ווי אזוי מאכט מען א מחנה שלוה סי די?

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

1x1
שר האלפיים
תגובות: 2840
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 27, 2009 6:15 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך 1x1 »

1x1 האט געשריבן:כ'ברענג דא אראפ א הערליך שטיקל וואס ר' יוסף משה כהנא האט געשריבען אין לחיים טיש #3 ער האט משלב געווען (כמעט) אלע טעיפס וואס ר' משה האט שוין ארויסגעגעבן.

אחרון חביב, בזכותו מגיעים להבנה ערכית מהי 'חסידישע ניגון'.
הרב משה גאלדמאן: שמחתי עם שיריו, כל אחד חזק מרעהו, אותם אשירה לה', אשר מושרים בכל שולחן שבת, וכן בעת מלווה מלכה, או בעת בדחנות לצורך פרנסה.
זכור מי האיש ר' משה, מפיק יחד עם בנו חיים יצחק באולפן המוציא ומביא ששון ושמחה, ועמם מתעלים כנשר, ומגיעים על הר גבוה, ועל ידם - אליך אזמרה, לשבח להודיע גבורות ה', שעשה ניסים לאבותינו, והוא יפקיד שומרים עלינו.
הריעו לה' בכל יצירותיו, ואין קץ הפלאות בכל יצירה, ודבריו עושים רושם, לה' מלך עליון, שכל מי שקיים אם אשכחך, יזכו בקרוב לקיום הנבואה: גדול יהיה הבית הזה, ובקרוב על ישראל שלום.


מאשקע האט געשריבן:גאנץ גוט. ער טויג. אפשר ברענגסטו אים אריין אין קרעטשמע?


ס'דא איינער דא אין קרעטשמע מיטן נאמען לחיים מיוזיק, מסתמא האט ער קאנעקשינס מיט ר' יוסף משה, אפשר קען ער עם אהערשלעפן...
אוועטאר
תו השמיני
שר חמישים ומאתים
תגובות: 404
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 04, 2009 10:02 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תו השמיני »

1x1 האט געשריבן:כ'ברענג דא אראפ א הערליך שטיקל וואס ר' יוסף משה כהנא האט געשריבען אין לחיים טיש #3 ער האט משלב געווען (כמעט) אלע טעיפס וואס ר' משה האט שוין ארויסגעגעבן.

אחרון חביב, בזכותו מגיעים להבנה ערכית מהי 'חסידישע ניגון'.
הרב משה גאלדמאן: שמחתי עם שיריו, כל אחד חזק מרעהו, אותם אשירה לה', אשר מושרים בכל שולחן שבת, וכן בעת מלווה מלכה, או בעת בדחנות לצורך פרנסה.
זכור מי האיש ר' משה, מפיק יחד עם בנו חיים יצחק באולפן המוציא ומביא ששון ושמחה, ועמם מתעלים כנשר, ומגיעים על הר גבוה, ועל ידם - אליך אזמרה, לשבח להודיע גבורות ה', שעשה ניסים לאבותינו, והוא יפקיד שומרים עלינו.
הריעו לה' בכל יצירותיו, ואין קץ הפלאות בכל יצירה, ודבריו עושים רושם, לה' מלך עליון, שכל מי שקיים אם אשכחך, יזכו בקרוב לקיום הנבואה: גדול יהיה הבית הזה, ובקרוב על ישראל שלום.

אה! געוואלדיג, אבער אזויווי די האסט געשריבן אז "ער האט משלב געווען (כמעט) אלע טעיפס " וועל איך פרובירן עס משלים צו זיין:
לקיים ואהבת לרעך כמוך באתי, להודות לר' משה על כל השירים אשר באו בצל קורתי,
שיריו מלווים את ישראל בשבתות ובאלה מועדי, ועל זאת נודה לו עד בלי די
וכן אקדמו בברכת מזל טוב, לכבוד האלבום החדש הבא עלינו בקרוב
והמבין יבין...
"הניגון קולמוס הלב"
1x1
שר האלפיים
תגובות: 2840
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 27, 2009 6:15 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך 1x1 »

אייזן! ;l;p-
אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12689
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאשקע »

אני מבין, והבנתי.

