בנימין (יאָמי) לעווי - אהבת ה'

ניגונים און זינגערס

אחראי: אחראי

אוועטאר
bailout
שר האלפיים
תגובות: 2208
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 25, 2008 10:27 am

בנימין (יאָמי) לעווי - אהבת ה'

תגובהדורך bailout » פרייטאג יוני 26, 2009 12:31 pm

יאמי לעווי ''מתי יבא''

איך שפאציר מיר אריין צו די חתונה זאל מיט שנעלע טריט א קלייניגקייט א קרוב'ס א שמחה, אבער פון די האלוועי הער איך שוין עפעס א אומבאקאנטע ניגון געזינגן דורך א באקאנטע זינגער, הוווייייי נקי כפים ובר לבב..... איך ווייס נשיט וואס ס'האט מיר געכאפט , אזויפיל ווייס איך ס'האט מיר געכאפט...... ס'קען זיין די ניגון איז בכלל נישט אזוי שיין, אבער וויאזוי דער זינגער האט עס אראפגעזינגן דאס האט מיר אראפגענאגלט צו מיין פלאץ.

איך וועל ענק נישט מאכן נייגעריג, דער זינגער הייסט בנימין לעווי ער איז פון די פאדערשטע רייע פון חסידישע זינגערס, ער האט א זעלטענע שטימע וואס איז שוין באקאנט זינט ער איז געווען א קינד, אין פאקט די ערשטע טעיפ פון ניגוני ימים נוראים וואס ר' יודל ווערצבערגער האט ארויסגעגעבן מיט מוזיק, האט ער געזינגען דארט א היבש חלק פון די טעיפ, ווי אויך האט ער לעצטנס ארויסגעגעבן א טעיפ מיט נאך עטליכע זינגערס, אויך אויף איינס פון ר'יושע מענדלאוויטש'ס טעיפס זינגט ער א ניגון, בקיצור, א פיקס פארטיגע זאך מיט אלע פיטשיווקעס.

טראכט איך אזוי צו מיר אפשר העמיר טרייען נאכצומאכן וויכי, און פרובירן צו כאפן מיט אים א שמועס, אבער נאכן מאכן א פשוט'ע חשבון אז איך וועל נאך קעקעצן ערגער ווי שוועמל... און בכלל וויכי איז נאר דא איינער..... וועל איך עס לאזן פאר וויכי און צייטליך אדער גאר יא יא... אזוי זיצענדיג טראכט איך צו מיר, גיב א קוק די אלע נייע זינגערס קומען ארויס מיט טעיפס איינס נאכן אנדערן, פארוואס האט יאמי נאכנישט ארויסגעגעבן א טעיפ, אז מ'קוקט אביסל טיפער זעט מען אז ווען מ'פארגלייכט אים, וואס ב.ד.וו. בעצם האלט איך נישט דערפון.... א קעגן אנדערע זינגערס וועט ער ארויסקומען היבש פאראויס פון זיי, סאו אויף וואס ווארט ער? ער האט דאך א געוואלדיגע פיוטשער.

סאו האב איך באשלאסן געזאגט אין געטאן, דאס וועט זיין די ערשטע (נאך בדידי...) טעיפ, וואס וועט ארויסקומען דורך די שטופ פון די ''יודישע וועלט'', איך בין דא מוסר מודעה פאר יאמי לעווי אז אונז פארלאנג מיר ער זאל ארויסקומען מיט א טעיפ, אזאנס וואס וועט זיין זיך צו באלעקן אלע צען, דער עולם ווערט געבעטן צו סיינען די פעטיציע ביי די פראנט דעסק, וויכי זע צו האלטן ארדענונג.....

ימי לעווי מתי יבא ווען קומט ארויס פון דיר א טעיפ?!

און צו דיר וויכי פערזענלעך טו מיר א טובה גיי צו צו אים כאפ מיט אים א שמועס, און דערצייל אים וואס דער עולם באגערט, נעם אים פאר א סאפער אין גראסערי..... כ'ווייס נישט וואס....זעה ער זאל באקומען די מעסעדזש!

זינגטס אלע ''מתיייייי ייייבבבבאאאא'', ווען קומט ער ארויס.......

אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרים אלפים
תגובות: 23413
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

תגובהדורך וויכטיג מאכער » פרייטאג יוני 26, 2009 12:49 pm

בעילאוט, דו ביסט אייזן.. חחחחח... כאמעך שוין דערשראקן וויזוי ס'קען זיין אזא זאך, 'יאמי' מיין חבר זאל ארויסגעבן א טעיפ, און איך זאל נישט וויסן??!!..

דיינע איידיעס זענען געוואלדיג, און דו ווייסט וואס?.. ס'איז נישט קיין שלעכטע פלאן, העמער זיך אריינלייגן דערין.. איך וועל דיך לאזן וויסן...

טענקס..

אאאםםם.. זאלעך זאגן??.. די קאמפלימענט האט מיר גוט געשמעקט,..
הכונו ל'מעמד אדיר איום אסיפת ה''ניקס'' לטוהר המחנה!!!

יא יא
שר חמש מאות
תגובות: 718
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 31, 2008 11:35 am
לאקאציע: אין ניו יארק

תגובהדורך יא יא » פרייטאג יוני 26, 2009 1:15 pm

איך האב שוין אסאך געהערט איבער אים, אבער נאך קיינמאל נישט געהערט פון אים, דאו איך וועל עס מוזן איבערלאזן פאר וויכי, ער האט זיכער געהערט פון אים אליין, און וועט זיכער מאכן צו הערן פאר אונז.
עס איז מיר איינגעפאלן א גוטע חתימה אינמיטן די נאכט, אבער כאבעס פארגעסן.
מיין טאטע זז"ג וואלט געזאגט "אז ס'פאלט איין איז א חורבן"

אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18576
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע: אין אפיס
פארבינד זיך:

תגובהדורך איך_הער » פרייטאג יוני 26, 2009 2:19 pm

בעילאאוט, נישט ווייל כ'קויף אלע טעיפס פון וואס מ'רעדט דא, באט ליינען ליינעך אלעס, סאו דיין איידיע פון באשרייבן כדאי אז ס'זאל שפעטער זיין פון וואס צו שרייבן איז גוט.

יישר כח.

אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרים אלפים
תגובות: 23413
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

תגובהדורך וויכטיג מאכער » פרייטאג יוני 26, 2009 2:25 pm

ברעיקינג!!!

ק.נ.א. איז יעצט דערגאנגען, אז "יאמי לעווי" האלט שוין אינמיטן די ארבעט פון ארויסגעבן א טעיפ...

יישר כח פאר "פראדוסער" פאר די אינפערמאציע...

דעטאלן וועלן נאכ-פאלגן.. (א נישט, וועלן זיי כאפן פעטש ביז זיי וועלן פאלגן..)
הכונו ל'מעמד אדיר איום אסיפת ה''ניקס'' לטוהר המחנה!!!

אוועטאר
jewish_audio
שר מאה
תגובות: 216
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 14, 2009 12:00 am

תגובהדורך jewish_audio » זונטאג יוני 28, 2009 3:06 am

וויכי לויט מיין אינפארמאציע איז עס א היי-קלעסיפייד סוד.......אבער איך וועל נישט אריינרעדן
אבער כ'קען נישט שרייבן מער ווי שלאנג ער מעלדט עס פאבליק......

אוועטאר
לוסטיג
שר האלף
תגובות: 1138
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 23, 2008 1:56 pm

תגובהדורך לוסטיג » זונטאג יוני 28, 2009 3:25 am

זעהסטע בעילאוט! די שרייבט\סט אן ארטיקעל און וויכי טוט צו דער זאך..(אפשר שרייבסטו אן ארטיקעל אז איך דארף געלט?...)
אבער צום סוף לאכן מיר דיר אויס, הא..הא..הא..חחח...

אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12582
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

תגובהדורך מאשקע » זונטאג יוני 28, 2009 6:21 pm

איך האב אים שוין יא געהערט ביי א חתונה, און ער זינגט זייער ווארים און חסיד'יש.
An article a day keeps the babies away

אוועטאר
פלאפי יוד
שר מאה
תגובות: 207
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוקטובער 03, 2008 1:41 pm

תגובהדורך פלאפי יוד » מאנטאג יוני 29, 2009 4:30 am

ער ארבעט שוין א שטיק צייט אויף א טעיפ און עוזר באב"ד איז זיין פראדוסער
ס'פעהלט מיר אויס ווי א שיך אין קאפ.......

