מיכאל שניצלער "טאנץ טאנץ טאנץ"!!!

ניגונים און זינגערס

אחראי: אחראי

אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרים אלפים
תגובות: 21888
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

מיכאל שניצלער "טאנץ טאנץ טאנץ"!!!

תגובהדורך וויכטיג מאכער » זונטאג יולי 05, 2009 6:20 pm

פארט זיך אזוי א באן פון נו יארק קיין באלטימאר, די באן ציהט נישט עפעס קיין ספעציעלע אויפמערקזאמקייט, אבער די וואס ווייסן, ווייסן צו זאגן אז עפעס אויסטערליש קומט דא פאר, מיט דעם באן פארן מיט מלאכים, זיי באגלייטן דעם באן, אז ס'זאל נישט געשעהן קיין שום שלעכט'ס צו די מיטרייזענדע...

העט איר אוודאי פרעגן, מה נשתנה ה'באן הזה מכל ה'באנען?.. וואס איז עפעס אנדערש די באן פון אלע אנדערע באנען וואס פארן דעם זעלבן וועג -פון נו יארק קיין באלטימאר- יעדן טאג אפאר מאל?..

טייערע ליינער, לאמיר א בליק טוהן אין די ביזנעס קלאס אפטיילונג פון די באן וועלן מיר שוין אלעס פארשטיין, דארט זיצן א גרופע יונגעלייט, זיי פארן טאקע אין ביזנעס קלאס, אבער זייער ציהל איז נישט קיין גשמיות'דיגע ביזנעס, נאר א רוחניות'דיגע ביזנעס...

געוועהן איז דאס נישט לאנג צוריק, אין די ספירה וואכן, זענען די פיר יודן די אלעמען באקאנטע מוזיקאנטן "מיכאל שניצלער" "יחיאל פאזען" "דוב טעסלער" און "שמעון ענגל".. געזיצן אויפן באן אויפן וועג קיין באלטימאר, עס איז אנגעקומען צו זייער אויער די וויי געשריי פון די חולי ישראל וואס וואלגערן זיך ליידער אין די שפיטעלער, זיי שרייען "למה נגרע?", אונזערע חברים זיצן אין חדר, אונז דארפמער ליגן אין שפיטאל, מיין חבר גייט זיך יעצט שפילן אין הויף, און איך דארף גיין פאר נאך א טעסט, מיינע חברים פיהרט מען אויף א טריפ, ווייל זיי האבן געקענט ביים פארהער, און מיך פיהרט מען צום אפערעיטינג רום, צו אפערירן די געוויקס..

אט די וויי געשריי איז אנקעקומען -דורך מקימי- צו אונזערע פיר העלדן, און זיי פארן יעצט קיין באלטימאר, זיי גייען משמח זיין די צובראכענע קינדערלעך, מיט זייערע עלטערן וואס זיצן נעבעך אין שפיטאל, און קוקן זיך צו צי די צער פון זייערע קינדער..

איין מינוט!! וואס איז דא?.. וויכי, וואס ווילסטו יעצט?.. ווילסט א דאונעשען פאר "מקימי"?.. ניין ניין!! האלט א מינוט!!!..

אט הערט, ווען ס'פארן פיר יודן, איז עס געווענדליך אינטערעסאנט, אבער ווען ס'פארן "די פיר יודן", איז עס זייער זייער אינטערעסאנט, ב"ה עס איז אויף א וואונדערליכן אויפן געלונגען פאר ק.נ.א. צו באקומען א באריכט וואס ס'האט זיך אפגעשפילט אויפן באן, און מיר וועלן דא אראפברענגען די חלק וואס וועט בע"ה זיין אינטערעסאנט פאר אונזער ציבור דא.. צוליב די גערודער פון די באן, הערט מען נישט אלעס אזוי קלאר, אבער מיר וועלן פראבירן צו ברענגען די מאקסימום פאסיבל..

