ראם, באם באם באם טי רא ראם" דער עולם זינט א מחיה.

אה, ווי איז איזאק, מ'האט זייער שיין געזינגען דעם ניגון הרינו מזמן את פי, פארשטייט זיך אויך די סוף פונעם ניגון, אן די ווערטער.

יעצט קומט יהודא גרין.

פון פאראויס קומען אריין צוויי גיטאר שפילער, שטעלן זיך ביי די צוויי זייטן און מ'ווארט אויף גרין ווי אויפן רבין.

ענדליך ער איז דא, מ'הייבט אן מיט שלמה'לעס "למען אחי ורעי", ווער קען דאס נישט? דער עולם ווערט אנגעווארמט און גייט אריין אין אן התעוררות. רעלאראראראראם, רעלארארארראראם טאראראראראם... אוי למען בית..

יודא במקום רבי שלמה דערציילט שוין אויך סטארי'ס. מיט די צוויי גיטארן וואס שפילן אינטער דערציילט ער א מעשה מיט זיין זיידע וואס האט געקריגן א טיקעט אין איינע פון די שטעט אינדערהיים פארן האלטן זיין געשעפט אפען שפעטער ווי ערלויבט, ער קריגט א טאג ווען צוגיין אין געריכט, און געווען איז דאס שב"ק אינדערפרי.

אנשטאט גיין אין געריכט אז ער געהעריג געאגנען דאווענען, איך געדענק נישט די גאנצע מעשה, אבער עפעס האט עס געהאט מיטן ניגון נאכדעם וואס ער האט געמאכט מיט פיל פלאג אויף "לכה דודי"

גראדע זייער א שיינער ניגון, יודא איז באוויסט אז ער האט עטליכע גאר געלונגענע ניגונים אויף זיין לעצטער אלבום.

פארשטייט זיך אז מ'האט געזינגען "נשמת" אזוי אז דער שיף האט זיך געשאקלט. (איר האט שוין זיכער געליינט מער איבער דעם שאקלן..) דערנאך האט ער אויך געזינגען דער "בארדיטושבער ניגון" איי, די כוואליעס פונעם וואסער מיט די הארציגע פארצייטישע מעלאדיע'ס זענען בעסער ווי פיטר אויף פרישע ברויט. (פעעעךךך.. ווער ברויך דאס יעצט?)

דער ציגערעטל אויפן דאך פון שיף האט געהאט אלע טעמים (סתם א ליגענט, ס'איז געווען דער זעלבער טעם ווי א פלענער ליכטיג-מארלבאראו ציגרעטל..) אבער דער ליפטל האט יא געהאט אלע טעמים, קלאר.

מיין מנין מעריב איז געווען אינדרויסן פונעם שיף אויפן וועג ארויס. דער בעל תפלה פאר מערבית איז געווען נישט קיין צווייטער ווי ר' ישראל ווערדיגער. (אויך האבן מיר געהאט אין אינזער קליינטשיגער מנין - מאשקע, מיי מוזיק, וויכטיג מאכער, אני הקטן, יוסי טיבערג, רבי פוקס און נאך אינגעלייט.

בקיצור, איך שרייב דאס יעצט שפעט ביינאכט, ס'איז זיכער, איך ווייס קלאר אז איך האב אויסגעלאזט זייער אסאך נקידות, באריכטען, אנעקדאטן און קרישקעלעך, אבער איך בין נאר א מענטש (מיט א ניק) און דאס וואס איך געדענק יעצט אויפן פלאץ האב איך געשריבן.
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.

אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18576
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע: אין אפיס
פארבינד זיך:

תגובהדורך איך_הער » מיטוואך יולי 08, 2009 10:29 am

האסט געשריבן אין איין צי פון שפעט ביינאכט ביז נאך צענע אינדערפרי? WOW.

צייטי, אזוי לאנג ווי וויכי שרייבט נישט זיינס, האבעך מורא אז דו קענסטעם רואיג איינפאקן, (סי גארנישט, איך וויל נאר ארויס שלעפן דעם בער פון שטייג.) זייער שיין באשריבן, א גרויסן יישר כח.

אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12466
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.

תגובהדורך צייטליך » מיטוואך יולי 08, 2009 10:31 am

טו בי קארעקט:

איך האב עס געשריבן נעכטן נאכט בעפארן גיין שלאפן, ארויפגעלייגט אויפן USB און דאס אריינגעשליידערט אהער ווי נאר איך בין אריינגעקומען אין אפיס אינדערפרי.
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.