אוועטאר
bailout
שר האלפיים
תגובות: 2208
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 25, 2008 10:27 am

תגובהדורך bailout » מאנטאג יוני 29, 2009 2:17 pm

כאנישט געוואוסט אז אזוי שנעל וועט ער מיר אויסהערן.....

קודם וויל איך פארלאנגען ווער ס'האט בילדער אדער קליפס זאל מוחל זיין אין ארויפליייגן דא,.

זאג מיר וויכי אויף וואס ווארטסטו? ווען גייט זיין די אינטערוויא? דערצייל אים וועגן די היכל הנגינה, און זאג אים אז בעילאוט מיטן גאנצן עולם דא ווארט אויף די אלבום, אפשר וועסטו קענען ארויסגעבן אביסל דיטעילס.

זעה אז מ'זאל נישט דארפן געבן פעטש.....(גוט גוט...)

אוועטאר
bailout
שר האלפיים
תגובות: 2208
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 25, 2008 10:27 am

תגובהדורך bailout » דינסטאג יוני 30, 2009 4:34 pm


אוועטאר
bailout
שר האלפיים
תגובות: 2208
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 25, 2008 10:27 am

תגובהדורך bailout » דינסטאג יוני 30, 2009 4:38 pm


אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12466
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.

תגובהדורך צייטליך » דינסטאג יוני 30, 2009 5:36 pm

בעילאוט, יעצט איז געקומען מיין רייע צו לאכן פון דיין איידיע. (איך גלייב אז ער זיכט יעצט א ניגון אויף די ווערטער מתי יבוא צו קענען געבן די טעיפ א נאמען דערנאך..)

וויכי, יישר כח פאר די אינפארמאציע און פלאפי, אפשר מעג איך הערן עפעס מער איבער דעם עוזר באבאד?
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.

אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12466
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.

תגובהדורך צייטליך » דינסטאג יוני 30, 2009 5:40 pm

נאדער א בילד ווי "יאמי לעווי" זינגט מיט חברת שירה און שלמי דאסקאל.
צוגעלייגטע
umy.JPG
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.

אוועטאר
פלאפי יוד
שר מאה
תגובות: 207
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוקטובער 03, 2008 1:41 pm

תגובהדורך פלאפי יוד » דינסטאג יוני 30, 2009 11:44 pm

עוזר באבאד פלעגט ארבעטן פאר נגינה, פונקטליך וואס זיין טיטול איז דארט געוועהן ווייס איך נישט.

ער האט פראדוסט ליפא'ס ערשטע קאנצערט (חנוכה)
ס'פעהלט מיר אויס ווי א שיך אין קאפ.......

אוועטאר
bailout
שר האלפיים
תגובות: 2208
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 25, 2008 10:27 am

תגובהדורך bailout » מיטוואך יולי 01, 2009 8:03 am

וויאזוי הייסט דער יונגערמאן צווישן שלמה זלמן און מנחם דוד?

אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרים אלפים
תגובות: 23413
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

תגובהדורך וויכטיג מאכער » מיטוואך יולי 01, 2009 8:15 am

עוזר באבאד, האט געהאט א אייגענע דיסטריביושען קאמפאני אויך, היינט ארבעט ער פאר ניגון דיסטריביוטערס..
הכונו ל'מעמד אדיר איום אסיפת ה''ניקס'' לטוהר המחנה!!!

תמים
שר חמישים ומאתים
תגובות: 313
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 24, 2009 10:41 pm

תגובהדורך תמים » מיטוואך יולי 01, 2009 8:42 am

וויאזו האט געהייסן עוזר'ס דיסדריבטער קאמפעני

אוועטאר
מבין נומ 1
שר האלף
תגובות: 1112
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 24, 2009 12:58 pm

תגובהדורך מבין נומ 1 » מיטוואך יולי 01, 2009 11:43 am

עוזר באבאד פראדוסט יעצט א טעיפ פאר נאך א ליטווישן זינגער
http://www.shuakessin.com/

אויף יאמי לאווי איז עוזר א 'חלק' פון די פראדוסערס
תכלית המבינות שנבין שאיננו מבינים...

אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12466
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.

תגובהדורך צייטליך » מיטוואך יולי 01, 2009 12:40 pm

bailout האט געשריבן:וויאזוי הייסט דער יונגערמאן צווישן שלמה זלמן און מנחם דוד?


שמואל פריעדמאן.
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.

אוועטאר
bailout
שר האלפיים
תגובות: 2208
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 25, 2008 10:27 am

תגובהדורך bailout » מאנטאג יולי 06, 2009 8:04 am

א באן האט זיך ארויסגעלאזט פון סענטרעל סטעישאן, צילנדיג די ריכטונג קיין אפטאון מאנהעטן, וואס אינטערעסירט מיר די באן? לאמיך ענק זאגן ס'אינטערעסירט מיר טאקע נישט.

וויכי, דיינע באנען אינטערעסירן מיר גראדע יא, איינער קען זיך אפשר מרחם זיין אויף לוסטיג? ער בעט זיך ברחמים.

אקעי משל למה הדבר דומם, צו וואס וויל איך צוקומען?

רוקנדיג נאך א אייערקיכל, מיט נאך א שמאלציגן פישל וואס די צוויבל הענגט אראפ, האב איך שבת ביים קידוש דערגאנגען, אביסל אינפאמעשאן וועגן די סידי וואס איך טריי דא צו ארלעדיגן, דער עוזר באב''ד וועט מיר אודאי מוחל זיין, איך גלייב אז ער טויג, אבער אונזער יאמי וועט מיטן אייבערשטענס הילף ארויסגעבן א קנאק פון א אלבוים, פראדאסד דורך די וועלט בארימטע ישראל לאם... עכט האב איך געדארפט דא שרייבן ברעיקינג!!! אבער איך וויל דאך אז וויכי זאל קומען דא מיט זיין פולע ריפארט, וועל איך אים רופן ער זאל עס קאנפירמען,

וויכי איך ווארט שוין צום צווייטן מאל.....

בעק טו יו צייטליך....

אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12466
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.

תגובהדורך צייטליך » מאנטאג יולי 06, 2009 9:10 am

אקעי, דא איז שוין דא חילוקי דיעות איבער דעם ערענדזשער.

מ'ברויך דאס צוערשט קאנפערמירן.

וויכי, גאו אהעד, ריף אן יאמי.
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.

אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרים אלפים
תגובות: 23413
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

תגובהדורך וויכטיג מאכער » מאנטאג יולי 06, 2009 10:37 am

בעילאוט, עוזר באבאד איז נישט קיין ארעינדזשער, ער איז געווען א דיסטריביוטער, ישראל לאאם איז א ארעידזשער.. קיצר, איך ווייס נישט, אבער ס'מוז נישט זיין קיין סתירה..

אבער פארוואס קענסטע נישט וואטשען?.. די גאנצע באן איז איין שטיק הערינג.. ווילסט עסן?.. געזונטערהייט, אבער מאך נישט פעט דא אלעס..

בעילאוט, היינט זעה איך אז דו ביסט שמאלציג.. דיינע תגובות זענען גליטשיג, ס'גיסצעך שמאלץ.. קיפיראפ!!
הכונו ל'מעמד אדיר איום אסיפת ה''ניקס'' לטוהר המחנה!!!

אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרים אלפים
תגובות: 23413
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

תגובהדורך וויכטיג מאכער » דינסטאג יולי 07, 2009 1:59 am

הא הא הא הא הא... וואס האטעץ געמיינט??!! איך וועל נישט אנקומען צו יאמי?.. נאו וועי.. נישט וויכי..

