בלאט 1 פון 3

דוד קויפמאן. קאמפויזער

געשריבן: זונטאג יוני 28, 2009 2:12 am
דורך תמים
האלא דו גראד מיר אויס די מייק אנטשולדיג איך בין נאך נישט צוגעוואוינט איך האב נאך קיינמאל נישט גערעט אין די עפענטליכקייט דא אוןסטאדיא איך מיין היכל הנגינה. נו מען קען שוין אנפאנגען צו רעדן די מייק איז שוין איינגעפלאגט א קיצור בשלוחות פון ק.נ.א. האב איך מיר ארויס געלאזט צו (צוליב חשש גילו וועל איך נישט מעלדן מיט וועלכע אויטא איך בין געפארן )צו ר' דוד קויפמאן איינע פון די היינטיגע וועלט בארימטע קאמפאוזערס ווי ער האט געמאכט א ניגון פאר יוסי מייער און שלמי טויסיג און בערי וועבער ועוד. און ווי שפעקעלאנטן געבן איבער האלט ער אויף א וועג פון ווערן פון די גרעסטע און די מארקעט. סטאר בלע"ז און עס וועט שוין בקרוב נישט זיין צו באקומען א נייע חרדישע טעפ וועלכע עס ערהאלט נישט קיין ניגון פון ר' דוד און אנדרע ווערטער אז אין עולם הנגינה איז ער א גרויסע בעל מחדש. א קיצור איך ענדיג שוין די הספד. איך פארק מיך אריין אונעם פארקינג לאט איך נעם ארויס מיינע שליסלעך אין איך גיי ארויס מיט פערפאסנעל טריט זייער געמאסטן שעפנדיג א תפילה אז די ערשטע מיסע וואס איך פיר דורך אלץ ריפארטער פאר ק.נא. זאל זיין געקרוינט מיט הצלחה
איך געב א קלאפ און טיר נישט באמערקן'דיג אז עס איז דא א בעל פון ר' דוד'ס אפיס די סעקרעטאר עפענט מיר אויך און צייגט מיר ווי צו גיין. אזא ברוך הבא וואס איך האב באקומען וועל איך ניטאמאל באשרייבן ווייל אז יא וועל איך דארפן אריין רוקן נאך 2000 קרעקטערס וואס איך האב נישט דערצייט דערצו ער מאכט מיר באקוועם איך האב שוין געוואלט אנהייבן אונזער שמועס אבער ער זאגט איין מינוט. נאך א האלבע מינוט קומט ער צירוק מיט א גלעזעלע הייסע קאווע מיט א קליין טעצל בראני קעק (קוקט אויס ער האט געליינט מכאל'ס אשכול) און ער איז מיך מכבד. דרך אגב האב איך אייך נאך נישט מיטגעטיילט אז ר' דוד איז אויך א מומחה און גרעפיקס און צו אים באלאנגט די פירמע דעארט דיזיין. א קיצור איך זעי ווי ער האט יעצט גענדיגט די דעקל פון די מאגעזין קאנטרי יאסי וועלכע רעד גראדע פונעם נייעם וועבער סידי.
דא האב איך געכאפט א גליטש אריין און גאר א אינהאלסטרייכע שמועס אבער היות איך בין געווארן הייזעריג (ס'איז נאך די ערשטע מאל ) וועל איך איבער לאזן פאר ווכי וועלכע האט מיטגעהאלטן די גאנצע איטערוויו לייוו קאוועריטש פון די הויפט קווארטיר פון ק.נ.א. זאל אראפ מאלן די גאנצע איבערלעבעניש

מיט אנטשולדיגונג טענק יו פאר די קלעפס איטס מיי פלעזשיר

געשריבן: זונטאג יוני 28, 2009 3:01 am
דורך jewish_audio
איך שטים צו מיט אלעם חוץ די קעיק כיבוד.........

