ווי אזוי מאכט מען א מחנה שלוה סי די?

ניגונים און זינגערס

אחראי: אחראי

אוועטאר
לעניית דעתי
שר האלף
תגובות: 1486
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 20, 2009 1:08 pm

ווי אזוי מאכט מען א מחנה שלוה סי די?

תגובהדורך לעניית דעתי » דינסטאג מאי 26, 2009 10:27 am

איך וועל שרייבען אביסל אויף א מאל און בקיצור ווייל עס נעמט אסאך צייט.
ווען איינער וויל וויסן מער וועגן א געוויסן חלק קען מען דארט אריין פרעגן אין כ'וועל דארט קענען בע"ה מער מאריך זיין.

חלק א

ר"מ ז"ל האט אן געהויבן מאכן ניגונים שוין אלס קינד.
זייט דענמאלס האט ער ב"ה נישט אויף געהערט.

דעם ערשטן חלק איז וועהלן ניגונים.

ר"מ האט ליב צו געהבן אן אויסוואל פון לעהבעדיג, מארש, הארא, וואלץ און שטאט.

ר"מ פראבירט יעדעס יאר אין די צייטן פון די ימים נוראים צו מאכן עפעס פון די הייליגע תפילות און אויב איז דאס גוט איז עס א קאנדידעהט פאר דעם נעקסטן טעיפ.


עפעס צו פרעגן?
(חוץ ווען קומט די נעקסטע חלק?)
לעצט פאראכטן דורך לעניית דעתי אום דאנארשטאג סעפטעמבער 02, 2010 9:00 pm, פאראכטן געווארן 2 מאל סך הכל.

ביזנעסמאן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 349
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 15, 2008 12:04 pm
לאקאציע: אויף וואקאציע

תגובהדורך ביזנעסמאן » דינסטאג מאי 26, 2009 10:30 am

א גרויסן שכח לעניית דעתי פארן נעמען די מיה אונז צו בארייכערן די ידיעות איבער אונזער אזוי באליבטע טעיפס פון 'מחנה שלוה'.

מיר ווארטן מיט גרויס שפאנונג אויפן פארזעצונג.
תורה איז די בעסטע סחורה.

אוועטאר
לעניית דעתי
שר האלף
תגובות: 1486
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 20, 2009 1:08 pm

תגובהדורך לעניית דעתי » דינסטאג מאי 26, 2009 10:46 am

לעניית דעתי האט געשריבן:

ר"מ פראבירט יעדעס יאר אין די צייטן פון די ימים נוראים צו מאכן עפעס פון די הייליגע תפילות און אויב איז דאס גוט איז עס א קאנדידעהט פאר דעם נעקסטן טעיפ.



אויף מחנה שלוה 19# וועט זיין פון דעם מין אויף די ווערטע: קַנֵא לעירךָ הָיְתָה לִשׂרֵפַת אֵשׁ וכו' שיינע נייע תנועות און עס טייטשט די ווערטער מורעדיג.

אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרים אלפים
תגובות: 23365
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

תגובהדורך וויכטיג מאכער » דינסטאג מאי 26, 2009 10:56 am

דערווייל האב איך נישט וואס צו פרעגן.. אבער א דאנק וועל איך יא אריינווארפן..

מיר ווארטן מיט (איינער האט א פען? איך וויל מאכן א ליסטע..) שפאנונג, און אנגעסט.. געדולד... אויף די המשך..

טענקס.. וויכי..
הכונו ל'מעמד אדיר איום אסיפת ה''ניקס'' לטוהר המחנה!!!

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28277
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » דינסטאג מאי 26, 2009 11:38 am

יישר כח פאר די התחלה טובה, בתקוה אז די המשכים וועלן נאכפאלגן.

אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12466
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.

תגובהדורך צייטליך » דינסטאג מאי 26, 2009 4:17 pm

א דאנק פארן אנפאנגען מיט א רייע פון שילדערונגען איבער וויאזוי ר' משה מאכט א טעיפ, וואס אן אמת איז דאס מיסתמא וויאזוי יעדער טעיפ ווערט געמאכט, נאר דא האבן מיר א אינסיידער וואס וועט אינז דאס אלעס מסביר זיין.

