וויפיל קאסט א ניגון?

ניגונים און זינגערס

אחראי: אחראי

אוועטאר
לאז געמאכט
שר האלפיים
תגובות: 2459
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג דעצמבער 14, 2007 11:55 am

וויפיל קאסט א ניגון?

תגובהדורך לאז געמאכט » זונטאג יוני 28, 2009 4:35 pm

אויש ס'קומט נישט דא אריין... אבער כ'וויל וויסן צו א קאמפאזער באקומט געלט פאר זיינע ניגונים, לויט דעם וועט זיין גרינגער צו וויסן צו ליפא בעט זיך צו נישט...

יא יא
שר חמש מאות
תגובות: 718
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 31, 2008 11:35 am
לאקאציע: אין ניו יארק

תגובהדורך יא יא » זונטאג יוני 28, 2009 4:41 pm

על פי רוב באקומט א קאמפאוזער געלט פאר א ניגון, אבער א זינגער ווי ליפא לויפט געווענליך נישט נאך איינער זאל נעמען זיין ניגון.
עס איז מיר איינגעפאלן א גוטע חתימה אינמיטן די נאכט, אבער כאבעס פארגעסן.
מיין טאטע זז"ג וואלט געזאגט "אז ס'פאלט איין איז א חורבן"

טיטאניק
שר מאה
תגובות: 215
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יוני 19, 2009 12:05 pm

תגובהדורך טיטאניק » זונטאג יוני 28, 2009 5:25 pm

יעדער זוכט צו מאכן נאך געלט אפילו ליפא

אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרים אלפים
תגובות: 23452
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

תגובהדורך וויכטיג מאכער » זונטאג יוני 28, 2009 5:41 pm

מ'רעדט נישט פון אזוי סאך געלט אז מ'זאל זיך בעטן..
הכונו ל'מעמד אדיר איום אסיפת ה''ניקס'' לטוהר המחנה!!!

טיטאניק
שר מאה
תגובות: 215
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יוני 19, 2009 12:05 pm

תגובהדורך טיטאניק » זונטאג יוני 28, 2009 5:50 pm

איך האב געהאט געהערט אמאל אז פאר א גאר שיינעם ניגון בעטן קאמפאוזערס צווישן 1500 און 2000, קען זיין אז נישט אבער דאס איז געלט, אדרבה אויב איינער ווייסט ווי אזוי די פרייזן לויפן זאל ער שרייבן

יא יא
שר חמש מאות
תגובות: 718
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 31, 2008 11:35 am
לאקאציע: אין ניו יארק

תגובהדורך יא יא » זונטאג יוני 28, 2009 5:54 pm

די פרייזן ווענדט זיך געווענליך לויט די קאמפאוזערס, אבער די גרויסע קאמפאוזערס לויפן נישט נאך קיינעם.
עס איז מיר איינגעפאלן א גוטע חתימה אינמיטן די נאכט, אבער כאבעס פארגעסן.
מיין טאטע זז"ג וואלט געזאגט "אז ס'פאלט איין איז א חורבן"

אוועטאר
פלאפי יוד
שר מאה
תגובות: 207
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוקטובער 03, 2008 1:41 pm

תגובהדורך פלאפי יוד » מאנטאג יוני 29, 2009 4:18 am

יוסי גרין נעמט ביי א נייעם זינגער $2000 און ביי איינער וואס האט שוין ארויסגעגעבן א טעיפ $3000 (אויב דער זינגער האט מצליח געוועהן אויף זיין ערשטע טעיפ)

פינקי וועבער-$1500-$1000

ליפא-$1500-$1000

סתם א נייע קאמפאזער באקומט $300 ביז $500 (און אמאל א פייג)
ס'פעהלט מיר אויס ווי א שיך אין קאפ.......

טיטאניק
שר מאה
תגובות: 215
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יוני 19, 2009 12:05 pm

תגובהדורך טיטאניק » מאנטאג יוני 29, 2009 10:02 am

איך גלייב נישט אז אויף יעדע ניגון קען יוסי בעטן אזעלעכע פרייזן, דו רעדסט מסתמא פון ספעציעלע ניגונים,יוסי מאכט אויך ניגונים וואס איז עווריטש אדער אונטער עווריטש איך גלייב נישט אז יענע קאסטן 3000

אוועטאר
גרויזאמער
מ. ראש הקהל
תגובות: 3584
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 06, 2006 4:03 pm
לאקאציע: אויף די באלעמער שטיגן

תגובהדורך גרויזאמער » מאנטאג יוני 29, 2009 10:46 am

און איך האב געמיינט אז מען בעט אסאך מער ווי דעם, וויכי, אדער הועווער ס'איז, געטץ איבער פאר די נייע טעיפס ארויסגעבער אז מיט דעם פרייז קענען זיי פארגעסן אז איך זאל זיי אמאל מאכן א ניגון!
איינגעשריבענע באנוצער וועלכע האבן באדאנקט די תגובה:
קרעמער | צום זאך | צייטליך | גרויזאמער | וויכטיג מאכער | אויפריכטיג | מאשקע | bloomberg4mayor | arender

לחץ כאן למסור תודה על תגובה זו | דווח על תוכן פגעוני

אוועטאר
מבין נומ 1
שר האלף
תגובות: 1112
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 24, 2009 12:58 pm

תגובהדורך מבין נומ 1 » מאנטאג יוני 29, 2009 10:50 am

יוסי קען בעטן נאר 1000 אמאל אויך, און מיינסט נישט, ער איז טאקע זייער גרויס, אבער ער חלש'ט זיין נאמען זאל פיגורירן אויף ווי מער טעיפס...

