מיין עקספיריענס, 'קומזיץ אויפן האדסאן'.. (וויכטיג מאכער)

ניגונים און זינגערס

אחראי: אחראי

אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרים אלפים
תגובות: 23365
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

מיין עקספיריענס, 'קומזיץ אויפן האדסאן'.. (וויכטיג מאכער)

תגובהדורך וויכטיג מאכער » מיטוואך יולי 08, 2009 1:59 am

האדסאן, נו יארק-נו דזשערסי...

וואו שוין באקאנט, האב איך ב"ה געהאט די זכיה צו זיין היי יאר ביי די "קומזיץ אן די האדסאן", איך קען זאגן, יעדע זאך פאר זיך איך געווען עפעס אויסטערליש, ס'איז געווען א פלעזשער יעדע מינוט דארט, פונעם אנקומען, ביזן אוועקפארן.. אויף אזא מעמד קען מען עכט זאגן;..

אילו איך וואלט פלעין געהאט די זכיה צו פארן מיט צייטליך אין די קאר, און כאפן א זאפטיגע שמיעס, דיינו..

אילו איך וואלט נאר געהאט די זכיה זיך צו טרעפן נאכאמאל מיט 'ר' יוסף יצחק לאנגזאם' און 'מאשקע' 'יא יא' און זיך באקענען צום ערשטן מאל מיט 'מיי מוזיק', דיינו..

אילו איך וואלט פלעין געהאט די זכיה צו 'זיין א איידעם ביי "מיכאל" און א שוואגער פאר "צייטליך" פאר 5 מינוט', דיינו.. (ווער ס'כאפט נישט די דזשאוק, זאל נישט ווערן צובראכן, ס'איז בעסער אזוי..)

אילו איך וואלט נאר געפארן זיך צו טרעפן מיט די אנפירער פון 'מה נשמע' און רעדן מיט עם, אינאיינעם מיט צייטליך, דיינו..

אילו איך וואלט געפארן נאר צו זעהן ווי 'ארי פרענקל' שוויצט, און גרייט אן די שיינע ארבעט, דיינו..

אילו איך וואלט נאר געפארן צו קאסטן די פיינע טשולענט, קושקע, קוגל, און אנדערע עסן, און דזשעלי'ס, דיינו..

אילו איך וואלט נאר געפארן צו הערן 'שרגי געשטעטנער' זינגען, און קענען כאפן א שטיקל שמיעס מיט עם, דיינו..

אילו איך וואלט נאר געפארן צו הערן 'מיכאל' זאגן דברי בדחנות, דיינו..

אילו איך וואלט געפארן נאר צו קענען הערן ווי 'יואלי פאלקאוויטש' זינגט, און כאפן א שמיעס מיט עם, דיינו..

אילו איך וואלט געפארן צו הערן 'ישראלי ווערדיגער' זינגען, און כאפן א שמיעס מיט עם, און צום סוף הערן זיין 'מעריב', דיינו..

אילו איך וואלט נאר געפארן צו הערן 'שלומי טויסיג' זינגען, און כאפן א שמיעס און א 'טענצעלע' מיט עם, דיינו..

אילו איך וואלט נאר געפארן זיך צו טרעפן מיט הצדיק 'שלומי רייכבערג' פון "מקימי" און כאפן א שמיעס מיט עם, דיינו..

אילו איך וואלט נאר געפארן זיך צו טרעפן מיט 'יואל הערש פוקס', און שמיעסן מיט עם, און לאכן נאן-סטאפ, דיינו..

אילו איך וואלט געפארן צו הערן 'יודא גרין', דיינו..

אילו איך וואלט נאר געפארן צו קענען כאפן א שמיעס מיט 'דובי טעסלער', און עם הערן שפילן, אינאיינעם מיט 'יואלי בראך', דיינו..

אילו איך וואלט נאר געפארן צו הערן ווי "היכל הנגינה" ווערט אזוי שיין פראמוטעד צווישן אנדערע ריזיגע סייט'ס ביי 'מיכאל', און ביי 'שלוימי', און זעהן וויפיל ליינער'ס אונז האמער, דיינו..

אילו איך וואלט נאר געפארן צו הערן וואו 'צייטליך' און 'מאשקע' מיט 'מיי מוזיק' הארמענייזן, דיינו..

