בדחן, ר' הערשל דייטש..

ניגונים און זינגערס

אחראי: אחראי

אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרים אלפים
תגובות: 23428
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

בדחן, ר' הערשל דייטש..

תגובהדורך וויכטיג מאכער » מוצ"ש מאי 30, 2009 11:51 pm

איך בין די פארגאגענע וואך געווען ביי א חתונה, האט געגראמט דארט א יונגערמאן, 'ר' הערשל דייטש'.. האב איך אפגעמאכט צו עפענען א אשכול וועגן עם..

איך האב עם שוין געהערט אפאר יאר צוריק, ווארשיינדליך איז ער נאך געווען ניי.. ער איז געווען גאנץ גוט.. אבער די וואך, האב איך עם געהערט ביי א חתונה, איך בין ממש ארויס פון התפעלות.. ער זינגט היבש גוט, ער האט זייער גוטע איידיעס, און א הערליכע סעלעקשען פון ניגונים..

איך וואלט געקענט באשטיין צו הערן וואס דער עולם זאגט אויף עם..

(איך בין נישט קיין עידזשענט, קרוב, אדער עניטינג פאר עם.. אויך מיין יוקאן צאלט ער נישט...)
הכונו ל'מעמד אדיר איום אסיפת ה''ניקס'' לטוהר המחנה!!!

אוועטאר
מאקאווער
שר חמש מאות
תגובות: 952
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 05, 2009 8:25 pm

תגובהדורך מאקאווער » זונטאג מאי 31, 2009 1:07 am

יא איך האב איהם אויך זייער גוט ץער האט זייער גוט
אמר החכם: מי שזורע את השנאה יקצור את החרטה. אחרית קטטה חרטה. המתן מעט ולא תתחרט ! (ס' חסידים פ"ח)

אוועטאר
שמערי בערי
ראש הקהל
תגובות: 8739
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 28, 2008 4:40 pm
לאקאציע: באַזאָטלט אינעם ראשעקאָלישן אפיס....
פארבינד זיך:

תגובהדורך שמערי בערי » זונטאג מאי 31, 2009 1:35 pm

מאקאווער האט געשריבן:יא איך האב איהם אויך זייער גוט ץער האט זייער גוט

מה זאת?...


וועגן ר' הערשל, ער איז א בא'טעמ'טער אינגערמאן, און ער גראמט זעהר שיין.
שריי נישט אזוי הויך, מ'וועט נאך מיינען אז דו ביסט גערעכט...

צו די זאך
שר מאה
תגובות: 150
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 30, 2009 2:12 pm

תגובהדורך צו די זאך » זונטאג מאי 31, 2009 2:20 pm

איך מיין אינז זען מיר געווען אויפן זעלבען חתונה. אפשר זאגט סטי וועלכע טאג פון וואך עס איז געווען?
די נעשכיזער איז א גוטער איד, מייערן אין צימעס איז א גוט מאכל.

יצמח
שר חמישים ומאתים
תגובות: 484
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 19, 2007 4:26 pm

תגובהדורך יצמח » זונטאג מאי 31, 2009 7:43 pm

איך האב אים גראדע אויך געהערט פאריגע וואך ביי א חתונה (איך ווייס נישט צו סאיז די זעלבע ווי וויכי איז געווען) איך בין נישט געווען ביי די גאנצע מצוה טאנץ, אבער וויפיל כ'האב אים געהערט איז ער געווען זייער גוט.

און דעם אנדערען טאג האב איך גערעדט צו איינעם וואס איז דארט געבליבן ביזן סויף, זאגט ער מיר אז איך האב פארפאסט די מחותנים'ס מצוה טאנץ, דער גראמער איז געווען מורא'דיג, תוכן'דיג, געפיל'יש, שיין געזינגען, גוטע ניגונים.

אוועטאר
דארפסמאן
שר ששת אלפים
תגובות: 6442
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 14, 2006 2:52 pm
לאקאציע: אין דארף

תגובהדורך דארפסמאן » מאנטאג יוני 01, 2009 6:51 pm

ברענג אהער א שטיקל פון אים און לאמיר אפמאכען צי וואס ער טויג
הכו"ח ר' אברהם דארפסמאן שליט"א
פה ב'דארף יצ"ו -

אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרים אלפים
תגובות: 23428
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

תגובהדורך וויכטיג מאכער » מאנטאג יוני 22, 2009 12:12 pm

שוין.. באלד גייט מען שוין מיינען, אז איך בין אויף פעיראל ביי ר' הערשל...

