אוהד מאשקאוויטש – המוזיקה שלי MY MUSIC

ניגונים און זינגערס

אחראי: אחראי

אוועטאר
jewish_audio
שר מאה
תגובות: 216
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 14, 2009 12:00 am

אוהד מאשקאוויטש – המוזיקה שלי MY MUSIC

תגובהדורך jewish_audio » זונטאג יוני 14, 2009 3:15 pm

ברוכים הבאים.....
כעל אנהייבן מיט א תורה... ס'שטייט דעי וואך אין די סדרה וה??... יו נאו וואט....נעווער מיינד
לאמיר סקיפן די תורה יעצט (כעל ווייזן גאונות א צווייטס מאל) אין צוגיין גראד צום ענין...
כ'האב גערעדט צו אוהד מאשקאוויטש... (כ'מיין געטעקסט טו בּי קאררעקט) אפאר וואכן צוריק און ער האט מיר געזאגט בסודי סודות אז ער ארבעט יעצט אויף א נייעם פראדזשעקט ער האט מיר אבער בשום אופן נישט געוואלט געבן מער דיטעילס .. די איינציגסטע זאך וואס ער מיר געזאגט איז אז ס'לוינט זיך צו ווארטן... ווען כהאב געבעטן פאר מער האט ער צוריקגעטעקסט have savlanet די איבריגע פון זיין צובראכענע ענגליש האב איך שווער פארשטאנען.. עניוועי... נחזור לענינינו.. האב איך אפגעמאכט ביי מיר כ'וועל מוזן דערגיין וואס ס'קאכט זיך דארט הך קאווע נאך א פאר וואכן פין נישטערן אין איבערדרייען וועלטן בין איך געוואר געווארן אז ער ארבעט יעצט אויף א נייעם אלבוים... ויקרא שמו בישראל ''המוזיקה שלי'' MY MUSIC און איך האב דערווישט אז עס איז שוין כמעט פערטיג אין עס גייט גיין צום דריק.. כ'מיין מ'וועט עס אנהייבן צו דיסטריביוטן דזשוליי דעם ערשטן... מיטוואך חקת-בלק אי''ה.. דעיס איז גוטע נייעס פאר אנשי שלומינו אין ארץ ישראל... איך מיין אז אונז אין אמעריקא וועלן מוזן ווארטן דערויף אויף נאך תשעה באב משיח זאל אוודאי פריער דא זיין
וואסערע ניגונים אין ווער ס'אררענדזשט דעם אלבוים בין איך דערווייל נאכנישט דערגאנגען.. סאן אויב ווייסט איר עפעס מער ביטע זייט מזכה דעם עולם....
NA.gif
here is proof.....
NA.gif (29.38 KiB) געזעהן 3693 מאל
צוגעלייגטע
NA.gif
NA.gif (29.38 KiB) געזעהן 3718 מאל

אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרים אלפים
תגובות: 21906
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

תגובהדורך וויכטיג מאכער » זונטאג יוני 14, 2009 3:22 pm

אוי מיי גאד.. איך זוך א דזשאב.. איך האב שוין נישט וואס צו מעלדן..

זייער שיין.. איך ווייס נישט קיין דיטעילס, אבער איך וויל דיר נאר זאגן אז איך האב הנאה געהאט..

טענקס.. וויכי..
הכונו ל'מעמד אדיר איום אסיפת ה''ניקס'' לטוהר המחנה!!!

יא יא
שר חמש מאות
תגובות: 718
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 31, 2008 11:35 am
לאקאציע: אין ניו יארק

תגובהדורך יא יא » זונטאג יוני 14, 2009 3:36 pm

ברוך הבא הרב אודיא, מיטהאלטענדיג אביסל מיט דיינע אפדעיטס אויף יופאק און טוויטער קען איך נישט מער ווי זאגן פאר די עולם אז אונז האמיר דא Jewish_Audio זעמיר געקאווערט.
דו ווייסט דאך אזוי סאך, און דאס וועט העלפן נאכמער אויפבויען די היכל הנגיניה, וועלקאם האום ענד קיפ אן אפדעיטינג אס. ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p-
עס איז מיר איינגעפאלן א גוטע חתימה אינמיטן די נאכט, אבער כאבעס פארגעסן.
מיין טאטע זז"ג וואלט געזאגט "אז ס'פאלט איין איז א חורבן"

אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12466
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.