"די פיר" האבן באשלאסן, אז זיי גייען ארויסקומען מיט א "חתונה אלבוים", יא ס'איז שוין טאקע דא אסאאאך חתונה אלבוים'ס אויפן מארקעט, אבער אנדערש ווי די אנדערע וואס זיי נעמען די ניגונים וואס מ'זינגט יעדע נאכט אויף חתונה'ס און לייגן צו א קוועטש, און מ'גיבט ארויס א טעיפ, גייט די אלבוים זיין א מיקסטשער פון נייע, אלטע, און איר אלטע ניגונים, קאמפואזד דורך "מינקאטשער רב" שליט"א.. ווי אויך די וועלט בארוהמטע און טאלאנטפוהלע קאמפאוזער'ס.. יוסי גרין, (ביי אונזער באזוך ביי יוסי'ן, האט יוסי אונז געזינגן דען ניגון, און מיכאל גייט אינטרעדוסן די ניגון אויפן שיף, ס'איז א שיינע לעבעדיגע טאנץ ניגון..) און פנחס וועבער, מאטי אילאוויטש.. ליפא, און סתם ניגונים פון חסידות'ער.. און אנדערע קאמפויזער'ס...

די מוזיק אויפן אלבוים, גייט אי"ה זיין זייער 'דיפרענד', ס'גייט אראנדזשירט ווערן דורך דעם טאלאנטפולען מוזיקאנט 'דובי טעסלער'.. און די זינגער'ס גייען זיין "מיכאל".. און "שמעי ענגל" (אוי איז דאס א שטימע..) באגלייט דורך די 'המזמרים.. אופס! "כמעט פארגעסן צו זאגן" די קבלת פנים בדחן גייט זיין... נו ווער?.. "מאטי" אילאוויטש..

די אלבוים וועט אי"ה זיין אינדרויסן חודש אדר צייט... די זאך קענער זאגן, אז די אלבוים וועט טאקע זיין 'כשמו כן היא".. "טאנץ טאנץ טאנץ" ס'וועט האבן 7 סעט'ס פון טאנץ ניגונים, אזאש אז מ'וועט קענען טאנצן און טאנצן.. ווי זינגט נאר מיכאל?.. "נישט נאר איין מאל נישט מאר צוויי מאל נאר אויך דריי מאל "טאנצן" מיט פרייד"..

די איבעריגע פרטים זענען נאך אויפן באן אויפן וועג צוריק פון באלטימאר, ווי נאר זיי וועלן זיין דא, וועלן מיר דאס מעלדן..

דיסקלעימער: איך בין נישט קיין סעילסמאן, און איך גיי נישט מאכן קיין געלט אויף קיין שום וועג פון די אלבוים, אדער פריוואט פון איינער וואס איז אינוואלוו'ד אין די אלבוים.. קיינער זאל נישט קויפן די אלבוים נאר ווייל איך זאג ס'איז שיין, איך מעלד נאר פאקטן וואס איך הער, און מיין מבינית איז לויט מיין טעיסט... יעדער קען מאכן אייגענע באשלוסן צו ער זאל יא אדער נישט קויפן א אלבוים..

צייטליך, "איכה?"..
הכונו ל'מעמד אדיר איום אסיפת ה''ניקס'' לטוהר המחנה!!!

ברוך
שר חמש מאות
תגובות: 641
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 08, 2008 4:13 pm
לאקאציע: וואקאציע

תגובהדורך ברוך » זונטאג יולי 05, 2009 6:30 pm

וויכי.איך האב שוין לאנג נישט מגיב געווען דא. אבער איך מיין אז דו ביסט און די ראנג ליין. נעם אראפ דיין דיסק(עס איז אלטמאדיש היינט ארבעט מען שוין מיט סידי'ס אדער USB ) נעם עס פאר א סייד דשאב. איך ווייס נישט אויב די ביסט וויכטיג אבער מעכטיג ביסטו זיכער.