איך האב געהערט א ניגון וואס נפתלי משה שניצלער האט געמאכט פאר מיכאל.. ר' הערשל דייטש האט געמאכט די ווערטער.. איך קען זאגן ס'איז גארדזשעס.. בעיוטיפול.. הערליך.. זייער זייער שיין.. פון די שענסטע אויפן טעיפ..

פאר מער וועט איר ליינען אין די מיכאל שניצלער אשכול..
הכונו ל'מעמד אדיר איום אסיפת ה''ניקס'' לטוהר המחנה!!!

אוועטאר
א גראם מיט טעם
שר שלשת אלפים
תגובות: 3773
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 23, 2013 8:40 pm
לאקאציע: אויף א שפאציר, פונעם מח צום פאפיר

בדחן -הערשיל דייטש

תגובהדורך א גראם מיט טעם » מאנטאג דעצמבער 16, 2013 6:59 pm

באקומען לעצטענס א חתונה ווי הערשיל דייטש האט געגראמט און איי מאסט סעי ער טויג ! תוכן איז גאר גיט שטומע איז גאנץ אנגענעם ועל כולם ער פעניעט נישט
דא האט איר איבערצייגט אייך אליין
https://www.dropbox.com/sh/t1o2vsce9kute2e/FKGOfR1Npt
און ניין איך בין נישט קיין אגענט פאר עם
ווילט איהר אויסגראמען אייער טאטע ביי מצוה טאנץ?
זיכט איר א פאסיגע פאום מיט צו שיקען מיט א מתנה?
מיר קענען עס צושטעלען פאר אייך,
ווי אויך שרייבען מיר גראמען פאר דיננערס, זינגערס ועוד,
שיקט אן אישי אדער אימעיל צו gram.mit.tam@gmail.com

אוועטאר
להגדיל שמו
שר האלפיים
תגובות: 2065
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 03, 2013 8:40 pm
לאקאציע: אין פלאץ

תגובהדורך להגדיל שמו » מאנטאג דעצמבער 16, 2013 7:01 pm

ער האט געגראמט ביי מיין חתנה, אוי האט ער געמאכט א גיטע דזשאב
אויב האב איך עפעס געטיען wראנג ברבים מוסר מיך דארט, שיק מיך נישט אין אישי

פריי זיך
שר חמש מאות
תגובות: 866
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 01, 2013 12:19 pm

תגובהדורך פריי זיך » מאנטאג דעצמבער 16, 2013 7:28 pm

אויך ביי מיין. נישט געקענט סטאפן וויינען! זוי מאשענעל געווען :cry:

אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרים אלפים
תגובות: 23428
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

תגובהדורך וויכטיג מאכער » מאנטאג דעצמבער 16, 2013 8:34 pm

כאבעם שוין געהערט כמה פעמים, ער איז גאר גוט! דאכצעך אז כא'געעפנט אן אשכל וועגן אים...
הכונו ל'מעמד אדיר איום אסיפת ה''ניקס'' לטוהר המחנה!!!

פריי זיך
שר חמש מאות
תגובות: 866
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 01, 2013 12:19 pm

תגובהדורך פריי זיך » מאנטאג דעצמבער 16, 2013 8:35 pm


אוועטאר
א גראם מיט טעם
שר שלשת אלפים
תגובות: 3773
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 23, 2013 8:40 pm
לאקאציע: אויף א שפאציר, פונעם מח צום פאפיר