געשריבן: זונטאג יוני 28, 2009 3:11 am
דורך וויכטיג מאכער
תמים.. די שמיעס צווישן דיר און ר' דוד, וועל איך ארויפלייגן מארגן, (שפעטער..) אבער איך מוז מיך נאר אפשטעלן און דיר זאגן, דו ביסט אייזן.. דו ביסט גוט, פארפאלן..

און פארן עולם וויל איך זאגן, דער תמים האט געמאכט א אינטערוויא, איינס אין די וועלט, אסאאאך מער פראפעשענעל חברה קענען נישט וואס ער קען.. סטעי טונד..

געשריבן: זונטאג יוני 28, 2009 10:48 am
דורך וואלוועלע
איך האב גארנישט געוואוסט אז דוד קויפמאן די נייע שטערן און נגינה, איז דער זעלבער דוד קויפמאן וואס איז אויך א נייע שטערן און גרעפיק,

עניוועי, דוד איך וואונטש דיר אסאך אסאך הצלחה, סיי און די גרעפיק ליין און סיי און די נגינה ליין,

געשריבן: זונטאג יוני 28, 2009 11:40 am
דורך my_music
איך האף אז דער דוד ליינט דא, ווייל איך וויל איהם שוין לאנג זאגן: ר' דוד אחוץ דעם וואס דיינע ניגונים זענען ריזיג גוט, ביןם איך א גרויסער חסיד פון דיינע גרעפיקס אויכעט, און איך האלט אז דו לייגסט אריין אסאך גרויסע פראפעשענאלס און עקספיריענסט גראפיקערס אין טאש אריין. סאו קיפ איט אפ.................

געשריבן: זונטאג יוני 28, 2009 12:12 pm
דורך 1x1
תמים האט געשריבן:ווי ער האט געמאכט א ניגון פאר יוסי מייער און שלמי טויסיג און בערי וועבער ועוד.


איש תמים, וועלכע ניגון האטער געמאכט פאר מייער, טויסיג, וועבער?

געשריבן: זונטאג יוני 28, 2009 1:16 pm
דורך 3x0
איך מעג אויך ענטפערן?.. פאר טויסיג האט ער געמאכט הרינו מזמן. און פאר וועבער האט ער געאכט די ניגון הנה.

געשריבן: זונטאג יוני 28, 2009 1:22 pm
דורך תמים
וזכינו לישב, בן חורין אויף יוסי מיער
אויך האט ער געמאכט באלקים פאר וועבר פלאז הנה

געשריבן: זונטאג יוני 28, 2009 2:49 pm
דורך טיטאניק
אז ער האט געמאכט הרינו מזמן איז ער טאקע א נייער שטערן

געשריבן: זונטאג יוני 28, 2009 3:07 pm
דורך וואלוועלע
תמים פון ק.נ.א. נייעס סטאנציע, און די אפטיילונג פון היכל הנגינה האט זיך מיט מיר יעצט פארבינדן, אז אזוי ווי מען רעדט דא פון דוד קויפמאן, אז ער איז א ניי אויפקומענדע שטערן און עולם הנגינה, איינער ווי שוין אויבן דעמאנט האט קאמפאזיר איטליכע הערליכע ניגונים פאר די לעצטיגע טעיפס וואס זענען ארויסגעקומען איז א שאד אז די עולם זאל נישט וויסן ווער ער איז, האט ער ארויסגענומען זיי קאמערע אינמיטן פון די אינטערוויו, און בליץ, געכאפט א בילד פון דוד'ן, ווי ער זיצט צוזאם מין זיין שותף און דארט דעזיין יואלי ווייס, און מיר עס אריבערגעשיקט, אז איך זאל עס ארויפלליגן אזוי אז די עולם זאל וויסן ווער איז דער דוד קויפמאן,

געשריבן: זונטאג יוני 28, 2009 3:14 pm
דורך טיטאניק
וועלעכער איז דוד

געשריבן: זונטאג יוני 28, 2009 3:20 pm
דורך תמים
רעכטס איז דוד. לינק איז יואלי ווייס די מענעטשער פון "דעארט דיזייען"