וואס ר' משה'ס טעיפ זענען אבער אנדערש און שווערער פון אנדערע געווענליכע טעיפ'ס איז דער "קינדער קווייער" וואס עס איז לפי ידיעתי (איך האב געזינגען אלץ קינד אין קווייער'ס און מיטגעהאלטן עטליכע קינדער טעיפ'ס) א שווערער עסק דאס אויסלערנען קינדער זינגען נארמאל א ניגון, און נאכדערצו ווען עס איז אויפן טעיפ מיז דאס שטימען אויף די האר.

לאמיר האפן אז עניית דעתי וועט אנקומען ביז אהין..
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.

אוועטאר
לעניית דעתי
שר האלף
תגובות: 1486
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 20, 2009 1:08 pm

תגובהדורך לעניית דעתי » דינסטאג מאי 26, 2009 5:39 pm

חלק ב

ר"מ אדער בנו זינגט אריין די גוועהלטע ניגונים אין א טעיפ אדער סי די אדער mp3 און מ' שיקט דאס אפ צו דעם ערענדשער.

ארעאדשערס האבן ליב צו באקומען טריקן די ניגונים אן קיין צו שפילעכץ.

מ' שיקט מיט געוויסע אינפארמאציא וועגן טענער - אויב גייט זינגן א guest solo און אויב מ' ווייסט ווער בשעת מעשה,
דארף מעו דאס מאכן לויט זיין טאן.

מ'זאגט נישט יעדער ניגון וועלכע טאן נאר דער ערענדשער מאכט ווי ער פארשטייט און לאט דעם ניגון און ווייסט אז דאס וועט זיין צו זינגען פאר עלטערע און קינדער.

אויב מ' מאכט ד' Rhythm אין ארץ ישראל ווי ר"מ איז קיינמאל נישט געוועהן בשעת מעשה, איז דער ערענדשער קובע דעם שנעלקייט פון ניגון לויט ווי מ' זינגט אריין אין טעיפ. אויב האט ער ספיקות רופט ער אויפ'ן טעלעפאן.

אויב וויל מען דווקא, שיקט מען אליין די tempo מיט numbers און זיי פאלגן נאך. (אזוי האט מען געטוהן ביי איינער פון די פריערדיגע טעיפס.)

אויב מאכט מען די rhythm אין אמעריקא זיצט ר"מ דארט און מ'איז מחליט אויפ'ן פלאץ.

אויב איז דא עפעס מ' וויל דער ערענדשער זאל אינזין האבן זאגט מען דאנמאלס (ווען מ' שיקט דעם טעיפ) למשל ביי הדור נאה פון שמחתי האט ר"מ געבעהטן משה לויפער זאל לייגן ערגעטס ווי, cellos, און עס איז טאקע דא ביים ערשטן פאל ווען די ניגון גייט איבער.

אויך איז דא אמאל ווי ר"מ בעהט לויפער צו צומאכן א פאל וואס מ' זאל קעננען זינגען - אזוי ווי ביי געוויסע הארא'ס.

מ' גרייט צו א deposit און מ' שיקט אפ די ניגונים צום ארענדשער.

מ' נעמט אפיר דעם תהילים מ' בעהט הצלחה און מ' ווארט מיט געדילט.

וואס
שר חמש מאות
תגובות: 648
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 20, 2007 8:57 am

תגובהדורך וואס » מיטוואך מאי 27, 2009 8:00 am

לעניית, זייער שיין, אבער איז דען מעגליך צו וויסן ווער די סאלאס וועלן זיין נאך פאר מ'מאכט די ריטעם ?

נאך א קשיא, ווען און ווער מאכט אפ די ענד פון א ניגון, וואס כידוע האבן רוב ניגונים ספעציעלע פינישעס נישט טיפיקעל, סאו דאס דארף מען אויסרעכענען מיט די קווייער און די מוזיק, למשל ביי די ניגון פון חזק וואס ענדיגט זיך מיט די קווייער וואס זינגט 'ברכה... ברכה... ברכה והצלחה, און די מוזיק איז צוגעשטעלט צו דעם, ווער מאכט דאס די ערענדזשער אדער די קאמפאוזער ?