אילו איך וואלט נאר געפארן זיך צו באגעגענען מיט 'מרת ליבערטי' און הערן א הספד פון 'יואל הערש פוקס' אויף איר, דיינו..

אילו איך וואלט געפארן נאר צו הערן און זעהן די גוי פארן מיט די וועגעלע פיהל מיט גארבידזש און שרייען ביפ ביפ ביפ!!! אינמיטן 'מעריב', דיינו..

אחרון חביב...

אילו איך וואלט נאר געפארן צו האבן א שמיעס מיט 'גערשי מאשקאוויטש' און 'יאסי טיבערג' פון 'טיעם פראדאקשען' און באקומען א אינוויטעשען פון 'יוסי' צו זיין סטודיאו, דיינו..

על אחת כמה וכמה, איך בין געפארן מיט 'צייטליך', איך האב מיך געטראפן מיט 'יוסף יצחק לאנגזאם' 'מאשקע' 'יא יא' 'מיי מוזיק' און די אנפירער פון 'מה נשמע', און געווען 'מיכאל'ס איידעם און צייטליך'ס שוואגער' פאר 5 מינוט, איך האב געזעהן 'ארי פרענקל' שוויצן, און געגעסן פיינע זאכן, געהערט און געהאט א שמיעס מיט 'יואלי פאלקאוויטש' 'שרגי געשטעטנער' ישראלי ווערדיגער' 'דובי טעסלער' 'יואלי בראך' 'מיכאל' (ער איז סופער, קרעדיט: 'גערשי' און יעדער איז מודה דערויף..) 'שלומי טויסיג' (אוי איז דאס געווען א טענצעלע) און 'יודא גרין', און געהאט א שמיעס מיט 'יואל הערש פוקס' און הצדיק 'שלומי רייכבערג' פון 'מקימי', און געהערט 'מאשקע' מיט 'צייטליך' מיט 'מיי מוזיק' הארמענייזן, און געהערט ווי אונזער 'היכל הנגינה' ווערט פראמאוטעד, און דורכגעפארן די 'סטעטשו אוו ליבערטי', און געהערט די גוי שרייען ביפ ביפ ביפ!!!.. ואחרון חביב, געהאט א זאפטיגע שמיעס מיט 'גרשי' און יוסי' פון "טיעם פראדאקשן".. איז דאך זיכער אז ס'האט זיך געלוינט צו זיין דארט..

וואס ווען וואו ווער?..

ווארט מיט שפאנונג..

עסקנים ווערן געבעטן אריינצוברענגען אביסל קאלט'ס צוטרינקן, און ווארעם צו עסן, (ס'איז געבליבן גענוג אויפן שיף..) כדי דער עולם זאל נישט אויסגיין ווארטענדיג..
הכונו ל'מעמד אדיר איום אסיפת ה''ניקס'' לטוהר המחנה!!!

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14185
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

תגובהדורך שוועמל » מיטוואך יולי 08, 2009 2:04 am

WOW WOW קען קוים ווארטן...


פארוואס האסטו מיך נישט מיטגענומען די פאסקונדיאק.....
פונקט מאשקע האסטו מיר ארויסגעלאזט פון די האנט, איי איי איי.
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)

דאכצעכמיר
שר מאה
תגובות: 185
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 02, 2008 6:23 pm

תגובהדורך דאכצעכמיר » מיטוואך יולי 08, 2009 2:42 am

כ'האדיר שוין געזאגט אין פרייוועט און איך וועל עס אויסשרייען אין פאבליק: וויכי יא אר דע בעסט!!! שרייטס אלע נאך!!!!

טיטאניק
שר מאה
תגובות: 215
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יוני 19, 2009 12:05 pm

תגובהדורך טיטאניק » מיטוואך יולי 08, 2009 7:11 am

ויהי ממחרת, וויכי האט קאמפאוזד א דיינו ניגון און זיך געלייגט שלאפן, די דזשעליס האט געמאכט די דזשאב.

אוועטאר
הערשי קניהויז
שר חמש מאות
תגובות: 837
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 24, 2008 1:23 pm

תגובהדורך הערשי קניהויז » מיטוואך יולי 08, 2009 8:17 am

וויכי האסט מיר אנגערייצט און געמאכט נייגעריג, לאז דיך נישט צולאנג ווארטן.

אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18576
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע: אין אפיס
פארבינד זיך:

תגובהדורך איך_הער » מיטוואך יולי 08, 2009 11:13 am

וויכי, יו אר עמעיזינג, אקעי דו ביסט געהעריג אין קאמפאט-טישן מיט צייטי, עטס זענטס ביידע גוט.

דיין איידיע פון דיינו, איז הערליך, כ'האב שטארק הנאה געהאט ליינענדיג. איי עפרישיעט יור עפארד ארויף צו בויען דעם היכל הנגינה מיט סיי וואס ס'לאטצעך נאר, אפילו ס'פעלט אויס שרייבן צוויי דרייסיג פארטאג.

א גרויסן און הארציגן יישר כח. מיר ווארטן אויפן המשך.

וואלוועלע
שר חמש מאות
תגובות: 632
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 26, 2008 8:34 am

תגובהדורך וואלוועלע » מיטוואך יולי 08, 2009 11:28 am

וויכי ווי איך זעה אז ביי דיר האט די גאנצע קרוז געהאט דאנץ א אנדערע באדייט ווי ואס ס'האט געהאט פאר אלע אנדער באטייליגטע, ביי די רהאט געמייט די קרוז א פרישע רינגעלע און היכל הנגינה, זיך באקענט מיט נייע זינגער'ס, גענאשט ווייטער פון דיינע אלטע באקאנטע, און נענטער געברענגט די זינגער'ס צו היכל הנגינה, און עצם מער פארשפרייט די באקאנשאפט פון די קרעטשמע,

עניוועי וויכי קיפ אפ די ביסט מעידזשאר,

אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12466
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.

תגובהדורך צייטליך » מיטוואך יולי 08, 2009 11:31 am

אוי, עטס וואלט געדארפט זעהן דעם וויכי דארט.. ער איז געווען פארנומען ביז איבערן קאפ, געפיבערט און פארארבייט דארט וויפיל ער קען נאר.

מיטונגען מיט אינטערוויו'ס. אויפן ערשטן שטאק און די דריטע שטאק, דער האט נישט אויפגעהערט קיין מינוט.

איין זאך: היכל הנגינה איז ברייט באקאנט ביי יעדען איד וואס גלייכט נגינה און מוזיק.
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.

יא יא
שר חמש מאות
תגובות: 718
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 31, 2008 11:35 am
לאקאציע: אין ניו יארק

תגובהדורך יא יא » מיטוואך יולי 08, 2009 11:42 am

איך האדיר געזאגט אז ער איז געוועהן אויף די צווייטע שטאק נישט אויף די דריטע
עס איז מיר איינגעפאלן א גוטע חתימה אינמיטן די נאכט, אבער כאבעס פארגעסן.
מיין טאטע זז"ג וואלט געזאגט "אז ס'פאלט איין איז א חורבן"

וואלוועלע
שר חמש מאות
תגובות: 632
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 26, 2008 8:34 am

תגובהדורך וואלוועלע » מיטוואך יולי 08, 2009 11:44 am

יא צייטליך ביסט 100 פראצענט גערעכט אז די היכל הנגינה און קרעטשמע איז שוין היינט צוטאגס זייער ברייט באקאנט, אבער פפאר וועם קומט דער שקויעך, לאמיר צוזאם אויסשרייען,

שקויעך וויכי, די האסט ביז אהער געמאכט א מעידזשאר דזשאב, קיפ אפ, ברענג נאך און נאך אינטערוויוס, ברענג נעמען פון זינגער'ס אז מען זאך דא קענען דעסקאסטן, גיי ווייטער אן מיט דיין מעכטיגע ארבייט, און צו דיר צייטליך און יא יא מאשקע מיי יוזיק און אלע אנדערע אויך עטס גייטס ווייטער אן, עטס האטס אריינגעברענגט א פרישקייט און די קרעטשמע,

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28277
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » מיטוואך יולי 08, 2009 11:54 am

איר וועט מיך אפשר באטראכטן ווי א שוטה ל"ע, אבער לויט די ספיעד וויאזוי זאכן אנטוויקלן זיך דא, וועט איבער-א-יאר אי"ה (משיח זאל אודאי פריער קומען) אפרייזן א דאבל-דעקער שיף אויפן סועז-קאנאל צו א קומזיץ-רייזע פון 7 טעג און 17 נעכט, אלע 613 שטובער וועלן זיין אקופירט דורך קרעטשמע פארפעלקער, און דער קאפיטאן וועט זיין נישט קיין צווייטער ווי "דיינו" (וויכטיג מאכער).

אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18576
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע: אין אפיס
פארבינד זיך:

תגובהדורך איך_הער » מיטוואך יולי 08, 2009 12:34 pm

קרעמער, גוט. חחח.

אוועטאר
my_music
שר חמישים ומאתים
תגובות: 344
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 22, 2009 6:32 pm
לאקאציע: נאך אויפן זעלבן פלאץ

תגובהדורך my_music » מיטוואך יולי 08, 2009 12:50 pm

נאך אזעלכע זאפטיגע רעפארטס וואס קען אזא גארנישט ווי איך צולייגן? (די אלע וואס האבן נישט אויפגעמערקט: פאסטס אויף "מיי מוזיק איז אויך א עניו)
עס איז געווען זייער אינטערעסאנט און ענדזשויעבל, קודם כל האבן די גאנצע קרעטשמע לייו אונטער איין דאך, און דאס זיך באקענען מיט ווירטואל פריינד וואס איך האב געמיינט עקזיסטירן נאר ביי מיר אויפן 23 אינטש סקרין אין אפיס (איר האלט חשבון? עניו און 23 אינטש) עס איז געווען נייס צאמצושטעלן א פנים צו א נאמען, איך מיין: א נאמען צו א ניק....
צייטליך - וויכי נייס טא פיינעלי מיט יאא, און יא יא מיט מאשקע עס איז א פלעדזשער אייך נאכאמאל צו טרעפן.
איין זאך טאקע יא די גילו איז געווען אויף א געפערליכן פארנעם, אבער אזוי ווי מאשקע (?) זאגט הא קערס.....

אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12582
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

תגובהדורך מאשקע » מיטוואך יולי 08, 2009 12:53 pm

מר. עניו, פליז דערצייל נישט אלעס וואס דו האסט צוזאמגעשטעלט... ס'איז דא זאכן וואס איך אליינס ווייס אויך נישט...
An article a day keeps the babies away

אוועטאר
אונגארישער
שר האלף
תגובות: 1272
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 01, 2008 12:00 pm
לאקאציע: אין שאראש פאטאק

תגובהדורך אונגארישער » מיטוואך יולי 08, 2009 1:56 pm

וויכי ;l;p-
Liberalism is a mental disorder

אוועטאר
אנאנימער
שר מאה
תגובות: 103
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 03, 2009 5:00 pm

תגובהדורך אנאנימער » מיטוואך יולי 08, 2009 2:15 pm

יע יע סאם עקספיריענס. כאמזל האסט פארשוינט דיין בעטערי, נאך דאס האט אויסגעפעלט אלע לצים זאלן פאוסטן צוזאמען, וויפיל איז די שיעור צו האלטן די לעפצן ברייט און לאכן אויפן קול?
who spoke on condition of anonymity because...... (AP Network news)

אוועטאר
EMT
שר מאה
תגובות: 111
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 05, 2008 5:04 pm
לאקאציע: ביים ארבעט

תגובהדורך EMT » מיטוואך יולי 08, 2009 2:41 pm

וויכי

וואס טוט זיך מיט קליפ'ס פון דארט זאל כאטשיק דער עולם וואס איז נישט דארט אויך הנאה האבן
מיט א שמייכל ~ Always Happy

יא יא
שר חמש מאות
תגובות: 718
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 31, 2008 11:35 am
לאקאציע: אין ניו יארק

תגובהדורך יא יא » מיטוואך יולי 08, 2009 3:03 pm

די קליפ ווי שלומי באדאנקט זיך פאר אייועלט, ווארט פאר עפראוועל דורך מה נשמע?
עס איז מיר איינגעפאלן א גוטע חתימה אינמיטן די נאכט, אבער כאבעס פארגעסן.
מיין טאטע זז"ג וואלט געזאגט "אז ס'פאלט איין איז א חורבן"

אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרים אלפים
תגובות: 23365
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

תגובהדורך וויכטיג מאכער » מיטוואך יולי 08, 2009 3:47 pm

און יעצט העמער פראבירן צו גיין אין א סדר, און אראפלייגן מיין זייט פון די מעשה.. כאטשיק איך בין נאכנישט געקומען צו מיר (איך בין שוין נישט אויפן שיף, אבער נאכנישט ביי מיר, ערגעץ אינטערוועגנס..) פון די רייזע.. אבער איך וועל טרייען מיין בעסט..