ליינענדיג דא אזוי אז מ'רעדט פון 'יאמי לעווי', איז מיר אויפגעשווימען די זיסע זכרונות, כאמעך דערמאנט די זיס קעלעכל, א קול וואס מ'טרעפט היינט זעלטן, אבער איך האב עס יא געקענט אסאאך הערן פון די נאנט, אוי די גוטע צייטן אין ישיבה ווען 'יאמי' פלעגט זינגען, ער איז געווען א יונג בחור'ל, אבער ער איז געווען א זינגער, א בעל תפילה, 'וואן אוו עי קיינד'.. (אזוי שרייבענדיג דערמאן איך מיך די שבת ר"ח-חנוכה, יוי די שחרית.. די הלל.. אוי איז דאס געווען א שחרית..) נישט נאר ער האט א גוטע שטימע, נאר ער זינגט גוט, און פראפעשענאל..

אלץ קינד האבן שוין אסאך אירע געזעהן אויף עם אז ער איז א פיוטשער סטאר, אויב איך געדענק גוט, זינגט ער אויף איינע פון "יונתן שווארץ'ס" טעיפ'ס, די ניגון פון "אברהם אבינו מיט תרח", ער זינגט דארט "שמע ישראל ה' אלוקינו".. אוי איז דאס זיס.. זיין קול איז געווען אזוי זיס, אז דער מלך פון יודישע נגינה, 'מרדכי ווערדיגער' האט עם גענומען צו זינגען אויף זיין 'נגיני בית אבא' טעיפ, "הוי קודשא ברוך הוא אומר- אומר לפמליא דיליה".. אוי ווי זיס!!..

קיצר, איך האב באשלאסן, אז איך מוז אויף עפעס א וועג אנקומען צו עם, כ'האב פראבירט אויף אסאך וועגן, אבער ווען איך האב פראבירט, איז ער אייביג געווען אויף א שמחה, אפילו בייטאג איז ער געווען ביזי, איינמאל ביי א פדיון הבן, איינמאל ביי א ביזנעס-שבע ברכות.. אבער וויכי גיבט נישט אויף, איך האב ארויסגעגעבן א ארדער אז איך ברויך האבן זיין אימעיל אדרעסס, און היות איך מיט 'יאמי', נוצן ביידע די זעלבע "קייראפרעקטער".. איז מיר נישט געווען אזוי שווער צו דערגיין זיין אימעיל אדרעסס.. און איך בין עס טאקע דערגאנגען..

איך האב תיכף אויפגעטייפט א אימעיל, ס'האצעך געליינט ווי פאלגענד;

"בענדזשעמין", דא רעדט 'וויכי' פון ק.נ.א., (אונז זעמער אויף באקאנט אלס "אייוועלט".קאם..) איך וואלט געוואלט הערן וועגן דיין נייע אלבוים..

אלעס וואס אונז ווייסמער דערווייל איז, אז דו ארבעט'סט אויף א טעיפ, און 'ישראל לאאם' גייטעס ארעינדזשען, אונז וואלטמער געוואלט הערן אביסל מער...

ביטע לאז מיך וויסן דו האסט צייט, און מיר וועלן דיך קאנטאקטן...

שכח, וויכי...

נאך ארום א שעה, באקום איך צוריק א אימעיל פון 'יאמי' ס'ליינצעך ווי פאלגענד:

וויכי, ביטע רוף מיך 'יאמי'...

כאטשיק איך ווייס נישט ווער דו ביסט, און איך האב נאך קיינמאל נישט געהערט פון דיין וועבסייט, קענסטו מיך עניטיים קאנטאקטן דורך אימעיל, און איך וועל דיר פראבירן צו געבן די מערסטע אינפערמעשען וואס איך קען...

דזשאסט דיך צו פאר-רעכטן, 'ישראל לאאם' גייט נישט נאר 'ארעינדזשען' מיין אלבוים, ער גייט עס 'פראדוסן'..

גוד לאק, יאמי..

איך האב עם צוריקגעשריבן;

יאמי, איך גיי דיך קאלן סאאן, געמער א 10 מינוט, אבער דו גייסט אזוי לאכן, דו קענסט מיך שוין איינמאל..

וויכי..

ער שרייבט צוריק;

אקעי, נאו פראבלעם, איך קען שוין קוים ווארטן, אויב הייב איך נישט אויף, ביטע לאז א מעסעדזש און איך וועל דיך צוריק-קאלן, ווייל איך בין יעצט אויף א דזשאב אין לעיקוואד..

