אידישע וועלט>היכל הנגינה>באעהרט...

ניגונים און זינגערס

אחראי: אחראי

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28277
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

אידישע וועלט>היכל הנגינה>באעהרט...

תגובהדורך קרעמער » מיטוואך יולי 01, 2009 1:05 am

עס איז פארלאפן נאנט צו א וואך צייט זינט איך האב זיך דאס לעצטע מאל פארבינדן צום אלוועלטליכן נעץ, אויך באקאנט אלס 'אינטערנעט', צוליב דעם פאקט וואס איך בין ארויסגעפארן אויף דאטשע צווישן די בערג און די טעלעפאן פירמע האט באשטימט אז ביז דינסטאג חקת בלק וועל איך מוזן ליידן און שווייגן.

הכלל, היינט (נעכטן?) האב איך מיט די הילף פונעם אינדיאנער ווערייזאן ארבייטער אויפגעשטעלט א קאמיוניקאציע ליניע וואס געט מיר ווייטערדיגע מעגליכקייטן אנצוגיין מיט די געשמאקקייט פון ליינען און שרייבן תגובות אויף אידישע וועלט>פארומס.

אריינקומענדיג אין קרעטשמע זענען אלע פארומס געווען אראנדזש, אנדייטנדיג אויף פרישע תגובות זינט מיין מיטוואך קרח'דיגע באזוך בעפאר דער בוכארישער יונג האט מיר ארויסגעפירט צו די קאנטרע. איך בין פארלוירן געווארן און באלד פארלאשן דעם וועבזייטל קלערנדיג אז מען וועט מוזן ווידמען דערפאר א שיינע פאר שעה אין א צייט וואס איז נישט טאג און נישט נאכט.

שפעטער אין אווענט האב איך יא געמאכט צייט פאר די קרעטשמע'לע און טאקע אנגעהויבן ווייס מאכן אלע אשכולות פון אונטן ארויף און פון אויבן אראפ, און צו מיין גרויס ווינדער האט די היכל הנגינה אויפגענומען א באדייטנדן מאס פון די צייט וואס איך האב געשאנקן פאר דעם צוועק. און אלעס א דאנק אונזער אלעמען באקאנטער קארעספאנדאנט און עקטינג-אחראי מר. וויכטיג-מאכער.

איך שפיר אז איך קען מיך נישט לייגן שלאפן בעפאר איך שיק אריין דעם אשכול וואס איז געצילט צו אנערקענען די געוואלדיגע ארבעט וואס וויכטיג-מאכער (המכונה וויכי) האט אריינגעלייגט און לייגט אריין טאג טעגליך אויפצוארבעטן דעם היכל נגינה, אלס רעזולטאט פון זיין אומערמידליכע ארבעט שטייט די היכל אויף איר יעצטיגן פארמאט, זייענדיג א פראכט פאר די קרעטשמע און פאר די גאנצע אידישע וועלט.

עטליכע הכרת הטוב ווערטער פון א יחיד וואס האט כסדר הנאה פון זיינע ווערק,
קרעמער

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14185
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

תגובהדורך שוועמל » מיטוואך יולי 01, 2009 1:49 am

קרעמער, איך מוז דיר זאגן כ'אב שוין געמיינט אז דאס איז עס. א שיינע פאר טאג ביסטו נישט אנוועזנד געווען, אלע נעכט צו די באשטימטע צייט וואס דו ביסט געוואוינט צו שרייבן האב איך געהאלטן אן אויג אויף אידישע וועלט אבער ואיננו כי לקח אותו, דער בוכארישער האט געמאכט דעם זשאב מיט דיר.

איך וויל שוין נישט רעדן ווייטער. דער ברוך דיין אמת אשכול וועלכער איז ליידער יעדן טאג פריש אויפגעברענגט געווארן האבן מיינע האנט געציטערט עס צו עפענען ווער ווייסט וואס כ'וועל געוואויר ווערן דארטן, אוי רבוש"ע שיק שוין משיח'ן.
נאכדערצו כ'אב די ערשטע מאל אין מיין לעבן געזען א אייז-קריעם טראק פארן אויף 45 מפ"ש, ס'יז משיח'ס צייטן נו.