יא יא
שר חמש מאות
תגובות: 718
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 31, 2008 11:35 am
לאקאציע: אין ניו יארק

תגובהדורך יא יא » מיטוואך יולי 08, 2009 10:38 am

א יאר צוריק ביי די קומזיץ אויף די האדסאן בין איך געוועהן גאנץ פריש דא, אבער איך בין געוועהן די איינציגסטע ק.נ.א ריפארטער לייוו אויף די שיף, ב"ה היי יאר בין איך שוין נישט געוועהן די איינציגסטע, אויף אזוי ווייט אז קוים עס זענען געוועהן חברה וואס האבן נישט קיין ניק'ס דא (אזוי מיינעך).
עניוועיס וויבאלד איך בין נישט קיין שרייבער וועל איך לאזן די שרייבן פאר די לייבן דא אין אייועלט, ווי מאשקע, וויכי, און צייטליך.

אבער איין זאך וואס מען קען נישט ארויסברענגן מיט די פינגערס, די אנגענעמקייט און געשמאקקייט פון פארברענגען מיט די חברה איז אין לשער, און עס האט זיך געלוינט די גאנצע.... נאר צו קענען זיצן ביי איין טיש צוזאמען מיט די מענטשן (יא יא, זיי זענען עכטע מענטשן אויך).
עס איז מיר איינגעפאלן א גוטע חתימה אינמיטן די נאכט, אבער כאבעס פארגעסן.
מיין טאטע זז"ג וואלט געזאגט "אז ס'פאלט איין איז א חורבן"

יא יא
שר חמש מאות
תגובות: 718
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 31, 2008 11:35 am
לאקאציע: אין ניו יארק

תגובהדורך יא יא » מיטוואך יולי 08, 2009 10:41 am

עקסקלויסיוו עקסעס: דער בילד איז גענומען געווארן דורך ישראלי פון מה נשמע דאט קאם
צוגעלייגטע
IMG_1156.JPG
פון רעכטס צו לינקס:
זושא גלויבער, שרגא געשטעטנער, שלמה טויסיג, ישראל ווערדיגער, דובי טעססלער, יואל פאלקאוויטש, גרשי מאשקאוויטש, יוסי טיבערג, יואלי בראך
IMG_1156.JPG (43.99 KiB) געזעהן 3253 מאל
עס איז מיר איינגעפאלן א גוטע חתימה אינמיטן די נאכט, אבער כאבעס פארגעסן.
מיין טאטע זז"ג וואלט געזאגט "אז ס'פאלט איין איז א חורבן"

אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרים אלפים
תגובות: 23408
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

תגובהדורך וויכטיג מאכער » מיטוואך יולי 08, 2009 10:44 am

איכער, ליין ווייטער, איך בין (פאר א טשעינדזש) געווען די ערשטע..

צייטליך, איך ציטער שוין, נאך אזא ריפארט האב איך נישט קיין סאך וואס צוצולייגן.. זייער זייער גוט אראפגעגעבן..

אבער היות איך בין געווען אביסל מער מיט די חברה.. האב איך מער וואס צו שרייבן, סאו איך וועל שרייבן מיין אייגענע..

און מאשקע, מיי מוזיק, און יא יא, מיר ווארטן אויף ענקער זייט פון דו מעשה..

צייטי, טענקס..
הכונו ל'מעמד אדיר איום אסיפת ה''ניקס'' לטוהר המחנה!!!

אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12582
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

תגובהדורך מאשקע » מיטוואך יולי 08, 2009 10:47 am

דיסקלעימער: איך געפין מיך "נישט" אויפ'ן אויבערשטן בילד!
An article a day keeps the babies away

טיטאניק
שר מאה
תגובות: 215
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יוני 19, 2009 12:05 pm

תגובהדורך טיטאניק » מיטוואך יולי 08, 2009 11:14 am

צייטליך, דיין באריכט איז געוואלדיג דערצו נאך ביי די חלק ווי דו ביסט געווארן א איידעם ביי מיכאל און א נעפיו פון יאנקל מיללער.

אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12466
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.

תגובהדורך צייטליך » מיטוואך יולי 08, 2009 11:23 am

נאדער א לינק מיט בילדער פונעם קומזיץ.

http://mahnishmah.com/system/scripts/mo ... i?p=Images
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.