נאך ארום 10 מינוט, האב איך עם געקאלט, ער הייבט אויף, העלאו?.. איך מוז מודה זיין אז איך בין געווען שאק'ד, איך האב שוין נישט געהערט זיין שטימע פאר א שטיק צייט, ס'איז געווען זייער שטארק, און שארף.. איך זאג, איז דעס יאמי לעווי?.. ער זאגט יא, ווער איז דעס?.. זאג איך עם, 'יאמי' דו ווייסט נישט ווער איך בין?.. איך בין "וויכי".. וויכי, דאס ביסטו?.. זייער גוט, אבער פון וואנעט זאל איך וויסן ווער דו ביסט?.. פרעגטער אינגאנצן פארוואונדערט.. איך בין מיך מודה ומתודה, איך האב עובר געווען אויף גילו, איך האב עם געזאגט מיין עכטע נאמען, (יא ער האט געלאכט..) אוי ווי ער האט מיך געקענט... ער זאגט פון וואו זאל איך צאמשטעלן?.. איך האב עם געזאגט אז איך האב ספעציעל געשריבן "בענדזשעמין" ווייל נאר איינער, דער "קייראפרעקטער" רופט עם אזוי, סאו איך האב עם געוואלט געבן א וועג וואו צו טראכטן..

ער האט זיך אביסל נאכגעפרעגט אויף "אייוועלט", איך האב עם געזאגט אז אונז זעמער אפשר מער באקאנט אלץ "קרעטשמע", ער האצעך תיכף געכאפט.. אהה, איינער, דו קענסט דארט יעדן?.. איינער בעילאוט.. איך האק אריין, האסט געליינט בעילאויט'ס ריפארט?.. יא זאגטער, ער האט מיר געשיקט א לינק.. איך פרעג ווייטער, וויזוי איז דיר געפאלן די נאמען 'מתי יבא'?.. גראדע איז עס נישט קיין שלעכטע נאמען, זאגטער, איך האב געשיקט די לינק פאר 'ישראל לאאם', האט ער מיר געזאגט די זעלבע, ער האט נאך צוגעלייגט אפשר גיימער זוכן א ניגון פון 'מתי יבא'?.. ס'איז זייער זיס.. דו קענסט דעם בעילאוט?.. איך קען נישט זאגן קיין נאמען.. זאגטער.. איך זאג עם, דזשאסט פאר יור אינפאו, איך זיץ דא מיט בעילאוט אין די קאר, און איך האב הנאה אז דו האסט נישט געזאגט קיין נאמען, דאונט ווארי איך פארשטיי.. זאגטער..

איך האב עם געזאגט אז איך האב ממש נישט דערקענט זיין שטימע, יא, ב"ה, זאגטער.. ס'קומצעך אסאאך קרעדיט פאר מיין 'וואויס טיטשער', ער האט אריינגעארבעט אסאך אין מיר, איך פרעג עם וויזוי הייסט דיין וואויס טיטשער?.. איינהארן זאגטער, אבער ער האט נישט ליעב ווען מ'שרייבט אויף עם, למשל אויף אסאך אלבוים'ס, איז דא זינגערס וואס שרייבן א שכח פאר זייער טיטשער, אבער וועסט כמעט נישט זעהן קיין שכח פאר עם, ער האטעס נישט ליעב, אבער ער איז גוט.. יא יא זאגעכעם, דיין קול איז זייער שארף, און שטארק.. ב"ה, זאגטער..

אונז האמער אנגעפאנגען צו רעדן וועגן די נייע אלבוים, די ערשטע פראגע איז געווען, וואו האלטסטו יעצט?..

איך האלט נאך יעצט ביים קלויבן ניגונים, זאגטער, דו ווייסט שוין מסתם אז קלויבן ניגונים איז פון די שווערסטע זאכן ביי יעדן אלבוים, ספעציעל איך, ס'איז מיין ערשטע אלבוים, איך וויל ס'זאל זיין גוט, ווייל אז דו פאנדעישען איז גוט, וועט אי"ה די גאנצע אלבוים זיין גוט, און איך האב טאקע געהייערט א ספעציעלן מענטש דערפאר..

