מאכן דעם עולם וויינען ביי א דינער

ניגונים און זינגערס

אחראי: אחראי

אוועטאר
פלאפי יוד
שר מאה
תגובות: 207
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוקטובער 03, 2008 1:41 pm

תגובהדורך פלאפי יוד » זונטאג יוני 21, 2009 3:11 am

מיך פערזענליך איבעלט שוין דאס געוויינעריי ביי דינערס

ס'געווארן א גאנצער קאמפאטישאן צווישן די פאר בדחנים ווער ס'קען בעסער וויינען און זיך איינקנייטשן די פנים ווי א פאטעטא בשעת'ן גראמען אויסצוקוקען טרויעריג

פליעז, קאם אן, קאט די......
ס'פעהלט מיר אויס ווי א שיך אין קאפ.......

חידוש נפלא
שר חמישים ומאתים
תגובות: 342
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 22, 2009 10:03 pm

תגובהדורך חידוש נפלא » זונטאג יוני 21, 2009 2:11 pm

פלאפי יוד האט געשריבן:מיך פערזענליך איבעלט שוין דאס געוויינעריי ביי דינערס

ס'געווארן א גאנצער קאמפאטישאן צווישן די פאר בדחנים ווער ס'קען בעסער וויינען און זיך איינקנייטשן די פנים ווי א פאטעטא בשעת'ן גראמען אויסצוקוקען טרויעריג

.

פאלאפעל קוקט אויס ווי די האסט טאקע צו סאך געוויינט ביי דינערס... דיין פנים איז געדרייט ווי א קארטאפל

אוועטאר
פלאפי יוד
שר מאה
תגובות: 207
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוקטובער 03, 2008 1:41 pm

תגובהדורך פלאפי יוד » זונטאג יוני 21, 2009 3:58 pm

פשששששי, דאס איז דאך א חידוש נפלא דאס, דו זאגסט גראדע נישט שלעכט. איך קוק מיך יעצט אין שפיגעל און יאפ, איך מיין אז דאס פנים האב איך שוין. נ'אקעי איך גיי שוין רופען ר' שלמה באכנער פון בוני עולם און רב קאהן פון אר.סי.סי.עי. און איך גיי זיי שיקן מיין פיקטשער. איך בין זיכער אז איך האב די דשאב!

איך גיי שוין רופען חילא און אפשמועסן ניגונים!
ס'פעהלט מיר אויס ווי א שיך אין קאפ.......

אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18576
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע: אין אפיס
פארבינד זיך:

תגובהדורך איך_הער » זונטאג יוני 21, 2009 4:45 pm

פלאפי, זאג נאר פרישטאג האסטו שוין געגעסן? וויפיל שעה ביסטע געשלאפן? עניוועי, רוב עולם האטעס יא ליב, (עטליסט די וואס זענען געזעצן לעבן מיר.) און איך האבעס אויך ליב.

אוועטאר
פלאפי יוד
שר מאה
תגובות: 207
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוקטובער 03, 2008 1:41 pm

מאכן דעם עולם וויינען ביי א דינער

תגובהדורך פלאפי יוד » מאנטאג יוני 29, 2009 3:48 am

איך וועל ווידערהוילן מיין מינונג אז ס'איז מיר נמאס דאס געוויינעריי ביי דינערס. ווען איך גיי צו א דינער וויל איך ווערן אינטערטעינט, נישט דעפרעסד! (און אישית האבן עטליכע מסכים געוועהן מיט מיר)
ס'פעהלט מיר אויס ווי א שיך אין קאפ.......

אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18576
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע: אין אפיס
פארבינד זיך:

תגובהדורך איך_הער » מאנטאג יוני 29, 2009 11:17 am

וועגן וואס טוסטו דאס ווידערהוילן? מאכסט מיך יעצט אויך ווידערהוילן אז איך האבעס יא ליב.

טיטאניק
שר מאה
תגובות: 215
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יוני 19, 2009 12:05 pm

תגובהדורך טיטאניק » מאנטאג יוני 29, 2009 11:24 am

פלאפי,עס איז דא זייער אסאך מענטשן וואס זייער 'אינטערטעמענט' איז טאקע דאס, געפילישע און וויינעדיגע גראמען און ניגונים.

