ברוך הבא "לחיים מוזיק"...

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
וויכטיג מאכער
Site Admin
תגובות: 32412
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

ברוך הבא "לחיים מוזיק"...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויכטיג מאכער »

ברוכים הבאים בשם השם!

האלא... האלא... רוקטס ענק אין די זייט... לאץ אדערעך.. לאץ אדערעך..

בשם כל הקהל הקודש חברי הקרעטשמע ואייוועלט בכלל, און חברי היכל הנגינה בפרט, טוען מיר מיט גרויס פרייד אויפנעמען אצינד ביי אונז אין שטובל אונזער נייער חשוב'ער גאסט, וועלכער איז אהער געקומען אונז צו האלטן אפדעיטעט און איבער געבן דבר הסידיס איבער די אלע נייע אלבוים'ס, וועלכע באשיינען די שעלפס פון אונזערע געשעפטן...

ווי באקאנט איז שוין א לאנגע צייט וואס מיר זענען נהנה פון די געטרייע חברים וועלכע ברענגען די נייעס איבער דער אדער יענער סידי וואס איז ארויס געקומען, אבער אצינד וועלן מיר האבן דעם געהויבענעם גאסט

"לחיים מוזיק"
ביי אונז אין קרעמל, וואס וועט אונז מודיע זיין ביתר שאת וביתר עוז די פרטים פון יעדן נייעם טעיפ, און האפענטליך פריווא'ס, ווען מעגליך.. צו די צופרידנהייט פון חשוב'ן ציבור...

יהא בואו לברכה!!!

וויכטיג מאכער, עקטינג אחראי, בהיכל הנגינה, שע"י היימישע קרעטשמע.. בשם מאשקע, אחראי..
דו האסט לייף אינשורענס אויף דיר און דיין ווייב?

ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!
אוועטאר
שמערי בערי
מ. ראש הקהל
תגובות: 9165
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אפריל 28, 2008 4:40 pm
לאקאציע: באַזאָטלט אינעם ראשעקאָלישן אפיס....
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמערי בערי »

ייש"כ וויכי.. פאר די געוואלדיגע נייעס..

און ספעציעל פארן ארבעט.. פון אהער ברענגן ר' לחיים.. פון וועם מיר אלע וועלן הנאה האבן..

בד"וו.. די פינטלעך דא.. זעהן אויס די זעלבע ווי דיין חבר'ס.. וואס האט געשריבן די שפיטאל מעשה..
לעווי
שר האלף
תגובות: 1925
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 22, 2008 12:04 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לעווי »

ברוך הבא רך הנימול . . . . . . . . כ'מיין מ'סלאמי. . . . . . . מ'סארי, ברוך הבא לחיים מוזיק.

מיר האפן נהנה צו זיין פון אייך דאן בקרב מחנינו, ואף אנחנו עונים כדנגדיך.

וויכי, אמזל טוב צו די נייע פאסטן פון עקטינג אחראי . . . . .עולה לגדולה מוחלין לו כל . . . . . .
ארויף קריכט מען פאוואליע, אבער אראפ קוילערט מען זיך שנעל!
לחיים מוזיק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לחיים מוזיק »

שכח פאר די ווארעמע אויפנאמע איך וועל טרייען אי"ה צי אפדעטן די מערסטע און שנעלסטע וואס איז מעגליך
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

יישר כח אקטיאר (דאס קענסטו אויך?) פארן אהערשלעפן פרישע כוחות.
אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12505
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צייטליך »

לאמיר געבן א ברייטן שלום עליכם פאר אינזער נייער און חשובער גאסט "לחיים מוזיק".

איך ווייס נישט אויב דא איז דאס פלאץ, מעגליך אז עס וואלט זיך געפאדערט א עקסטערער אשכול באזונדער, - מאשקע וועט דאס אפפמאכן און אויב יא קען ער בעסער ווי מיר - איך האב נאר געוואלט שרייבן אביסל איבער די לעצטיגער אויסברייטערונג פון אונזער "היכל הנגינה".

ב"ה, מ'קען זאגן עס איז געווארן איינע פון דאס מערסטע אויפגעכאפסטע פלעצער ווי היימישע מענטשן קומען נאכקוקען און זיכן וועלכע נייע טעיפ'ס עס זענען ארויסגעקומען און בעיקר פאר די רייכע אפהאנדלונגן און שמועסן איבער טעיפ'ס און זינגער'ס וואס קומען דא פאר יעדן טאג באזינדער.

חוץ פון נייע טעיפ'ס ווערן דא באהאנדעלט אלטע ניגונים, עס ווערן אויסגעשמועסט היסטאריע פון ניגונים ומחבריהם אא"וו. וואס דאס גוט זייער אסאך צו צו אינזער היכל, ב"ה עס איז קאלירפול אין אלע הינזיכטן.

