בלאט 1 פון 1

קינדער שפיל...

געשריבן: מיטוואך יוני 24, 2009 5:54 pm
דורך וויכטיג מאכער
רעדענדיג מיט איינעם וועגן די היכל הנגינה, האט ער מיר אריינגעווארפן א ווארט וועגן "קינדער שפיל" טעיפ'ס, אז זיי מאכן זייער שיינע באלערענדע טעיפ'ס..

איך האב מיך גלייך געכאפט, איין מינוט, דא איז נאכנישט דא קיין אשכול פאר 'קינדער שפיל'.. וויזוי קען אזא זאך זיין?..

סאו איך האב באשלאסן צו עפענען א אשכול פאר אלע זייערע טעיפס, און איך בעט אז ווער ס'האט פיקטשער'ס פריוויא'ס אדער אינפערמעשען, זאל ביטע ארויסהעלפן..

"קינדער שפיל" איז שוין היינט ברייט באקאנט מיט זייערע הערליכע בוכלעך, און שפילצייגן וואס זיי געבן ארויס אויפן יודישן וועג, זיי נעמען געימ'ס פון די דרויסענדיגע וועלט, און זיי מאכן דאס אידיש, אזוי אז אונזערע קינדער זאלן זיך קענען שפילן מיט א יודישע געים, און מיט איידעלע פיקטשערס, און אין די זעלבע צייט אויך לערנען שיינע מידות..

אויך געבן זיי ארויס שיינע טעיפ'ס, וואס יעדע פאר זיך איז זייער אינטערעסאנט, איך האב פון זיי אינדערהיים אפאר טעיפ'ס, יעדע פאר זיך איז ווערט א באזונדערע באשרייבונג..

איך וועל ענדיגען דערווייל דא, און איך בעיט נאכאמאל, ווער ס'האט עניטינג, פליז, פיל פרי..

געשריבן: מיטוואך יוני 24, 2009 5:57 pm
דורך prowed jew
i didnt know that you are intersthing in "kinder games", how old are you?

געשריבן: מיטוואך יוני 24, 2009 7:08 pm
דורך jewish_audio
די אמת איז איך בין אינגאנצן נישט קיין גרויסע פען פון די קינדער טעיפס (חוץ אוי מיין באבע......יוסעלע פליעט...... שטייטצעך)
אבער איך האב ביי מיר עפעס א דעקל פון א קינדער שפיל טעיפ סאו פארוואס זאל איך זיין מין אין עס נישט ארויפלייגן....... ס'קאסטאך נישט קיין געלט
אבער ביטע פרעגט מיר נישט מער דערוועגן... איך זאג צוווו כ'האב עס קיינמאל נישט געהערט......
tape_moshela.gif
נאדער..
tape_moshela.gif (116.33 KiB) געזעהן 4482 מאל

געשריבן: מיטוואך יוני 24, 2009 7:12 pm
דורך מאשקע
דער אנפירע פון קינדער-שפיל איז דאכט זיך ר' יהוסף שווארץ פון ק"י, א געלונגענער און טויגליכער יונגערמאן מיט געוואלדיגע איידיעס. ער איז אויך דער אייגענטומער פון דורן יודעקיא (וועא"מ) געשעפט אין ק"י.

געשריבן: מיטוואך יוני 24, 2009 7:17 pm
דורך jewish_audio
יאפ... יעצט איינמאל ביסטע גערעכט....
ער האט אויך געעפענט צייטשריפט....אבער ער האט עס גלייך פארקויפט ווייטער אבער די איידיע איז זיינס

געשריבן: מיטוואך יוני 24, 2009 9:10 pm
דורך גראדער
אין די לעצטע פאר וואכן איז קינדער שפיל ארויסגעקומען מיט צוויי נייע טעיפס פאר קליינע קינדער, איך וועל פראבירן צו פארשאפן א בילד דערפון צו פאוסטן דא.

געשריבן: מיטוואך יוני 24, 2009 9:48 pm
דורך וויכטיג מאכער
דזשואיש אודיאו, טענקס עי מיליאון.. דאס האב איך געמיינט מיט דעם אשכול.. ווער ס'קען צולייגן א האנט, איז מכובד..

געשריבן: מיטוואך יוני 24, 2009 11:45 pm
דורך שוועמל
prowed jew האט געשריבן:i didnt know that you are intersthing in "kinder games", how old are you?

להוי ידוע, אז אסך זינגער האבן שוין געוואלט ארויסגעבן קינדער טעיפס אנשטאט געווענליכע אלבומס.
די סיבה איז אז היינט קויפט מען פול ווייניגער טעיפס וויבאלד מען קאפירט אויפן קאמפיוטער און דער מחבר מאכט נישט קיין געלט, אבער די קינדער טעיפס קויפט יעדע מאמע פאר די קינדערלעך און מען קיינער מאכט דערפון נישט קיין קאפיס... ווייל how old are you?...

געשריבן: דאנארשטאג יוני 25, 2009 10:55 am
דורך שמערי בערי
jewish_audio האט געשריבן:יאפ... יעצט איינמאל ביסטע גערעכט....
ער האט אויך געעפענט צייטשריפט....אבער ער האט עס גלייך פארקויפט ווייטער אבער די איידיע איז זיינס

ער האט געהאט א קינדער-שפיל ביכל וואס פלעגט ארויס קומען חודש'ליך, ער האט זיך דערנאך פאר א שטיק צייט געהאט צוזאמען געשטעלט מיט צייטשריפט. און זיין ביכל איז געווען איינס פון די פיר ביכלעך וואס פלעגט ארויס קומען וועכנטליך.