תגובהדורך צייטליך » זונטאג יוני 14, 2009 5:08 pm

שלום עליכם רב אידישע אודיאו. מיר קענען אייער ניק פון אנדערע פלעצער, פילייכט פון יופאק. וועלקאם טו דע קלאב.

אהוד? ער איז דאך א הערליכער זינגער. איך האב שטארק הנאה געהאט פון זיינע פריערדיגע אלבום'ס, איך האף אז דא וועט זיין דאס זעלביגע.

אבער צו וואס היינט זארגן? מארגן איז נאך טאג, כפי מאמר החכם (אהוד)..

Stop stop! dont think about it bcs tomorow is another day...
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.

אוועטאר
jewish_audio
שר מאה
תגובות: 216
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 14, 2009 12:00 am

תגובהדורך jewish_audio » זונטאג יוני 14, 2009 8:29 pm

איך וואלט ווען זייער געוואלט ארויפלייגן א לינק צו הערן פאר פרי די סינגלס פון אוהד אבער אזוי ווי איך האב נישט קיין אנונג וויאזוי מ'טוט דאס וועל איך עס מוזן אוועקלייגן אויף א צווייטן געלעגנהייט.... מ'סארי ...


סאו אויף דערווייל דערשטיקט אייך... כ'מיין דערקוויקט אייך מיט די שיינע בילדער
צוגעלייגטע
P3.gif
P3.gif (9.86 KiB) געזעהן 3466 מאל
P2.gif
סתם שיינע בילדער פון אוהד וואס כ'האב אין מיין לייבערי
P2.gif (10.77 KiB) געזעהן 3465 מאל
DD04.gif
די מורא'דיג עמאשינעל סינגל וואס אוהד זינגט לע''נ די קדושים אין אינדיע
DD04.gif (18.75 KiB) געזעהן 3466 מאל
DD03.gif
די סינגל וואס אוהד זינגט צוזאמען מיט קינדערלאך
DD03.gif (11.75 KiB) געזעהן 3465 מאל
DD02.gif
אוהד'ס צווייטן טעיפ
DD02.gif (16.4 KiB) געזעהן 3464 מאל
DD01.gif
אוהד'ס ערשטן טעיפ
DD01.gif (18.63 KiB) געזעהן 3464 מאל

אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרים אלפים
תגובות: 21906
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

תגובהדורך וויכטיג מאכער » זונטאג יוני 14, 2009 8:49 pm

ראביי יודיש אודיאו, שיק עס פאר טריאו.. ער וועט דיר וויזן וויזוי..
הכונו ל'מעמד אדיר איום אסיפת ה''ניקס'' לטוהר המחנה!!!

אוועטאר
לעניית דעתי
שר האלף
תגובות: 1486
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 20, 2009 1:08 pm

תגובהדורך לעניית דעתי » זונטאג יוני 14, 2009 9:22 pm

פארוואס שטייט נישט ווער עס האט עס ארענדשד? מ' שעהמט זיך מיט עפעס? אדער צו פיל נעמען אויסצורעכענען?

אוועטאר
jewish_audio
שר מאה
תגובות: 216
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 14, 2009 12:00 am

תגובהדורך jewish_audio » זונטאג יוני 14, 2009 9:41 pm

No one is ashamed of anything it's just thatthis pic is from the cd but on the cover ( jacket) they write who arranged it

אוועטאר
לעניית דעתי
שר האלף
תגובות: 1486
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 20, 2009 1:08 pm

תגובהדורך לעניית דעתי » זונטאג יוני 14, 2009 9:55 pm

The first pic doesn't look looka CD to me.

