וויפיל קאסט א ניגון?

ניגונים און זינגערס

אחראי: אחראי

טיטאניק
שר מאה
תגובות: 215
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יוני 19, 2009 12:05 pm

תגובהדורך טיטאניק » דאנארשטאג יולי 02, 2009 7:04 am

ברייטליך האט געשריבן:איך געדענק נישט מרדכי זאל עפעס זאגען, וואס איך געדענק יא איז אז יגאל סאליק פון לאנדאן בויס קווייער האט געזאגט אויף א העסק' קאנצערט אז 'מעני מעני יערס עגא' איז צו מיר צוגעקומען 'א יאנג בוי' מיט א ניגון, דוכט זיך אז ער רעדט דארט פון דאגה מנין.

ס'מאכט נישט קיין 'סענס' אז יוסי גרין האט זיך געדארפט בעטן ביי מרדכי ווייל מרדכי איז נישט געווארן 'פעימאס' צופיהל פאר יוסי גרין. זיי זענען בערך די זעלבע יארגאנג. משא"כ יגאל סאליק איז אסאך עלטער פון זיי און ער האט שוין ארויסגעגעבן טעיפס (אדער גאר נאך רעקארד'ס, איך ווייס בימים ההם...) ווען זיי זענען נאך געוועהן און די ווינדלען.

ווי קומט יגאל סאליק צו דאגה מנין ? 'מרדכי' זינגט דאך די ניגון אויף דאבעל אלבום, און דאס איז נישט ממש מעני מעני יערס עגא דאס איז שוין געווען טיף אינמיטן יוסי'ס קעריער, דאגה מנין איז ארויסגעקומען 1990, יוסי האט שוין געמאכט ניגונים פאר מרדכי אין די 1970'ס.


איך ווייס נישט ווער יגאל סאליק איז און וועלעכע צייטן ער האט געזינגען, אבער מרדכי'ס ערשטע טעיפ איז ארויסגעקומען 1977, און ער איז גלייך געווארן פעימאס, סאו עס מוז זיין אז יגאל האט ארויסגעגעבן טעיפס אין די 1950'ס אויב מרדכי איז נאך געווען אין די ווינדלן.

יוסי גרין האט אים שוין דעמאלטס געמאכט ניגונים, אבער געהערט האט מען נאר פון מרדכי נישט פון יוסי צופיל, זינגערס זענען געווענליך מער פעימאס ווי קאמפויזערס (עכ"פ יענע צייטן) סאו מרדכי איז געווען פעימאס אסאך פאר יוסי גרין אפילו זיי זענען די זעלבע יארגאנג.

אוועטאר
אלץ-ווייסער
שר חמש מאות
תגובות: 861
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אפריל 27, 2007 11:35 am
לאקאציע: נע ונד

תגובהדורך אלץ-ווייסער » דאנארשטאג יולי 02, 2009 1:09 pm

רעדענדיג צו איינעם פוןג רויסע זינגער, וועלכע האט שוין פובליצירט טעיפס, און ער האט שוין געקויפט ניגונים פון מערערע קאמפאזירער.

זאגט ער מיר אז יוסי גרין לאזט זיך באצאלן פון 3-5 אלפים פאר א ניגון.
ר' פנחס וועבער פארלאנגט בערך 1,500.
בל' ס"ג - ניקס ווייסער וד"ל

אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12473
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.

תגובהדורך צייטליך » דאנארשטאג יולי 02, 2009 2:22 pm

טיטאניק האט געשריבן:
ברייטליך האט געשריבן:איך געדענק נישט מרדכי זאל עפעס זאגען, וואס איך געדענק יא איז אז יגאל סאליק פון לאנדאן בויס קווייער האט געזאגט אויף א העסק' קאנצערט אז 'מעני מעני יערס עגא' איז צו מיר צוגעקומען 'א יאנג בוי' מיט א ניגון, דוכט זיך אז ער רעדט דארט פון דאגה מנין.

ס'מאכט נישט קיין 'סענס' אז יוסי גרין האט זיך געדארפט בעטן ביי מרדכי ווייל מרדכי איז נישט געווארן 'פעימאס' צופיהל פאר יוסי גרין. זיי זענען בערך די זעלבע יארגאנג. משא"כ יגאל סאליק איז אסאך עלטער פון זיי און ער האט שוין ארויסגעגעבן טעיפס (אדער גאר נאך רעקארד'ס, איך ווייס בימים ההם...) ווען זיי זענען נאך געוועהן און די ווינדלען.

ווי קומט יגאל סאליק צו דאגה מנין ? 'מרדכי' זינגט דאך די ניגון אויף דאבעל אלבום, און דאס איז נישט ממש מעני מעני יערס עגא דאס איז שוין געווען טיף אינמיטן יוסי'ס קעריער, דאגה מנין איז ארויסגעקומען 1990, יוסי האט שוין געמאכט ניגונים פאר מרדכי אין די 1970'ס.


