בלאט 1 פון 6

קומזיץ אויף די האדסאן תשס"ט

געשריבן: מיטוואך יוני 24, 2009 12:56 pm
דורך יא יא
פירסט ריליס


טים פראדוקשען'ס ארבעטן יעצט אויף א קומזיץ אן די האדסאן, איך וועל שרייבן מער דעטאלן אזוי ווי עס ווערט אוועילעבל.

ליינט דא איבער די פאריעריגע קומזיץ

געשריבן: מאנטאג יוני 29, 2009 11:22 am
דורך יא יא
עס איז שוין קאנפירמד אז די קומזיץ וועט פארקומען דעם קומענדיגן דינסטאג פרשת פינחס למספרם יולי 7. שפעטער אין טאג וועלן ארויסקומען אלע דעטאלן איבער די קומזיץ. בלייבט מיט ק.נ.א פאר אלע אפדעיטס.

געשריבן: מאנטאג יוני 29, 2009 11:49 am
דורך ברייטליך
געהערט פון איינעם וואס האט גערעדט צום אנפירער גרשי מאשקאוויטש, ס'וועט זיין טויסיג, וורדיגר, און א זינגער וואס TEAM פראדוקשען ארבעט יעצט אויף זיין טעיפ. OK איך קען מיך זישט איינהאלטן, יואלי פאלקאוויטש.

אויך א מעדשישען

און אויך א מיוזישען-דובי טעסלער

יואלי בראך-סעקסעפאן

זושא גלויבער-געטאר

געשריבן: מאנטאג יוני 29, 2009 11:50 am
דורך יא יא
טויסיג, און ווערדיגער זענען שוין געוועהן לעצטע יאר אויף די קומזיץ, לויט ווי עס זעהט אויס וועט 'יהודה גרין' אויך זיין אויפן קומזיץ.

געשריבן: מאנטאג יוני 29, 2009 12:05 pm
דורך ברייטליך
יאפ גערעכט, איך האב בטעות אויסגעלאזט יודא גרין.

געשריבן: מאנטאג יוני 29, 2009 12:37 pm
דורך יא יא
די אפיציעלע אדווערטייזמענט, און די אפדעיטעד וועבסייט דארף זיין פארטיג שפעטער היינט.

געשריבן: מאנטאג יוני 29, 2009 4:25 pm
דורך יא יא
ווי עס זעהט אויס וועט אויך זינגען דארט שרגא געשטעטנער (א נייע זינגער און קאמפאוזער). אזוי אויך אונזער מיכאל.
דא קענט איר זעהן מער דיטעילס, אדער קויפן טיקעטס

געשריבן: מאנטאג יוני 29, 2009 4:53 pm
דורך join us
יא יא האט געשריבן:ווי עס זעהט אויס וועט אויך זינגען דארט שרגא געשטעטנער (א נייע זינגער און קאמפאוזער). אזוי אויך אונזער מיכאל.
דא קענט איר זעהן מער דיטעילס, אדער קויפן טיקעטס


די וועב סייט ברויך א תיקון קוים ער עפענט זיך ווערט ער סטאק

יא יא זעה מען זאל דאס פאררעכטן ASAP איך קען דאך נישט קויפן אזוי א טיקעט

געשריבן: מאנטאג יוני 29, 2009 5:02 pm
דורך צייטליך
די לינק צו קויפן טיקעט'ס אויף "דזשואיש טיקעטס" ארבייט נישט.

ביטע פארעכטן.

געשריבן: מאנטאג יוני 29, 2009 5:09 pm
דורך יא יא
מען קען אויך באשטעלן אויף די טעלעפאון אויף 718-301-9049

----

פארראכטן די נאמבער. הק' מאשקע.

געשריבן: מאנטאג יוני 29, 2009 5:17 pm
דורך צייטליך
יישר כח יא יא. מיין פלאץ איז שוין רעזארווירט.

פאר די פרייז פון $115 וועלן מיר אי"ה מיטהאלטן א גייסטרייכן אווענט. אן אווענט מיט די שענסטע זינגער און קאמפעזיטער, שיינע בעלי מנגנים און מוזיק שפילער.

אויך וועלן מיר אי"ה האבן פאר די געלט א גאר ברייטן נאכטמאל.

(יא יא, וועסט מיר זיי מוחל אוועקלייגן אביסל פון די געבראטענע לעבער און געדינסטע צוויבל, איך האף אז דאס יאר וועט זיין גענוג)

געשריבן: מאנטאג יוני 29, 2009 5:31 pm
דורך וויכטיג מאכער
צייטליך, ווייסעך שוין אז ק.נ.א. גייט האבן פול קאווערידזש פון די אווענט..

געשריבן: מאנטאג יוני 29, 2009 8:53 pm
דורך חידוש נפלא
צייטלעך איך קען בארגען דיין פארקנייטשטע פנים אהינצוגיין אנע בושה?