איך מיז ארויסברענגען א גרויסן דאנק פאר מיין פריינד "וויכטיג מאכער" וועלכער האט זיך אריינגעלייגט זינט ער איז אריינגעקומען אהער און געווארן אן אקטיווער מעמבער מפרסם צו זיין און פארשפרייטן און אויסברייטערען דעם דאזיגער היכל פון נגינה, און ב"ה עס איז געלונגען פול מער ווי געטראכט.

גאר לעצטענס זענען צוגעקומען נאך אסאך שרייבער, יעדער מיט זיין ידיעה און זיינע מענטשן וועם ער קען בעולם הנגינה וועלעכע זיי לאזן הערן און וויסן אלע איינצעלהייטן פארן עולם, א שטייגער ווי יא יא, לעניית דעתי וכדו' (איך זיך נישט אויסצורעכענען קיין נעמען, איך מאך נאר א משל)

יעדער מענטש האט הנאה פון א צווייטן זינגער אדער א צווייטן טעיפ און עס איז אינערסאנט יעדעם'ס נייעס, אשכול און באמערקונג.

וואס האט מיר געמאכט יעצט טראכטן און שרייבן דערוועגן איז מיט וויכי'ס לעצטערע שריט מיטן אריינברעגנען אהער דער מלך פון חסידישע מוזיק דיסטריביוטינג אין היינטיגער חסידישער וועלט הלוא הוא "לחיים"!!

יעדער וואס ווייסט פון נגינה צו זאגן האט שוין היינט צוטאג געהערט פון לחיים דיסטריביוטינג, וואס חוץ וואס זיי זענען היינט פון די גרעסטע חסידישע דיסטריביוטער'ס גיבן זיי אויך אליינס ארויס טעיפ'ס.

לחיים האט שוין היינט א סעריע פון טעיפ'ס וואס זיי האבן ארויסגעגעבן, אנגעהויבן האט זיך עס מיט די אידישע טעיפ'ס וואס ר' ירמי' דמן פלעגט זינגען און ר' יוסף משה כהנא (פאקטישער בעה"ב פון לחיים) פלעגט מאכן די גראמען.

זינט דאן איז ר' יוסף משה געווארן שטארק אריינגערייט בעולם הנגינה ווי ער איז היינט א הערליכער מוזיק ערענדזשער פאר אלע זיינע טעיפ'ס מיט וואס ער קומט ארויס, א שטייגער ווי די שבת'דיגע אוצרות עטליכע נומערען און נאך און נאך, אויף ספירה אסאך און איך גיי עס נישט דא אויסרעכענען ווייל איך ווייס נישט און איך געדענק נישט. (מיר האבן שוין היינט דא לחיים אליין, ער וועט מיך פארעכטן וואס איך האב נישט גוט געשריבן דא און מיר וועלן זיין באמת פרייליך אויב וועט ער ארויפלייגן דא א שטיקל באשרייבונג איבער די היסטאריע פון לחיים.)

נאכאמל, שלום עליכם "לחיים מוזיק" מיר ווארטן הנאה צו האבן פון אייך.

און יישר כח פאר אלע וואס העלפן דא ארויס אז מיר חברי ה'קרעטשמע זאלן הנאה האבן.

כעתירת וברכת.
יואלי צייטליך
ראש הקהל דהיימישע קרעטשמע

(איינער שרייט דארט, "יא, כאפ אריין די פאר וואכן ווילאנג די האסט נאך דעם טיטול"..)
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.
אוועטאר
וויכטיג מאכער
Site Admin
תגובות: 32412
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויכטיג מאכער »

צייטליך, איך האב מיך נישט געראכטן אויף אזא קאמפלימענט, אבער גלייב מיר, ס'שמעקט מיר היבש..

אבער וויסן זאלסטע, אז א גרויס חלק האט אין דעם ידידי (און היינט שוין אויך דיין ידיד,) ר' יוסף יצחק לאנגזאם, פון לחיים, וואס מיט זיין הילף, האמער אונז דא בע"ה געבראכן די נייעס פון אסאאך טעיפס, אויך איז ער געווען זייער בייהילפיג, מיטן אהערברענגען אונזער נייער חבר, 'לחיים מוזיק'..

אויך מיין איך, אז ס'דא זייער אסאאך ניקס דא, וואס געבן צו זייער אסאך, און אן זיי, וואלט די היכל הנגינה נישט אויסגעזעהן, וויזוי ס'קוקט היינט אויס.. אבער איך גיי נישט אויסרעכענען קיין נעמען, ווייל איך וויל קיינעם נישט אויסלאזן..