איך האב אריינגעהאקט, יאמי, איך וואלט געוואלט אז יעדע מענטש וואס דו דערמאנסט, זאל קומען מיט א נאמען, דער עולם וויל הערן נעמען.. אהה, אקעי, דער יונגערמאן וואס העלפט מיך אויסוועהלן ניגונים הייסט 'יואלי ווארפמאן'.. איך גיי נישט קיין סאך אויסרוהמען 'יואלי'ן', איך גיי דיר נאר זאגן אין קורצן, 'מרדכי ווערדיגער' מיט זיין זוהן 'יודל' רירען זיך נישט אויף קיין אלבוים אן עם, ער סעלעקט פאר זיי אלע ניגונים.. גענוג גוט?.. יא, ס'איז גענוג פאר אסאך אירע, זאגעכעם, אבער נישט פאר מיר, איך וויל הערן מער איבער עם, וואס איז זיין מעלה?..

הער אויס, זאגטער, ווען איינער שיקט אריין א ניגון, און איך, אדער א צווייטער הערטעס אויס, הערט מען ווי שיין די ניגון איז יעצט, אבער נישט מער, און ס'פאסירט אסאך מאל, אז א ניגון וואס קוקט אויס א פשוטע ניגון, אבער ווען מ'זינגט עס מיט מוזיק און קווייער, איזעס א היט.. און די זעלבע פארקערט, ניגונים וואס קוקן אויס שיין ווען מ'הערטעס פשוט, ווען ס'קומט צו דערצו א קווייער מיט מוזיק, איז די ניגון גארנישט אזוי שיין.. אנדערש איז אבער 'יואלי', ער האט אינטערעסאנטע אויערן, ווען ער הערט א ניגון, הערט ער שוין די הארמאני, די קווייער מיט די מוזיק אויפן ניגון, און ער כאפט גראד צו די ניגון איז פאר מיר, צו נישט..

אהא, סאו וואו האלט'סטו מיט ניגונים?.. פרעג איך ווייטער, למעשה האב איך נאכנישט געסיינט קיין איין ניגון מיט קיינעם, זאגט יאמי, ווייל נישט נאר די ניגון דארף זיין שיין, ס'דארף קלאפן איין ניגון מיטן צווייטן, סאו ווען איך וועל האבן 10-12 גוטע ניגונים, וועל איך ענדגילטיג אפקויפן די ניגונים, אבער איך האב שוין 6-7 וואס איך וועל מסתם נעמען..

איך פרעג ווייטער, האסט געזאגט אז ישראל לאאם גייט זיין פראדוסער, וואס קענסטו מיר זאגן מער דערוועגן?.. אהה, יעצט פרעגסטו צו די זאך.. אויף אסאאך לעצטיגע אלבוים'ס זעהט מען 'ארעינדזש'ד ביי ישראל לאאם'... סאו דער עולם ווייסט נאר אז ישראל לאאם איז א גוטע ארעינדזשער.. דער עולם פארגעסט אז ישראל לאאם איז ארגינעל געווען א פראדוסער..

איין מינוט, אפשר ביסטו מסביר די חילוק פון ארעינדזשען ביז פראדוסן?.. שאאאר, א ארעינדזשער איז בעיקר דער וואס נעמט קעיר פון די מוזיק.. די פראדוסער איז דער וואס טוט אלעס.. ער ערלעדיגט די ארעינדזשער, די סטוידיאו פאר די זינגער, קווייער, ער העלפט סעלעקטן ניגונים, ער ערלעדיגט די קאווער, די קאפי'ס.. ער טוט אלעס.. אין פאקט, שטייט קלאר אין די קאנטראקט וואס איך האב מיט עם, אז אויב איך וויל, קען איך פארלאנגען אויף א געוויסע ניגון, אז די ניגון זאל -למשל- מונה ארעינדזשען די מוזיק, און 'ישראל' האט מיר געזאגט, איטס מיי פלעזשער.. איך בין גוט מיט די אלע חברה, און וואס דו ווילסט, וועל איך דיר ערלעדיגן..