1x1
שר האלפיים
תגובות: 2825
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 27, 2009 6:15 pm

תגובהדורך 1x1 » מאנטאג יוני 15, 2009 11:43 am

btw on shlomy taussig's cd also doesn't says who is the arranger
http://www.teoria.com/ Music Theory

אוועטאר
jewish_audio
שר מאה
תגובות: 216
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 14, 2009 12:00 am

תגובהדורך jewish_audio » מאנטאג יוני 15, 2009 11:10 pm

לעניית קנייטש דיך איין אין לייען די פיצי קידוש לבנה אותיות אונטער יעדן פיקטשער.... איך בין זיכער אלעס וועטער פארענטפערט ווערן... אויב נישט דאן.....

ברייטליך
שר חמישים
תגובות: 98
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 05, 2009 7:39 pm

תגובהדורך ברייטליך » מאנטאג יוני 15, 2009 11:51 pm

זיין ערשטע CD איז געוועהן זייער פיין. הערליך שיין, און ער האט באמת א שיינע שטארקע שטימע און ווייניג קענען ארויפציען ווי אים (חוץ די וואס שרייען...) אבער זיין 2'טע CD איז געוועהן פחדים נוראים. זייער ווילדע צודרייטע מיוזיק, זייער איזראעלי סטייל.

סא אויב די CD איז אויך איזראעלי סטייל, זאג אים אז ער זאל זיך נישט יאגן עס צו דיסטריביוטן דא, מיר וועלן אויסהאלטן....
ווי זאגט דער פסוק...על טעיפ וניגון...טאר מען זיך נישט קריגען...

אוועטאר
jewish_audio
שר מאה
תגובות: 216
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 14, 2009 12:00 am

תגובהדורך jewish_audio » מיטוואך יוני 24, 2009 11:10 am

ברייטליך זיימיר נישט אזא צדיק... ביסטו פון דעי חברה וואס גייען ארום צו די חתונות בעטן דעם שפילער צו מאן שטילער די ספיקערס אין הער אויף מיט די טריפה'נע ניגונים ווייל ''איך צוברעך דיר דעם קיבאורד''?..........
כ'מיין ארויסצוברענגן אז עס איז דא 2-3 ווילדע ניגונים מיינט נאכנישט אז דער טעיפ איז בטול כעפרא ד'ארעא
עס איז פשוט נישט לויט דיין געשמאק דעטס אלל
און ביי די וועי כ'האב געהערט פון אסאך מענטשען...... מוזיק פארשטייערס.... אז די צווייטע איז סאך סאך בעסער......

אוועטאר
סתם_אזוי
שר ששת אלפים
תגובות: 6112
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 24, 2008 4:13 pm

תגובהדורך סתם_אזוי » מיטוואך יוני 24, 2009 4:19 pm

יודיש. לויט וואו איך פארשטיי רעדט נישט ברייטליך פון גרויס צדקות. איך האב אויך ליב לעבעדיגע (ליין: ווילד, נישט אויסגעהאלטענע וכו') נגינים. ווען עס קומט אבער אריין די איזרעילישע טעיסט, גרוילט מיר עס ממש ביזן ברעכן. איך קען ממש נישט דערליידן איזרעילישע מוזיק.

דיסקלעימער: איך האב נאך קיינמאל נישט געהערט די טעיפ פון וואס זיי רעדן. איך רעדט בכלליות פון איזרעילישע טעיפס.
איך האב עס געזאגט.... סתם אזוי. איך האב עס געפרעגט.... סתם אזוי.

אוועטאר
jewish_audio
שר מאה
תגובות: 216
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 14, 2009 12:00 am

תגובהדורך jewish_audio » מיטוואך יוני 24, 2009 7:29 pm

גראדע האלט איך זייער פין איזראעלישע מוזיק.... עס איז דא א געוואלד מיט גוטע זינגערס אין ארץ ישראל אין רוב דערפון האבן אויף זייערע טעיפס שיינע בעיוטיפול איזראעלי מוזיק....
כ'מיין נישט די צודרייטע מזרחיסטישע מוזיק.... דזשוסט נערמאלע לעבעדיגע....