אגב, דער מייסד פון קינדער שפיל איז נישט ר' יהוסף אליינס, ער האט געהאט א שותף האברך היקר ר' יואל גליק ע"ה, וועלכער איז פלוצלינג אוועק חול המועד סוכות תשס"ו. ר' יואל האט געהאט געוואלדיגע בליציגע רעיונות און געדאנקען, און דער גרונדונג דערפון איז געווען זיין קאפ. אבער זיין שותף ר' יהוסף פירט עס אן און עס גייט אלב מוסיף והולך.

געשריבן: דאנארשטאג יוני 25, 2009 11:18 am
דורך וויכטיג מאכער
שמערי, איך האב אויך געוויסט אז ר' יואל גליק ע"ה איז געווען דער גרינדער דערפון, אבער אז יעדער שרייט אנדערש, האב איך מיך נישט געוואלט טענה'ן..

געשריבן: דאנארשטאג יוני 25, 2009 4:42 pm
דורך גראדער
שוועמל האט געשריבן:
prowed jew האט געשריבן:i didnt know that you are intersthing in "kinder games", how old are you?

להוי ידוע, אז אסך זינגער האבן שוין געוואלט ארויסגעבן קינדער טעיפס אנשטאט געווענליכע אלבומס.
די סיבה איז אז היינט קויפט מען פול ווייניגער טעיפס וויבאלד מען קאפירט אויפן קאמפיוטער און דער מחבר מאכט נישט קיין געלט, אבער די קינדער טעיפס קויפט יעדע מאמע פאר די קינדערלעך און מען קיינער מאכט דערפון נישט קיין קאפיס... ווייל how old are you?...


אויב שוועמל איז א שדכן, שטעל צוזאם די זינגער מיט קינער שפיל. אפשר וועסטו נאך מאכן עפעס שדכנות...

געשריבן: דאנארשטאג יוני 25, 2009 8:36 pm
דורך שוועמל
איי דערמאנסט מיך די ישיבה יארן מיט יואל גליק ע"ה.
צוזאמען פארבראכט, א ווייטאג נעבעך איבערגעלאזט עטליכע קינדערלעך.

געשריבן: דינסטאג יוני 30, 2009 11:54 pm
דורך קרעמער
אין שטוב (אין שטאט) פארמאג איך אלע זייערע ביכער און קאסעטעס, עס איז ביליג און געשמאק פאר די קינדערלעך שיחיו.

ווען מען הערט אזא פייף (...) דארף מען אריבערמישן דעם בלעטל.

געשריבן: דאנארשטאג פאברואר 08, 2018 11:54 am
דורך מקווה איד
גוגל איך אריין קינדער שפיל און די ערשטע זאך קומט ארויף אייוועלט, ווייסט איינער אויב מען קען באקומען זייערע געימס און ארץ ישראל? אויב יא ווי?

געשריבן: דאנארשטאג פאברואר 08, 2018 1:04 pm
דורך צו געזונט
ר' יהוסף דער אייגענטומער וואוינט דאך דארט. גיב אים א פרעג אן...

געשריבן: דאנארשטאג פאברואר 08, 2018 1:08 pm
דורך fiena nieas
צו געזונט האט געשריבן:ר' יהוסף דער אייגענטומער וואוינט דאך דארט. גיב אים א פרעג אן...

נו דאס טוט ער טאקע.......

געשריבן: דאנארשטאג פאברואר 08, 2018 1:23 pm
דורך דונש
LOL

געשריבן: מאנטאג ינואר 07, 2019 3:27 pm
דורך אהער און אהין
א מאסיווע אינטערוויו געווען לעצטנס צווישן דעם CEO פון קינדער שפיל ר' יהוסף שווארטץ, אינאיינעם מיט ר' וועלוול שמעלצער. אויף קול מבשר 8-0.
זייער אינטערסאנט רייך און באלערנד, א בליק אריין אין די קינדער שפיל אימפעריע און וואס זענען די נעקסטע פראדוקטן אויפן טיש.

געשריבן: מאנטאג ינואר 07, 2019 4:26 pm
דורך טעם וריח
רבי יהוסף איז שוין היינט די אייגענטימער פון א נייע רעסטוראנט אין הארץ פון מאה-שערים מיטן נאמען "סעודתא". געשמאקע היימישע מאכלים אויפן אמעריקאנע שטייגער.

געשריבן: מיטוואך ינואר 16, 2019 1:21 pm
דורך monroe10950
טעם וריח האט געשריבן:רבי יהוסף איז שוין היינט די אייגענטימער פון א נייע רעסטוראנט אין הארץ פון מאה-שערים מיטן נאמען "סעודתא". געשמאקע היימישע מאכלים אויפן אמעריקאנע שטייגער.

יא יא!! גאר געשמאק, בארימט אין ירושלים ווען מ'קומט אהין, ער דעליווערט דיר דאס עסן גרייט,מיטן היימישן אמעריקאנעם טעם.