יישר כח.
An article a day keeps the babies away
1x1
שר האלפיים
תגובות: 2840
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 27, 2009 6:15 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך 1x1 »

לעניית דעתי האט געשריבן:[color=#4000FF]שבת טעיפ


כ'האב פארשאפט דעי וואך דעם טעיפ און אויסגעהערט, ס'זייער א שיינע טעיפ, זייער גוטע ניגונים.

ס'דא א אינגעל וואס זינגט סאלא מורא'דיג שיין עוד ינובון בשיבה וכו', וויזוי הייסטער?

כ'גלייך זייער די ענדינג פון לפניו נעבוד, ס'איז א מיינער און ס'ענדיגט זיך מיט א מעידזשער,
כ'מיין אז פון אלע מ"ג'ס אלבום'ס וואס ס'איז דא, איזעס די איינציגסטע מאל וואס ס'האט אזא מין ענדינג,
כ'פארשטיי אז פון מאכן צופיל מאל פארלירטעס דעם טעם, אבער זיי וואלטן עס געמעגט מאכן מער מאל.

(נאך פלעצער כנ"ל אויף אנדערע סידי'ס[נישט גאלדמאן] 'ותערב' אויף 'משיח קומט שוין', 'א שעפעלע' אויף יברך - מתיקות 1, ועוד ועוד...)
אוועטאר
GEstudios
שר העשר
תגובות: 45
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אפריל 07, 2009 12:42 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך GEstudios »

ס'דא א אינגעל וואס זינגט סאלא מורא'דיג שיין עוד ינובון בשיבה וכו', וויזוי הייסטער?


שלמה'לה טוסיג.
zinger

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך zinger »

GEstudios האט געשריבן:
ס'דא א אינגעל וואס זינגט סאלא מורא'דיג שיין עוד ינובון בשיבה וכו', וויזוי הייסטער?


שלמה'לה טוסיג.

יא יענע עוד ינובון לוינט זיך צו הערן, דאס איז איינע פון די שענסטע סאלא שטיקלעך וואס ס'איז פארהאן אויף די קעמפ שלוה טעיפס, דער שלמה ציט דארט ארויף מיט א מעכטיגע פאוער.
אוועטאר
וויכטיג מאכער
Site Admin
תגובות: 32541
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויכטיג מאכער »

יא, דאס דערמאנט די קינדערישע יארן, זיך געדרייט ביים טאטן אין וויינגארטן, אין די טעיפ האט געארבעט..

עעעעעוווווווד יענווווווווויייייין, עוד ינובין בשיבה... שלומי, דו ביסט נאך דעמאלטס געווען מעכטיג..
דו האסט לייף אינשורענס אויף דיר און דיין ווייב?

ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!
zinger

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך zinger »

ביסט 'נאך' דעמאלטס געווען ?, מיינסט אוודאי צו זאגן 'שוין'
אוועטאר
לעניית דעתי
שר האלף
תגובות: 1485
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אפריל 20, 2009 1:08 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לעניית דעתי »

חלק ח

strings

מ' רופט דעם אנפירער לאמיר זאגן מישא גאטענבערג (מחנה שלוה 19) און ער רופט צאם פאר א באשטימטע צייט,

8 violins
2 violas
2 cellos

4 violins צו א מייק
די 2 violas צו א מייק
און ידער cello איין מייק

דאס איז 5 טרעקס.

מ' ריקארד אלס אריין דריי מאל - ס' זאל זיין רייך.


א חלק פון די שפילערס - מיט דעם אנגעגאלטן קאפ איז מִישאַ
א חלק פון די שפילערס - מיט דעם אנגעגאלטן קאפ איז מִישאַ
אוועטאר
לעניית דעתי
שר האלף
תגובות: 1485
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אפריל 20, 2009 1:08 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לעניית דעתי »

חלק ט

wood winds

מ' רופט צוויי שפילערס (מ.ש. 19)

צווישן ביידע זעהט מען אז זיי זאלן מיט ברענגן לויט ווי פיל און וואס מ' דארף פון:

clarinet
flute
oboe
alto and tenor saxophone

איין מייק און טרעק פאר א שפילער.

