סאטמאר - "להללו" - ר' עמרם אקער

ניגונים און זינגערס

אחראי: אחראי

אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12466
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.

סאטמאר - "להללו" - ר' עמרם אקער

תגובהדורך צייטליך » מאנטאג מאי 25, 2009 1:16 pm

אין די קומענדיגע טעג קומט אי"ה ארויס א נייער סאטמאר'ער טעיפ מיטן נאמען "להללו". דער טעיפ קומט ארויס דורך דעם היינטיגער באקאנטער זינגער ר' עמרם אקער ני"ו.

פאר ווער עס קען נישט ר' עמרם איז א שאד דאס אז איך מיז אום פארשטעלן, א רעכטער חסידישער אינגערמאן מיטן גאנצן ברען און זינגט אין די לעצטיגע יארן ביי אלע טישן און מאורעות בחצר סאטמאר.

(פאר מער איבער ר' עמרם ליינט אין מיין אינטערוויו מיט אום אין די ימים נוראים - תשס"ט אשכול.)

דער טעיפ קומט יעצט ארויס לכבודו פון די חתונה בחצר סאטמאר (מהר"א) א טאכטער פון רב ביהמ"ד אבני צדק שליט"א.

ר' עמרם האט אריינגעלייגט אסאך כח און ארבייט אין דעם טעיפ, זאגענדיג "איך וויל אז עס זאל איינמאל פאר אלעמאל זיין א פראפעסונאלער טעיפ ארויסגעקומען דורך סאטמאר, וועלכער פארמאגט גענונג און נאך שיינע און לעבעדיגע ניגונים".

ר' עמרם איז דער סאלא זינגער אויפן טעיפ, ער זינגט דארט זייער לעבעדיג און חסידיש.

די מוזיק איז ארענדזשירט געווארן דורך דעם שוין היינט באקאנטן חסידישן ארענדזשער ר' נפתלי יוסף מענדלאוויטש, וועלעכע איז אראפגעפארן קיין ארץ ישראל דארט צו רעקארדירן און דאס ארענדזשען אויפן פלאץ.

די קווייער ווערט געמאכט דורך ר' נפתלי משה שניצלער, וועלכע איז שוין היינט באקאנט מיט זיינע אויסטערלישע טאלאנטן. (ער האט געמאכט די קווייער אויך אויף א ענליכען טעיפ "נאן סטאפ ליפא"...)

די ניגונים זענען א חלק באקאנט פארן עולם און א חלק נישט אזוי באקאנט, עטליכע זענען יא ממש נייע ניגונים.

די ניגונים קומען פון פארשידענע סאטמאר'ע קאמפעזעטירער. אנגעפאנגען מיט הרה"ח יוסף אשכנזי ז"ל, ר' אורי שווארץ, ר' יושע מענדלאוויטש, ר' יודל ווערצבערגער, ר' שמואל זאנוויל פויגל, ר' שלמה הערש עקשטיין, ר' עמרם און זיין ברודער ר' יואל אקער, ר' שמואל שטערן און נאך.

דער ניגון "להללו" אויף וועלעכער דער טעיפ הייסט, איז קאמפעזירט דורך ר' שלמה הערש עקשטיין.

עס איז צום האפן אז דער טעיפ וועט נאך זיין אין די געשעפטן בעפאר יו"ט שביעות הבעל"ט.

(א פריוויו וועט אי"ה נאכפאלגן)
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.

אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרים אלפים
תגובות: 23452
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

תגובהדורך וויכטיג מאכער » מאנטאג מאי 25, 2009 1:18 pm

צייטליך.. טענקס פאר די ריפארט, איך האב זייער געגליכן די טעיפ נאנסטאפ.. סאו איך וועל דאס אויך קויפן.. חחח..

ווער גייט דאס דיסטריביוטען?..
הכונו ל'מעמד אדיר איום אסיפת ה''ניקס'' לטוהר המחנה!!!

אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12466
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.

תגובהדורך צייטליך » מאנטאג מאי 25, 2009 1:21 pm

וויכטיג מאכער האט געשריבן:צייטליך..
ווער גייט דאס דיסטריביוטען?..


איך ווייס נאכנישט.
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.

אוועטאר
דארפסמאן
שר ששת אלפים
תגובות: 6442
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 14, 2006 2:52 pm
לאקאציע: אין דארף

תגובהדורך דארפסמאן » מאנטאג מאי 25, 2009 2:05 pm

נא לייג שוין ארויף א פריוויאו
הכו"ח ר' אברהם דארפסמאן שליט"א
פה ב'דארף יצ"ו -

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14185
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

תגובהדורך שוועמל » מאנטאג מאי 25, 2009 2:19 pm

איך קען נישט דעם ר' עמרם.