אוועטאר
פלאפי יוד
שר מאה
תגובות: 207
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוקטובער 03, 2008 1:41 pm

תגובהדורך פלאפי יוד » מאנטאג יוני 29, 2009 11:29 am

איך הער, און טיטאניק, איך בין מטדה אז ס'איז דא זייער אסאך מענטשן וואס גלייכן דאס, איך האב נאר געוואלט ארויסברענגען אז אין אישית האט מען אויך געהאלטן ווי מיר, און איך בין זיכער אז ס'איז דא גענוג וואס האלטן ווי ענק.

איך האב נאר געוואלט ווידערהוילן........אוי האב איך ליעב די ווארט......
ס'פעהלט מיר אויס ווי א שיך אין קאפ.......

ברייטליך
שר חמישים
תגובות: 98
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 05, 2009 7:39 pm

תגובהדורך ברייטליך » מאנטאג יוני 29, 2009 11:32 am

מיינסט אז עטץ וועטס ענק אמאל 'ערהוילן' פון די 'ווידערהוילן'?

אוי ער האט א הוילן קאפ.......
ווי זאגט דער פסוק...על טעיפ וניגון...טאר מען זיך נישט קריגען...

טיטאניק
שר מאה
תגובות: 215
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יוני 19, 2009 12:05 pm

תגובהדורך טיטאניק » מאנטאג יוני 29, 2009 11:32 am

און איך וויל אויך ווידערהוילן (אוי ס'איז דאך די ערשטע מאל) אז איך בין ווי דו און איך קען נישט סובל זיין די געוויינעריי ביי דינערס

אוועטאר
פלאפי יוד
שר מאה
תגובות: 207
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוקטובער 03, 2008 1:41 pm

תגובהדורך פלאפי יוד » מאנטאג יוני 29, 2009 11:40 am

אוי טיטאניק, איך האב געמיינט אז דו האסט פארזינקען, דערווייל זעה איך אז דו ביסט יא אויף מיין זייט. נו, איז דאך געוואלדיג!

איך זעה אז מ'האט יא געקענט פועלן אז דו זאלסט ווידערהוילן

עניוועי, האב א טאג א וואילען
ס'פעהלט מיר אויס ווי א שיך אין קאפ.......

אוועטאר
שאץ מאץ
שר האלפיים
תגובות: 2885
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 15, 2008 5:01 pm
לאקאציע: איבעראל
פארבינד זיך:

תגובהדורך שאץ מאץ » מאנטאג יוני 29, 2009 12:09 pm

פלאפי יוד האט געשריבן:איך וועל ווידערהוילן מיין מינונג אז ס'איז מיר נמאס דאס געוויינעריי ביי דינערס. ווען איך גיי צו א דינער וויל איך ווערן אינטערטעינט, נישט דעפרעסד! (און אישית האבן עטליכע מסכים געוועהן מיט מיר)


פלאפי איך בין מיט דיר.....

ס'גייט מיר אויף די נערווען דאס פארדרייטקייט פון מענטשן, ביין דינער וויל מען וויינען, ביים יום תפלה וויל מען לאכן,
תשעה באב איז א דשאק, פורים וויינט מען מיטן תהלים,
דאס גאנצע לעבן איז א דשאק, מ'טעקסט זיך ארום ווערטעלעך, ביי חתונות בעט מען דעם גראמער זאל מאכן וויינען אנטשאט לאכן, וכו' וכו' וכו'
בקיצור א פארדרייטע וועלט,

וויינטס קינדער'לעך וויינטס, ווערטס עמאשענעל וויפיל איר ווילט, קיינער שטערט אייך נישט, אבער געדענקט אז נארמאל איז עס נישט!!!!

פלאפי לאז דיר נישט אראפ רייסן
.