תגובהדורך א גראם מיט טעם » מאנטאג דעצמבער 16, 2013 10:36 pm

בד"וו עס געפעלט מיר דעם געדאנק פינעם חתן צו באדאנקען זיינע עלטערין ביי זיין אייגענע חתונה ווייסט איינער ווער דאס איז כ'האב נאר באקומען די טרעקס אבער אן קיין דיטעילס ווער ס'ווייסט ווערט געבעטין זיך צו לאזען הערין ביטע
ווילט איהר אויסגראמען אייער טאטע ביי מצוה טאנץ?
זיכט איר א פאסיגע פאום מיט צו שיקען מיט א מתנה?
מיר קענען עס צושטעלען פאר אייך,
ווי אויך שרייבען מיר גראמען פאר דיננערס, זינגערס ועוד,
שיקט אן אישי אדער אימעיל צו gram.mit.tam@gmail.com

אוועטאר
למעלה משבעים
שר תשעת אלפים
תגובות: 9725
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע: ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

תגובהדורך למעלה משבעים » מאנטאג דעצמבער 16, 2013 11:27 pm

צאמגעשטעלט

אוועטאר
א גראם מיט טעם
שר שלשת אלפים
תגובות: 3773
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 23, 2013 8:40 pm
לאקאציע: אויף א שפאציר, פונעם מח צום פאפיר

תגובהדורך א גראם מיט טעם » דינסטאג דעצמבער 17, 2013 9:04 am

דארפסמאן האט געשריבן:ברענג אהער א שטיקל פון אים און לאמיר אפמאכען צי וואס ער טויג

געברענגט יעצט מאך אפ
ווילט איהר אויסגראמען אייער טאטע ביי מצוה טאנץ?
זיכט איר א פאסיגע פאום מיט צו שיקען מיט א מתנה?
מיר קענען עס צושטעלען פאר אייך,
ווי אויך שרייבען מיר גראמען פאר דיננערס, זינגערס ועוד,
שיקט אן אישי אדער אימעיל צו gram.mit.tam@gmail.com

אוועטאר
להגדיל שמו
שר האלפיים
תגובות: 2065
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 03, 2013 8:40 pm
לאקאציע: אין פלאץ

תגובהדורך להגדיל שמו » זונטאג דעצמבער 22, 2013 5:58 pm

איך האב נעכטען געהערט די טרעק, לפענ"ד איז עס זייער קאָרני אז א חתן גראמט ביי זיין אייגענע חתנה
אויב האב איך עפעס געטיען wראנג ברבים מוסר מיך דארט, שיק מיך נישט אין אישי

אוועטאר
מוזיקאליש
שר חמישים ומאתים
תגובות: 271
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 17, 2013 8:33 pm
לאקאציע: מיט העדפאונס אויפען קאפ

תגובהדורך מוזיקאליש » זונטאג דעצמבער 22, 2013 6:43 pm

פארוואס? אלס כיבוד אב ואם איז עס א שיינע איינפאל נאכדערצו אז ער פארמאגט דעם טאלאנט
ויש היכל שאינו נפתח אלא בניגון....

אוועטאר
להגדיל שמו
שר האלפיים
תגובות: 2065
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 03, 2013 8:40 pm
לאקאציע: אין פלאץ

תגובהדורך להגדיל שמו » זונטאג דעצמבער 22, 2013 6:47 pm

דאנק זיי אינדערהיים
אויב האב איך עפעס געטיען wראנג ברבים מוסר מיך דארט, שיק מיך נישט אין אישי

אוועטאר
מוזיקאליש
שר חמישים ומאתים
תגובות: 271
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 17, 2013 8:33 pm
לאקאציע: מיט העדפאונס אויפען קאפ

תגובהדורך מוזיקאליש » זונטאג דעצמבער 22, 2013 6:52 pm

על טעם וריח....
ויש היכל שאינו נפתח אלא בניגון....

אוועטאר
להגדיל שמו
שר האלפיים
תגובות: 2065
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 03, 2013 8:40 pm
לאקאציע: אין פלאץ

תגובהדורך להגדיל שמו » זונטאג דעצמבער 22, 2013 7:08 pm

גרעכט
אויב האב איך עפעס געטיען wראנג ברבים מוסר מיך דארט, שיק מיך נישט אין אישי

אוועטאר
עקבי הצאן
שר האלפיים
תגובות: 2693
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 14, 2013 11:44 am

תגובהדורך עקבי הצאן » זונטאג דעצמבער 22, 2013 9:34 pm

געדאונלאוד וועלמיר עס אויסהערן בל"נ, ייש"כ
אם לא תדעי לך היפה בנשים צאי לך בעקבי הצאן: התבונני בדרכי אבותיך הראשונים שקבלו תורתי ושמרו משמרתי ומצותי ולכי בדרכיהם, (רש"י שיר השירים).