אויב דארף מען מער ווי צוויי כלים אויף א מאל, נעמט מען די אנדערע כלים אין די הענד און מ' ריקארד אויף נייע טרעקס.

דער בילד איז פון עת רקוד 6
דער בילד איז פון עת רקוד 6
אוועטאר
מבין נומ 1
שר האלף
תגובות: 1115
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 24, 2009 12:58 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מבין נומ 1 »

איך בין רעלאטיוו ניי דא, איך האב נישט דורכגעטון דעם גאנצן אשכול, ס'קען זיין אז מהאט שוין גערעדט דערפון דא, לאמיר אנהייבן:
איך בין אלס קינד אויפגעוואקסן און געאטעמט זיצנדיג נעבן טעיפרעקארדער און געהערט קעמפ שלוה, אזעלכע טעיפס ווי שמחתי, אליך אזמרה, כנשר, און אפי קץ הפלאות זענען געווען "היטס" ממש יעדע ניגון עקסטער איז געווען א חידוש און א געשמאק צו הערן, ר' משה האט זיכער ביי זיך אין רעזערוו הערליכע שיינע ניגונים וואס ער קען אנפולן גאנצעטע טעיפס, (א שטייגער די ניגונים וואס ער האט געגעבן פאר אייזיק האניג), און איך קוק ארויס צו הערן ווייטער אזעלכע שיינע טעיפס פון אים.
מיין אישו איז דא דער אררענזשער... דער משה לאופער איז פון די גרעסטע היינט, אמת, אבער... ער גיט זיך שוין היינט נישט אפ מיט משה גאלדמאן'ס טעיפס, ער געט א לייג ארויף א פלוט און קלארינעט און יאלא... לאמיר זאגן ער גיט זיך יא אפ, אבער ער מאכט דאס מיט א גאנץ אנדערן געשמאק ווי די וואס ער מאכט פאר טשוועקי וכדומ.
גיב א קוק אויף נודה לך, מאנא נעמט דארט דעם פלגי מים, אוי ער לערנט אריין פשט דערין, עס צעגיסט זיך אין די ביינער, ממש ער נעמט איבער, גיב א קוק וואס מאנא האט געטון מיט דעם פיטסבורגער טעיפ "ונפשי" ער נעמט ניגונים גאנץ פיינע, לאמיר זאגן פון איינס ביז צען זענען זיי 5'ווערס און ער נעמט זיי און מאכט זיין פאר 9'ערס, אויב נישט 10'ער'ס~, אזעלכע ניגונים ווי די פון ר' משה וואלטן דאך געקענט ארויפגעברענגט ווערן צו אזא מין הויכן שטאפל, ממש די וועלט וואלט זיך געשאקלט, פארוואס, פארוואס פרובירן זיי נישט אויס צו נעמען מאנא אויף איייין טעיפ???, לאמיר זאגן אויף נאאאר דריי ניגונים, טעמו וראו כי טוב!
ר' משה ווערט נאר עלטער, אונז האמיר שוין גענוג געהערט פון משה לאופער'ן, גיב מיר אביסל נאסקייט פאר מיין טרוקן האלז! איך האלט עס נישט אויס! ישראל לאם האב איך שוין אויך געהערט אויף גאלדמאנס טעיפס, חוץ מאנא, סקאסט געלט??? נו, איייין מאל מעגט איר אינוועסטן פאר די ארט אוו איט, זאל עס קאסטן זעקס זיבן אלפים מער, איז עס דען נישט ווערד??
די כאר וואס ר' חיים יצחק שטעלט אהער איז זייער פיין און געשמאק, די מיקס אויך, לאמיר אריינגעבן א פעטיציע אז די מוזיק זאל ווערן אביסל מער אהערגעשטעלט
יישר כח פארן מיר לאזן רעדן
תכלית המבינות שנבין שאיננו מבינים...
אוועטאר
לעניית דעתי
שר האלף
תגובות: 1485
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אפריל 20, 2009 1:08 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לעניית דעתי »

חלק ט און י

מ' רופט נאך אמאל דעם guitar שפילער און מ' כאפט אןיף סולוס פון electric און acoustic גיטאר.