אוועטאר
לעניית דעתי
שר האלף
תגובות: 1486
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 20, 2009 1:08 pm

תגובהדורך לעניית דעתי » מיטוואך מאי 27, 2009 8:46 am

וואס האט געשריבן:לעניית, זייער שיין, אבער איז דען מעגליך צו וויסן ווער די סאלאס וועלן זיין נאך פאר מ'מאכט די ריטעם ?

מ' רעדט פון א guest solo ווי למשל אייזיק האניג דאס קען מען וויסן פריער און וועלכע ניגון מ'איז עם מכבד.

וואס האט געשריבן: נאך א קשיא, ווען און ווער מאכט אפ די ענד פון א ניגון, וואס כידוע האבן רוב ניגונים ספעציעלע פינישעס נישט טיפיקעל, סאו דאס דארף מען אויסרעכענען מיט די קווייער און די מוזיק, למשל ביי די ניגון פון חזק וואס ענדיגט זיך מיט די קווייער וואס זינגט 'ברכה... ברכה... ברכה והצלחה, און די מוזיק איז צוגעשטעלט צו דעם, ווער מאכט דאס די ערענדזשער אדער די קאמפאוזער ?


דער ערענדשער מאכט דעם ending וואס איז נוגֵעַ מיט ווערטער (כל שכן די מוזיק נאכדעם אויב ס'איז דא)
חוץ אין א פאל ווי די ניגון אליין קומט מיט דעם ending. אזוי ווי מלך עליון, מארש אויף אשירה, וואלץ אויף אליך אזמירה וכו'

מ' קען אין אזא פאל אויך מאכן אן ending אזוי ווי ס'איז דא אויף די וואלץ פון אשירה אבער ס'איז א מקום מקיל צו זיין :smile: כן נראה לעניית דעתי :wink:

וואס די ברענגסט וועגן די ending פון חזק ניגון, צריך לדעת אז די מעשה גייט פארקערט, כנ"ל, דער ערענדשער מאכט דעם סוף און דערנאך זאגט ער וואס דאס איז און מ' טיילט איין ווער עס זינגט עס, מ' לערנט עס אויס און פארטיג.

אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרים אלפים
תגובות: 23365
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

תגובהדורך וויכטיג מאכער » מיטוואך מאי 27, 2009 10:46 am

לעניית, זייער זייער אינטערעסאנט, איך האב שוין אמאל אביסל מיטגעהאלטן מיט א טעיפ, אבער יעצט ווער איך געוואור, אז איך ווייס נאך גאנישט, ס'איז היבש אינטערעסאנט צו הערן די אלע דעטאלן..

פראגע, די אינטראו פון שמחתי, אן די ווערטער, ווער האט דאס געמאכט?.. אויב לאופער, איז דאס געווען א ספעשל ריקוועסט, אדער ס'נאר אזוי אויסגעקומען?..
הכונו ל'מעמד אדיר איום אסיפת ה''ניקס'' לטוהר המחנה!!!

אוועטאר
לעניית דעתי
שר האלף
תגובות: 1486
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 20, 2009 1:08 pm

תגובהדורך לעניית דעתי » מיטוואך מאי 27, 2009 10:54 am

איך מיין אז שמחתי איז טאקע פון די ניגונים וואס מ' האט געבעהטן לויפער צו צומאכן אן אינטרא פאל וואס מ' זאל קענען זינגן. דאס האט לויפער געמאכט. מ' דארף געדענקן אז לויפער איז א פולשטענדיגע קאמפאזער פאר זיך, מיט היפש אויפגעכאפטע ניגונים נישט נאר פון היינט. ממילא האט ער א כח מיט זיינע אינטראס.