וואלוועלע
שר חמש מאות
תגובות: 632
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 26, 2008 8:34 am

תגובהדורך וואלוועלע » זונטאג יולי 05, 2009 10:03 pm

וויכי אזוי פיין אראפצולייגן. און די ערשטע חלק האבן מיר געוויינט צוזאם מיט די קראנקע קינדער נעבאך. און ארויפגעקוקט אויף די וואס גייען זיי משמח זיין. און אין די 2טע טייל האבן מיר זיך אונטערגעהערט די שמועס איבער די נייע סידי. וואס ווי קוקט אויס וועט עס זיין היבש אינטערעסאנט.
עניוועי וויכי אזוי ווי ברוך האט פריער געזאגט די ביסט מער נישט וויכי די ביסט מעכי.
און זאלן טאקע אלע קראנקע דערלעבן א טאנץ טאנץ טאנץ

אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18576
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע: אין אפיס
פארבינד זיך:

תגובהדורך איך_הער » זונטאג יולי 05, 2009 10:11 pm

וויכי, ס'וואונדערט מיך באמת, וויזוי פאלטער אלץ איין עפעס צו שרייבן, סוף כל סוף רעדסטו א גאנצע צייט פון די זעלבע זאך, נאך א אלבוים און ווידער אן אלבוים, און דאך איזעס יעדעס מאל אן אינטערעסאנטע ארטיקל.

עניוועי, ס'איז זייער שיין באשריבן, און כ'זאג דיר צו, אז טאמער דו גייסט מיר געבן א סי די, וועלעכעס בלי נדר (סי א סתירה מיט צוזאגן?) אויסהערן. מיט דאנקע פון פראנאויס.

אוועטאר
הערשי קניהויז
שר חמש מאות
תגובות: 837
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 24, 2008 1:23 pm

תגובהדורך הערשי קניהויז » זונטאג יולי 05, 2009 10:19 pm

וויכי, די סידי ווייסעך נאכנישט ווי שיין עס וועט זיין, אבער דיין באשרייבונג ווייסעך שוין יא ווי שיין עס איז געוועהן!

אוועטאר
bailout
שר האלפיים
תגובות: 2208
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 25, 2008 10:27 am

תגובהדורך bailout » מאנטאג יולי 06, 2009 8:48 am

איך זע אז היכל הנגינה האלט שוין ב''ה א טריט ווייטער, עס קוקט מיר אויס אז גאר איול די נאנטע צוקונפט וועט מען אנהייבן אראנזשירן טריפס צו גיין מחזק זיין חולי ישראל, עניוועי וויכי מעכי וואטעווער, די גיי אן מיט דיינע רעפארטס.....

און יא דער שמעי ענגל גיב מיר א בילד מיט א קליפ מיט א אשכול פון אים....ווייס וואס איך מיין אזא פארטיגע פעקעדזש....

אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12466
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.

תגובהדורך צייטליך » מאנטאג יולי 06, 2009 9:07 am

וויכטיג מאכער האט געשריבן:
צייטליך, "איכה?"..


וויכי, גוט מארגן, דא ביניך. עטליכע מינוט צוריק ביניך נאך געווען אויפן וועג צוריק פון די קאנטרי. ב"ה מ'האלט שוין דא.

(אגב, דער ערלית ביים דזשארדזש וואשינגטאן בריק האט נישט געוואלט פארשטיין ווואס "קאר-פּול" מיינט. האסטע געהערט? ווייל איך טראג נישט קיין איבעריגע מענטשן מיט מיר און קיין איזי-פעס פארמאג איך נישט, בין איך נישט בארעכטיגט פאר קיין קאר פול? פארוואס?! אן אנטעסעמיט!)

למעשה אויפן טעיפ האב איך נישט קיין סאך וואס צוצילייגן. דער טעיפ איז נאכנישט אין פראסעס און נאך ווייט פון פארטיג. איין זאך, איך שטעל מיך פאר אז דאס וועט זיין א געלונגענער זאך, א לעבעדיגער חתונה טעיפ פון מיכאל באגלייט מיט חילא און די אנדערע חברה דארף זיין גאר גוט.

אבער ווי איך קום יא אריין אין בילד איז דארט ווי די האסט דערמאנט "מקימי".

איך האב אפגעהאלטן א לענגערער אינטערוויו פארגאנגענער וואך מיט הרב הצדיק שלומי רייכבערג, דער גרינדער און פירער (ער האט מיט זיך א שותף) פון די באקאנטער וואוילטעטיגער ארגענעזאציע "מקימי".