פינקי האט געבעטן ביז נישט לאנג צוריק נישט מער ווי 6 -7 הונדערט דאלער
תכלית המבינות שנבין שאיננו מבינים...

טיטאניק
שר מאה
תגובות: 215
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יוני 19, 2009 12:05 pm

תגובהדורך טיטאניק » מאנטאג יוני 29, 2009 10:56 am

יעדע קאמפאוזער וויל זיינע ניגונים זאלן ווערן גענומען דורך זינגערס,צו זיי לויפן ממש נאך ווייס איך נישט אבער ווילן ווילן זיי זייער שטארק נישט קיין חילוק ווי גרויס ער איז, נישט נאר וועגן געלט נאר וועגן פאבליסיטי אויכעט

טיטאניק
שר מאה
תגובות: 215
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יוני 19, 2009 12:05 pm

תגובהדורך טיטאניק » מאנטאג יוני 29, 2009 11:53 am

ס'איז זיכער אז עס ווענד זיך פשוט אינעם ניגון, למשל פינקי'ס ניגון 'וזכר לנו' אויף אייזיק'ס טעיפ איז ווערט א פילע פרייז, אבער די ניגון וואס ער האט געמאכט למשל פאר שלמה טויסיג וואלט איך געזאגט איז ווערט 500 דאלאר, די זעלבע מיט יוסי גרין אזא ניגון ווי למשל אדרבה אדער תניא אמר ר' ישמעאל איז ווערט 3000, אבער די והבוטחים ניגון וואס איז טאקע שיין אבער בכלל נישט אויף יענע לעוועל איז עס נישט ווערט אזויפיל

איך טראכט נאר אזוי,איך זאג נישט קיין פאקטן איינער וואס ווייסט מער זאל זיך אנרופען ווייל איך בין זייער נייגעריג

ברייטליך
שר חמישים
תגובות: 98
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 05, 2009 7:39 pm

תגובהדורך ברייטליך » מאנטאג יוני 29, 2009 12:03 pm

פאקט איז אז שלמה טויסיג האט באצאלט פאר נודה לך און פאר והבטחים די זעלבע פרייז. אזוי האב איך געהערט פון א אינסיידער.
ווי זאגט דער פסוק...על טעיפ וניגון...טאר מען זיך נישט קריגען...

אוועטאר
לאז געמאכט
שר האלפיים
תגובות: 2459
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג דעצמבער 14, 2007 11:55 am

תגובהדורך לאז געמאכט » מאנטאג יוני 29, 2009 4:23 pm

קען זיין ס'איז געווען א פעקעטש, אבער למעשה איז טויזענט געווען פארן פלעינע און פינף טויזענט פארן שיינעם.

1x1
שר האלפיים
תגובות: 2825
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 27, 2009 6:15 pm

תגובהדורך 1x1 » דינסטאג יוני 30, 2009 3:22 pm

פלאפי, א נייע קאמפאוזער קען באקומען פון 300 ביז 500 דאלער א ניגון?! כ'מיין איך גיי אריין אין ביזנעס, כאב אפאר פרישע ניגונים צו פארקויפן, ווער וויל קויפן?..
http://www.teoria.com/ Music Theory

יא יא
שר חמש מאות
תגובות: 718
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 31, 2008 11:35 am
לאקאציע: אין ניו יארק

תגובהדורך יא יא » דינסטאג יוני 30, 2009 3:28 pm

1x1 האט געשריבן:פלאפי, ווער וויל קויפן?..

אסאך מאל קען זיין א ניגון וואס איינער האט נישט ליב האט א צווייטע יא ליב. מען טאר נישט אויפגעבן (אויב עס איז טאקע א שיינע ניגון), אז איינער האט עס נישט ליב גייט מען צו א צווייטן.
עס איז מיר איינגעפאלן א גוטע חתימה אינמיטן די נאכט, אבער כאבעס פארגעסן.
מיין טאטע זז"ג וואלט געזאגט "אז ס'פאלט איין איז א חורבן"

אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18576
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע: אין אפיס
פארבינד זיך:

תגובהדורך איך_הער » דינסטאג יוני 30, 2009 5:34 pm

איך האב אויך איין ניגון, ווער וויל צאלן?

אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרים אלפים
תגובות: 23452
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

תגובהדורך וויכטיג מאכער » מיטוואך יולי 01, 2009 12:00 am

איך זיץ דא יעצט מיט 'יוסי' גרין, ער טשארדזש'ד 3,000 א ניגון, אינקלודינג די קווייער, (ער איז די קווייער אויף אלע זיינע ניגונים) נישט קיין חילוק ווער די זינגער איז.. ער זאגט אז ער זוכט נישט אז זיינע ניגונים זאלן זיין אויף ווי מער טעיפ'ס, ער וויל אז אויב זיין ניגון גייט אויף א טעיפ, זאלעס זיין א דבר השלום, סאו ס'איז נישט קיין שום ציהל אז די נאמען זאל פיגורירן אויף ווי מער טעיפס...

האטס געדולד, ס'קומט א פול ריפארט..
הכונו ל'מעמד אדיר איום אסיפת ה''ניקס'' לטוהר המחנה!!!

אוועטאר
פלאפי יוד
שר מאה
תגובות: 207
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוקטובער 03, 2008 1:41 pm

תגובהדורך פלאפי יוד » מיטוואך יולי 01, 2009 12:04 am

CANT WAIT
ס'פעהלט מיר אויס ווי א שיך אין קאפ.......

ברייטליך
שר חמישים
תגובות: 98
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 05, 2009 7:39 pm

תגובהדורך ברייטליך » מיטוואך יולי 01, 2009 12:07 am

וויכי, שיק אים א גריס פון מיר. זאג אים אז מיר האבן געגעסן שלש סעודות אלץ קינדער אין די זעלבע פלאץ
ווי זאגט דער פסוק...על טעיפ וניגון...טאר מען זיך נישט קריגען...

טיטאניק
שר מאה
תגובות: 215
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יוני 19, 2009 12:05 pm

תגובהדורך טיטאניק » מיטוואך יולי 01, 2009 8:23 am

ער יוסי האט שוין געמאכט ניגונים פאר דרייסיג יאר צוריק אלע מרדכי און אברהמ'ס ערשטע טעיפס איז שוין געווען זיינע ניגונים, איך בין נייגעריג וויפיל ער האט יענע יארן געטשארדזשט,

אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18576
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע: אין אפיס
פארבינד זיך:

תגובהדורך איך_הער » מיטוואך יולי 01, 2009 10:29 am

טיטאניק, כ'האלט זאלסטעם בעטן זיינע טעקס ריטוירן'ס פון אלע יארן ביז היינט.

טיטאניק
שר מאה
תגובות: 215
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יוני 19, 2009 12:05 pm

תגובהדורך טיטאניק » מיטוואך יולי 01, 2009 11:22 am

איני מבין

אוועטאר
my_music
שר חמישים ומאתים
תגובות: 344
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 22, 2009 6:32 pm
לאקאציע: נאך אויפן זעלבן פלאץ

תגובהדורך my_music » מיטוואך יולי 01, 2009 6:08 pm

טיטאניק האט געשריבן:ער יוסי האט שוין געמאכט ניגונים פאר דרייסיג יאר צוריק אלע מרדכי און אברהמ'ס ערשטע טעיפס איז שוין געווען זיינע ניגונים, איך בין נייגעריג וויפיל ער האט יענע יארן געטשארדזשט,


מרדכי זאגט אויף א קאנצערט (איך געדענק נישט אויף וועלכע - כ'העל טרייען געוואויר צו ווערן) יארן צוריק איז געקומען צו מיר א בחור'ל פון סענדז סטריט מיט א שיינעם ניגון און איך האב איהם אויסגעהערט און ער האט געזאגט זייער גוט (איך זעה אז איך וועל אויך דארפן נאכקוקן די ווערטער וואס ער האט געזאגט)
די פוינט איז אז דעמאלס האט ער זיך געפריידט אז איינער הערט איהם אויס, און זיי האבן איהם טאקע אויפגעבויעט, אמאהל פלעגט מרדכי און אברהם ארויסקומען מיט א גאנצע אלבום פון זיינע ניגונים

ברייטליך
שר חמישים
תגובות: 98
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 05, 2009 7:39 pm

תגובהדורך ברייטליך » מיטוואך יולי 01, 2009 7:06 pm

איך געדענק נישט מרדכי זאל עפעס זאגען, וואס איך געדענק יא איז אז יגאל סאליק פון לאנדאן בויס קווייער האט געזאגט אויף א העסק' קאנצערט אז 'מעני מעני יערס עגא' איז צו מיר צוגעקומען 'א יאנג בוי' מיט א ניגון, דוכט זיך אז ער רעדט דארט פון דאגה מנין.

ס'מאכט נישט קיין 'סענס' אז יוסי גרין האט זיך געדארפט בעטן ביי מרדכי ווייל מרדכי איז נישט געווארן 'פעימאס' צופיהל פאר יוסי גרין. זיי זענען בערך די זעלבע יארגאנג. משא"כ יגאל סאליק איז אסאך עלטער פון זיי און ער האט שוין ארויסגעגעבן טעיפס (אדער גאר נאך רעקארד'ס, איך ווייס בימים ההם...) ווען זיי זענען נאך געוועהן און די ווינדלען.
ווי זאגט דער פסוק...על טעיפ וניגון...טאר מען זיך נישט קריגען...


צוריק צו “היכל הנגינה”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 16 געסט