טיטאניק
שר מאה
תגובות: 215
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יוני 19, 2009 12:05 pm

תגובהדורך טיטאניק » מאנטאג יוני 29, 2009 12:21 pm

איך פארשטיי נישט שאץ, ביי וועם איז תשעה באב א דזשאוק? ווער לאכט ביי א יום תפילה?

אבער איר פארשטייט נישט? ביי אזא RCCS דינער קען עס ארויס ציען נאך א פאר דאלאר פון די מענטשן וואס ווערן עמאושענעל, איך האב עס אויך נישט ליב, אבער דאס איז א פאנד רעיזינג טאקטיק.

אוועטאר
פלאפי יוד
שר מאה
תגובות: 207
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוקטובער 03, 2008 1:41 pm

תגובהדורך פלאפי יוד » מאנטאג יוני 29, 2009 12:26 pm

איך גלייב שווער אז דאס ברענגט אריין נאך געלט, ווייל ס'רוב עולם געבט געלט ווען זיי קומען אריין אין זאל, און איך גלייב שווער אז איינער לייגט צו נאך אויפן וועג ארויס ווייל ער האט זיך צו-וויינט. קען זיין יא, אבער מן הסתם נישט.

שוין, ובזה יצאתי, איך גיי מער נישט שרייבן פון די טעמע בל"נ.
ס'פעהלט מיר אויס ווי א שיך אין קאפ.......

אוועטאר
bailout
שר האלפיים
תגובות: 2208
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 25, 2008 10:27 am

תגובהדורך bailout » מאנטאג יוני 29, 2009 1:52 pm

זיכער ברענגט עס מער געלט, אויבן אויף ברענגט עס אויף צוויי וועגן מער געלט איינס אז ס'איז דא פארשטיינערטע הערצער וואס פון רעדן דערפון עפענען זיי נישט די טאשן, אבער נאך אזא געזינגעכץ טראכטן זיי שוין אנדערש, אבער די עיקר וועג איז דורך די צווייטע אז סאאאאך מער מענטשן קומען צו די דינער ווען ס'שטייט אויפן אינוויטעישן מאטי איליאוויטש, און אז מ'קומט ברענגט מען שוין געלט בדרך כלל.

עניוועי מאטי א פייינע דזשאב אראפגעלייגט, הגם כ'מיין אז אין ווילי איז עס בעסער געלונגען, ס'איז גארנישט די גיי אן און זיי מהנה דעם עולם, ווי ס'קוקט אויס וועט מען נאך אסאך הנאה האבן פון דיר.

חידוש נפלא
שר חמישים ומאתים
תגובות: 342
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 22, 2009 10:03 pm

תגובהדורך חידוש נפלא » מאנטאג יוני 29, 2009 2:28 pm

פלאפי יוד האט געשריבן:איך גלייב שווער אז דאס ברענגט אריין נאך געלט, ווייל ס'רוב עולם געבט געלט ווען זיי קומען אריין אין זאל, און איך גלייב שווער אז איינער לייגט צו נאך אויפן וועג ארויס ווייל ער האט זיך צו-וויינט. קען זיין יא, אבער מן הסתם נישט.

שוין, ובזה יצאתי, איך גיי מער נישט שרייבן פון די טעמע בל"נ.

פלאפי מיין חבר אויפ'ן וועג ארויס פונעם דינער פרעגט מיך צו איך קען אים בארגן נאך א פיפציגער ווייל ער איז געווארן זייער אנגעווארימט פון די גראמען און פון די דרשה פון א פאציענט! עס איז 100% אז די אלע זאכן טוען אויף, אפי' נישט דארף מען מאכן א רייכן פראגראם אז עס זאל זיין אינטערסאנט פאר'ן עולם צו קומען

אוועטאר
שקר_הדייעט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 317
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 15, 2007 7:21 pm
לאקאציע: ביים פרידזשידער

תגובהדורך שקר_הדייעט » מאנטאג יוני 29, 2009 2:40 pm

פלאפי יוד ודעימי'