איך האב דאס נאכנישט אפגעשריבן און נאכנישט אפגעמאכט ווי דאס אריינצולייגן. מיטסמא ביי די "איש את רעהו יעזורו" אפטיילונג.

אז איך וועל האבן צייט וועל איך דאס אפשריבן אין די קומענדיגע טעג און ארויפלייגן, אויב דער עולם איז נייגעריג.

ווער עס קומט אין קאנטאקט מיט שלומי זעהט באלד אז מ'רעדט פון א אינגערמאן מיט א הארץ פון ווייכע צולאזטע פיטער.. זייער א איידעלער און פיינער אינגערמאן. אבער דא איז נישט דאס פלאץ דערפאר.

וויכי, דיינע ארטיקלן זענען איינע בעסער ווי די אנדערע, ספעציעל דער נייעס וואס קומט מיט די גאנצער פארווארט פון די באנען מיט די מה נשתנה. זייער גוט אראפגעלייגט. ;l;p-

וויכי, קיפ איט גאונינג!!
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.

אוועטאר
לוסטיג
שר האלף
תגובות: 1138
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 23, 2008 1:56 pm

תגובהדורך לוסטיג » דאנארשטאג יולי 09, 2009 2:24 pm

אקעי, העיר איז ליסטי עט די היכל הנגינה דעסט!!

דא ווילן מיר מעלדן אז אין די היסטאריע פון מעלדן טעיפס אדער עני נייעס וואס האט א שייכות צו נגינה איז נאכנישט געווען אזאנס ווי אונזער וויכי, אייביג פריש, באטאמט, ברעקונג, און 'פאר' אנדערע ווייסן.

נו חברה.. לאמיר כאפן א טאנץ טאנץ טאנץ...

וויכי, קענסט עס שוין מעלדן...
אבער צום סוף לאכן מיר דיר אויס, הא..הא..הא..חחח...

אוועטאר
דארפסמאן
שר ששת אלפים
תגובות: 6441
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 14, 2006 2:52 pm
לאקאציע: אין דארף

תגובהדורך דארפסמאן » דאנארשטאג יולי 09, 2009 5:03 pm

זאג נאר פאר מיכאל ער זאל נאר זינגען, טאנצן זאל ער לאזען פאר מיר
הכו"ח ר' אברהם דארפסמאן שליט"א
פה ב'דארף יצ"ו -

יא יא
שר חמש מאות
תגובות: 718
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 31, 2008 11:35 am
לאקאציע: אין ניו יארק

תגובהדורך יא יא » דאנארשטאג יולי 09, 2009 5:17 pm

ווי בין איך געוועהן ביז יעצט, עניוועי, איי קענט וועיט. ;l;p- ;l;p- ;l;p-
עס איז מיר איינגעפאלן א גוטע חתימה אינמיטן די נאכט, אבער כאבעס פארגעסן.
מיין טאטע זז"ג וואלט געזאגט "אז ס'פאלט איין איז א חורבן"

אוועטאר
קעכער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 380
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 18, 2006 10:40 pm
לאקאציע: אין קאך

תגובהדורך קעכער » דאנארשטאג יולי 09, 2009 8:04 pm

וויכי שכוח פאר די באריכט, האבעך הנאה פון צוויי זאכן איינס אז מיכאל גייט שוין ווייטער זינגען און צווייטענס וואס דאס וועגט אלעס איבער דאס איז די באשרייבונג.

אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרים אלפים
תגובות: 21888
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

תגובהדורך וויכטיג מאכער » דינסטאג אוגוסט 18, 2009 8:41 am

אפדעיט;

די אלבוים איז דורכגעגאנגען א געוויסע פרעסידזשער, און די רבנים האבן געהייסן צוגעבן א נאמען, אנשטאטס די ביז יעצטיגע "טאנץ טאנץ טאנץ!!" (דריי מאל.) גייטעס הייסן "טאנץ טאנץ טאנץ טאנץ!!" (פיר מאל.)