ברייטליך
שר חמישים
תגובות: 98
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 05, 2009 7:39 pm

תגובהדורך ברייטליך » מיטוואך יוני 24, 2009 11:42 pm

jewish_audio האט געשריבן:ברייטליך זיימיר נישט אזא צדיק... ביסטו פון דעי חברה וואס גייען ארום צו די חתונות בעטן דעם שפילער צו מאן שטילער די ספיקערס אין הער אויף מיט די טריפה'נע ניגונים ווייל ''איך צוברעך דיר דעם קיבאורד''?..........
כ'מיין ארויסצוברענגן אז עס איז דא 2-3 ווילדע ניגונים מיינט נאכנישט אז דער טעיפ איז בטול כעפרא ד'ארעא
עס איז פשוט נישט לויט דיין געשמאק דעטס אלל
און ביי די וועי כ'האב געהערט פון אסאך מענטשען...... מוזיק פארשטייערס.... אז די צווייטע איז סאך סאך בעסער......


יודיש אודיא דו קענסט מיך נישט, איך בין ווייט פון א צדיק...

איך האב בלויז געשריבן וואס איך און אסאך אנדערע האלטן. און איך האב מיך נישט אפגערעדט אז ס'איז ווילד, איך האב מיך נאר אפגערעדט אז ס'איז צו איזראעלי.

און ביי די וועי, איך שרייב אויך די מיינונג פון איינער וואס איז א ריז און עולם הנגינה און ער האט אויך געארבעט אויף אוהד'ס טעיפ און ער איז געוועהן דעמאלטס היפש דיסעפאינטעד מיט די אויסוואהל פון ניגונים און מיוזיק.

און דאס וואס דו שרייבסט שפעטער אז דו האסט ליעב איזראעלי מיוזיק, געזונטערהייט. אבער וועסט טרעפן ווייניג אמעריקאנע וואס גלייכן איזראעלי סטייל, חוץ אויב ער איז אן איזראעלי געבוירענער אדער זיינע עלטערן זענען איזראעליס און דאס איז די מיוזיק וואס ער האט געהערט אינדערהיים. אדרבה מאך א VOTE דא אין קרעטשמע. איך גלייב אז ס'רוב עולם גלייכט עס נישט!

זיי געזונט איך האף צו האבן נאך וויכיחים מיט דיר געזינטערהייט!

צום ווידערזעהן............אסטא לאוויסטא.......
לעצט פאראכטן דורך ברייטליך אום מאנטאג יוני 29, 2009 5:04 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
ווי זאגט דער פסוק...על טעיפ וניגון...טאר מען זיך נישט קריגען...

אוועטאר
bailout
שר האלפיים
תגובות: 2208
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 25, 2008 10:27 am

תגובהדורך bailout » דאנארשטאג יוני 25, 2009 10:51 am

אה מייגוד נעס...... מאשקע קום מאך סדר דא.....

אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12565
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

תגובהדורך מאשקע » דאנארשטאג יוני 25, 2009 6:09 pm

איך קען מעקן, אבער איך וויל נישט. איך האף אז דאס וועט מער נישט פאסירן, וילמדו "טוענים" בינה. מ'מעג זיך טענה'ן, אבער מיט רעספעקט צו א צווייטנס מיינונג.
An article a day keeps the babies away

אוועטאר
jewish_audio
שר מאה
תגובות: 216
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 14, 2009 12:00 am

תגובהדורך jewish_audio » מיטוואך יולי 01, 2009 9:12 pm

אין אמת'ן וואלט די אלבוים געדארפט ארויסקומען היינט אין ארץ ישראל...
אבער ביז דערווייל איז נישט דא קיין לעבעדיג צייכן פון דעם טעיפ.. (ס'דאך א אידישע טעיפ.....)

לאמיר ווייטער בעטן.. אין האפן עס זאל זיין פארטיג גאר בקרוב......