אפגעשמיעסט האמער, אז איך גיי טרעפן צייטליך 6:00, אבער א_וואו אייביג, ער מודעך זיין שפעיט, סאו אום 6:30 איז ער ענדליך אראפגעקומען פון זיין הויז, און מ'האמער זיך אריינגעזעצט אין 'זיין' קאר, (יא, מיט מיין נייעס סוט..) און מ'האט אנגעהויבן.. ניין, נישט פארן, קודם רעדן, ער האט אייביג א גוט ווארט, און נאכדעם האמער אנגעפאנגען צו פארן..

די וועג איז געווען גאנץ פיין -חוץ די צוויי שארט-סטאפ'ס, וואס ביי איינע פון זיי איז מיין בלעקבערי געפלויגן אזוי ווייט, אזאש אז מ'האט געדארפט אפשטעלן די קאר דאס אויפצוזיכן- איז אלעס געווען מסודר, דאס אז ער האט געמוזט נעמען א פאני וועג, דורך א באמפי ראוד, אז איך זאל ווערן דיזי, איז נישט אזוי געפערליך אז איך זאל דארפן רעדן דערפון..

ווען מ'פאלגט וויכי, קען מען נישט שלעכט פארן, אונז זעמער אנגעקומען צו "פיער 17" און נאכן זיך ארומדרייען, האמער זיך אריינגעשטעלט אין די זייט, צו קענען אבזעווירן די סצענע.. און צו די ריכטיגע מינוט, ווען מ'האמער זיך גענומען פארן ווייטער, האב איך באמערקט אז די קאר פארענט פון אונז איז פארדעכטיגט.. יא יא, (נאכנישט די ניק..) ס'איז געווען סוספישעס, ס'האט מיר עפעס אויסגעקוקט ווי 'שלומי טויסיג' מיט 'יא יא' (דאס מאל איזעס יא די ניק) פארן אין די קאר..

איך האב תיקף געמאלדן פאר צייטליך מיינע פארדאכטן, און ער האט א קוק געטוהן, און ער האט געזאגט אז ער מיינט אז איך בין גערעכט, צייטליך האט אנגעהויבן שיינען מיט די היי-ביעם'ס, און פייפן, אבער די חברה האבן נישט געכאפט, איך האב אויפגעמאכט מיין פענסטער, און פראבירט צו ווינקען, אבער זיי כאפן נישט... (וואס האבן זיי געטראכט?.. איך פארשטיי נישט..)

אבער צום סוף האבן זיי זיך אפגעשטעלט, ווייל אונז זעמער אנגעקומען צו די פארקינג לאט, און יא יא האט געעפנט די פענסטער.. איך גיב א שריי, יא יא!!! (הויעך און שטייט!!) און וואס האטעץ געמיינט?.. מער ווי איינמאל האטעס נישט אויסגעפעהלט, ער האט אונז געזעהן, איך האב נאך צוגעלייגט אז ער זאל באצאלן אונזער פארקינג אויך, און אזוי האט ער געטוהן, (דאונט ווארי, ער האט שוין צוריקבאקומען די געלט, ער האט נאר נישט געכאפט די דזשאוק..) מ'האמער ביידע געפארק'ד די קארס, און חברה!! מ'גייט!..

די ערשטע האב איך געגעבן שלום פאר מיין חבר 'יא יא', מיר האבען זיך באגריסט.. נאך א מינוט האצעך שוין 'שלומי' ארויסגעריקט פון די קאר, און מיר האבן באקומען א ווארימע... נישט קיש.. שלום עליכם, צייטליך האצעך פארטוהן אין א שמיעס מיט 'יא יא', (אדער מיט זיך אליין, צו איינעם האטער גערעדט..) איך האב געשמיעסט מיט 'שלומי'..