געשריבן: מאנטאג יוני 29, 2009 8:59 pm
דורך יא יא
חידוש נפלא האט געשריבן:צייטלעך איך קען בארגען דיין פארקנייטשטע פנים אהינצוגיין אנע בושה?

עס איז נישטא פאר וועמען זיך צו שעמען, לעצטע יאר זענען דארט געוועהן פיל מיט היימישע אינגעלייט. עס איז זייער א היימישע אטמעספערע.

געשריבן: מאנטאג יוני 29, 2009 10:19 pm
דורך יא יא
טעות לעולם חוזר:
די נומר צו באשטעלן טיקעטס אויף די פאון איז:
718-301-9049

געשריבן: מאנטאג יוני 29, 2009 10:37 pm
דורך גרויזאמער
אויב זאגט מען מיר צו אז מען גייט נישט פאבליצירן בילדער פון פריוואטע מענטשן, אזויווי מען האט געטון פאראיאר, וועל איך מתפלל זיין אז איך זאל ווילן גיין.

געשריבן: מאנטאג יוני 29, 2009 10:56 pm
דורך jewish_audio
נישט קענענדיג צוקוקען ווי דער עולם פלאגט זיך אזוי מיט די צובראכענע לינקס אין גע'דעמעדזש'טע פאון נומבערס
האב איך באשלאסן אריבער צוברענגען די פאוסטער....וואס איז ביי די וועי 95% פונעם וועבסייט דארט.......דא אויף אייוועלט!!
עס איז היפש א שווערע גרויסע פאוסטער אין עס קאסט שווערע כוחות אריבערציברענגען.....אבער וואס טוט מען נישט פאר יודנ'ס וועגן.........

געשריבן: מאנטאג יוני 29, 2009 11:11 pm
דורך פלאפי יוד
צייטליך האט געשריבן:יישר כח יא יא. מיין פלאץ איז שוין רעזארווירט.


צייטליך יוי, יא יא האט דאך קודם נישט געהאט די גוטע נומבער, סא וויאזוי האסטו דיך רעזערווירט? איך האב מורא אז דו האסט דיך רעזערווירט אויף א צווייט שיפל..ווער ווייסט ווי מ'וועט דיך אוועקשיפל'ן....אוי געב אכטונג....זעה 'צייטליך' קער צונעמען דערפון ...

געשריבן: מאנטאג יוני 29, 2009 11:13 pm
דורך jewish_audio
אוי געוואלד.... די שונאים האבן זיך אריינגעמישט אין נישט געלאזט אריבערברענגן די פאוסטער
סאו איבערציבעטן דעם עולם וועל איך ברענגען אפאר שיינע פיקטשערס פון די פאריעריגע האדעסאן אן די קומזיץ

דעי יאר נעמען זיי נישט בערי וועבער (ער איז לכאורה צי ביזי טיילן AUTOGRAPHS)
אבער זיי האבן גאנץ א שיינע צאל גוטע זינגערס סאו כ'בין נישט דערשראקן

געשריבן: מאנטאג יוני 29, 2009 11:29 pm
דורך ברייטליך
און פוקטשער נו. 2 זעהט מען יואלי פאלקאוויטש

און פיקטשער נו. 5 זעהט מען חנניא גולדנבערג. די רוקן ביין פון TEAM PRODUCTION

געשריבן: דינסטאג יוני 30, 2009 12:38 am
דורך צום זאך
סתם פאר נייגעריקייט (כאילו ס'אינטרעסירט מיר נישט..),
וואס איז די רוט פון די שיף? פון ווי פארט עס ארויס? ווי אהין ציט ער? ווי לאנג נעמט די גאנצע מעשה?
(און אויב איך מעג פרעגן, פארוואס פונקט ערב שיווע אסור בעטאמעס?? וואלט נישט געווען געשמאקער נאך תשעה באב??)

געשריבן: דינסטאג יוני 30, 2009 12:45 am
דורך וויכטיג מאכער
ברעקינג: ק.נ.א. האט באקומען א רוף פון איינע פון די אנפורערס פון די "קומזיץ אויפן האדסאן", אז זיי גייען צושטעלן צוויי טיקעטס פאר ק.נ.א. צו קענען קאווערן לייוו די אווענט..

סטעי טונד..

געשריבן: מיטוואך יולי 01, 2009 12:06 am
דורך קרעמער
אלס מייסד קומט זיך מיר נישט קיין טיקעט ???

און - האו אבאוט - אויב איך ברענג מיט די פידעלע?

געשריבן: מיטוואך יולי 01, 2009 9:46 am
דורך סתם_אזוי
זוכסט זיך כבוד אלס מייסד?

געשריבן: מיטוואך יולי 01, 2009 4:09 pm
דורך יא יא
מען קען שוין קויפן טיקעטס אנליין מיט א קרעדיט קארד דורך קליקן דא