מהר - יואלי פאלקאוויטש
אחראי: אחראי
מהר - יואלי פאלקאוויטש
יאפ, ס'איז אמת און וואר, און ס'איז אויס סוד און פארציילען שוין מ'טאר....
יואלי פאלקאוויטש מאכט א נייע אלבום, אלעס נייע ניגונים מיט פרישע מיוזיק, און טאקע מיט אינזער שוין באוויסטע און באליבטע TEAM פראדוקשען גרשי מאשקאוויטש און זיין שותף יוסי טי(בערג) וואס, וואס ס'גייט נאר ארויס פון זייער הענט איז אויסערוויגעווענליך גוט און אויסגעהאלטן.
די מיוזיק איז שוין אפגעשריבן און אפגעשפילט דורך ר' רובי באנעט, און יואלי האלט שוין טיעף אינמיטן זינגען ביי יוסי טי(בערג)
ס'העט אי"ה זיין געוואלדיג.
יואלי איז באוויסט אין דער עולם הנגינה מיט זיין הערליך זיעס (אבער שטארקע) שטימע וואס באצויבערט יעדעם וואס הערט אים זינגען. אויך איז ער באוויסט אלץ א זייער צוגעלאזענער און איידעלער יונגערמאן, און אסאך וואן מען בענד'ס ווילן שפילן מיט אים ווייל ער האט נישט קיין 'עטיטוד' און ער זינגט געוואלדיג.
איז אונז בלויז געבליבן אנצו-ווינטשן אז ס'זאל זיין מיט הצלחה און מזל, און מיר ווארטן מיט געדולד (דערווייל...)

ווי זאגט דער פסוק...על טעיפ וניגון...טאר מען זיך נישט קריגען...
-
- שר חמש מאות
- תגובות: 718
- זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 31, 2008 11:35 am
- לאקאציע: אין ניו יארק
כא'גראדע לעצטענס געפרעגט יוסי טיבערג ווי ער האלט מיט די פאלקאוויטש אלבום, יואלי האלט נישט 'טיף' אינמיטן רעקארדן, יא ער האט שוין אנגעהויבן רעקארדן אבער נאכנישט אזוי טיף.
TeeM איז יעצט ביזי מיט שלומי גערטנער'ס נייע אלבום. און לויט ווי איך האב פארשטאנען פון טיבערג האט ער נאכנישט אלע ניגונים (עס קען זיין אז איך האב נישט אזוי גוט פארשטאנען).

עס איז מיר איינגעפאלן א גוטע חתימה אינמיטן די נאכט, אבער כאבעס פארגעסן.
מיין טאטע זז"ג וואלט געזאגט "אז ס'פאלט איין איז א חורבן"

- וויכטיג מאכער
- שר עשרים אלפים
- תגובות: 23412
- זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
- לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

- שאץ מאץ
- שר האלפיים
- תגובות: 2885
- זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 15, 2008 5:01 pm
- לאקאציע: איבעראל
- פארבינד זיך:
וואלוועלע האט געשריבן:יואלי מיט לוי יצחק ביידע געבן ארויס עקסטערע, מען וואלט זיי וען געדארפט צוזאמשטעלן,
די וועלט זאגט מיט משפחה עסט מען קוגל......
וויכי ביסט משפחה?!!!!!
אני כשלעצמי קוק שטארק ארויס אויף פאלקאוויטש'נס טעיפ, ווייל זיין שיינע געבענטשע שטומע באנעמט מיך יעדעס מאל ווען איך הער אים,
יא יא!!!!, כ'האף ער זאל שוין האלט "טיף" טינמיטן ריקארדן.
-
- שר חמש מאות
- תגובות: 718
- זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 31, 2008 11:35 am
- לאקאציע: אין ניו יארק
שאץ מאץ האט געשריבן:יא יא!!!!, כ'האף ער זאל שוין האלט "טיף" טינמיטן ריקארדן.
איך האף אויך אזוי, אבער לויט וויפיל איך ווייס האלט ער נאכנישט דארט, אבער אזוי ווי מען האט געזעהן מיט די אנדערע אלבום'ס וואס TEEM האט ארויסגעגעבן, איט פעיד טו וועיט.
עס איז מיר איינגעפאלן א גוטע חתימה אינמיטן די נאכט, אבער כאבעס פארגעסן.
מיין טאטע זז"ג וואלט געזאגט "אז ס'פאלט איין איז א חורבן"
מיין טאטע זז"ג וואלט געזאגט "אז ס'פאלט איין איז א חורבן"
פאטאקי08 האט געשריבן:איז עס די זעלבע יואל פאלקאוויטש?
יא פאטאקי דאס איז ער. ער האט שוין ארויסגעגעבן א חתונה CD דוכץ זיך אז די מעדלי וואס דו האסט דא ארויפגעשטעלט איז טאקע פון יענע CD
ווי זאגט דער פסוק...על טעיפ וניגון...טאר מען זיך נישט קריגען...
- וויכטיג מאכער
- שר עשרים אלפים
- תגובות: 23412
- זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
- לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.
On The Tracks. The New Allbum Is On The Way. Will Keep You Updated.....
יואל פאלקאוויטש נעכטן אויף טוויטער.
וויכי, נא?
http://twitter.com/YoelFalkowitz/status/29622575770

