גור ריקודים 17 טרעקס (?)

ניגונים און זינגערס

אחראי: אחראי

נאטרוליסט
שר האלף
תגובות: 1314
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 06, 2007 2:40 pm

גור ריקודים 17 טרעקס (?)

תגובהדורך נאטרוליסט » דאנארשטאג יוני 18, 2009 4:09 pm

איך פארמאג א גרויסן אוצר פון גור'ער ניגונים. בערך 1500 גור'ער ניגונים, לויט די יארן.

איינע פון די אלבומס איז גורער ריקודים, נישט די טערליכע ימים נוראים אדער חגים.

די סי די האט נאר ריקודים מיט א פול ארקעסטרא, איך כ'וואלט וויסן ווער ס'קען מיר העלפן דערגיין וויאזוי הייסן די ניגונים.

איך שטעל ארויף איין סעמפל פון די ערשטע ניגון.
(ס'איז א עפל פארמאט, M4A אדער (AAC).

גער ריקוד 1

יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9196
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

תגובהדורך יהיה כן » דאנארשטאג יוני 18, 2009 4:14 pm

איך האב געקויפט די גור'ע קאלעקציע ביי מאסטלי מוזיק פאר 40 דאלאר דריי סידיס, עס קומט מיט א ביכל יעדער ניגון פון וועמענ עס איז און אויפ וואס עס ווערט געזינגען, לדאבוני קען איך ניששט געפונען איצט דעם ביכל

נאטרוליסט
שר האלף
תגובות: 1314
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 06, 2007 2:40 pm

תגובהדורך נאטרוליסט » דאנארשטאג יוני 18, 2009 4:29 pm

אדאנק אייך יהיה כן.
וויפיל ניגונים איז דא דערויף?

יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9196
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

תגובהדורך יהיה כן » דאנארשטאג יוני 18, 2009 4:48 pm

עס האט אלע ניגוני גור פון שנת תשט"ו ביז תשס"ז און אפאר פון פריער, צוטיילט לויט די יארן אין 99 פאלדערס (כמעט יעדעס יאר האט אויף ימים נוראים א פאלדער, און אויף שבועות, און עטליכע טאנץ ניגונים, חתונה ניגונים)

אוועטאר
jewish_audio
שר מאה
תגובות: 216
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 14, 2009 12:00 am

תגובהדורך jewish_audio » דאנארשטאג יוני 18, 2009 7:25 pm

רוב שיינע לעבעדיגע ניגונים אן ווערטער שטאמען פון גער
כ'האב איין בעיוטעפול טעיפ (אויף מיין אייפאד שטייטצעך) עס האט בערך 20 הערליכע לעבעדיגע ניגונים אין די מוזיק איז סטאנינג ממש מעשיגע צו ווערן אררענדזשד ביי מונה

ס'הייסט ''גערע טאנץ ניגונים''
די מפ3 האב איך נאכנישט געהערט אבער כ'מיין איך האב דעם דעקל
איז עס דאס?
צוגעלייגטע
Ger_1100-Niggunim.jpg
Ger_1100-Niggunim.jpg (25.78 KiB) געזעהן 1938 מאל

יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9196
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

תגובהדורך יהיה כן » פרייטאג יוני 19, 2009 12:09 am

כ'געדענק נישט אז דאס זאל זיין די דעקל, אבער ס'זעהט אויס ווי דאס איז עס, רוב דערפון זענען פון דעם וועלט בארימטן מלחין (וואס זייער אסאך ניגונים וואס דרייען זיך אין גאס זענען זיינע סחורה), הה"ח ר' יעקב תלמוד ע"ה, די לעצטערע זענען פון גולדקנופף, און אירנשטיין, המלחינים לבית גור כהיום

נאטרוליסט
שר האלף
תגובות: 1314
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 06, 2007 2:40 pm

תגובהדורך נאטרוליסט » מאנטאג יוני 22, 2009 5:03 pm

ווער עס זוכט עס.
Ger Tantz.jpg
Ger Tantz.jpg (5.68 KiB) געזעהן 1829 מאל


http://www.mostlymusic.com/gerrerdancesongs-p-2930.html


צוריק צו “היכל הנגינה”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: לעגאו מענטשעלע, שירה פען און 16 געסט