און צו דיר וויכי, מ'האמיר ערוועקט א נקודה, און דו ביסט עס ווערט ווייל מיר אלע צוגלייך האבן הנאה דערפון. א גרויסן דאנק פאר דיינע רעפארטאזשן לטובתינו הקדושים.. ביים טעגליכן אפדעיט איבער אלעס און אלעמען אנבאלאנגט היכל הנגינה.
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 22091
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » מיטוואך יולי 01, 2009 7:55 am

ו יען פארשלאפן ויאמר
ו וער קען דען שבחו להיות גומר
י ומם ולילה לא ישבות
כ ל מילי פאר אידן מעשות
ט וב שם משמן
י ונג און אלט לויבט אים'ן
ג אנץ קהל יעדער באשטייט
מ וזיק און נגינה ער פארשטייט
א רעפארטער איינס פון א מין
כ 'מיין אז יעדער ווייסט דערפון
ע שות חסד מוכן לכל
ר וב ברכות האבן ער זאל.
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

טיטאניק
שר מאה
תגובות: 215
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יוני 19, 2009 12:05 pm

תגובהדורך טיטאניק » מיטוואך יולי 01, 2009 8:24 am

איך שטעל מיך צו צום באעהרונג, איך סאלוטיר דעם וויכי מיט א מיליטערישע סאלוט

אוועטאר
bailout
שר האלפיים
תגובות: 2208
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 25, 2008 10:27 am

תגובהדורך bailout » מיטוואך יולי 01, 2009 9:45 am

קען זיין איך בין ראנג, אבער קרעמער כ'מיין ס'איז שוין צייט פאר מער ווי באעהרן.

היישעריק
שר מאה
תגובות: 126
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 06, 2008 6:21 pm

תגובהדורך היישעריק » מיטוואך יולי 01, 2009 10:12 am

איך האלט אויך אזוי, ייש"כ קרעמער פארן ארויס ברענגן די גאנצער מעשה מיט אזא זיסקייט.

פארשאלאפן; דן ביסט אויך גוט "מיינד יו".

אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18576
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע: אין אפיס
פארבינד זיך:

תגובהדורך איך_הער » מיטוואך יולי 01, 2009 10:19 am

נו וויכי, ביסט שוין רויט געווארן?????????????

סיגארנישט, אז ס'קומטצעך קומטצעך, זאל דער פון אויבן העלפן אז מיר אלע זאלן ווייטער הנאה האבן פון דיר, און דו פון אונז געזונטערהייט.

קרעמער, זייער שיין באשריבן.
פארשלאפן, געווענליך ווען מ'רייטצט מיך אן מיט גראמען און פאם'ס, האבעך מיך אויך ליב צו ווייזן אז איך קען אויך, באט יעצט בינעך נישט אין די מוד, עלעך פלעין שרייבן אז כ'האב הנאה געהאט פון דיינס.

יא יא
שר חמש מאות
תגובות: 718
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 31, 2008 11:35 am
לאקאציע: אין ניו יארק

תגובהדורך יא יא » מיטוואך יולי 01, 2009 10:38 am

וויכי, איך בין נישט די איינציגסטע, אבער וויפיל כ'אב מיך געדרייט אין קרעטשמע און הנאה געהאט דערפון פאר איך האב זיך באקענט מיט דיר, האב איך יעצט אסאך מער הנאה פון די היכל הנגינה, און עס איז געווארן אסאך געשמאקער צו ליינען און זיך דרייען דא.
קיפ איט אם ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p-
איי טינק דעט די היכל הנגינה העז א יומאנגעס פיוטשער.
עס איז מיר איינגעפאלן א גוטע חתימה אינמיטן די נאכט, אבער כאבעס פארגעסן.
מיין טאטע זז"ג וואלט געזאגט "אז ס'פאלט איין איז א חורבן"

אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרים אלפים
תגובות: 23397
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

תגובהדורך וויכטיג מאכער » מיטוואך יולי 01, 2009 12:21 pm

קרעמער, ס'שמעקט מיר זייער וואס דו האסט דא געטוהן, אבער נעקסטיים מעלד מיר פון פארדעם, איך זאל מיך צוגרייטן צו ראגירן.. איך בין שאק'ד, איך ווייס נישט וויזוי איך דארף יעצט עקטן.. (האסט געמיינט איך בין א עקטער, הא?..) טענק יו ווערי מאטש..

שוועמל, שיין פון דיר האסטעך אריבער געכאפט צו נגינה ספעשעל פאר מיר.. טענק יו..

פארשלאפן, וואס זאל איך יעצט טוהן?.. דו מיינסט אז איך קען דיר ענטפערן אויף דיין שטייגער?.. וואס קלערסטו?.. ווייסטע וואס?.. קוק אהער..

ט
ע
נ
ק

י
ו

פ
א
ר
ש
ל
א
פ
ן

דא האסטע, פיל אריין די איבעריגע, זאלעס זיין כאילו הייתי פורטם..

איכער, איך דריי מיך ארום מיט מיין הענט אין די מויל און מיט רויטע באקן.. אוי זאגסטו גוט.. שכוח..

היישעריק, טענק יו, אבער איך בעט דיר, פאל אריין דא אין נגינה מער אפט..

בעילאוט, יא יא, טיטאניק, קען זיין אז קרעמער איז איבערגענומען געווארן פון מיין לעצטיגע באזוכן ביי די גרויסע חברה האטער זיך באדאנקט נאר פאר מיר, אבער עטץ ווייסטעך יא דעם אמת, סיי יא יא, און סיי בעילאוט, און גאנץ לעצטענס טיטאניק אויך, האבן א שטארקן חלק אונעם אויפלעבן דעם פארום, יא יא מיט זיינע קאנעקשענס אין די נגינה ליין, און בעילאוט מייט זיינע הומאריסטישע תגובות.. טיטאניק מיט זיינע הערות, מבינות, און ס'דא נאך.. יעדער איינער האט א חלק..

און מיטן אייבערשטענ'ס הילף, וועלן מיר נאך ווערן אסאאאך גרעסער..

איך בין נאך זייער איבערגענומען, סאו איך ווייס נישט וויזוי צו פינישען, טענק יו קרעמער, ס'איז מיר א כבוד צו זיין א חלק פון אזא שיינע וועבזייטל ווי די 'יודישע וועלט'... דו האסט א גרויסן זכות אזויפיל יונגעלייט זיצן און פארברענגען אינאיינעם אן קיין שמץ פון לשון הרע, מחלוקות, ריין פון פאליטיק, און ווייט פון די אנדערע שמיציגע סייט'ס.. שכרך הרבה מאוד.. זאל דיר טאקע דער אייבערשטער באצאלן מיט וואס דו דארפסט..
הכונו ל'מעמד אדיר איום אסיפת ה''ניקס'' לטוהר המחנה!!!

אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12466
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.

תגובהדורך צייטליך » מיטוואך יולי 01, 2009 12:29 pm

און וואס זאל איך זאגן?

קרעמער, ענדליך טוט שוין איינער צו דער זאך! איך האב עס שוין לעצטענס געשריבן אין א לענגערע תגובה, אבער קרעמער האט געטוען בעסער און געפענט א עקשטערע אשכול דערפאר.

וויכי, איך געדענק נישט אין די היסטאריע פון קרעטשמע אז איינער זאל עמטליך ווערן באעהרט דורכן מייסד. אויב אזוי האסטו דא א דורכברוך.

אבער רבותי, וויכי איז נאכניטש פארטיג. עס קומען נאך אסאך גוטע זאכן דא.
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.

אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12582
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

תגובהדורך מאשקע » מיטוואך יולי 01, 2009 7:02 pm

און וואו בין איך?

אה, דא בין איך! ברוך המחזיר אבידה לבעליה!

יעצט מורי ורבותי הערטס מיך אלע צו, יהי יהי יהי!

וואס זאל זיין? פאר וועם זאל זיין? פאר אים זאל זיין... אופס, ראנג אשכול.

עניוועי, כ'האב נישט קיין ווערטער אין האלז זיך צו באדאנקען פאר מיין געטרייען מיטהעלפער וויכטיג-מאכער, וואס ממש זיין גאנצע קאפ און מוח און פינגערס ליגט אים אין היכל הנגינה, און ער פגע'ט בפועל אלע גרעסטע זינגערס, שפילערס, פראדוסערס, גראמערס, קאמפאוזערס, אררענדזשערס וכו', כדי אונז צו קענען ברענגען הנאה און ווערדפולע אינפארמאציע.

דאס שפראך איז צו ארעם (נעקסטע וואך וועט זיין א טיי אווענט...) ארויסצוברענגען וואס וויכי האט שוין צוגעגעבן צום קרעטשמע. ער האט דאס ממש אויפגעבויעט און געברענגט צו איר יעצטיגן שטאפל, אז קיין שום מענטש אין די "ליין" זאל זיך נישט שעמען אדער אפהאלטן צו לאזן דא פובליצירן אפדעיטס און נייעס בעולם הנגינה.

וויכי, זאלסט וויסן אז איך אנערקען דיין ארבעט!
An article a day keeps the babies away

ברייטליך
שר חמישים
תגובות: 98
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 05, 2009 7:39 pm

תגובהדורך ברייטליך » מיטוואך יולי 01, 2009 8:01 pm

וויכי, ס'איז געוואלדיג וואס דו טוסט,
א גאון אין עולם הנגינה איז וואס דו ביסט,
עני נייעס אין עולם הנגינה ווייסטו וויאזוי געוואיר צו ווערן,
און עס גלייך מיט אונז דא שערן,
מיט דיין 'יוקאן' טוסטו ארום-פליען,
אינפארמאציע פון יעדעם ארויס-צו-צוען,
דו האסט אייביג נייעס איבער יעדע מיוזיק נושא,
דו עסט דאך קוגל מיט די גרויסע........
זאלסטו אונז טאקע ווייטער קענען מהנה זיין,
פון דיין פענע ביז אונזער קאמפיוטער אריין.
ווי זאגט דער פסוק...על טעיפ וניגון...טאר מען זיך נישט קריגען...

אוועטאר
גרויזאמער
מ. ראש הקהל
תגובות: 3584
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 06, 2006 4:03 pm
לאקאציע: אויף די באלעמער שטיגן

תגובהדורך גרויזאמער » מיטוואך יולי 01, 2009 8:23 pm

וגם אני מצטרף, דער היכל איז מיין געשמאקסטער פלאץ אויפן נעט. ממש מען קען זאגן מוויכי עד וויכי לא קם כוויכי, אם אין אני לי וויכי, וואטעווער, עס איז געוואלדיג.
איינגעשריבענע באנוצער וועלכע האבן באדאנקט די תגובה:
קרעמער | צום זאך | צייטליך | גרויזאמער | וויכטיג מאכער | אויפריכטיג | מאשקע | bloomberg4mayor | arender

לחץ כאן למסור תודה על תגובה זו | דווח על תוכן פגעוני

אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 11896
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

