אייזיק אלטמאן קאמפאוזער

ניגונים און זינגערס

אחראי: אחראי

וואלוועלע
שר חמש מאות
תגובות: 632
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 26, 2008 8:34 am

אייזיק אלטמאן קאמפאוזער

תגובהדורך וואלוועלע » זונטאג יוני 28, 2009 12:06 pm

אזוי ווי איך זעה לעצטענ'ס אז די היכל הנגינה דא או קרעטשמע האט זיך זייער געהויבן, מען זיצט דא לעצטענס און קרעטשמע און מען הערט נאר דיסקאסטן ןןעגען נגינה, דאס איז לעצטענס מער ווייניגער דא די געשפרעך, און א יעדע מינוט קומט וויכי אריין מין זיין באק און ער מישט אויף א פרישע אינטערוויו וואס ער האט אפגעראכטן מיט איינע פון די שטערנ'ס און די עולם הנגינה, און איך הער ווי דא ברענגט ער מיכאל, דא ברענגט ער בערי וועבער, דא שיקט ער איינער זאל אינטערוויוען דוד קויפמאן, און דא פארפירט זיך די שמועס וויאזוי מען מיקסט א טעיפ און ווער ס'איז בעסער לאשינסקי אדדער רולי, (סארי איך קען נישט אלע נעמען) און פלוצלינק רייסט זיך אויף די טיר פון די קרעטשמע און ס'שטראנען אריין פיל נייע פנימע'ר מיוזיק פארשטייער'ס, וואס כל אחד בשמו יבורך, צו איז דאס תמים, אדיר מיי מיוזיק, אדער מבין נומ 1 , און מען האלט און איין ברענגען לעבעדיגע בארריכטן איבער די נייע סידי'ס וואס זענען שוין ארויסגעקומען, און איבער די סידי'ס וואס גייען ארויסקומען, און מען האלט אזוי אינמיטן א פארטיפטע שמועס קומט אריין איינער איך געדענק נישט פונקטליך ווער און ער שאייט ארויס מיט א אפגעהאקטן אטעם איך קום יעצט פון די אראעינדזשער פון בערי'ס טעיפ, נפתלי משה שניצלער און איך האב איבער גערעדט מיטט עם די שמועס וואס מיר האבן דא און קרעטשמע איבער עם, סיי די מעלות און סיי די חסרונות, און יער האט מיר אלעס אזוי גוט געגעבן צו פארשטיין טון ער האט מיר אנגעזאגט אז איך זאל אלעס דא איבער געבן פאר די קרעטשמע מעמבער'ס, און אויך זאגן אז ער האפט בקרוב אליינס בכבודו ובעצמו דא זיך צו באווייזן, עכ"פ וואס איך וויל ארויסברענגען ס'קאכט זיך, די היכל הנגינה ווירבעלט, מילא וויל איך אויך אנהייבן א שמועס דא און עולם הנגינה,

און איצטעט צום פוינט,
וויכי לאמיר א מינוט, רעדן און די תמים און אלע אנדער לאזט וואלוועלע צו איין מינוט צום שטענדער און רעדן איבער איינעם וואס איך וועל זאגן אז ער האט געמאכט 2 ניגונים און די נייע אלבוים פון בערי וועבער, און לויט מיין מיינונג איז די ניגונים גארנישט אזוי אוועק צו מאכן, ס'איז איינס מער אזא הארא סטייל און איינס א שטאטע ניגון, און דא האט תמים איבערגעהאקט און ער שרייט די רעדסט פון אייזיק אלטמאן, זאג איך עם יא און איך האלט אז אייזיק וואלט ווען אויך געמעגט האבון א באזינדערע אינטערוויו, נאכן מאכן אזעלכע 2 שיינע ניגונים, און אויך אזא ניגון פון אם אתם אתם, וואס ס'איז זייער א געשמאקע ניגון, וואלט עם וויכי געמעגט אינטערוויוען, אדער כאטש שיקן תמים ארויף צו עם,

צוריק צו “היכל הנגינה”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: אלופי אדום און 11 געסט