אויך שפילט ער chords מיט דעם rhythm מיט דעם אקאסטיק גיטאר בעיקר ביי די שטאטע ניגונים.

מ' רופט צוריק דעם piano שפילער (ס'דארף נישט זיין דייקא עם נאר איינער מיט פלינקע פינגערס און קען ליינען גוט נאטן)
און ער שפילט נאך sounds פון א keyboard וואס ס'פעלט אויס.

יעצט איז אלע מוזיק פארטיג און ריקארדעט. יעדע אויף זיין אייגענע טרעק.
אטעטשמענטס
DSCN2297_2.jpg
אוועטאר
לעניית דעתי
שר האלף
תגובות: 1485
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אפריל 20, 2009 1:08 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לעניית דעתי »

חלק יא

מ' ריקארד די קולות

ד' לעצטע מחנה פון מ. ש. טעיפס איז געגאנגען אויף דעם אופן:

מ' טיילט אויס טעיפס פאר די קונדער און מענער זיך אויס צו לערנען.

מ' רופט די קינדער ערשט אין סטודיו און מ' זינגט אפ אלע חלקים וואס מ' האט שוין פון פריער אן געצייכענט אז קינדער וועלן דאס זינגן.

מ' קומט צוריק עטליכע מאל ביז מ' ענדיגט אלעס.

דערנאך גייט די קינדער סולוס.

דערנאך די מענר קווייער און דערנאך די מענער סולוס.

די קווייערס זינגט מען אריין די זעלבע זאך אויף עטליכע טרעקס, כדי ס'זאל זיין רייך.

ניין - מ' קען נישט פשוט מאכן א קאפי און עס פעיסטן אויף א נייע טרעק ווייל עס איז פינקלעך די זעלבע זינגעריי וועט דאס נאר ווערן העכער צום אויער אבער נישט ווי מער זינגערס.

מ' קען אויך נישט copy/paste און אפרוקען א ביסל כדי עס זאל נישט זיין פיקטלעך די זעלבע ווייל אזוי איז עס טאקע אפגעריקט אבער עס איז איבעראל פיקטלעך די זעלבע אפגעריקט. עס וועט נישט סאנדן natural.

אויף די גאר ערשטע טעיפס ווי עס איז געוועהן א מאנגל אין טרעקס האט מען געמאכט 3 טרעקס גראד געזינגען און 2 טרעקס harmony.

היינט ווענט זיך עס ווי גרויס די קווייער איז. אויב איז דא ווייניג זינגערס מאכט מען ביז 8 אויב איז דא מערער זינגערס איז אמאל גענוג 4.

ביי די גאר פריערדיגע טעיפס ווען מ' האט נישט געהאט די אייגענע סטודיו האט מען צאם גערופן די קינדער נאך ישבה אויף זונטאג און פרייטאג און מ' האט גע פראקטעצירט די אלע ניגונים מיט סולוס מיט הארמאני הכל בכל.

דערנאך איז מען אריין אין א געדינגענע סטודיו און אמאל אין איין טאג (על הר גבוה) און אמאל אין א פאר טאג אן געזינגען די טעיפ.

די מענער קווייער האט מען אויך צאם גערופן פריער אבער אפשר נאר איין אדער צוויי מאל.