תגובהדורך געלעגער » מיטוואך יולי 01, 2009 9:28 pm

מאכער'ל טייערע,
איך דריי מיך ווייניג דא אין די נגינה וועלט, פין טבע אויס בין איך נישט קיין זינגער אין ס'איז נישט מיין ליין,
אבער אז איך זעה א ש'כוח פאר וויכי שפרינג איך אריין, פארוואס? ווייל איך האב שוין לאנג געוואלט אין געפלאנט דיר צי געבען א שענעם דאנק פאר דיין ארבעט אין פאר דיין שריפט/שפראך וואס די פארמאגסט,
ס'איז סאמטינג עב'נארמעל..
דיינס א ווארט אדער דיינס א פינטל איז מיר א שמייכל, דיין וועג פין אויפנעמען א נייע מעמבער איז מיט אזא געשמאק אין מיט אזא געפיעל, אין אדער ווארדס, וויכי יא אר וואן אף עי קיינד..
איין מינוט... ער לעבט נאך ניין? סא וואס איז די לווי' דא?

וויכי אין איין ווארט (וויפיל?) ווי ניעד מאר!!
לאמיר אלע שרייען צענאזאם
ווי ניעד מאר!!
ווי ניעד מאר!!
ווי ניעד מאר!!
פאר מאר יערס!!
פאר מאר יערס!!
אפפפס...
איך בין פארפארען...
עניוועי וויכי יא גאט מיי פוינט יא?

אוועטאר
שעפטיל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 467
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 24, 2007 2:16 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך שעפטיל » מיטוואך יולי 01, 2009 9:56 pm

עס איז א געוואלדיגער אשכול, קרעמער האט געטון דא זייער א פאסיגן שריט וואס עס דארף געטון פאר יעדן אזא וויכטיגן מאכער.

וויכי!! אמאל האבעך געמיינט אז נגינה איז דיין ליין, למעשה ווערעך יעדן טאג געוואר מער און מער.. אז אונטער דעם פעשן וויכטיג מאכער, וואס זיין וועסטל איז אלס אויפגעהויבן פון די בעק אזוי רינדעכיג, שיף.. און דע ריזיגע סופער קיטשעין וואס ליגט אויף זיין אלטן אויסגעריבענעם פאסיק קען ניטאמאל קלעקן פאר זיינע אלע שליסלעך, און זיין היט זעט מען נאר ווען זיין ברידער מאכט א פדיון הבן.. זיין רעכטע אויער איז שוין געווארן אפאר אינטשעס לענגער פונעם אלטן בלוטוט וואס הערשט אויף גאנץ דרום זייט פון זיין גרויסן האריגן קאפ.. ליגט גאר באהאלטן א געלונגענער טאלאנטפולער פערזאן.. איינער וואס ווי עס הערן זיך נאר זיינע פיסטריט בלאזט ער שוין חיות פארן גאנצן ארום.. איך זאג דיר, איך האב מורא'דיג הנאה פון דיר... זאלסע כאטשיק וויסן ביזט אונז מחי' מיט יעדעס ווארט דיינע, און מיט יעדן שריט דיינע.. לעבן זאל אידישע וועלט!! לעבן זאל וויכי!!
מיר זענען שיך!
קרעדיט: מיכאל שניצלער

אוועטאר
צום זאך
שר האלפיים
תגובות: 2827
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 25, 2009 3:31 pm
לאקאציע: רעסט עריע

תגובהדורך צום זאך » מיטוואך יולי 01, 2009 10:04 pm

איך האב מיך שוין איינמאל באדאנקט פאר דיר (זיך עס אויף, כ'געדענק שוין נישט ביי וועלכע אשכול..) איבער דיין געוואלדיגע ארבעט דא אין היכל הנגינה, און בעיקר קומט זיך דיר קרעדיט ווייל נישט לאנג צוריק האסטו ערגעץ געשריבן (ווייטער געקדענק איך נישט ווי..) אז די ביסט בכלל נישט אין די מוזיק ליין.. (היינט ביסטו שוין איין מאל...) הייסט אז דו טוהסט עס ממש נאר מהנה צו זיין דער ציבור!

ווען איך האב ווען צייט און דעת השיכול,
וואלט איך ווען געשריבן א גאנצע ארטיקל,
יעדער מעג זיך פון דיר לערנען און דיר ארויפקוקן,
כסדר פרישע סחורה טוהסט אריינרוקן,
יגיעה רבה לייגסטו אריין עס זאל זיין א דבר מתוקן!