קודם כל, האסטו ראנג ארויס דעם ענין פון ענטערטעימענט. מען קען ווערן ענטערטעינט פון א ווארעמע עמאציאנעלע ניגון אויך. עס איז אויך אינטערטעימענט. והא ראי'? זעסט דאך אז טויזנטער מענטשן גלייכן דאס ביי דינערס, און נאך מער ביי חתונות. ענטערטעימענט מיינט בארירן די סטרינעס פון הארץ. נישט לאזן די געפילן שטייף. עס אביסל א ריר צו טאן. זאל זיין אויף לאכעדיגע וועגן און זאל זאל זיין אויף וויינעדיגע וועגן (איך וויל נישט דא אויפברענגען קיין גויאישע זאכן, אבער וואלסט געמעגט אביסל ליינען יעצט וועגן די וועלט'ס גרעסטע זינגער וועלכער איז פאריגע וואך געשטארבן, ווי מענטשן פלעגן ביטערלעך וויינען ביי זיינע קאנצערטן ווייל ער האט בארירט די סטרונעס).

אמת, לכל זמן ועת. אבער ביי אן אר-סי-סי-עס דינער וואו מען קומט וועגן חולי ישראל איז נישט קיין פלאץ צו מאכן דזשאוקס, לדעתי. פארקערט, מען דארף מעורר זיין דעם ציבור. און מען טוט דאס אויף פארשידענע וועגן, דורך הארציגע דרשות, עמאציאנאלע שילדערונגען פון אייגענע געליטענע ה"י, און דורך א הארציגן גראם וואס קען נאך מער בארירן די סטרינעס פון אלעם.

אויך ביי א חתונה זענען מענטשן פול מיט צוויי ערליי געפילן. מען איז פרייליך אז מען מאכט חתונה. אבער עס איז אויך זייער עמאציאנאל. פארפאלן. איך האב שוין געזען מענטשן אין שפיטאל נאכן געבוירן די ערשטע קינדער, ווי זיי רופן אן די עלטערן דערציילן און פלאצן אויס אין א געוויין. האבן א קינד איז פרייליך און אויך עמאציאנאל. און דאס זעלבע ביי חתונה מאכן, און וועגן דעם ווילן מענטשן לאכן און וויינען. מען וויל הערן וויצן, מען וויל טאנצן, און מען וויל זיך אויך ארויסגעבן די געפילן. (איך האב שוין געזען די גרעסטע לצים ווערן עמאציאנאל ביי חתונות).

א ראי' דערצו האסטו פורים ווען מען איז שיכור. מען לאכט און מען וויינט. דאס זענען מענטשנ'ס געפילן. דעם מענטש'ס הארץ איז אנגעפולט פון גאנצן יאר מיט פרייליכע און טרויעריגע מאמענטן, וועלכע דרוקן ביידע אויפן הארץ ווי אן אנגעפולטע באלון וואס האלט ביים פלאצן, און ווען עס איז נכנס יין יצא סוד קומען ביידע ארויס, מען לאכט און מען וויינט.

און צו דעם וואס האט געשריבן דא אויבן אז ער האט נישט ליב געהאט צו זען מאטי מיט דעם צעקנייטשן פנים און הענט ווען ער זינגט, לאמיך ענטפערן במחילת כבודו:
איך האב אויך נישט ליב צו זען ווען דו וואקסט אויף די גאס ווען דיינע פיס קנייטשן זיך אזוי איין, סיי די קניען, סיי די פערשט. ביזט נארמאל? קענסט דיר נישט האלטן די פיס גראד? וואס איז דאס קנייטשעריי?
אויך ווען דו געסט איינעם שלום עליכם, א מין קנייטשעריי מיט די הענט און פינגערס. קענסט עס נישט האלטן גראד?

אה, איך ווייס דעם תירוץ: די פונקציע פון וואקן קען נישט געשען נאר דורך קנייטשן די פיס.

אה, יישר כח ר' איד פאר'ן שיינעם תירוץ. זינגען קומט אויך מיט'ן קנייטשן דעם פנים און די הענט, ווייל דאס איז די פונקציע פון זינגען, ארויסצוברענגען די געפילן פון הארץ, און ווען די געפילן פון הארץ קומען ארויס קנייטשט זיך אויטאמאטיש דאס פנים. און אויב נישט, איז עס א פאלשע, קאלט געזינגעכץ.