יא יא
שר חמש מאות
תגובות: 718
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 31, 2008 11:35 am
לאקאציע: אין ניו יארק

תגובהדורך יא יא » מיטוואך מאי 27, 2009 11:06 am

וואס האט געשריבן: נאך א קשיא, ווען און ווער מאכט אפ די ענד פון א ניגון, וואס כידוע האבן רוב ניגונים ספעציעלע פינישעס נישט טיפיקעל, סאו דאס דארף מען אויסרעכענען מיט די קווייער און די מוזיק, למשל ביי די ניגון פון חזק וואס ענדיגט זיך מיט די קווייער וואס זינגט 'ברכה... ברכה... ברכה והצלחה, און די מוזיק איז צוגעשטעלט צו דעם, ווער מאכט דאס די ערענדזשער אדער די קאמפאוזער ?

איך האב אביסל מיטגעהאלטן די ארבעט פון שלמה טויסיג'ס נייע אלבום מודים אנחנו, און לויט ווי איך געדענק מאכט די ארעינדשער אלע מוזיק אריינגערעכנט די ענדינגס און דערנאך קומט דער וואס ארעינדשט די כאר און פאסט צו די כאר צו די מוזיק (למשל: די סוף פון די ניגון קלי אתה).
עס איז מיר איינגעפאלן א גוטע חתימה אינמיטן די נאכט, אבער כאבעס פארגעסן.
מיין טאטע זז"ג וואלט געזאגט "אז ס'פאלט איין איז א חורבן"

ביזנעסמאן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 349
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 15, 2008 12:04 pm
לאקאציע: אויף וואקאציע

תגובהדורך ביזנעסמאן » מיטוואך מאי 27, 2009 11:23 am

לעניית דעתי האט געשריבן:חלק ב


מ' גרייט צו א deposit און מ' שיקט אפ די ניגונים צום ארענדשער.


אז א טיעפ קומט ארויס ווי געווענליך נאך תשעה באב, וויפיל צייט פאר דעם הייבט זיך שוין אן די געשוקעכטס?
תורה איז די בעסטע סחורה.

אוועטאר
לעניית דעתי
שר האלף
תגובות: 1486
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 20, 2009 1:08 pm

תגובהדורך לעניית דעתי » מיטוואך מאי 27, 2009 11:43 am

באמת איז געניג ווען מ' שיקט בערך נאך די ימים נוראים און מ' האט שוין צוריק די מוזיק פון א"י אויף פורים.
אבער די יעצדיגע טעיפ איז נישט געגאנגען אזוי שנעל. (און צווישן מיר און דיר - איז עס א גוטע זאך)

אוועטאר
שעפטיל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 467
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 24, 2007 2:16 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך שעפטיל » מיטוואך מאי 27, 2009 11:56 am

פון וואס איך ווייס דארף מען נישט בעטן לויפר'ן פאר א באזונדער שטיקל. דארט ווי ער רירט נאר צו מיטן פינגער זיינעם לאזט ער איבער הערליכע פינגער פרינטס,(השיבה/שובו פון גערטנער יוכיח - יזכרם/שוועקי יוכיח, משה לויפערס אינטרא'ס, נישט צום גלייבן)

גראדע פארשטייען זיי זיך אייזן.. רבי משה'ס ניגונים מיט לויפער'ן.. כידוע ליודעי חן.

מיט איין זאך בינעך מחולק, ווען די רעדסט פון "וועהלן". איך ווייס נישט ווער ס'קלויבט דע ניגונים, אבער דער וועהלער מאכט אינגאנצן נישט קיין גוטע ארבעט. קוקטס נאר ווען אייזיק האניג נעמט ניגונים.. כ'דענק נישט איצט, מלך שוכן.. ועוד, אדער ווען סיי ווער לאזט זיך אראפ צום גרויסן אוצר פון רבי משה, לאזט זיך אריין מיט אן אימפעט און מאכט פליטה מיט די שענסטע שטיקלעך...
מיר זענען שיך!
קרעדיט: מיכאל שניצלער

אוועטאר
לעניית דעתי
שר האלף
תגובות: 1486
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 20, 2009 1:08 pm

תגובהדורך לעניית דעתי » מיטוואך מאי 27, 2009 12:22 pm

שווער צו רעדן אין דעם ענין, אבער ווען ר"מ דארף נאר וועהלן איינס פאר א טעיפ וואלט ער אויך ארויס מיט אזיינס ווי מלך שוכן עד...