מי חכם
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4080
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 13, 2011 2:02 pm

תגובהדורך מי חכם » מאנטאג דעצמבער 23, 2013 9:34 am

להגדיל שמו האט געשריבן: לפענ"ד איז עס זייער קאָרני אז א חתן גראמט ביי זיין אייגענע חתנה
מִ֚י כְּהֶ֣חָכָ֔ם וּמִ֥י יוֹדֵ֖עַ פֵּ֣שֶׁר דָּבָ֑ר חָכְמַ֤ת אָדָם֙ תָּאִ֣יר פָּנָ֔יו וְעֹ֥ז פָּנָ֖יו יְשֻׁנֶּֽא׃

אוועטאר
א גראם מיט טעם
שר שלשת אלפים
תגובות: 3773
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 23, 2013 8:40 pm
לאקאציע: אויף א שפאציר, פונעם מח צום פאפיר

תגובהדורך א גראם מיט טעם » מאנטאג דעצמבער 23, 2013 10:40 am

מוזיקאליש האט געשריבן:על טעם וריח....
ווילט איהר אויסגראמען אייער טאטע ביי מצוה טאנץ?
זיכט איר א פאסיגע פאום מיט צו שיקען מיט א מתנה?
מיר קענען עס צושטעלען פאר אייך,
ווי אויך שרייבען מיר גראמען פאר דיננערס, זינגערס ועוד,
שיקט אן אישי אדער אימעיל צו gram.mit.tam@gmail.com

אוועטאר
Quality
שר מאה
תגובות: 177
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 13, 2011 2:24 pm