וואלוועלע
שר חמש מאות
תגובות: 632
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 26, 2008 8:34 am

תגובהדורך וואלוועלע » מיטוואך יולי 08, 2009 11:25 am

זיער גוט צייטליך אראפגעלייגט דיין זייט פון די מעשה, איין זאך וויס איך נאכנישט וויאזוי די מיט ציייטליך זענען געווארן איידימער פון מיכאל, עניוועי ווי איך פארשטיי איז דארט געווען גילוי אויף א גאר ערענסטן פארנעם, י גאנצע שיף קען שוין וויכי, צייטליך, מאשקע, יא יא, מיי מיוזיק,

אוועטאר
דארפסמאן
שר ששת אלפים
תגובות: 6442
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 14, 2006 2:52 pm
לאקאציע: אין דארף

תגובהדורך דארפסמאן » מיטוואך יולי 08, 2009 11:42 am

שכוח צייטליך : זייער שיין,
איך האב נישט געוויסט אז די האסט געזען מיין הענט, איך האב נאר אויפגעהויבען אביסל כדי נישט יעדער זאל זען
הכו"ח ר' אברהם דארפסמאן שליט"א
פה ב'דארף יצ"ו -

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28277
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » מיטוואך יולי 08, 2009 11:55 am

א 'צייטליכ'ע באריכט, מיט אלע דעטאלן און קרישקעלעך. (דיין טשעק ליגט אויפן פראנט דעסק, געב אכט מאשקע זאל נישט באמערקן די סומע).

אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12582
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

תגובהדורך מאשקע » מיטוואך יולי 08, 2009 11:56 am

(מאשקע האט דאך אונטערגעשריבן דעם טשעק...)
An article a day keeps the babies away

אוועטאר
אנאנימער
שר מאה
תגובות: 103
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 03, 2009 5:00 pm

תגובהדורך אנאנימער » מיטוואך יולי 08, 2009 2:10 pm

סוויט עס אלוועיס (נאהאד! דאס האב איך אנגעגרייט פאר מאשקע כאכא, נו שוין האלט עס. איך מיין אז די ווייסט אז איך האלט באמת אזוי).

גיי לייג דיך צו, ווען נישט עס קומט מיר צו שמייכלען ביי יעדע זאץ, וואלט איך געגענעצט, עס ליגט דאך אזויפיל מידעקייט אין יעדעס ווארט.
who spoke on condition of anonymity because...... (AP Network news)

אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12466
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.

תגובהדורך צייטליך » מיטוואך יולי 08, 2009 3:27 pm

נאדער פון די בילדער וואס איך האב געכאפט.

ישראל ווערדיגער.
שלומי טויסיג.
יהודא גרין.
צוגעלייגטע
verdiger.JPG
verdiger.JPG (75.95 KiB) געזעהן 2880 מאל
toisig.JPG
toisig.JPG (74 KiB) געזעהן 2880 מאל
green.JPG
green.JPG (59.16 KiB) געזעהן 2879 מאל
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.

אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12466
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.

תגובהדורך צייטליך » מיטוואך יולי 08, 2009 5:45 pm

א לינק מיט בילדער און באשרייבונג פונעם קומזיץ.

http://jewishmusicreport.com/?p=831
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.

אוועטאר
יגרסהדותא
מ. ראש הקהל
תגובות: 3682
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 03, 2006 10:14 am
לאקאציע: קאר וואש

תגובהדורך יגרסהדותא » דאנארשטאג יולי 09, 2009 10:53 am

האסט אלעס דא אריינגעברענט, אפי' די ווינטל..

הנאה געהאט צו ליינען.

אוועטאר
לוסטיג
שר האלף
תגובות: 1138
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 23, 2008 1:56 pm

תגובהדורך לוסטיג » דאנארשטאג יולי 09, 2009 2:46 pm

פיין געווען צייטליך, איך האב מיר געשפירט ווי ביים מעמוד אליין...

נאר ווען די קלאגע קעגן בלעיקבערי גייט אריין און פראסעס לאז מיר וויסן וויי לאיך האב אויך עפעס טענות און ס'קען דיר אסאך צוהעלפן..
אבער צום סוף לאכן מיר דיר אויס, הא..הא..הא..חחח...

אוועטאר
הערשי קניהויז
שר חמש מאות
תגובות: 837
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 24, 2008 1:23 pm

תגובהדורך הערשי קניהויז » פרייטאג יולי 10, 2009 10:23 am

עס איז שוין גארנישט אזוי קורץ דיין באריכט, עס איז געוועהן זייער אינטערעסאנט צו ליינען.

אוועטאר
bailout
שר האלפיים
תגובות: 2208
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 25, 2008 10:27 am

תגובהדורך bailout » פרייטאג יולי 10, 2009 10:32 am

דיין ריפארט איז ווערד פינעף פון די רעטעך סעריע

(דיין ריפארט רעטעך א פינעווער)


צוריק צו “היכל הנגינה”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נאר חסרונות און 5 געסט