♫ http://www.teoria.com/ Music Theory
- וויכטיג מאכער
- שר עשרים אלפים
- תגובות: 23412
- זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
- לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.
שוין, די וואך האמער געגעסן טשולענט מיט יאסי רובין... ביי די גרינע חתונה האמער געכאפט א שמועס איבער א טעלער טשולענט, (ברייטליך ביסט נאך דא?) און איך בין געוואור געווארן אז יאסי האט איבערגענומען די פראדאקשן פון דעם אלבוים.
יאסי דערציילט אונז אז ס'דא רעדי 5 ניגונים אפגעשפיהלט און געזינגען אונטער די השגחה פון "טיעם פראדאקשן", און זייט ער האט עס איבערגענומען איז שוין דא אפאר פרישע ניגונים, און מ'ארבייט פעסט אויפן פראדזשעקט!
ווער ס'געדענקט נאך די די "קומזיץ אן דע האדסאן" ווייסט שוין אז יואלי פאלקאוויטש פארדינט דעם טיטול "די מאוסט אנדער-רעיטעד זינגער"... זיין נאמען איז נישט אזוי קלינגעדיג וואו אנדערע זינגערס, אבער זיין זינגען שטעלט אסאך אנדערע אין שאטן... און טאקע גאנץ לעצטענס האט מען עס געקענט זעהן ביי די "אמן ואמן" סידי, ער זינגט דארט (די לעצטע ניגון) אזוי זיס, געשמאק... א פלעזשער צו הערן...
יואלי פאלקאוויטש, מיינע עקספעקטעישן'ס זענען זייער הויעך! וואטש אוט!
יאסי רובין האט אונז פארשפראכן כסדר צו אפדעיטן מיט די אנטוויקלונגען פון דעם פראדזשעקט.
האלט אייך געשפאנט!
בעק טו יו צייטליך!