תגובהדורך Quality » מאנטאג דעצמבער 23, 2013 3:12 pm

אז מרעד פון ר' הערשל...
דאס האט ער מיר צוגעשיקט פאריגע וואך

חרוזים של אתמול בלילה
32 ראשי תיבות על ה' שמות
פזמון:
אין די גאנצע שטאט ס'איז ידוע
קהל מעייני הישועה - האט די זכיה
א קוואל פון תורה ועבודה
לאמיר אלע זינגן בשיר וקול תודה
אזא שיינע שמחה כנכון וכדת
מקען אלעס אריינלייגן אין דעם היינטיגן ה' שמות
ה' שמות ר"ת תהא שמחה'דיגע וואך ממעניי הישועה
אפילו סגעווען א שנייאיגע וועטער דינסטאג מהאט געזעהן ווי די עולם האלטי אזוי'מיט
ה' שמות ר"ת מעכטיגע הויכע שניי תלוי ועומד
געפארן פון מאנסי קיין ווס"ב די גאנצע נסיעה
די רב האט זיך איינגעהאנדלט א חתן א כלי
סאיז געווען די גרעסטע שמחה לעילא ולעילא
פאר די חתונה באקומען דעם טיטול יורה יורה ידין ידין
יעדער געהאט אזא הנאה
ה' שמות ר"ת שטאלצירט ווינדערליך תורה'דיגע מורה הוראה
מהאט געזעהן ושננתם שיהא דברי תורה מחודדין
אבער ווען מזיצט אונאיינעם בשבת אחים גם
ווי זעהט מען א קהלה מיט אזויפיל טעם
א בימ"ד מיט אזויפיל מעלות בלי הרף
א יעדע נקודה א יעדע פרט
די רב איז פארנומען מיט די מקדש מעט
ה' שמות ר"ת שיעורי תורה מבוקר ועד ערב
אנגעהויבן פון פארטאגס א פרישע מקצוע
די משתתפי השיעור בעטן די רב לא צמא למים כי אם לשמוע
מוויל הערן א שיעור ווי די רב לעבט מיט אזא חיות
מזעהט די געוואלדיגע כוחות אנו עמלים
ווי מלערנט פאר מס' ר"ה מיט אלע נושאי כלים
ה' שמות ר"ת מלערנט וועגן שופרות הל' תקיעות
אוי סנישטא די ווערטער אפילו
ווער געדענקט נישט בין המצרים ווען מהאט געענדיגט מסכת מגילה
ביי ר' אהרן רז"ב אינדערהיים געפראוועט מיט א רייכע אינהאלט
סגעווען א שמחה פאר די גאנצע קהלה
ה' שמות ר"ת תופסי שיעור ווארטן הסיום מסכת מגילה
מהאט געהערט די ווארעמע דרשה פון ר' ישראל ארי' גר"וו
ולשונינו רנה כהמון גליו
די רב ביים סיום אזוי שיין געווען משלב
ארויסגעברענגט די שמחה מיט ווארעמע געפילן
מקומט אריין דא אין בימ"ד יעדע נאכט
די געשמאקע שיעור פונעם רב ס'שיינט און לייכט
ה' שמות ר"ת וואכענדיגע שיעור מתוק הל' תפילון
פזמון:
אין די גאנצע שטאט ס'איז ידוע
קהל מעייני הישועה - האט די זכיה
א קוואל פון תורה ועבודה
לאמיר אלע זינגן בשיר וקול תודה
נישטדא די ווערטער ווי איך באשרייב'עס
אין מעייני הישועה וויזוי ס'קוקט אויס א שבת
ה' שמות ר"ת שבת'דיגע תורה ועבודה מיט העכערקייט
נישט שמועסן ביים דאווענען מבאקומט ברכאן דנפישין
ה' שמות ר"ת מתפללים האלטן שטיל ואתם תחרושין
אנגעהויבן ווען די רב גייט צו צו מנחה ער"ש מיט א ווארעמקייט
ס'קומט שבת צופרי אן קיין אספקתא
ביים שיעור פון אוחה"ק א שול א געפאקטע
ה' שמות ר"ת וועכנטליכע תענוג שבת מאור החיים
ווער רעדט די שיעור שבת נאכמיטאג בקודש פנימה
ה' שמות ר"ת ספעציעלע הל' שבת מגריפה וקטימה
ס'גיסט א קוואל פון תורה במלוא חפניים
נאך א לאנגע בירור הלכה למעשה
וויסן אלעס וואס איז כדאי שיעשו
ה' שמות ר"ת תוכנ'דיגע הערות וועגן שארפן מעסער
וויזוי צו מאכן א קאווע שבת מ'איז גארנישט מחסר
ה' שמות ר"ת תעשה הקאווע מיט שטויב וואסער
אז מטוט לכתחילה איז אויסגעהאלטן בעסער
ווער רעדט נאך די געשמאקע פרקי אבות מיט אזויפיל מגידות
מאיז קונה אזויפיל השקפה וחסידות
ה' שמות ר"ת תוכנדיגע מוסר שמועסן הפלא ופלא
אנעים זמירות ושירים אערוג
מעורר אויף דברים העומדים על הפרק
ה' שמות ר"ת תובע שארף וועגן הסכנה מטכנולוגיה
א של"ס מזינגט צוזאמען אהללה בורא
ה' שמות ר"ת התעוררות'דיגע של"ס מיט ווארעמע תורה