אונז -דיר פיר אויסגערעכנטע, מיט נאך איינער, ויקרא שמו בישראל "מאטי אילאוויטש".. (קרעדיט: מיכאל..)- האמער געוואקט צום בארטן, איך האב שנעל געגעבן א כאפ א בילד פון 'שלומי'ן' אנקומענדיג צו שיף, (די בילד איז אינעם לייוו אפדעיט אשכול..) און איך האב מיך געזעגענט פון די חברה פאר דערווייל, זיי זענען געגאנגען ווייטער צום שיק, און מיר האבן זיך גענומען לעבודה..

איך האב לאנג געזוכט, אבער צום סוף ב"ה געטראפן, איינער וואס זאל ריסייזן די פיקטשער אז איך זאל עס קענען ארויפלייגן, 'פאטאקי' איז געקומען צו הילף, אין ביז אפאר מינוט איז די בילד געווען דא אויבן.. איין מינוט, מיין טעלעפאון קלינגט.. בררר.....

העלאו... מיין ידיד ר' 'יוסף יצחק לאנגזאם' פון 'לחיים' האט מיך געקאלט פרעגן ווי מ'גייט, איך האב עם געזאגט וואו צו גיין, און ביז צוויי מינוט האב איך עם טאקע שוין געזעהן, ער שפאצירט שיינערהייט אריבער די וועג, איך געב עם 'שלום עליכם', איך וויל כאפן א בילד פון עם, און ס'ווערט מיר שווארץ פאר די אויגן.. מיין בעטערי איז שוין לאו..

איך האב תיכף ארויסגעשיקט אן אלארעם, אז ווער ס'האט א ריטשארדזשער אין די געגענט, זאל ביטע זיך מעלדן.. ו'אלל אוו דע סאדען, 'יוסף יצחק' ציהט ארויס פון זיין טאש א 'ספעיר בעטערי', ער זאגט מיר אז דאס קומט פון 'אלחנן' ער האט דאס מיר געשיקט.. טענקס 'חני' אין די ריכטיגע מינוט.. ס'נאר געווען איין פראבלעם, 'יוסף יצחק' האט מיר געזאגט, אז היות די בעטערי איז נישט די זעלבע סייז וואו זיין בעטערי, האט ער עס נישט געקענט טשארדזשען..

אינצווישן האב איך שוין געקאלט מיכאל, ער האט מיר געזאגט אז ער איז דא ביז אפאר מינוט, און 'יא יא' קומט צו לויפן מיט א פעקל 'נאוט'ס'.. ער דארפעס טראגן אויפן שיף, פאר די שפילער'ס.. איך האב אינטרעדוס'ד 'יא יא' פאר לאנגזאם, און צייטליך -וועלעכער האט עעעענדליך אראפגעלייגט די טעלעפאון- האצעך צוגעשארט צום שמיעס...

ארי!!! וואטס אפ??!!.. 'ארי פרענקל' איז דא, ער שוויצט, ער ברענגט און מאכט.. (ארי, דא בין איך די 'מאכער'..) איך האב געלאזט 'יא יא' רעדן מיט 'לאנגזאם', און איך מיט צייטליך האבן זיך צוגעשארט צו 'ארי'ן', מ'האמערעם אביסל אויסגעפרעגט וועגן די שיף, ער זאגט אז ער האט ב"ה אסאאך אוקעיזשען'ס אויף דעם שיף, ער איז דא יעדע צוויי-דריי וואכן.. ער האט געקרעכצט אז ער איז מוז ליידער מיטפארן, ווייל ער איז ריספאנסעבל אויף די שיף, אבער ב"ה פארדעם, זאגטער...

אהההה, אזא גאסט?!! 'מיכאל' קומט צו שפאצירן, ער איז דא, ער איז אויפן טעלעפאון, נאכן כאפן א פיקטשער (די פיקטשער איז אין די 'לייוו אפדעיט אשכול'..) האמער זיך געגעבן שלום.. איך מיט צייטליך, (שוין ווייטער איז ער אויפן טעלעפאון..) האמער אנגעהויבן שפאצירן מיט עם...

דיסקלעימער; אויב ס'איז דא נאך איינעם וואס מ'קען באטיטלען 'פרענד אוו כלל ישראל' (קרעדיט: מיכאל..) איז עס נאר מיכאל אליין.. יעדער איינער 'כמעט', האט זיך געפרייעט צו עם.. ס'איז געווען א פלעזשער צו קוקן..