איזאק
שר האלפיים
תגובות: 2313
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 12, 2007 11:55 am

תגובהדורך איזאק » מיטוואך מאי 27, 2009 12:45 pm

לעניית, רעדענדיג פון די אויסוואל פון ניגונים איז מיר געווען א גרויסע וואונדער ווען ר' משה האט ארויסגעגעבן זיין 'שבת' טעיפ דאכצעך תשנ"ד איז אין כמעט די זעלבע צייט ארויסגעקומען די ערשטע אייזיק האניג טעיפ וואס אלעס איז דארט ר' משה'ס ניגונים

דער אמת איז, איך האב ליב דעם שבת טעיפ, באט לעטס בי האנעסט, ער האט געגעבן אין די זעלבע צייט פאר אייזיק'ן בלויז היט ניגונים !!! איינס נאכן אנדערן, וגם את נח, מן המיצר, ובשירי דוד, את צמח, והשב כהנים, און נאך, און אויף זיין שבת טעיפ וואס איז גאנץ שיין, אבער ס'איז דא היבש עווריטש ניגונים דארטן, ס'איז פשוט נישט קיין פארגלייך צו די 'שמח' טעיפ, מיר איז עס געווען זייער פאני.

פשוט פשט
שר העשר
תגובות: 35
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 26, 2009 11:04 am

תגובהדורך פשוט פשט » מיטוואך מאי 27, 2009 12:53 pm

איזאק האט געשריבן:דער אמת איז, איך האב ליב דעם שבת טעיפ, באט לעטס בי האנעסט, ער האט געגעבן אין די זעלבע צייט פאר אייזיק'ן בלויז היט ניגונים !!! איינס נאכן אנדערן, וגם את נח, מן המיצר, ובשירי דוד, את צמח, והשב כהנים, און נאך, און אויף זיין שבת טעיפ וואס איז גאנץ שיין, אבער ס'איז דא היבש עווריטש ניגונים דארטן, ס'איז פשוט נישט קיין פארגלייך צו די 'שמח' טעיפ, מיר איז עס געווען זייער פאני.

אייזיקס זינגען העלפט מאכן א ניגון א היט. :idea:
אין מקרא יוצא מידי פשוטו

אוועטאר
שעפטיל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 467
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 24, 2007 2:16 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך שעפטיל » מיטוואך מאי 27, 2009 12:54 pm

לעניית'ל, זאגסט א נקודה, כ'על עס פרובירן אנדערש צו פרעגן אפשר אויף דעם קענסטע מיר יא ענטפערן, פארוואס ליגן און זיינע ערשטע אלבוים'ס אזוינע שטיקער וואס יעדעס פאר זיך איז ווערט א מאיאנטיק, און פון זיינע לעצטערע ברויך מען שוין ארויסקלויבן?
מיר זענען שיך!
קרעדיט: מיכאל שניצלער

איזאק
שר האלפיים
תגובות: 2313
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 12, 2007 11:55 am

תגובהדורך איזאק » מיטוואך מאי 27, 2009 12:59 pm

שעפטיל, די אישו האט מען זיך ארום געטענה'ט אין
די אנדערע אשכול 'מחנה שלוה #19'

איזאק
שר האלפיים
תגובות: 2313
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 12, 2007 11:55 am

תגובהדורך איזאק » מיטוואך מאי 27, 2009 1:01 pm

פשוט פשט האט געשריבן:
איזאק האט געשריבן:דער אמת איז, איך האב ליב דעם שבת טעיפ, באט לעטס בי האנעסט, ער האט געגעבן אין די זעלבע צייט פאר אייזיק'ן בלויז היט ניגונים !!! איינס נאכן אנדערן, וגם את נח, מן המיצר, ובשירי דוד, את צמח, והשב כהנים, און נאך, און אויף זיין שבת טעיפ וואס איז גאנץ שיין, אבער ס'איז דא היבש עווריטש ניגונים דארטן, ס'איז פשוט נישט קיין פארגלייך צו די 'שמח' טעיפ, מיר איז עס געווען זייער פאני.