תמים
שר חמישים ומאתים
תגובות: 313
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 24, 2009 10:41 pm

תגובהדורך תמים » מאנטאג אוגוסט 10, 2009 7:51 am

יעצט קומט אן די פריידיגע מעלדונג .אז מען קען שוין באלד ארויס נעמען די אלבום פון די רעפינק פעפערס .און בעזר השם וועט עס זיין צו באקומען דו סוף וואך און ארץ הקודש און אי"ה ביז א חודש וועט עס שוין דערגרייכן די אמעריקאנע באדן (גיי ווייס וועלכע פלייט ער נעמט)
מיר האפן בעזר צו באקומען ווי שנעלער אן ערשט האנטיגע באריכט פון די קראספעדאנטען פון ק.נ.א. ירושלים איבער די אויסצוגן פונעם טעפ

דא איז באגלייט די קאווער עס איז אביסעל געטוישט געווארן
צוגעלייגטע
22430773.jpg
22430773.jpg (10.55 KiB) געזעהן 2837 מאל

elmonsey
שר חמש מאות
תגובות: 877
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 24, 2008 12:55 am
לאקאציע: אויפן לבנה

תגובהדורך elmonsey » מאנטאג אוגוסט 10, 2009 9:11 am

לכאורה וועל איך עס אויך האבן די זעלבע טאג וואס עס קימט ארויס צי דא צי אין א"י

elmonsey
שר חמש מאות
תגובות: 877
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 24, 2008 12:55 am
לאקאציע: אויפן לבנה

תגובהדורך elmonsey » מאנטאג אוגוסט 10, 2009 9:46 am

איך האב ליב געהאט ביידע פין זיינע סידיס
אין לגבי די איראעלי מיוזיק האב איך באמערקט אז ממש יעדע זינגער האט לכה"פ איין איזראעלי סטייל ניגון.

איך וועל שרייבן די אלע וואס איך געדענק יעצט אויפן פלאץ...
שלוימי דקס האט גענעמען חיים ישראל אין געזינגען "יגדל"(עס איז געוועהן א היט אין א"י)
דוד גבאי אויף די צווייטע סידי די ניגון ימלוך.

מיאמי בויז אויף די סידי פין רווח האט גענימען "ונהיה"
שייע קעסין האט מיך געפרעגט צי איינער קען אים געבן א איראעלי סטייל ניגון

דוד גבאי זיכט יעצט(פאר 2 חדשים צוריק)א פרישע איזראעלי סטייל ניגון.

יידל מיין איך האט א זיינע פאר איזראעלי ניגונים.

mona lamm
שר מאה
תגובות: 132
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 12, 2009 8:31 am

תגובהדורך mona lamm » מאנטאג אוגוסט 10, 2009 2:14 pm

לעניית דעתי האט געשריבן:פארוואס שטייט נישט ווער עס האט עס ארענדשד? מ' שעהמט זיך מיט עפעס? אדער צו פיל נעמען אויסצורעכענען?


זעהט אויס זיי ליינען דא, און מ'האט מחליט געווען יא צושרייבן ווער ס'מאכט די מוזיק: גרשון פריישטאט'ס ארקעסטרא.

ווער איז דאס, פרעג מיך נישט, אפשר א פרישע סטאר, איינער ווייסט אפשר?

אוועטאר
jewish_audio
שר מאה
תגובות: 216
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 14, 2009 12:00 am

תגובהדורך jewish_audio » מאנטאג אוגוסט 10, 2009 3:29 pm

גרשון פריישטאט איז א באוואוסטע הערליכע בענד אין ארץ ישראל

אין תמים א דאנק פאר'ן מעלדן די נייעס
בד''וו מ'קען זעהן א קליפ ווי אויך א אודיא טרעק פון א נייע ניגון 'לכה דודי' -וואס ער זינגט אויפן נייעם טעיפ- אויף http://www.shlager.net
איך האב עס אויסגעהערט אין עס איז באמת א ווארימע שיינע ניגון...

יא יא
שר חמש מאות
תגובות: 718
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 31, 2008 11:35 am
לאקאציע: אין ניו יארק

תגובהדורך יא יא » מיטוואך אוגוסט 26, 2009 1:17 pm

דא קענט איר הערן אויסצוגן פון די נייע אלבום.
עס איז מיר איינגעפאלן א גוטע חתימה אינמיטן די נאכט, אבער כאבעס פארגעסן.
מיין טאטע זז"ג וואלט געזאגט "אז ס'פאלט איין איז א חורבן"


צוריק צו “היכל הנגינה”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: Google [Bot] און 4 געסט