סאו ישראל לאאם גייט זיין די פראדוסער?.. יא, איך האב קודם געוואלט גיין מיט א צווייטן, איינער וואס איז נישט אזוי עקספיריענס'ד, אבער איך האב -צוליב געוויסע סיבות- געמוזט טרעפן איינעם מיט עקספיריענס.. און ישראל לאאם האט שוין יארן עקספיריענס אין פראדוסן סידי'ס, ער האט געמאכט די 'דאבבעל אלבוים' פאר 'מרדכי'.. און נאך אסאאך גרויסע אלבוים'ס.. היינט צו טאג'ס טוט ער אסאאך אין קאנסערט'ס.. אין גרויסע זאכן, איז ער נישט אזוי באקאנט אלץ פראדוסער, אבער ער קען גוט די פאך.. ער איז זייער א פיינער מענטש, און ער איז גוט מיט יעדן אין די ליין.. ער איז זייער גוט פאר מיר..

ווען פלאנסטו ארויסצוקומען?.. פרעגעכעם, קוק אהער וויכי, דו ווייסטעך יא, קען מען דען אויסרעכענען?.. איך האף צו האבן אלע ניגונים ביז א חודש צוויי, און דאן איז אלעס גרייט, און אויף אדר קען איך שוין זיין אינדרויסן, און איך האף צום אייבערשטען אז איך זאל טאקע קענען ארויסקומען מיט א שיינע אלבוים, אין די ריכטיגע צייט, נאך אלעם, איז דאס נישט קיין קליינע אינטערנעמונג, איך האב שוין א ליסטע פון 70,000 דאלער וואס ס'גייט מיר קאסטן, און איך ווייס נישט וואס נאך, סאו איך האף אז ס'וועט זיין א סוקסעס..

זייער אינטערעסאנט, אבער איך וויל הערן נאך אביסל.. וואס נאך קענסטו מיר זאגן וועגן די סידי?.. דערווייל האב איך נישט גארנישט, אבער אי"ה אז דו וועסט מיך קאנטאקטן, וועל איך דיר כסדר אפדעיטן מיט אלעם...

איך זאג עם ווייטער, יאמי, דו ביסט נישט דער ערשטער זינגער וואס גיבט אונז ארויס די אינפערמעשען, אונז האמער שוין שלומי טויסיג, מיכאל, יואלי שווארץ, יוסי גרין, ביידעוועי, איך בין געווען ביי יוסי גרין פאריגע וואך, האט ער גערעדט פון דיר וועלטן, ער האט מיר פארציילט אז דו וועסט מסתם האבן פון עם א ניגון, ער זאגט אז 'יאמי האט א זיס קול'... 'ער זינגט גוט'.. אהה נייס, שכח.. איך האף טאקע צו האבן א ניגון פון עם אויפן אלבוים.. און נאכאמאל, איך וועל פראבירן צו אפדעיטן די מערסטע וואס איך קען.. האט ער צוגעענדיגט..

א גרויסן שכח, זיי געזונט..

איין מינוט, וויזוי גייט מען ארויף אויף ענקער סייט?..

גיי ארויף אויף אייוועלט דאט קאם, און דריק פארום'ס, און גיי אריין צו היכל הנגינה, דארט וועסטו זעהן.. ס'דא וואס צו זעהן דארט..

אקעי שכח..

הצלחה..

דיסקלעימער: איך בין נישט קיין סעילסמאן, און איך גיי נישט מאכן קיין געלט אויף קיין שום וועג פון די אלבוים, אדער פריוואט פון איינער וואס איז אינוואלוו'ד אין די אלבוים.. קיינער זאל נישט קויפן די אלבוים נאר ווייל איך זאג ס'איז שיין, איך מעלד נאר פאקטן וואס איך הער, און מיין מבינית איז לויט מיין טעיסט... יעדער קען מאכן אייגענע באשלוסן צו ער זאל יא אדער נישט קויפן א אלבוים..
הכונו ל'מעמד אדיר איום אסיפת ה''ניקס'' לטוהר המחנה!!!

1x1
שר האלפיים
תגובות: 2825
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 27, 2009 6:15 pm

תגובהדורך 1x1 » דינסטאג יולי 07, 2009 7:24 am

וויכי יו אר גוד..
http://www.teoria.com/ Music Theory


צוריק צו “היכל הנגינה”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 16 געסט