געשריבן: זונטאג יוני 28, 2009 3:36 pm
דורך וואלוועלע
דוד איז אן די גלעזער

געשריבן: זונטאג יוני 28, 2009 3:37 pm
דורך טיטאניק
אה יעצט באמערק איך האסט געשריבן אונטער די פיקטשער אן די גלעזער

געשריבן: זונטאג יוני 28, 2009 4:00 pm
דורך תמים
דאס איז די לאגא פון "דעארט דיזייען" ווי דוד איז די גרעפיקער

געשריבן: זונטאג יוני 28, 2009 4:34 pm
דורך גרויזאמער
אפשר וואלט געווען א פלאן אז וויכי זאל זיך נעמען צו אינטערוויוען גרעפיק דיזיינערס?

געשריבן: זונטאג יוני 28, 2009 6:54 pm
דורך מאשקע
א נייע זאך ווער איך היינט געוואויר: איינער וואס פארשטייט צו נגינה איז אויטאמאטיש א גוטער שרייבער אויך.

פון וואו איך זעה דאס? זיי מיר נישט אזא תמים... דו ווייסט דאס אליין...

געשריבן: זונטאג יוני 28, 2009 7:21 pm
דורך גראדער
ר' דוד קויפמאן

געשריבן: זונטאג יוני 28, 2009 8:18 pm
דורך תמים
איין גאר אויפגעכאפטע ניגון וואס איך האב בטעות פארזעהן איז נינון וטהר לבם פון די סאטמערע טעיפ בקהל קדושים

געשריבן: זונטאג יוני 28, 2009 9:43 pm
דורך מבין נומ 1
וואלוועלע, דיין מעשה מיט די בילד וואלט ווען געשטימט, ווען נישט וואס דער בילד ערשיינט פראמינענט אין בערי וועבער'ס קאווער...
אגב לויט ווי איך ווייס האט ר' דוד אריינגעלייגט איבערמידליכע כוחות -און לויט שמועות וואכן ארבעט- איך דעם אינהאלטסרייכן בוקלעט... כה לחי

געשריבן: זונטאג יוני 28, 2009 9:56 pm
דורך יא יא
טיטאניק האט געשריבן:אז ער האט געמאכט הרינו מזמן איז ער טאקע א נייער שטערן

דאס מאכט אים נישט יי, אבער עס מאכט אים זיכער א שטערן.

געשריבן: מאנטאג יוני 29, 2009 12:43 am
דורך מאשקע
כ'האב היינט געשמועסט מיט ר' דוד'ן עטליכע מינוט, און ממש יעדע מינוט זענען מיר איבערגעהאקט געווארן פון מענטשן וואס זענען אים געקומען קאמפלימענטירן, סיי איבער זיינע געלונגענע ניגונים און סיי איבער זיין הערליכע גרעפיקס אויפ'ן וועבער סידי.

וויאזוי זאגט נאר "מבין נומער 1"? כה לחי!

געשריבן: מאנטאג יוני 29, 2009 3:38 am
דורך פלאפי יוד
זייער א שיינער דעקל, אבער ליידער א געוואלד מיט טעותים אין ענגליש ספעלינג און גרעמער. אבער איך פארשטיי אז מ'האט זיך געיאגט ווייל מ'האט געהאט א דעדליין.

געשריבן: מאנטאג יוני 29, 2009 2:24 pm
דורך bailout
וועמענס זון איז ער?

געשריבן: מאנטאג יוני 29, 2009 2:28 pm
דורך איך_הער
ר' אברהם קויפמאן, פון קרית יואל, א ברודער מיט ר' איתמר טובי' קויפמאן.

זייער פאטער איז ר' הערשל קויפמאן, פון מכון באהלי צבי, וואס דרוקן די שמירת הלשון ספרים.