-----------
ביים ריקארדען די סולוס פון די קינדער איז דא אמאל וואס מ' געט זיך אפ מיט איין קינד אויף אמאל
און אמאל האט מען א פאר אויף א מאל און מ' גייט פון איינען צום צווייטן -
דאס הייסט מ' פראבירט איינעם וואס מ' מיינט ער איז גוט פאר דעם שטיקעל
און אויב זעהט מען אז עס קלאפט עפעס נישט
אדער ער קען נישט ארויף ציען אדער אראפ
שיקט מען צו אן אנדערען
און מ' זאגט צום ערשטן:
"אינגעלע טייערע, די זינגסט הערליך, אבער זעהט אויס דעם שטיקל איז נישט צו געפאסט פאר דיין שטימע".

מ' פראבירט צו געבן א סולו פאר יעדעס קינד פון די קווייער און זיי קוקן זייער ארויס אויף דעם.
אבער מ' נעמט זיך פאר גלייך פון אנהייב אז מ' וועט פראבירן און אויב גייט עס נישט - איז נישט.

ווי באלד יעדעס קינד וויל שטארק זינגן א סולו, בראבירט מען מתחילה נאר צו נעמן אין קווייער אזא איינעם וואס "קען" זינגן א סולו.

עס איז דא אמאל וואס א אינגעל וויל שטארק האבן די 'זכיה' מיט צו האלטן אזא טעיפ און זינגן אינעם קווייער אבער ער פארלאנקט נישט up front א סולו - און ער איז נישט ראוי פאר איינס אויך נישט, זאגט מען עם - גוט קענסט זינגען אין דעם קווייער אבער מ'איז דיך נישט שילדיג קיין סולו. ווייל ער איז דאך געקומען צו אונס. אונס האבען עם נישט גערופן.

עס איז דא אמאל וואס עס איז פארהאן א אינגעל מיט א הערליכע שטימע אבער ער האט א פארמאכטע מוח בענייני ניגינה.

ער קען קוים האלטן א beat.

איז מחמת זיין מתיקות'דיגע שטימע געט מען זיך אן מיט עם - פאר א סולו - כדי צו ראטעווען דעם פערל וואס ער האט. (פארשטטיט זיך אז ער זינגט נישט אין די קווייר)

אויף מ. ש. 19 איז דא פון דעם.

אויך ב"ה אז עס איז היינט דא כלים וואס מ' קען טהון אן המון פון tricks צו מאכן עפעס גוט פון עפעס וואס איז נישט.


(אויך בנוגע קינדער קווייער ביי הארמאניס דארף מען אנקימען צו קונצען ביים ריקארדען ווייל נישט אלעמאל זענען די קווייערס טיפע בעלי השגה אין האלבע טעהנער און טיפע הארמאניס - ס'איז אמאל דא אזא שוואכע קווייער אז עס איז א נס אז ס'הערט זיך גוט.)


אויך איז דא דאס מאל אויף 19 א היפש פאר אינגלעך וואס זענען פון די בעסערע אבער זיי האבן א lisp.

האט מען דאס אין טייל פלעצער גע-פיקסט.

עס איז דא איין פלאץ ביי דעם קנא ניגון מער צום סוף ווי ס'איז מורעדיג אויס געקומען דעם פיקסעריי.

אפשר וועט מען אמאל ארויף לייגן א before and after פאר דעם עולם צו הערן.
טיטאניק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טיטאניק »

איך באלעק מיך די פינגער פון דיינע ידיעות לעניית, זייער אינטערעסאנט
אוועטאר
לעניית דעתי
שר האלף
תגובות: 1485
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אפריל 20, 2009 1:08 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לעניית דעתי »

יישר כח ;l;p-
אוועטאר
וויכטיג מאכער
Site Admin
תגובות: 32541
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויכטיג מאכער »

לעניית, ס'ווערט שענער און בעסער.. הערליך... א גרויסן שכח פארן מיט-טיילן פארן עולם די אינפערמאציע..
דו האסט לייף אינשורענס אויף דיר און דיין ווייב?

ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!
אוועטאר
bailout
שר האלפיים
תגובות: 2210
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 25, 2008 10:27 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך bailout »

וויכטיג מאכער האט געשריבן:לעניית, ס'ווערט שענער און בעסער.. הערליך... א גרויסן שכח פארן מיט-טיילן פארן עולם די אינפערמאציע..