אייזיקס זינגען העלפט מאכן א ניגון א היט. :idea:

די ניגונים פאר זיך זענען היט'ס נישט אלע ניגונים וואס אייזיק זינגט איז געווארן איז געווארן א היט.

אוועטאר
לעניית דעתי
שר האלף
תגובות: 1486
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 20, 2009 1:08 pm

תגובהדורך לעניית דעתי » מיטוואך מאי 27, 2009 1:03 pm

איזאק האט געשריבן:לעניית, רעדענדיג פון די אויסוואל פון ניגונים איז מיר געווען א גרויסע וואונדער ווען ר' משה האט ארויסגעגעבן זיין 'שבת' טעיפ דאכצעך תשנ"ד איז אין כמעט די זעלבע צייט ארויסגעקומען די ערשטע אייזיק האניג טעיפ וואס אלעס איז דארט ר' משה'ס ניגונים

דער אמת איז, איך האב ליב דעם שבת טעיפ, באט לעטס בי האנעסט, ער האט געגעבן אין די זעלבע צייט פאר אייזיק'ן בלויז היט ניגונים !!! איינס נאכן אנדערן, וגם את נח, מן המיצר, ובשירי דוד, את צמח, והשב כהנים, און נאך, און אויף זיין שבת טעיפ וואס איז גאנץ שיין, אבער ס'איז דא היבש עווריטש ניגונים דארטן, ס'איז פשוט נישט קיין פארגלייך צו די 'שמח' טעיפ, מיר איז עס געווען זייער פאני.


איך ווייס נישט אלע חשבונות פון ר"מ אבער אויב געט ער אוועק לשטתך גוטע סחורה פאר יענעם איז ער דאך א העלד. נו ב"ה פאר דעם.

אבער לעניית דעתי זענען נישט אלע פון "שמח" הוטס. ווייטער רוב פון שבת זענען זייער שיין לע"ד.

מענין לענין דעם קה ריבון פון שבת טעיפ איז נאר א חלק. ר"מ האט אויפ'ן גאנצן געמאכט א הערליכע ניגון - מ' וואלט דאס געדארפט אמאל ארויס געבן. אויך האט ר"מ א הערליכן ניגון אויף דעם גאנצן צור משלו וואס דער רחם פון על הר גבוה קומט פון דארט....
לעצט פאראכטן דורך לעניית דעתי אום זונטאג מאי 31, 2009 8:37 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אוועטאר
לעניית דעתי
שר האלף
תגובות: 1486
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 20, 2009 1:08 pm

תגובהדורך לעניית דעתי » מיטוואך מאי 27, 2009 1:07 pm

שעפטיל האט געשריבן:לעניית'ל, זאגסט א נקודה, כ'על עס פרובירן אנדערש צו פרעגן אפשר אויף דעם קענסטע מיר יא ענטפערן, פארוואס ליגן און זיינע ערשטע אלבוים'ס אזוינע שטיקער וואס יעדעס פאר זיך איז ווערט א מאיאנטיק, און פון זיינע לעצטערע ברויך מען שוין ארויסקלויבן?


ווער זאגט אז ביי די ערשטע האט מען נישט געקליבן? עס זענען דא אויף די ליסטע צענדליגע ניגונים נאך פון יענער זמן...

אוועטאר
שעפטיל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 467
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 24, 2007 2:16 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך שעפטיל » מיטוואך מאי 27, 2009 4:47 pm

כ'מיין צוזאגן אז און די ערשטע אלבומים האט ער געקליבן און מיר האבן באקומען סחורה איינס ביי איינס, כשולחן הערוך, און אין די לעצטערע האט ער געגעבן אלעס אויפאמאל, און מיר דארפן ארויסקלויבן..
מיר זענען שיך!
קרעדיט: מיכאל שניצלער

אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12582
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

תגובהדורך מאשקע » מיטוואך מאי 27, 2009 10:05 pm

זייער שיין און אינטערעסאנט צו ליינען. יישר כח לעניית דעתי.
An article a day keeps the babies away


צוריק צו “היכל הנגינה”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: קאניאק און 18 געסט