איך ווייס נישט ווער יגאל סאליק איז און וועלעכע צייטן ער האט געזינגען, אבער מרדכי'ס ערשטע טעיפ איז ארויסגעקומען 1977, און ער איז גלייך געווארן פעימאס, סאו עס מוז זיין אז יגאל האט ארויסגעגעבן טעיפס אין די 1950'ס אויב מרדכי איז נאך געווען אין די ווינדלן.

יוסי גרין האט אים שוין דעמאלטס געמאכט ניגונים, אבער געהערט האט מען נאר פון מרדכי נישט פון יוסי צופיל, זינגערס זענען געווענליך מער פעימאס ווי קאמפויזערס (עכ"פ יענע צייטן) סאו מרדכי איז געווען פעימאס אסאך פאר יוסי גרין אפילו זיי זענען די זעלבע יארגאנג.


יוסי האט געמאכט זיין ערשטער ניגון פאר די פרחי לאנדאן/יגאל סאליק אום יאר 1973 וען ער האט נאך געלערנט אין ישיבה. און עס איזנישט געווען דער "דאגה מנין" ניגון.

איר וועט קענען זעהן מער פינקטליכער אין מיין אינטערוויו וואס איך האב אפגעהאלטן די וואך מיט יוסי. איך האף עס ארויפצולייגן וואס שנעלער.
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.

טיטאניק
שר מאה
תגובות: 215
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יוני 19, 2009 12:05 pm

תגובהדורך טיטאניק » דאנארשטאג יולי 02, 2009 2:33 pm

צייטליך ישר כח פאר די שטיקל אינפארמאציע, סאו נאר פיר יאר פאר מרדכי'ס ערשטע טעיפ.

טיטאניק
שר מאה
תגובות: 215
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יוני 19, 2009 12:05 pm

תגובהדורך טיטאניק » דאנארשטאג יולי 02, 2009 8:06 pm

צייטליך לייג שוין ארויף די אינטעוויו ווייל דאס געדולד פלאצט, אזוי מיך אנציען, איך בין שרעקליך נייגעריג... נוווווווו

טיטאניק
שר מאה
תגובות: 215
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יוני 19, 2009 12:05 pm

תגובהדורך טיטאניק » דאנארשטאג יולי 02, 2009 11:10 pm

אויב נעמט יוסי פינף טויזענט פאר א ניגון נישט קיין וואונדער אז היינט נעמט א זינגער נישט רוב ניגונים פון אים אויף א אלבום, אמאליגע צייטן זענען רוב ניגונים אויף מרדכי און אברהמ'ס טעיפס געווען פון אים, היינט נעמען זינגערס איינס אדער צוויי, משוגע, נעמסט 4 ניגונים און ס'קאסט דיר 20 טויזענט רובל

אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרים אלפים
תגובות: 24675
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

תגובהדורך וויכטיג מאכער » דאנארשטאג יולי 02, 2009 11:15 pm

טיטאניק, ער נעמט 3,000 דאללער..
הכונו ל'מעמד אדיר איום אסיפת ה''ניקס'' לטוהר המחנה!!!

אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרים אלפים
תגובות: 24675
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

תגובהדורך וויכטיג מאכער » דאנארשטאג יולי 02, 2009 11:17 pm

און ס'אינקלוד שוין די קווייער, סאו ס'שפארט אויך געלט פאר די קווייער..
הכונו ל'מעמד אדיר איום אסיפת ה''ניקס'' לטוהר המחנה!!!

טיטאניק
שר מאה
תגובות: 215
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יוני 19, 2009 12:05 pm

תגובהדורך טיטאניק » דאנארשטאג יולי 02, 2009 11:31 pm

אלץ ווייסער האט געשריבן צווישן דריי און פינף...

פאר די קווייער איז דא וואס האלטן אז ער דארף צוצאלן...

אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרים אלפים
תגובות: 24675
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

תגובהדורך וויכטיג מאכער » פרייטאג יולי 03, 2009 12:45 am

אלץ ווייסער האט געהערט פון איינעם.. איך האב געשריבן מיין תגובה פון 'יוסי גרין'ס' קאר.. ווער מיינסטו איז מער קראנט?..

ער זאגט אז די פרייז איז 3,000 עקראס די באורד.. נישט קיין חילוק ניגון, זינגער..
הכונו ל'מעמד אדיר איום אסיפת ה''ניקס'' לטוהר המחנה!!!