אבער.. איין נאמען, וואס איך וויל 'נקמה נעמען'.. מוז איך יא אויסרעכענען, און דאס איז אונזער אלעמען באקאנטן ראש הקהל, (יא יא!! דער עולם שרייט דא פאר נאך 6 חדשים!!) "צייטליך"... וואס ווי יעדער ווייסט, ווען א טעיפ ווערט געמאלדן אן צייטליך, האטעס נישט די זעלבע 'צייטליכ'ן' חן.. כמעט יעדע טעיפ, מיט אזא הומאריסטישען, אבער פראפעשענעל אנאליז, אזאש זיך צו באלעקן די פינגער... און ווער רעדט נאך פון אונזער לעצטן טעיפ "בדידי"... אזוי מייסטערהאפטיג אהערגעשטעלט, אז דאס האט געהאלטן געשפאנט גאנץ קרעטשמע בכלל, און היכל הנגינה בפרט, פאר א שיינע פאר טאג..

און ווי געזאגט, איך גיי נישט ווייטער אויסרעכענען קיינעם, אבער ענקער ארבעט איז געשעצט און טייער, ענקער שכר, איז אומ-אפ-שאצבאר...

צייטליך, טענק יו ווערי מאטש..

(יעצט גיימער זיך מוזן נעמען ארבעטן אויף די פאר טעיפס, וואס מחמת געוויסע טירדות, בין איך אך נישט אנגעקומען צו מעלדן...)
דו האסט לייף אינשורענס אויף דיר און דיין ווייב?

ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!
אוועטאר
לוסטיג
שר האלף
תגובות: 1138
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 23, 2008 1:56 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לוסטיג »

על הטוב ישכר ר' וויכטי בעל מחבר.. כ'מיין עקטעיר מחבר פון די הצלחה פון דער גאנצן היכל דא און ב"ה מקען זאגן אילו וויכטי לא היה שם לא היה מאכער.. די ווייסט אוואדע וואס איך מיין?! והנמשל מובן מחלב...

ס'דאך נישט פשוט אזא איבערגעגעבנקייט צו מעלדן א יעדע טעיפ נאך פאר יצירת הפלאפ, האלבע און גאנצע יארן פאר דעם שמיסט מען שוין אויס די תוכן הטעיפ, סאיז ממש ווי פרעה מיט די זיבן זין.(שטייצעך די זעטע..גראבע..בלע"ז)

אין נאך יעצט מיט אזא אקציע אהערצושלעפן דעם לייב אליין אזאאש.. (יוש..כ'ציטער..) סוועט נישט זיין קיין טעיפ וואס מוועט נישט וויסן עטליסט צוויי יאר ביפאר, אזוי ווי עס שטייט "טרם יקרא ואנו בנענע..(קרעדיט: ליסטיג) איז וואס זאל איך אייך זאגן יאפ סקומט אים דער טיטול "האליוואיד אחראי"
אבער צום סוף לאכן מיר דיר אויס, הא..הא..הא..חחח...
אוועטאר
bailout
שר האלפיים
תגובות: 2210
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 25, 2008 10:27 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך bailout »

ברוך הבא הרב ''לחיים מוזיק'', מאכט אייך באקוועם!

אין יעצט לאמיך אייך זאגן, איר זאלט וויסן אז היכל הנגינה גייט צוזאמען מיט היימישע קרעטשמע האנט ביי האנט, און אויב איר ווילט ריפארטן א טעיפ, זאלט איר קודם איבערליינען וויכי'ס באריכטן אזוי אז איר וועט אונז נישט אוועקנעמען זיין זאפטיגע ריפארטס, און יא נאך איין זאך, עני טעלעפאנישע געשפרעך מיט וויכי פארט גראד אריין אין קרעטשמע. און פאר איך פארגעס דאס איז די וויכטיגסטע זאך, נאך יעדע ריפארט דארף מען צוענדיגן ''בעק טו יו וויכי'', אזוי וועט מען אים אריינשלעפן אין ער וועט שוין אריינשלעפן צייטליך אויכעט.
אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12672
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאשקע »

גוט גוט. א געשמאקן העכטל האבן מיר דא אריינגעכאפט. לחיים מוזיק, יהא בואך לברכה ולהרמת קרן היכל הנגינה. מיר ווארטן און האפן הנאה צו האבן פון דיר.

הק' מאשקע, אינקאמבמענט אחראי, בשם וויכטיג-לאכער, עקטאר ואחראי
An article a day keeps the babies away
שרייב תגובה

צוריק צו “היכל הנגינה”