וואס איז זיין ניק דא .. ?
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)

אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12589
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

תגובהדורך מאשקע » מאנטאג מאי 25, 2009 3:14 pm

ווען ער וואלט געהאט א ניק דא, וואלט ער דאך אליינס געעפנט דעם אשכול...

שכוח צייטליך פאר'ן באריכט.
An article a day keeps the babies away

ברוך
שר חמש מאות
תגובות: 641
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 08, 2008 4:13 pm
לאקאציע: וואקאציע

תגובהדורך ברוך » מאנטאג מאי 25, 2009 3:17 pm

יו וויכי! האב איך געלאכט ווי דו האסט ארויסגענומען פונעם גאנצן שמועס דאס, אז דו זעלבע וואס האט געמאכט די קווייער ביי נאן סטאפ מאכט עס אויך דא.
איך זעה אז די אלע סעמינאר'ס ווי דו ביסט געגאנגען האבן יא געווירקט אויף דיין הילוך המחשבה.

צייטליך, שכוח פארן רעפארט. עס יוזשיעל.

אוועטאר
יאנאש
שר שמונת אלפים
תגובות: 8292
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 28, 2006 8:40 pm
לאקאציע: וואו בינעך טאקע?

תגובהדורך יאנאש » מאנטאג מאי 25, 2009 3:30 pm

דער צייטליך איז נאונסטאפ פאני, אפי' ווען ער מעלדט א נארמאלע נייעס.

למדן
שר מאה
תגובות: 131
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 26, 2008 6:58 pm

תגובהדורך למדן » מאנטאג מאי 25, 2009 3:37 pm

מענין לענין [שלא] באותו ענין:

נישט לאנג צוריק האב איך געקויפט א סי-די [ביי קרן שמואל ישעי] פון דעם אקער'ן, וואו ער זינגט שבת'דיגע ניגונים, זייער שיין אראפגעלייגט און מיט טעם, עטליכע פרישע איידיעס פון אלטע און נייערע ניגונים ארויפגעזעצט אויף די ווערטער פון כל מקדש און מנוחה ושמחה וכדומה. אויך עפעס אן אלטער אזמר בשבחין וואס כ'האב זייער געגליכן [דוכט זיך אז ער שרייבט אז ס'איז פון ר' שמואל גארליצער]

אבער ס'מערסטע איז מיר אינטערסאנט געווען ווי ער לייגט אראפ דעם סאטמאר'ן שלום עליכם אינאיינעם מיט'ן רבון כל העולמים, זייער שיין געזעצט די ווערטער. איך האב זיך יעמאלט באקלאגט פאר א באקאנטן מיינעם [א אינגער אינגערמאן] וועלכער קען זיך מיט דעם אקער'ן, אז דער שלום עליכם איז עפעס צו שנעל געזעצט די ווערטער, צב"ש: ממלך מלכי המלאאכים הקדוש ברוך הוא-אי, אנשטאט: "מי-אי-מעיעעיעילעעך מאלכיי האמלאאהאכים, אוי אוי אוי אוי אוי אוי האקאדויש באהאריך הואיאאי", אזוי ווי ס'איז אויף די לחיים-שבת טעיפס, און ווי איך זינג עס ביי מיר אינדערהיים.

האט מיר יענער געזאגט אז ער האט געלערנט אין די ישיבה מיט אקער'ן און אזוי פלעגט מען זעצן די ווערטער ביי די סעודה אין די ישיבה.

ווי איך פארשטיי האט מען דאך אין סאטמאר ביים טיש קיינמאל נישט געזינגען דעם ניגון מיט די ווערטער, טא, די ווערטער האט זיך יעדער ביי זיך אינדערהיים אריינגעקוועטשט לויט זיין אייגענעם געפיל. הערשט אין די לעצטע 10 יאר זינט ס'איז געווארן איינגעפירט אין סאטמאר ישיבה אין קרית יואל אז דער רב/רבי האט אנגעפאנגען עסן אינאיינעם מיט די בחורים, און לכאורה איז עס געבליבן לויט ווי מ'האט דארט געזינגען ס'ערשטע יאר.

אפשר ווייסט עמיצער דעם ריכטיגן גאנג אין דעם ניגון?