הפנים, מאטי אילאוויטש איז -- בלי עין הרע -- א חידוש פון א ניי אויפגעקומענער שטערן אין עולם הנגינה והבדחנות. ער זינגט הערליך, ער גראמט הערליך און עס איז א פלעזשער אים צו הערן אדער זען בדחנ'ען אדער זינגען.

מאטי, כה לחי!!

אוועטאר
דארפסמאן
שר ששת אלפים
תגובות: 6442
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 14, 2006 2:52 pm
לאקאציע: אין דארף

תגובהדורך דארפסמאן » מאנטאג יוני 29, 2009 6:08 pm

איך בין געזיצען נאך געלט ביי בוני עולם דינער אין א גרויסע עולם געט צו נאך געלט ווען זיי גייען ארויס
הכו"ח ר' אברהם דארפסמאן שליט"א
פה ב'דארף יצ"ו -

אוועטאר
גרויזאמער
מ. ראש הקהל
תגובות: 3584
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 06, 2006 4:03 pm
לאקאציע: אויף די באלעמער שטיגן

תגובהדורך גרויזאמער » מאנטאג יוני 29, 2009 7:30 pm

איך האב דיך נישט געזען דארט
איינגעשריבענע באנוצער וועלכע האבן באדאנקט די תגובה:
קרעמער | צום זאך | צייטליך | גרויזאמער | וויכטיג מאכער | אויפריכטיג | מאשקע | bloomberg4mayor | arender

לחץ כאן למסור תודה על תגובה זו | דווח על תוכן פגעוני

חידוש נפלא
שר חמישים ומאתים
תגובות: 342
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 22, 2009 10:03 pm

תגובהדורך חידוש נפלא » מאנטאג יוני 29, 2009 7:51 pm

דארפסמאן האט געשריבן:איך בין געזיצען נאך געלט ביי בוני עולם דינער אין א גרויסע עולם געט צו נאך געלט ווען זיי גייען ארויס

די ביסט געגאנגען דארט אויך אנגעטוהן מיט דעם דארפישן היטל?

אוועטאר
לאז געמאכט
שר האלפיים
תגובות: 2459
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג דעצמבער 14, 2007 11:55 am

תגובהדורך לאז געמאכט » מאנטאג יוני 29, 2009 8:18 pm

לדעתי איז דא בכלל נישט דא קיין חלוקי דעות דא! מר אמר חדא ומר אמר חדא ולא פליגי...

כ'וועל זאגן וויזוי איך קוק אן די צוויי צדדים פון מיין קוק ווינקל.

מאכן הארציגע דינער כאפט זייער שטארק דעם המון עם! והא ריאה אויב ווער איר קוקן העט איר זעהן אז די מוסדות שרייבן דאס סיי אין די עד'ס און סיי אין די באשרייבונגן נאכן אקציע (א אנדערע סארט עד) זיי זענען מדגיש אז ס'גייט זיין גאר עמאציניאל...

יעצט וועגן דער עולם אידא פארשידענע כיתות,

ס'דא וואס קומען מיט א לשם יחוד צו וויינען... (קלענסטע טייל)

אנדערע האבן שוין געוויינט פאריאר, האבן זיי שוין א געפיל צום מוסד קומען זיי אפגעבן זייער שטיצעך בגוף ובממון.

אנדערע קומען סתם ווייל מ'רופט גייט מען. (גאר א גרויסע עולם)

נאכדעם אידא מענטשן (איך פרעזנדליך אויך) וואס ווילן לגמרי נישט וויינען ברבים ע"כ גייען זיי דירעקט נישט, (עס איז אזא מין גיאות, דו וועסט מיך נישט מאכן וויינען...) ע"כ גיבן זיי דאס געלט אין שול ביים טישל.

דעס איז קלאר אז די זאכן זענען די יסוד פונעם דינער! א דינער אן אזא פראגראם איז קיין דינער נישט.