קענט עגרי מאר!....
מבין #1 די נייע מחנה שלוה גייט זיין ישראל לאם ווי אונז ווייס מיר שוין פון יענע אשכול.
גיב א קוק דארט, וויאזוי הייסט די אשכול פון די נייע מחנה שלוה טעיפ?
ביזנעסמאן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 408
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 15, 2008 12:04 pm
לאקאציע: אויף וואקאציע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ביזנעסמאן »

רבי! רבי! איך קען עפעס פרעגן???...

אם... וויאזוי גייט צו דער פראדצעדוור פון אויסוועלן קינדער? יעדער אינגל וואס רעדט זיך איין אז ער זינגט שיין קומט אראפ אין סטודיא, אדער איר גייט נאך? וויאזוי ארבעט דאס?

און צום דריטן מאל. א ריזיגן שכח פאר די אינפארמאטיווע שיעור בהלכות עשיית אלבום, גלייב מיר אז זינט האסט אנגעהויבן מיט די שיעור לויפט ביי מיר אין קאמפיוטער משה גאלדמאן'ס טעיפס, (אפי' איך קען שוין יעדעס איינער אדורך און אדורך) און איך 'דערהער' פיל זאכן וואס איך האב נישט באמערקט ביז איצט... מיר ווארטן (אליינס, אן שפאנונג, געדולד וכו', זיי ווארטן באזונדער) אויפן פארזעצונג.
תורה איז די בעסטע סחורה.
אוועטאר
לעניית דעתי
שר האלף
תגובות: 1485
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אפריל 20, 2009 1:08 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לעניית דעתי »

נישט זיך שעהמן צו פרעגן.

איך זעה אז טראץ ביסט א ביזנעסמאן זעהסטו צו קומען צו דעם שיעור.

מתחילה פרעגט מען זיך ביי די קינדער אליין ווער איז עפעס פון די גוטע סחורה אין ישיבה און זיי רעדן צו און ברענגן ארויף נעהמן אויף'ן טיש.

אויך נאך קעמפ פרעגט מען זיך ביי די קינדער ווער האט זיך געלאסט הערן אויף'ן סטעהדש דאס יאר און ווער האט געטויגט.
אין קעמפ קומט ארויס אסאך טאלאנט וואס ווערט פארוואשן ביי אסאך קינדער דורך'ן יאר.

דאס איז אלץ אין מחנה שלוה - און אין ישיבת באבוב. יא ביידע. אויף 19 זינגט מען פון ביידע.

עס איז אפילו דא א ניגון וואס האט א שייכות מיט דעם ענין.

חוץ מזה זענען אלץ דא מענטשען וואס רופן אן סיי פון באבוב און סיי פון אנדערע חסידות וואס לייגן פאר אז זיי האבן א אינגעל, מ' זאל אויספריוון.

אונס זענען מכיר טובה אז עס קומט צו א אינגערמאן און ער ברענגט א גוט אינגל א גוט קול און פארשטייט אז דער אייבערשטער האט געשאנקען דעם קול זאל מען עס נוצן אויף גוטע פלצער.

יואלי טייכמאן האט עטץ געהערט פון? זיין פעטער שרגא פייוול גאלד פון שירה האט עם געברענגט.
אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12505
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צייטליך »

לעניית דעתי, א ריזיגען יישר כח פאר די אלע אינפארמאציע וואס די גיבסט דא אראפ פאר אינז. איך האב זייער הנאה דערפון.

ווען איך וועל אי"ה הערן די מחנה שלוה 19 טעיפ וועט עס האבן גאר גאר אן אנדער פנים ווי די אלטע, איך וועל פארשטיין און דערהערן די ארבייט וואס עס ווערט אריינגעלייגט דעראון.