מזינגט צוזאמען בני היכלא דכסופין
נאך מעריב מזעצט זיך לערנען מיט די קינדער ועוד לרבות
ה' שמות ר"ת תורה האבות והבנים מוצאי שבת
אזוי גייט מען אריין אין די וואכענדיגע טעג מעלין בקודש ומוסיפין
פזמון:
אין די גאנצע שטאט ס'איז ידוע
קהל מעייני הישועה - האט די זכיה
א קוואל פון תורה ועבודה
לאמיר אלע זינגן בשיר וקול תודה
די אחדות אין בימ"ד מאיז יעדעם מקרב
ה' שמות ר"ת הקביעותדיגע תפילות שחרית מנחה ומעריב
די רב טראגט יעדן אויף זיין פלייצע
העלפן יעדן אלעמאל טוט'מען
ה' שמות ר"ת שטענדיג העלפן תושבים מבלופילד ווידמען
מאיז נהנה אזויפיל תושיה ועצה
ווען סקומט א יו"ט יעדער ווייסט סאיז א פאקט
די גאנצע שול איז איבערגעפאקט
יעדער שמועסט מדארף שוין מאכן די בימ"ד אן אקסטענטשאן
ה' שמות ר"ת שבת הגדול משלינגט תבלין ומתיקות
סבלייבט קוים צייט אויף הלכות פסוקות
מדארף ממשיך זיין אינמיטן די וואך צוזאמרופן אלע מענטשן
סקומט א יו"ט שבועות אזא פלפול לכאורה
ה' שמות ר"ת ועל הכל שבועות מתן תורה
א גאנצע שמועס וועגן זאגן ברכה"ת פארטאגס כדי להביא
סקומט די ימי בין המצרים
מזאל נישט הערן קיין ספירה טעיפס מהערט די מאמרים
ה' שמות ר"ת ועיין תשובה מבעל שבט הלוי
די הייליגע טעג די תפילות נאכאנאנד
ה' שמות ר"ת תחל שנה וברכותיה מפועלט היינט
די יאר געהרט א ווארעמע מנחה פון ר' שלמה יוסף לינדער בהלו נרו
א שבת תשובה דרשה מיט אלע קנינים
ה' שמות ר"ת שבת תשובה מעורר וועגן תיקון ענינים
שוין אזוי לאנג מקאכט אין די סוגיא פון מצוה הבא בעבירה
סקומט א יו"ט סוכות ברעש גדול מתנשאים
יעדער ווייסט דא אין בימ"ד קען מען זעהן די שענסטע הדסים
ה' שמות ר"ת תעורר וועגן שיינע הדסים משולשת
א שמח"ת מטאנצט ארויף ביז אלע דעכער
ה' שמות ר"ת שמח"ת מטאנצט ווי העכער
סלעבט די גאנצע בימ"ד אזא שמחה מפורשת
יעצט אין די ימי השובבים פון א' ביז תיו
ה' שמות ר"ת מנין תהילים שובבים יום ו'
די רב לערנט פאר די שיעורים אין יור"ד
מיט אזא געוואלדיגע אחריות
ה' שמות ר"ת שובבים וואכן מהערט תיקוני הבית
מיט אזא כח הוראה מיט סייעתא דשמיא
אבער מה טוב ומה נעים
די בימ"ד האט זוכה געווען צו אזעלכע געטרייע גבאים
ה' שמות ר"ת שווערע מלאכת הק' מוכן ומזומן תמיד
ר' לוי יצחק און ר' גרשי פלאי פלאים
יעדע בימ"ד וואלט זיך געווינטשן אזעלכע גבאים
און ווען ה' שמות האט ווען 2 למד'ס וואלט איך געזאגט לייבי לעפקאוויטש
PARTS און ר' יוסף אויש דאס איז פון די שענסטע
ה' שמות ר"ת תומך שטיצט מיט ווארעמע הארץ
און ר' פישל אלעמאל גרייט מימים ימימה
ה' שמות ר"ת תושבים האבן שיינע מקוה ועוד
ר' שלמה יוסף לינדער מהאט אזויפיל הנאה בהדר והוד
ה' שמות ר"ת הונדערטע שונגאמס וכל מיני תרגימא
פזמון:
אין די גאנצע שטאט ס'איז ידוע
קהל מעייני הישועה - האט די זכיה
א קוואל פון תורה ועבודה
לאמיר אלע זינגן בשיר וקול תודה

אוועטאר
א גראם מיט טעם
שר שלשת אלפים
תגובות: 3773
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 23, 2013 8:40 pm
לאקאציע: אויף א שפאציר, פונעם מח צום פאפיר

תגובהדורך א גראם מיט טעם » מאנטאג דעצמבער 23, 2013 6:22 pm

וועלכע ניגון?
ווילט איהר אויסגראמען אייער טאטע ביי מצוה טאנץ?
זיכט איר א פאסיגע פאום מיט צו שיקען מיט א מתנה?
מיר קענען עס צושטעלען פאר אייך,
ווי אויך שרייבען מיר גראמען פאר דיננערס, זינגערס ועוד,
שיקט אן אישי אדער אימעיל צו gram.mit.tam@gmail.com


צוריק צו “היכל הנגינה”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: בן בוזי, יהלום און 10 געסט