בלאט 1 פון 3

"אמת" - ניגוני ר' אברהם שלמה מיללער

געשריבן: דינסטאג יוני 23, 2009 9:12 am
דורך לעניית דעתי
אין בערך א וואך פון יעצט.

Poster.jpg


CDCover.jpg


CDTrayCard.jpg

געשריבן: דינסטאג יוני 23, 2009 9:18 am
דורך מאשקע
העי, ס'גייט נישט אזוי. זאג'שע ביטע, ווער איז דער ר' אברה שלמה מיללער? דערצייל אביסל.

געשריבן: דינסטאג יוני 23, 2009 9:38 am
דורך לעניית דעתי
א באבובער יונגער מאן פון מאנסי.

זון פון החזן ר' אהרון מיללער.

ברודער פון החזן בן ציון מיללער.

זיין פריערדיגע סי די קען מען זעהן דא:

http://www.mostlymusic.com/baruchhashem-p-3000.html

געשריבן: דינסטאג יוני 23, 2009 9:45 am
דורך מאשקע
אה, א זון פון אהרן מיללער ובניו. כ'גלייך זייער יענעם סידי. אויב זינגט ער אזוי גוט ווי דער טאטע און ברודער, וועט מען עס מוזן קויפן.

יישר כח פאר די אינפאו.

געשריבן: דינסטאג יוני 23, 2009 10:03 am
דורך יא יא
ער דאווענט פארן עמוד ימים טובים אין באבוב אסאך, ער האט קאמפאוזט הערליכע ניגונים, און זינגט הערליך.

געשריבן: דינסטאג יוני 23, 2009 10:03 am
דורך יא יא
לעניית, ווער זינגט אלץ אויף דעם אלבום?

געשריבן: דינסטאג יוני 23, 2009 10:23 am
דורך GEstudios
קען איינער שרייבן עפעס כוויל זעהן צו דער subscribing ארבעט.

געשריבן: דינסטאג יוני 23, 2009 10:25 am
דורך מאשקע
שלום עליכם. טעסט.

געשריבן: דינסטאג יוני 23, 2009 10:54 am
דורך GEstudios
כוועל דארפ'ן איבער נעמן לעניית דעתי ביז מ' פיקסט דארט דעם עי מעהל פראבלעים.

ס'ארבעט נישט דא אויך נישט אבער דא קען מען כאטש שרייבן.

לעניית האט געסיינט אהט און קען נישט סיינען אין - דער פורעם נעמט נישט אן דעם פאסווארד און דער עי מעיל סיסטעם איז צובראכן דער ווייל סא מ' קען נישט מאכן אפילו א נייעם פאס.


-------- לענין:

געשריבן: דינסטאג יוני 23, 2009 10:55 am
דורך GEstudios
מאשקע האט געשריבן:אה, א זון פון אהרן מיללער ובניו. כ'גלייך זייער יענעם סידי. אויב זינגט ער אזוי גוט ווי דער טאטע און ברודער, וועט מען עס מוזן קויפן.

יישר כח פאר די אינפאו.


ער זינגט נישט אויף דעם סי די.

געשריבן: דינסטאג יוני 23, 2009 11:03 am
דורך GEstudios
יא יא האט געשריבן:לעניית, ווער זינגט אלץ אויף דעם אלבום?


עס זינגען דריי אינגעלייט סולו אבער דאס איז נישט די גדולה און די פינטל פון דעם סי די.

עס איז בעיקר געזינגען דורך א מענער קווייער און מיט קינדער סולוס.

כ'האב דאס געוואלט שוין אמאל ארויסברענגען דעם ענין.

ס'איז געווארן היינט (נישט ממש היינט) אז עס זענען דא שיינע זינגערס גייען זיי און זיכען צו מאכן א טעיפ ער זאל האבן עפעס צו זינגען. ער גייט זיכען ניגונים און קויפט עס אן.

אנדערש איז אבער ווען ס' דא איינער וואס האט געמאכט זיינער אייגענע נוגונים דארף מען דאס פשוט אפ זינגען שיין נישט קיין חילוק ווער. און פארטיג. זיכער איז גוט אויב וועט עס זינגען א גאר גוטע זינגער - אבער דאס איז נישט די ציל.

כ'ווייס כגיי יעצט כאפן פון אלע זייטן כ'לויף שוין ארויס.... :mrgreen:

געשריבן: דינסטאג יוני 23, 2009 11:11 am
דורך מאשקע
ניין ניין לויף נישט. בלייב דא. איך האב זייער גוט פארשטאנען דיין פינטל.

געשריבן: דינסטאג יוני 23, 2009 11:14 am
דורך צייטליך
נע נע... האללאו, קום נאר צוריק א מינוט. ווי לויפסטע דארט ?

כאפסט נישט גארנישט. האניש מורא.