שווער לעבן, איך מעג פארציילן?.. ווען איינער האט געפרעגט 'מיכאל', 'ווער זענען די צוויי יונגעלייט (איך מיט צייטליך..) וואס וואקן מיט דיר?'.. האט ער געענטפערט, מיינע איידעמער.. 'מיכאל', איך ווייס נישט וויזוי דו האסטעך געקענט איינהאלטן, אבער איך האב אזוי געלאכט..

נאכן סטעמפן די טיקעט'ס, האמער זיך אראפגעשטעלט באטראכן דעם עולם, ס'איז געוען א עכטע מיקס'ד קראוד.. (ווארף נישט קיין שטיינער!!.. ליין ווייטער..) ס'איז געווען מענטשען פון אסאך שיכטן און קרייזן, (איך שרייב נישט קיין נעמען, צוליב גילו..)... אופס.. איין מינוט, מנחה, מנחה!!.. שטעלצעך א מנין מנחה אויף די זייט פון די שיף...

'יא יא' איז געווען ביזי צו באגריסן זיינע חברה, יעדעם איינעם וואס ער האט באגריסט, האט ער מיר פלינק געזאגט ווער דאס איז, און איך האב שנעל באשלאסן, יא אדער ניין, איך וויל עם טרעפן, צו נישט.. די ערשטע איז געווען דעם באקאנטן 'קאמפויזער' משמח אלקים ואנשים, ר' 'יואל הערש פוקס'.. יויש איז דאס זיס.. א שמייכל וואס מ'זעהט נישט אין ערגעץ, מ'האמער זיך פריינטליך באגריסט, און 'יא יא' זאגטעם אז אונז זעמער פון 'אייוועלט', 'יואל הערש' האט מיר געזאגט ער שרייבט נישט, אבער ער ליינט, איך מוז וויסן ווער די ביסט.. וואס איז דיין ניק?.. פרעגטער..

איך האב שפעקילירט פאר איין מינוט, אבער איך געב מיך א רוף אן.. 'וויכי', וואס??!! געטער א שריי.. א דאונט ביליוו איט, ער האצעך גענומען שיסן קאמפלימענטס אויף אלע זייטן, ווען נישט די גאנצער ארום האט מיטגעהאלטן, וואלט איך עכט הנאה געהאט.. אבער ס'איז געווען א פלעדזשער אזוי אויך.. איך האב אביסל ארומגערעדט מיט עם וועגן זיין קאמפאוזען ניגונים, אבער ער האט צופיהל פרענדס.. יעדע מינוט האט א צווייטער אריינגעהאקט, האמער באשלאסן אז מ'גיימער רעדן שפעטער, ווען יעדער וועט שוין זיין אויפן שיף..

נעקסט.. שלום עליכם 'ישראלי גאלדבערג'.. 'מה נשמע?'.. דער 'יא יא' האט מיך צוגעפיהרט צו 'שראלי'ן', דער אנפיהרער פון 'מה נשמע', איך האב מיך באדאנקט פארן געבן קרעדיט פאר 'אייוועלט' ביי די 'גרינע חתונה' ווידיאו, און מ'זעמער אריינגעפארן אין א שמיעס, איך האב אינטרעדוסט 'צייטליך'.. און ער האט איבערגענומען דעם שמיעס, זיי האבן גערעדט וועגן פאוסטן ווידיאו'ס, אבער איך האב זיי געלאזט רעדן, ווייל...

העי! 'מאשקע' איז דא.. ער רעדט אויפן טעלעפאון, ער פרעגט 'יא יא' ווי ביסטו?.. איך הייב אויף מיין הענט, איך ווייז עם דא! דא!.. עעענדליך נאך 3 מאל זאגן האט ער געכאפט, און ער האט געקוקט צו מיר, איך בין שנעל געגאנגען צו עם, איך האב אהינגעברענגט 'י"י לאנגזאם', און מאשקע האצעך באקאנט געמאכט, אבער נישט נאר מאשקע, נאר זיין שכן האט אויך אויסגעשטרעקט די הענט, ווער אידאס?.. רוים איך אריין פאר 'מאשקע'ן' אין אויער, ער זאגט מיר, דאס איז 'מיי מוזיק'... וואס?!! העלאו.. אונז קעמער זיך שוין לאנג, אבער נישט אויפן פנים.. שאמאלייעכם... ס'מאכסטו?..