און יא קודם זייער אסאך מענטשן גיבן זייער נדבה אויפן וועג ארויס, אנדערע זענען מוסיף - טראץ נישט קיין סאך - און אנדערע גיבן גארנישט אויפן פלאץ אבער דער מוסד האט גוטע שאנסן צו קריגן פון אים א שיינע נדבה, הן אויב מען וועט אים באזוכן צו וויזוי ס'זאל נאר נישט זיין.

די עיקר איז מען זאל שטיצן מיט א ברייט האנד די גאר וויכטיגע מוסדות... צו מען גייט יא צום דינער צו נישט, איז נישט קיין נפק"מ.

אוועטאר
שמערי בערי
ראש הקהל
תגובות: 8739
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 28, 2008 4:40 pm
לאקאציע: באַזאָטלט אינעם ראשעקאָלישן אפיס....
פארבינד זיך:

תגובהדורך שמערי בערי » מיטוואך יולי 01, 2009 11:35 pm

ווען וועלוול גאלדשטיין רעדט ביי בית לפליטות, - נישט גראמענדיג - האלט ער אונטער דעם עולם - אזש ביז טרערן!, איך אליינס קען עטליכע מענטשן וואס נאך אזא הארציגע דרשה האבן זיי באשלאסן צו ספאנסערן א קינד דארט!

ר' וועלוול איז א מסכת פאר זיך, ספעציעל ווען עס קומט צו די דינער'ס...

טיטאניק האט געשריבן:איך פארשטיי נישט שאץ, ביי וועם איז תשעה באב א דזשאוק?

ביי די אלע טעקסט מעסעדשערס...
שריי נישט אזוי הויך, מ'וועט נאך מיינען אז דו ביסט גערעכט...

1x1
שר האלפיים
תגובות: 2825
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 27, 2009 6:15 pm

תגובהדורך 1x1 » זונטאג יולי 05, 2009 8:07 am

ס'זיכער אז ס'העלפט. למשל, ב'איין מאל איין' הוי עובדא, ביים בוני עולם דינער אין ב"פ, ביים אריינקומען געגעבען כמנין בן, און נאך שלמה באכנער'ס דרשה געגעבען נאך הונדרעט דאללער.
http://www.teoria.com/ Music Theory

אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12582
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

תגובהדורך מאשקע » זונטאג יולי 05, 2009 12:19 pm

נאך איין ניגון אז זיי וואלטן געזונגען, וואלטסטו געגעבן כמנין ב"ת...
An article a day keeps the babies away

אוועטאר
אלף בית
שר האלפיים
תגובות: 2710
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 10, 2008 4:37 pm

תגובהדורך אלף בית » זונטאג יולי 05, 2009 1:24 pm

דער מציאות איז - זאגן רוב דינער ארנזשירער - אז דער עולם גלייכט די עמאשענאל אטאמפערע ביי א דינער.
איך פערזענליך גלייך נישט די עמאשענאל אטאמפערע, דעריבער איך זאג עס קלאר יא! איך גיי נישט צום דינער פון רופא חולים - בוני עולם (צו לוויית גיי איך יא), ווייל ווען איך וויל גיין פארברענגען אן אווענט וויל איך א פרייליכע אטאמפערע.
כוועל אייך זאגן לדוגמא, גמ"ח הצלה אין קרית יואל האט היי יאר געמאכט זייער דינער און געברענגט געשמאקע רעדנער'ס ובתוכם ר' ליפא שטויבער, דער ציבור האט זיך אינטערגעהאלטן פון אט דעם דינער האב איך הנאה געהאט. כ'האלט נישט אז גמ"ח הצלה האט דערלייגט דערויף.
דעריבער וויל איך אז די עסקנים זאלן זיך עפענען די אויגן, און זעהן אז דער ציבור וואס גלייכט נישט עמאשענלעזים איז גענוג א גרויסער בלאק. און אפשר אז מ'וועט מאכן דינערס מיט א פרייכליכע אטאמפערע וועט אריינקומען מער געלט.
א גוט ווארט איז אלעמאל גוט


צוריק צו “היכל הנגינה”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: pianist, משהלע, פראהביטש, קנאפער ידען און 12 געסט