לחיים ולברכה
שר האלפיים
תגובות: 2549
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 22, 2007 1:10 pm
לאקאציע: אונטער'ן נעץ

תגובהדורך לחיים ולברכה » מאנטאג מאי 25, 2009 9:54 pm

דער ריכטיגן גאנג איז וויאזוי דו פארשטייסט... מ'פלעגט נאר זינגען די ניגון אן די ווערטער, און דער רבי'ס פלעגן זינגען פאר זיך. דאך, האב איך געהערט אז דער ברך משה זצ"ל האט געזונגען אויף דעם גאנג ווי מ'זינגט עס אין קרית יואל (מ'האט זיך געקענט אונטערהערן ווי ער האלט מיט די ווערטער, בפרט ביים אנפאנגען נאכאמאל "ותפקוד אותי").
אם אין אני לי, אויב איך וועל נישט טוהן פאר מיינע אייגענע קינדער, מי לי, ווער וועט דאס טוהן אנשטאט מיר?

אויפריכטיג
שר שלשת אלפים
תגובות: 3345
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 16, 2008 8:10 pm
לאקאציע: ביים געפילטערטן קאמפיוטער

תגובהדורך אויפריכטיג » מאנטאג מאי 25, 2009 10:16 pm

דוכט זיך אז "ואמרתם כה לכה" האט אויך ר' עמרם דאס בעסטע אריינגעזעצט אין די ווערטער, פיל יארן פלעגט מען זיך מוטשענען און עס איז אייביג פארפארען געווארן ביז ער איז געקומען און געמאכט סדר, מען זיגט צוויי פעלער שנעל און איין שטאט, וד"ל

אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18576
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע: אין אפיס
פארבינד זיך:

תגובהדורך איך_הער » מאנטאג מאי 25, 2009 11:03 pm

די ואמרתם האט גארנישט מיט ר' עמרם'ס זעצן, אין א"י זעצט מען אזוי דעם ניגון עטליסט אזוי לאנג צוריק ווען ר' עמרם אינאך נישט געווען געבוירן, און אויב נאך פאר מיין געבורט, דארפן קומען די עלטערע פון מיר און דאס דערציילן.

אוועטאר
my_music
שר חמישים ומאתים
תגובות: 344
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 22, 2009 6:32 pm
לאקאציע: נאך אויפן זעלבן פלאץ

תגובהדורך my_music » דינסטאג מאי 26, 2009 2:21 pm

קאווער
צוגעלייגטע
Snapshot 2009-05-26 14-45-11.jpg

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 22101
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » דינסטאג מאי 26, 2009 4:12 pm

איך הער, דזאסט עי נאוט, דער ר' עמרם איז נישט געבוירן אין אר"י.
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18576
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע: אין אפיס
פארבינד זיך:

תגובהדורך איך_הער » דינסטאג מאי 26, 2009 6:13 pm

כ'ווייס, כ'זאג אז דאס זעצן אזוי די ניגון, האב איך נאך געהערט אין א"י נאך איידער ר' עמרם איז געבוירן.

לחיים מוזיק
שר חמישים
תגובות: 68
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 31, 2009 3:53 pm

תגובהדורך לחיים מוזיק » זונטאג מאי 31, 2009 4:20 pm

איך האב א פריוויו פון דעם נייע חסידישע סידי "להללו"
צוגעלייגטע

L'HALELO.wma [ 4.11 MiB | געזעהן 3587 מאל ]


אוועטאר
אלף בית
שר האלפיים
תגובות: 2710
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 10, 2008 4:37 pm

תגובהדורך אלף בית » זונטאג מאי 31, 2009 4:26 pm

יישר כח לחיים

דער ניגן ותערב לויט ווי איך הער אויפן פריוויו איז אן אלטער סאטמאר ניגון

סאיז שוין דא אין די געשפעטן?
א גוט ווארט איז אלעמאל גוט

לחיים מוזיק
שר חמישים
תגובות: 68
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 31, 2009 3:53 pm

תגובהדורך לחיים מוזיק » זונטאג מאי 31, 2009 5:15 pm

עס וועט זיין צי באקומען אין די געשעפטן אי"ה מיטוואך,דאנערשטיג

אוועטאר
אלף בית
שר האלפיים
תגובות: 2710
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 10, 2008 4:37 pm

תגובהדורך אלף בית » זונטאג מאי 31, 2009 5:26 pm

יישר כח!
דערווייל וועל איך זיך מוזן באגנוגן מיטן פריוויו
א גוט ווארט איז אלעמאל גוט

אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12466
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.