אונז האמער שטייטעלעך צוריקשפאצירט דארט ווי איך האב איבערגעלאזט 'צייטליך', אזוי שמיעסנדיג האט 'מאשקע' אויסגעדריקט צופרידענהייט אז איך געדענק נאך זיין נאמען, און איך רופעם נישט ביים ניק, אבער ס'האט נישט לאנג אנגעהאלטן, אונז זעמער אנגעקומען צו 'צייטליך' מ'האצעך יעדער יעדעם באגריסט.. און ס'איז געווארן פרייליך, 'ישראלי גאלדבערג' 'יואל הערש פוקס' מיט די 5 'קרעטשמע' מיטגלידער, מיט נאך אפאר אנדערע האבן געשמיעסט.. יויש איז דאס געווען פאן.. אבער, דער גאנצער עולם האט מיטגעהאלטן.. ס'איז געווען פרייליך, 'מאשקע' האטעס נישט אויסגעהאלטן, קוים מיט צרות איז אונז געלונגען עם אפצוהאלטן פון אריינשפרינגן אינעם איסט ריווער...

אקעי, די פעידזש איז פול..

המשך יבא..
הכונו ל'מעמד אדיר איום אסיפת ה''ניקס'' לטוהר המחנה!!!

אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12466
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.

תגובהדורך צייטליך » מיטוואך יולי 08, 2009 3:52 pm

מען אה מען!

איך קען קוים ווארטן אויפן פארזעצונג, דיין באשרייבונג איז שוין באלד בעסער ווי אין ראליטעט..

איך זיץ דא וויכי, איך ווארט אויפן פארזעצונג.
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28277
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » מיטוואך יולי 08, 2009 4:04 pm

עס פריידט מיר צו זעהן אז איך האב עס גוט געמאכט... אפילו דער מייסטער דערשנאפער וויכי האט נישט געכאפט אז דער מיטן כזית קאפל און די גרינע העמד אויפן זייט פונעם שיף איז נישט קיין צווייטער ווי קרעמער... וועלכער האלט זיך אן דעם בייכל נישט צו פלאצן פאר געלעכטער פון די קרעטשמעריסטן אין די זייט וואס מיינען אז איך בין פון די וועיטערס...

אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18576
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע: אין אפיס
פארבינד זיך:

תגובהדורך איך_הער » מיטוואך יולי 08, 2009 4:33 pm

קרעמער, מיינסט אז מ'קען אזוי מיט איין פיצי תגובה אראפ קנאקן דאס וואס איך האב געשריבן און ארום ניין אהאלב טויזענט קערעקטער'ס? נאו וועי, לאמעך זען, באשרייבעס, אבער שוין. שכוח פון פראנאויס.

וויכי, און איך האמעך איינגערעדט אז דיין דיינו איז עפעס סאמטינג ספעשל, ס'איז אבער אזא באריכט אראפ צו געבן, און דערצו זאגסטו נאך, אז ס'קומט נאך, איך קען קוים ווארטן, כ'האף אבער אז ווען דיין חבר פון שפיטאל וועטער עפעס שיקן דא פאר אונז, וועטעס נישט שטערן איינס דעם אנדערן, עניוועי, א גרויסן און הארציגן יישר כח.

אוועטאר
אונגארישער
שר האלף
תגובות: 1272
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 01, 2008 12:00 pm
לאקאציע: אין שאראש פאטאק

תגובהדורך אונגארישער » מיטוואך יולי 08, 2009 4:43 pm

וויכי אפשר שאפסטו אביסל פין די ריקעדיגע סחורה פאר די קרעטשמע איינוואוינער ? הע איט וואלד בי נייס
Liberalism is a mental disorder

אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12466
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.

תגובהדורך צייטליך » מיטוואך יולי 08, 2009 4:57 pm

עס וועט זיין, ביטע ווארטן אביסל.
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.

אוועטאר
אלחנן
שר שלשת אלפים
תגובות: 3032
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 06, 2008 5:43 pm

תגובהדורך אלחנן » מיטוואך יולי 08, 2009 5:06 pm

וויכי, ווען איך ווייס ווען שיק איך א פילע..
יא, מיר זענען שוין אויפ'ן וועג צו אייך..


צוריק צו “היכל הנגינה”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 7 געסט