אוועטאר
סאכדעס
שר עשרים אלפים
תגובות: 20443
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

תגובהדורך סאכדעס » מיטוואך יולי 01, 2009 10:19 pm

זעענדיג דעם קעפל פונ'ם אשכול (וואס?) האבעך באלד ארויסגענומען א קאלקעלעיטער (עמיציר האט נאך אזא זאך? כארויסגענומען מיין פאון...) און כאגערעכענט 1 + 1 און געס וואט, עס איז אויסגעקומען, שמעריש (נישט די ניק) ווייניקער. = וויכי... יאפס, דאס איז דער חשבון. היכל הנגינה + באערט = וויכי.

איי וועטיר פרעגן, פארוואס האבעך געדארפט א קאלקאלעטאר? אמער, כ'מיין אזאפיל נישט צו וויסן אליינס?! שתי תשובות בדבר, 1) כאטאקע נישט ארויסגענומען. 2) ווינישווי אויף אזא ערענסטע חשבון, פארלאזט מען זיך נישט אויף די אייגענע קאפ.

וואזאלעכייך זאגן? (איינער האט אן ענפער?) איך האב זיך נישט טועה געווען, כאמכוין געווען לדבריו.

וויכי, ווי שוין ערווענט אויף טאק היינט, (כ'מעג אויסזאגן וואס דו האסט געוואלט? שרעקט אייך נישט, כ'געניש ארויס קיין אלבום) דיין פראפעשן איז נגינה, צו דעם ביזסטו אויך א גוטער אינטערוויוער.
אלזא, תתברך מפי עליון.

אוועטאר
לוסטיג
שר האלף
תגובות: 1138
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 23, 2008 1:56 pm

תגובהדורך לוסטיג » זונטאג יולי 12, 2009 9:08 pm

אזאנס!! ווי בין איך געווען ביז יעצט?? ווי בין איך דא ווי'כי?? ניטאמאל באמערקט די גרויסע סיינס.. אבער בעטער לעיט דען לעווער, זאגט די וועלט..
מורי ורבותי הערטס מיר אלע צו......
טעינק יאו!! טעינק יאו!! טעינק יאו!!

ו וי
ו ויש
י או
כ ל
ט וב
י ם-מיט
ג עלט

מ יט
א סאך
כ בוד
ע נד
ר חבות-הדעת

אלץ מיט די פרישע ווארע, ממש רויערהייט סערווירט ער דא, נאך פאר די אנהייב האט ער שוין אלע דיטעילס.
טעינק יאו עגעין... אין מיר ווילן נאך(נאא.. קיינמאל נישט צופרידן....)
אבער צום סוף לאכן מיר דיר אויס, הא..הא..הא..חחח...

אוועטאר
קעכער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 380
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 18, 2006 10:40 pm
לאקאציע: אין קאך

תגובהדורך קעכער » מאנטאג יולי 13, 2009 2:22 pm

גם אני מצטרך: אויך איך ברויך זיך דא באדאנקען פאר וויכי'ן, פארן זיף אזוי שטארק זיך אוועק געבן פארן היכל הנגינה, און פארן דאס אויפבויען, מיט די אלע אינטערוויא'ס, און לייוו ריפארט'ס.

און איך קען ענק זאגען אז א דאנק אים זענען דא צוגעקומען אסאך נייע מעמבער'ס.

עולם הנגינה צי וויכי: קיפ איט אן...

נ.ב. איך האלט (ווער בין איך צוהאלטן, אבער שרייבן מיין מיינונג מעג איך) אז מ'זאל ארויף לייגן אויף די היים בלאט פון IVELT א לינק גראד צום היכל הנגינה.


צוריק צו “היכל הנגינה”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: די בחור, פראביר נאר, שמערעל און 24 געסט