תגובהדורך צייטליך » מאנטאג יוני 01, 2009 9:25 am

א גרויסן יישר כח "לחיים מוזיק" פארן ברענגען דעם פריוויו.

איך האב נעכטן אויסגעהערט דעם פריוויו אינדערהיים מיסתמא צוואנציג מאל ביז מיין ווייב האט עס שוין געהייסן אויסלעשן ווייל זי וויל נישט איבערהערן יעדע אכט מינוט די זעלבע פערטעל פון ניגונים..

עס קוקט אויס צו זיין זייער א לעבעדיגער און שיינער טעיפ.
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.

אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12589
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

תגובהדורך מאשקע » מאנטאג יוני 01, 2009 8:19 pm

כ'האב געהערט פון אן אינסיידער אז ס'וועט שוין זיין היינט נאכט, כ'ווייס נישט וואו. אבער נאמנים עלי דברי לחיים מוזיק.
An article a day keeps the babies away

אוועטאר
לוסטיג
שר האלף
תגובות: 1138
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 23, 2008 1:56 pm

תגובהדורך לוסטיג » מאנטאג יוני 01, 2009 11:16 pm

יאפ שוין דא צובאקומען און די געשעפט.. און כ'האב שוין געהערט א טייל און ס'איז זייער פיין, נאר ס'איז מיר זייער אינטערסאנט אז דער אקער וואס גיט ארויס דעם טעיפ הערט מען כמעט נישט, ער זינגט נאר סאלאו ביי איין ניגון(ותערב..) לויט ווי איך האב אויפגעכאפט, קען זיין איך האב א טעות אבר אזוי מיין איך.

אבער אחוץ דעס ס'איז א שיינער חסודישער טעיפ..
אבער צום סוף לאכן מיר דיר אויס, הא..הא..הא..חחח...

אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרים אלפים
תגובות: 23452
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

תגובהדורך וויכטיג מאכער » מאנטאג יוני 01, 2009 11:32 pm

איך האב פריער באקומען א רוף פון ר' יוסף יצחק, אז די טעיפ איז שוין אין די וויליאמסבורגע סטארס, אבער די עכטע ריליס דעיט איז הערשט מארגן, און די אנדערע געגענטער, גייען עס האבן מארגן..

ער זאגט אז ס'איז געווען א טויש אין די לעצטע מינוט, מ'האטעס געענדיגט פריער... און 'לחיים מוזיק' איז געווען פארנומען דערמיט, האטער נישט געקענט מעלדן..
הכונו ל'מעמד אדיר איום אסיפת ה''ניקס'' לטוהר המחנה!!!

אוועטאר
my_music
שר חמישים ומאתים
תגובות: 344
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 22, 2009 6:32 pm
לאקאציע: נאך אויפן זעלבן פלאץ

תגובהדורך my_music » דינסטאג יוני 02, 2009 11:56 am

לוסטיג האט געשריבן: נאר ס'איז מיר זייער אינטערסאנט אז דער אקער וואס גיט ארויס דעם טעיפ הערט מען כמעט נישט, ער זינגט נאר סאלאו ביי איין ניגון(ותערב..) לויט ווי איך האב אויפגעכאפט, קען זיין איך האב א טעות אבר אזוי מיין איך.


אויף אלע ניגונים איז נישט שייך קיין סאלא'ס וועגן דעם זינגט ער מיט מיט די קווייער (הער זיך צו וועסטו הערן זיין קול מיט די קווייער)
אויך ותערב קומט א סאלא, וויל עס איז א שטאטע ניגון און ווייל עס האט גראמען

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 22101
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » מיטוואך יוני 03, 2009 11:17 am

וואהין בינעך פארקראכן?
פארשלאפן אין נגינה, ס'קאן נישט זיין, בטעות פארבלאנדזשעט, הא? ניין כ'האב שוין פיל מאל געבלאנדזשעט און איך בלאנדזשכע נאך אלס אבער אהער בין איך געקומען אינטענשענליך.

די סידי איז עפעס צו שיין פאר ר' יעינקב'ס א זון, כ'האב מיך גערישט אויף א טריקענע זאך, יא ר' עמרם איר האט מיך אנטוישט.

אויף די ניגונים וועל איך נישט זאגן קיין מבינות ס'איז נישט געמאכט פאר מיר אבער איין זאך וואס מיר איז געווען א חידוש איז ר' אורי'ס אשר ברא, ס'איז ספעציעל שיין.
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.


צוריק צו “היכל הנגינה”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 7 געסט