הכונו ל'מעמד אדיר איום אסיפת ה''ניקס'' לטוהר המחנה!!!
-
- שר מאה
- תגובות: 160
- זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 08, 2011 1:24 am
האמיר דא קראנטע אינפערמאציע נאכן כאפן א שמועס מיט ר' יואלי'נן און מיט'ן פראדאסער יוסי רובין,
די מעלה פון יואלי איז. אחוץ וואס עריז גאר א בטעמטע זינגער, און ווען איינער וויל א חסידישע בטעמטע לעבעדיגע שמחה, ווייסט שוין צו רופען יואלי פאלקאוויטש, איז א חוץ די אלע מעלות איז ער א זעלטענע צוגעלאזענע מענטש מיט אלע פיטשעפקעס.
גאר טאלאנטפול, ס'דא וואס קענען. עם פון די אמן ואמן קאסעטע, וואס אגב לייגט ער דארט אראפ א הערליך שטיקל ארבייט, און ס'דא וואס קענען עם פונם חסד וויליאמסבורג פרעזענטאציע נומער דריי,
נו שוין! אזוי מ'האט שוין דא געשמועסט אז יוסי רובין (קומט פון א"י האט זיך אריינגעווארפן אין מוזיק, וואס אגב איז ער די אלבוים מענידזער פון יאמי לעווי'ס קומענדיגע סידי) האט איבער גענומען די פראדאקשן,
און ס'דא ב"ה פיינע נייעס אויפן פראנט,
ניגונים, פון די בעסטע קאמפאטאזירערס, ווי למשל, איצי וואלדנער, משולם גרינבערג, יוסי גרין, אליעזר קאליש (מחבר כן תזכנו, זייט מצליח), חיים אלי הארטמאן,
און אלע גאר געקליבענע ניגונים,
ער האט א ניגון פון איצי וואלדנער, ס'הייסט א טיש ניגון, א פרייליך'ס וואס ס'ווערט אזא שטייטן ביט אינדערמיט, אזוי זיך צו הייבן אין דערלופטען, א חידוש פון איצי אזא חסידישן טעם, רובי פון די אנדערע זייט, האט זיך גאנץ פיין אויסגעגעבן אויף דעם ניגון,
משולם האט גאר א שיינעם ראק, אויף די ווערטער כד יתבון ישראל,
קאליש האט א שיינע פרייליך'ס, חזק חזק,
יוסי גרין זייער א דיפרינט ניגון א דיסקוי, כל ישראל ערבים זה לזה,ליפא האט גישריבן אביסל יודישע ווערטער אויף דעם ניגון,
הארטמאן, האט גאר א שיינעם שטייטע ניגון, שומר ישראל, און די הויכע פאל טייטשט אפ די ניגון אין ידיש, שוע פריד האט געמאכט א ווילבערהאפטיגע דזאב, ער גלייכט זייער דעם ניגון,
צוויי גאר שיינע ניגונים פון אלי לאופר,
און נאך אסאך שיינע ספעציעלע זאכן,
ס'וויכטיג אונצימערקען אז די ניגונים זענען געוועלט געווארן אויף אן אויפן וואס מ'זאל עס קענען נאך זינגען אויף חתונת,
וואס איך מיין ארויס צו ברענגען, ס'דא זינגערס וואס פראבירן ארויס צו ווייזען זייערע קעיבעבילעטיס, וואס זיי קענען אלס באווייזן מיט זייער שטימע, און זינגען ניגונים וואס נאר זיי קענען זינגען ווי למשל אויף קאנצערטס,
אבער יואלי, אלס א חסידישע זינגער ווייסט פונקטליך ווי ער שטייט אויפן וועלט, חלומט נישט פון ווער ווייסט ווי ער וועט אונקימען, ממילא זיכט ער פאר זיין ליין, חתונה ניגונים,
שוין כ'בין שוין צופיל מאריך אויב האסטע נישט קיין נערווען, הייבאויף די הענט,
מוזיק: רובי באנעט, אלי לאופר, שוע פריד,
קווייער, ביי די אירענדזערס אליין, און ביי הארטמאן וועט יואלי הארוויץ מאכן די קווייער,
לפי האמת, אז די שענסטע איז ווען די אירענדזער זעלבס מאכט די קווייער פאר די ניגון וואס ער מאכט די אירענדזמענטס, אזוי אז בשעת'ן שרייבן חלומט ער ווי אריינצולייגן די קווייער שטיקלעך, און ער פארשטייטזיך די בעסטע פון יעדעם,
ווי ס'הייסט יעצט אז מארגן גייט מען אונהייבן וואקעלס, וואו? אוואדע ביי נאפטאלעמוישע
א נאמען האט מען נאך נישט פאר די סידי, מ'קען נאך אריין געבען איידיעס,
די סידי האפט מען וועט זיין אינדרויסן פאר די עולם פארט אין קאנטרי,
רבותי האלטס ענק אן די שלעקעס, סקומט זייער א שיינעם סידי אי"ה...

וואס שמחה קען, קען קיינער נאר איינער, ר' שמחה
- leiby
- שר שלשת אלפים
- תגובות: 3905
- זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 16, 2008 11:08 pm
- לאקאציע: צווישן אידן
ב"ה די חסידישע מוזיק מארקעט איז נישט שטיל, דער עולם איז אלץ גרייט פאר פיינע סחורה.
שש מצות תמידיות: אהבת ה',יראת ה', יחוד ה', אמונה בה', שלילת ע"ז, ולא תתורו.
- צייטליך
- מ. ראש הקהל
- תגובות: 12466
- זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 01, 2006 6:13 pm
- לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.
ר' אשר, א ריזיגען יישר כח פאר די לענגערע אפהאנדלונג באגלייט מיט פולע אינסייד אינפארמאציע. ס'איז מיר א סופרייז וואס די שרייבסט ווייל ווי איך האב פארשטאנען א צייט צוריק איז די גאנצע פראדזשעקט ערגעץ איינגעשלאפן.
איך קעניש מער עגריען מיט אשר איבער דעם פאקט אז יואלי איז א ב'טעם'טער חסידישער זינגער און א צוגעלאזענער מענטש, און ווי עס קוקט אויס האט ער א פיינע קאלעקשאן, קיין ניגונים האב איך נישט געהערט אבער די קאמפאוזער'ס זענען פון די בעסטע. איך האב אויפגעשיינט ווען איך האב געזעהן רובי'ס נאמען צווישן די מוזיק ארענדזשער'ס. און אלי' לויפער איז זייער גוט, גראדע דאס אז ער איז א קאמפאוזער אויך גיבט אים די מעגליכקייט צו האבן וואונדערבארע ערענדזשמענט'ס, מער ווי זיין טאטע. (כ'רעדט לגבי אינטראו'ס וכדו')
זאגסט א שטארקע פוינט איבער דעם וואס ער מאכט דייקא ניגונים פאר אים צו קענען זינגען אויף חתונות, קליגע זאך פון יואלי'ן.
אשר, ווען אימער די האסט פרישע נייעס פארגעס נישט פון איי וועלט און מעלדט אונז אלעס.

איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.
ווער איז אונליין
באנוצערס וואס דרייען זיך דא: באדראטשיג און 9 געסט