(הגם איך האב שוין געזינגען אין סטודיאו אויף קווייער און סאלאו, (חוץ בדידי..) אבער נישט מיטגעהאלטן קיינמאל אזאנס וואס איך לייען דא. [בעיקר די מוזיק חלק]

איך געדענק טאקע ווען איך האב איינמאל געפרעגט דעם רעקארדירער פארוואס ער קען נישט נעמען די קווייער און מאכן קאפי-פעיסט און פטור אן עסק, פארוואס ברויכן מיר איבערזינגען עטליכע מאל. האט ער מיר דאן מסביר געווען וואס די שרייבסט דא אויבן און עס טאקע אויספראבירט)
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.
ביזנעסמאן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 408
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 15, 2008 12:04 pm
לאקאציע: אויף וואקאציע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ביזנעסמאן »

לעניית דעתי האט געשריבן:איך זעה אז טראץ ביסט א ביזנעסמאן זעהסטו צו קומען צו דעם שיעור.


אינטרעסאנטע שיעורים איז אייביג א פארגעניגן מיטצוהאלטן, ספעציעל אז מוזיק בכלל איז מיין האבי, און איך בין אויפגעוואקסן מיט די מחנה שלווה טעיפס.

לעניית דעתי האט געשריבן:יואלי טייכמאן האט עטץ געהערט פון? זיין פעטער שרגא פייוול גאלד פון שירה האט עם געברענגט.


יואלי איז דאך מאסיוו... זיין שטיימע איז דאך געלאפן אויף 3 מ"ש טעיפס שמחתי, אליך אזמרה און כנשר. און כאטש זיין שטימע האט זיך געטוישט פון יאר צו יאר, דאך איז זיין שטימע אייביג געווען א פארגעניגן צו הערן, און עס האט זיך צוגאסן אין אלע ביינער.
אויף כנשר האב איך ספעציעל ליב דעם ערשטן פאל פון "זכרנו לחיים" ווי ער זינגט עס דארט און ער באגלייט זיך אליינס, און דער הויכפונקט איז ביי סעקונדע 1:59, אה! מעין עולם הבא...

אגב, ער זינגט נאך היינט צו טאג? (ניגונים ווייס איך אז ער מאכט, אויף "לחיים-שירה" האט ער דער ניגון 'חזק ימלא', גראדע א הערליכע שטיקל)
תורה איז די בעסטע סחורה.
טיטאניק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טיטאניק »

יואלי טייכמאן האט אויפגעכרידערט די וועלט מיט זיין זינגען, מען האט פאר דעם כמעט נישט געהערט אזאנס ביז דעמאלטס,אבער די אלע וואנדער בויס פארלירן געווענליך זייערע שטימעס,
ביזנעסמאן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 408
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 15, 2008 12:04 pm
לאקאציע: אויף וואקאציע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ביזנעסמאן »

טיטאניק האט געשריבן:אבער די אלע וואנדער בויס פארלירן געווענליך זייערע שטימעס,


נישט אלעמאל. שלמה טויסיג, שמואל בער וועבער און ישכר גוטממאן וועלכע זענען געווען וואונדער קינדער און זיי זינגען זייער שיין היינט צוטאג.
תורה איז די בעסטע סחורה.
טיטאניק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טיטאניק »

גערעכט, איך רעד על פי רוב,איך האב מיך איינמאל געטראפן מיט א צוויי אינגעלייט וואס האבן אלץ אינגעל געזינגען אויף באבובע טעיפס איינער האט געזינגען כי נחם ה' ציון ער זינגט מורא'דיג יענע ניגון היינט האט ער א דינע שטימע באט ס'איז נישט שיין אזא שטימע פאר א ערוואקסענעם, נאכדעם האב איך געטראפן דער וואס האט געזינגען אלוקי נשמה אוי קען מען וויינען ווי שיין ער זינגט עס אלץ אינגעל, היינט האט ער נישט קיין שטימע.

ס'איז נאר נארמאל, א שיינע דינע שטימע אלץ אינגעל טרענספערט זיך נישט געווענליך צו א שיינע קלינגעדיגע אדאלט שטימע ווי טויסיג.
שרייב תגובה

צוריק צו “היכל הנגינה”