די ערשטע סעריע טאנץ ניגונים איז שוין אפגעזינגען געווארן מיט אפאר וואכן צוריק, ביי ר' "חיים יצחק" אין סטודיאו.
הכונו ל'מעמד אדיר איום אסיפת ה''ניקס'' לטוהר המחנה!!!

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28277
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » דינסטאג אוגוסט 18, 2009 10:35 am

זאג, דו ביסט מיר א לץ געווארן אויף דער עלטער?

ווייל איך האב געשמייכלט פון דיין ערשטע פאראגראף.

אוועטאר
שעפטיל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 467
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 24, 2007 2:16 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך שעפטיל » דינסטאג אוגוסט 18, 2009 10:40 am

איי וויכי... איך האב געלאכט, געלאכט, געלאכט! אפפס.. שיער פארגעסן.. און נאכאמאל געלאכט!
קרעמער, זאג מיר נישט ער ווערט שוין עלטער. מיט יעדן תגובה זיינער איבעראשט ער אונז
מיר זענען שיך!
קרעדיט: מיכאל שניצלער

elmonsey
שר חמש מאות
תגובות: 877
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 24, 2008 12:55 am
לאקאציע: אויפן לבנה

תגובהדורך elmonsey » דינסטאג אוגוסט 18, 2009 3:47 pm

איך האב זייער ליב אזא סטייל טעיפ פין מיכאל ווי טאנץ מיט לחיים אין ווי שמחה חסידות די מיוזיק איז כאילו לייו ביי א שמחה... אין איך בין זיכער אז די נייע טעיפ וועט די מיוזיק זיין בערך אזוי(וויכי קארעקט מי איף איים ראנג)

אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרים אלפים
תגובות: 21888
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

תגובהדורך וויכטיג מאכער » מאנטאג אוגוסט 31, 2009 9:38 am

נאך א סעסיע פאר דעם אלבוים איז שוין פארטיג.. צוביסלעך צוביסלעך.. מ'איז שוין באלד פארטיג.
הכונו ל'מעמד אדיר איום אסיפת ה''ניקס'' לטוהר המחנה!!!

elmonsey
שר חמש מאות
תגובות: 877
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 24, 2008 12:55 am
לאקאציע: אויפן לבנה

תגובהדורך elmonsey » מאנטאג אוגוסט 31, 2009 10:53 am

איז דא א צייט עסטימעט ווען עס גייט ארויסקימען?

אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרים אלפים
תגובות: 21888
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

תגובהדורך וויכטיג מאכער » מאנטאג אוגוסט 31, 2009 11:06 am

חודש אדר.

אבער ס'גייט שנעלער ווי געפלאנט, סאו ס'קען זיין אינדרויסן פריער.
הכונו ל'מעמד אדיר איום אסיפת ה''ניקס'' לטוהר המחנה!!!

elmonsey
שר חמש מאות
תגובות: 877
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 24, 2008 12:55 am
לאקאציע: אויפן לבנה

תגובהדורך elmonsey » דינסטאג סעפטעמבער 01, 2009 12:33 am

שכויעך וויכי פאר די אפדעיט

יא יא
שר חמש מאות
תגובות: 718
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 31, 2008 11:35 am
לאקאציע: אין ניו יארק

תגובהדורך יא יא » דינסטאג סעפטעמבער 01, 2009 12:54 am

אין א קורצע שמועס מיט ר' מיכאל (כאבעם ערשט איבערגעגעבן א גרוס פון די עוחם) האטער מיר געזאגט אז די אלבום וועט זיין א מעכטיגס, אויך האט ער מיר פארציילט אז איינער פון די ראק סעטס האבן זיי געזינגען נאר די הויכע פעללער, כאב גלייך געזאגט א ריזיגן WOW, יויש בינעך געווארן עקסייטעד.
עס איז מיר איינגעפאלן א גוטע חתימה אינמיטן די נאכט, אבער כאבעס פארגעסן.
מיין טאטע זז"ג וואלט געזאגט "אז ס'פאלט איין איז א חורבן"

1x1
שר האלפיים
תגובות: 2825
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 27, 2009 6:15 pm

תגובהדורך 1x1 » מאנטאג אוקטובער 26, 2009 2:50 pm

וויכטיג מאכער האט געשריבן:חודש אדר.