וואלוועלע
שר חמש מאות
תגובות: 632
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 26, 2008 8:34 am

תגובהדורך וואלוועלע » פרייטאג יולי 03, 2009 12:55 am

איך וויס נישט קראנט, אבער ווען פינקי האט געמאכט די ניגון "רחם" וואס איז געווען און נאך היינט א היט פון א ניגון, האט ער דאס פארקויפט פאר יעקב שוועקי פאר אונטער 300 דאללער, זעהט אויס אז ער האט אליין נישט געוויסט די טיפקייט פונעם ניגון

mona lamm
שר מאה
תגובות: 132
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 12, 2009 8:31 am

תגובהדורך mona lamm » מאנטאג סעפטעמבער 21, 2009 11:24 am

1x1 האט געשריבן:פלאפי, א נייע קאמפאוזער קען באקומען פון 300 ביז 500 דאלער א ניגון?! כ'מיין איך גיי אריין אין ביזנעס, כאב אפאר פרישע ניגונים צו פארקויפן, ווער וויל קויפן?..

יא יא האט געשריבן:
1x1 האט געשריבן:פלאפי, ווער וויל קויפן?..

אסאך מאל קען זיין א ניגון וואס איינער האט נישט ליב האט א צווייטע יא ליב. מען טאר נישט אויפגעבן (אויב עס איז טאקע א שיינע ניגון), אז איינער האט עס נישט ליב גייט מען צו א צווייטן.

איך_הער האט געשריבן:איך האב אויך איין ניגון, ווער וויל צאלן?


איינסער און איכער, פראבירט ביי דער וועבער:

RT @BerriWeber: Siting with producer listening to new compositions for next album anybody with
good songs- ideas send to dervaiber@gmail.com

elmonsey
שר חמש מאות
תגובות: 877
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 24, 2008 12:55 am
לאקאציע: אויפן לבנה

תגובהדורך elmonsey » דינסטאג סעפטעמבער 22, 2009 7:31 pm

my_music האט געשריבן:
טיטאניק האט געשריבן:


מרדכי זאגט אויף א קאנצערט (איך געדענק נישט אויף וועלכע - כ'העל טרייען געוואויר צו ווערן) יארן צוריק איז געקומען צו מיר א בחור'ל פון סענדז סטריט מיט א שיינעם ניגון און איך האב איהם אויסגעהערט און ער האט געזאגט זייער גוט (איך זעה אז איך וועל אויך דארפן נאכקוקן די ווערטער וואס ער האט געזאגט)
די פוינט איז אז דעמאלס האט ער זיך געפריידט אז איינער הערט איהם אויס, און זיי האבן איהם טאקע אויפגעבויעט, אמאהל פלעגט מרדכי און אברהם ארויסקומען מיט א גאנצע אלבום פון זיינע ניגונים


איך מיין די מיינסט אויף העסק 5 ווי ער רעדט וועגן סוקי ענד דינג זענען אויפגעקימען צי מאכן א רעקארד פין יום טוב ניגונים

salads
שר חמישים ומאתים
תגובות: 396
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 01, 2008 12:53 am
פארבינד זיך:

תגובהדורך salads » זונטאג אוקטובער 04, 2009 10:37 pm

א גרויסע זינגער. ווי מרדכי אין אברהם, מאכן אליינס אפ זייער פרייז וויפיל זיי האלטן ביים צאלן, אין אויב דו ווילסט טייערער, קען ארויס קומען א טעיפ אן דיר אויך...

אין פאר יוסי גרין אין זיינס גלייכן וועט טאקע נישט פאסן צו זאגן אז ער וויל זיין פאפולער, אבער אן זיין פאפולאריטי איז ער גארנישט ווערט!

אין יא,
א נייע זינגער וועט זיך נישט פארגינען צו נעמען קאמפאזישאנס פון א נייע קאמפאזער, נישט קיין חילוק דו פרייז.

אין א יעדע זינגער וועט דארפן קודם הערן דעם ניגון צו ס'געפעלט אים.

אין אויך,
פינקי וועבער האט יא פארשטאנען דו טיעפקייט פון זיין אלעמען באקאנטן "רחם" ניגון, נאר דו זינגער האבן נישט. ביז שוועקי האט איינגעוויליגט עס צו נעמען פאר נערישע $300 דולר. אין מיט דעם האט זיך גאר שוועקי געבויעט (אין אויך פינקי)
נישט נאר א פארברענג, נאר אויך צום פארברענג.
www.supremesalads.net

קעש פאר קלאנקערס
שר חמש מאות
תגובות: 913
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 06, 2009 8:29 pm

תגובהדורך קעש פאר קלאנקערס » מאנטאג אוקטובער 19, 2009 9:16 pm

מענין לענין באותו בנין, וויפיל נעמט יוסי פאר קווייער אליין אן די ניגון? (יא! ס'דא פלעצער ווי ס'איז אזוי, שיקט א ריקוועסט אין אישי אויב ווילט איר וויסן ווי)
איך זאג עשה!


צוריק צו “היכל הנגינה”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: בא שבת בא מנוחה, היסטאריקער און 3 געסט