האסט גראדע א שטארקע פונקט. איך גלייך ענדערש צו הערן א שיינער פילהאמונישער קווייער זינגען א שיינער ניגון ווי הערן א שיינער זינגער זינגען א פשוטער געקויפטער ניגון (ביים שווארצן פאסטוך..)

אבער די גייסט נישט איבערמאכן די וועלט, ניטאמאל איי וועלט..

געשריבן: דינסטאג יוני 23, 2009 11:30 am
דורך קרעמער
איז שוין היינט א נארמאלע זאך ארויפצושרייבן אויף א קאסעטע "לעילוי נשמת"? אדער איז דאס טאקע א חידוש ביי דעם קאסעטע.

געשריבן: דינסטאג יוני 23, 2009 11:31 am
דורך יא יא
העי, און פאר די וואס האבן יא געווענליך ליב צו הערן איין זינגער אויף אן אלבום אמאל איז גוט א טויש אויך. עניוועי ווער זענען די דריי זינגער?

געשריבן: דינסטאג יוני 23, 2009 11:35 am
דורך יא יא
קרעמער האט געשריבן:איז שוין היינט א נארמאלע זאך ארויפצושרייבן אויף א קאסעטע "לעילוי נשמת"? אדער איז דאס טאקע א חידוש ביי דעם קאסעטע.

איך האבעס נאך קיינמאל נישט געזעהן, אבער היינט ווען רוב אלבום'ס וואס קומען ארויס צאלן זיך בכלל נישט אויס, אדער קוים, און איינער געבט ארויס א שיינע חסיד'ישע אלבום און די עולם האט הנאה דערפון נו זאל שוין זיין לעי"נ, נישט אזוי?

געשריבן: דינסטאג יוני 23, 2009 11:47 am
דורך GEstudios
יא יא האט געשריבן:העי, און פאר די וואס האבן יא געווענליך ליב צו הערן איין זינגער אויף אן אלבום אמאל איז גוט א טויש אויך. עניוועי ווער זענען די דריי זינגער?


יששכר גוטמאן - (נישט קיין סאך)

בן ציון אבספעלד

אלימלך גראגסינסקי

----------

פון די דרייצען ניגונים - אלע האבן קינדער סולוס - און נאר 7 האבן מענר סולוס.

"ס'איז נישט די היילייט פון דעם סי די"

געשריבן: דינסטאג יוני 23, 2009 11:53 am
דורך GEstudios
די קוואלעטי פון די מוזיק איז א שטייגער ווי "הייליגע שבת" און מער.

4 ניגונים האבן מער לייוו כלים ווי די אנדערע....

יעדע ניגון האט זיין אייגינע חן.

הנני מוכן איז א לאנגע ניגון אויף דעם גאנצן שטיקל אזוי אויך לכה דודי.

ס'איז דא אבער א סאפרייז אויף דעם סי די וואס קיינער האט נאך נישט זיך געווארגט.

מ' וועט זעהן וואס דער אפקלאנג איז - כ'גרייט מיך שוין אן א פאנצער דא - נישט אז ס'איז מיין רעיון געוועהן - ....ווי איז נאר דעם hide out דא, ס'וועט זיך צוניץ קומען :mrgreen:

געשריבן: דינסטאג יוני 23, 2009 11:55 am
דורך ווארום
א פריוויו פליז.

געשריבן: דינסטאג יוני 23, 2009 11:56 am
דורך GEstudios
אה כ'האב פארגעסן נאך א זאך. דער סי די הייבט זיך אן מיט א שטאטע ניגון - נישט וויכטיג יעצט פארוואס. :smile:

אויב ארט עס איינעם - קען ער גיין גראד צום צווייטן ניגון דערנאך צום ערשטן. :mrgreen:

געשריבן: דינסטאג יוני 23, 2009 11:58 am
דורך מאשקע
אקעי, איך וועל מוזן מאכן shuffle אויפ'ן סידי פלעיער...

געשריבן: דינסטאג יוני 23, 2009 12:02 pm
דורך קרעמער
א נארישע פראגע:

איז דאס אויפן חזנ'ישן שטייגער (לויט ווי איך ווייס אז ר' בנציון מיללער א חזן), אדער געווענליכע ניגונים.

געשריבן: דינסטאג יוני 23, 2009 12:13 pm
דורך GEstudios
נארמאלע ניגונים - נישט קיין חזנות. בן ציון מיללער האט געדארפט דא זינגן אבער מ' האט זיך דערמאנט צו שפעהט און די טעהנער זענען נישט גוט געוועהן פאר עם. א שאד.

געשריבן: דינסטאג יוני 23, 2009 12:24 pm
דורך prowed jew
wellcome GE, come in, wash your hands, and blass god, :mrgreen: l

געשריבן: דינסטאג יוני 23, 2009 12:26 pm
דורך ווארום
Proud *Bless*
_____
צו די טעיפ איז שיין ווייס איך נישט, אבער די דעקל זעהט מען אז סאיז א גאלדמאן דשזאב! א Masterpiece!