אבער ס'גייט שנעלער ווי געפלאנט, סאו ס'קען זיין אינדרויסן פריער.


נא וויכי, זעטעס אויס ווי סעט זיין פריער צי נישט?
http://www.teoria.com/ Music Theory

אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרים אלפים
תגובות: 21888
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

תגובהדורך וויכטיג מאכער » דינסטאג אוקטובער 27, 2009 12:16 am

די ארבעט האט זיך אפגעשטעלט, צוליב געוויסע זאכן..

און מ'דארף האבן די הילף פון ציבור..

די מעשה איז אזוי, מ'האט שוין אפגעזינגען אפאר סעשען'ס, אבער נאך די גרויסע סוקסעס וואס מיכאל האט געהאט מיט די יעצטיגע אלבוים, האלטן אפאר פון זיינע נאנטע חברה, אז ער טאר נישט ארויסקומען מיט א וואן מען בענד.. ער טאר נישט הרג'נען זיין נאמען..

ווידער אנדערע האלטן, אז וויבאלד די אלבוים איז א טאנץ אלבוים, בעיקר געמאכט געווארן צו קענען טאנצן, איז בעסער א וואן מען בענד.. ספעציעל אז די אלבוים קומט ארויס אויף אדר, וואס פורים איז בעסער ווי מער לעבעדיג, און די היסטארי שטעלצעך ארויס אז די וואן מען בענד אלבוים'ס זענען מער לעבעדיג...

בקיצור, מ'ווייסט נישט וויזוי צו גיין ווייטער, סאו איך וויל הערן וואס דער עולם דא האלט, און דערנאך וועל איך מאכן א סקר, און מ'וועט זיך שטארק רעכענען מיט די מיינונג פונעם עולם דא...
הכונו ל'מעמד אדיר איום אסיפת ה''ניקס'' לטוהר המחנה!!!

elmonsey
שר חמש מאות
תגובות: 877
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 24, 2008 12:55 am
לאקאציע: אויפן לבנה

תגובהדורך elmonsey » דינסטאג אוקטובער 27, 2009 1:44 am

וויכי איך האלט אז מ'זאל "יא" האבן א פילע בענד עס איז 100 מאל שענער אין אז די ווילסט אז עס זאל אויסזעהן "לייוו" קענסטי עס מאכן אזויווי די אלבום שמחת בית השואיבה אדער שמיה חסידית וכו' אין אז די דארפסט קוויאר קענסטי זיך ווענדן צי מיר אין אישי

אוועטאר
EMT
שר מאה
תגובות: 111
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 05, 2008 5:04 pm
לאקאציע: ביים ארבעט

תגובהדורך EMT » דינסטאג אוקטובער 27, 2009 8:36 am

אויסדריקליך א וואן מען בענד

1)ס'איז מער לעבעדיגער

2)זיין קול ווערט פארלוירן אין א פילע בענד (עכ"פ ביי לעבעדיגע ניגונים זיכער)
מיט א שמייכל ~ Always Happy

אוועטאר
צום זאך
שר האלפיים
תגובות: 2827
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 25, 2009 3:31 pm
לאקאציע: רעסט עריע

תגובהדורך צום זאך » דינסטאג אוקטובער 27, 2009 9:14 am

אויב א איין-מאן-באנד - וועל איך עס ווארשיינליך נישט קויפן, פשוט ס'איז נישט ווערט ס'געלט, כ'האב גענוג חתונה טעיפס ווי מיכאל זינגט מיט א איין-מאן-באנד, כ'דארף נישט צאלן דערפאר.

נאר אויב האלט ער טאקע אז א איין-מאן-באנד איז לעבעדיגער די מוזיק, קען מען אפשר מאכן א פשרה צו נוצן די ריטעם פון איין-מאן-באנד, אבער די אינסטורמענסטס זאלן עטליסט זיין לייוו און פיל, אפשר אזוי וועט זיך לוינען צו ספענדן געלט דערפאר.


צוריק צו “היכל הנגינה”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: Bing [Bot] און 11 געסט