ניגוני בית וויזניץ

ניגונים און זינגערס

אחראי: אחראי

אוועטאר
זעליג
שר חמש מאות
תגובות: 643
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 26, 2008 4:35 am

תגובהדורך זעליג » דינסטאג מאי 26, 2009 4:46 pm

טהור'ל דאס מיינסטו? דער ניגון הודו לה' איז נישט פון ר' יצחק אונגר?

אוועטאר
אלדד
שר מאה
תגובות: 124
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 03, 2009 9:34 pm

תגובהדורך אלדד » דינסטאג מאי 26, 2009 4:55 pm

זעהנדיג אז זעליג האט ארויפגעשטעלט א פייל דורך האב איך מחליט געווען אז איך קען אויך...YouSendIt
וַיָּרָץ הַנַּעַר, וַיַּגֵּד לְמֹשֶׁה וַיֹּאמַר: אֶלְדָּד וּמֵידָד, מִתְנַבְּאִים בַּמַּחֲנֶה

אוועטאר
טהור-עיניים
שר חמשת אלפים
תגובות: 5056
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 22, 2007 1:29 pm

תגובהדורך טהור-עיניים » דינסטאג מאי 26, 2009 5:02 pm

אה, זעליג טייערער, דאס האב איך טאקע געמיינט, איך קען דיך נישט באדאנקען גענוג, הלוואי וואלט איך געקענט, איך וואלט דאך דיר געגעבן א קוש אין שטערן, האסט מיך אמתדיג מחי' געווען.

שערקויעח און נאכאמאל שערקויעח.

דעם ניגון הודו לה' ווייס איך נישט ווער דער מחבר איז, אבער איך ווייס אז ער איז זייער אן אייגנארטיגער ניגון, מען קען עם זינגען פאר א שטיק צייט און נישט מיד ווערן, און סע ווערט מער און מער התעוררותדיג.
חי עולמים - טהור עיניים
NO man is a failure who has friends

אוועטאר
טהור-עיניים
שר חמשת אלפים
תגובות: 5056
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 22, 2007 1:29 pm

תגובהדורך טהור-עיניים » דינסטאג מאי 26, 2009 5:03 pm

שכוח אלדד, כאטש זעליג האט דיך אויסגעכאפט, אבער דו האסט דאך זיך אנגעשטרענגט פאר מיינעט וועגן, באדאנק איך דיר.

איך האב גאר שטארק הנאה דערפון.
חי עולמים - טהור עיניים

NO man is a failure who has friends

אוועטאר
אלדד
שר מאה
תגובות: 124
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 03, 2009 9:34 pm

תגובהדורך אלדד » דינסטאג מאי 26, 2009 5:07 pm

טהור-עיניים האט געשריבן:שכוח אלדד, כאטש זעליג האט דיך אויסגעכאפט, אבער דו האסט דאך זיך אנגעשטרענגט פאר מיינעט וועגן, באדאנק איך דיר.

איך האב גאר שטארק הנאה דערפון.

זעליג האט ארויפגעשטעלט די ניגון זכר חסדו ואמנתו פון ר' חיים בנט'ס טייפ, איך האב ארויפגעשטעלט די סעמפל פונם נייעם סידי...
וַיָּרָץ הַנַּעַר, וַיַּגֵּד לְמֹשֶׁה וַיֹּאמַר: אֶלְדָּד וּמֵידָד, מִתְנַבְּאִים בַּמַּחֲנֶה

אוועטאר
זעליג
שר חמש מאות
תגובות: 643
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 26, 2008 4:35 am

תגובהדורך זעליג » דינסטאג מאי 26, 2009 5:09 pm

שכויעך אלדד, טהור'ל איך האב איהם נישט אויסגעכאפט ער האט געברענגט א פריוויו פין די נייע טעיפ.

אוועטאר
אלדד
שר מאה
תגובות: 124
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 03, 2009 9:34 pm

תגובהדורך אלדד » דינסטאג מאי 26, 2009 5:09 pm

זעליג האט געשריבן:דער ניגון הודו לה' איז נישט פון ר' יצחק אונגר?

דער ניגון הודו לה' איז פון החסיד ר' יצחק אונגר, וואס איז באוואסט מיט די מוראדיגע ווארימע ניגונים, ער איז ראוי פאר אן אשכול פאר זיך...
וַיָּרָץ הַנַּעַר, וַיַּגֵּד לְמֹשֶׁה וַיֹּאמַר: אֶלְדָּד וּמֵידָד, מִתְנַבְּאִים בַּמַּחֲנֶה

אוועטאר
זעליג
שר חמש מאות
תגובות: 643
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 26, 2008 4:35 am

תגובהדורך זעליג » דינסטאג מאי 26, 2009 5:14 pm

אלדד נו אומר ושותה...
זאג מיר די ערשטע ניגון אויף די פריוויו איז א לכה דודי טאנץ ניגון אבער ער פארפארט אין א צווייטן ניגון צו דאס א צווייטע ניגון נאר מיטן זעלבן פאל.

לעווי
שר האלף
תגובות: 1915
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 22, 2008 12:04 pm

תגובהדורך לעווי » דינסטאג מאי 26, 2009 5:30 pm

יישר כח אלדד, און איך בין מיך מצטרף מיט זעליג'ס טענה כדלהלן.


זעליג האט געשריבן:די ערשטע ניגון אויף די פריוויו איז א לכה דודי טאנץ ניגון אבער ער פארפארט אין א צווייטן ניגון צו דאס א צווייטע ניגון נאר מיטן זעלבן פאל.


אגב, די פריוויו הייבט זיך טאקע אן ביי דער פאל וואס איך האב אויבן געשריבן אז עס איז ענדליך צו די תולדות אהרן'ער תנו שבח.
ארויף קריכט מען פאוואליע, אבער אראפ קוילערט מען זיך שנעל!

אוועטאר
אלדד
שר מאה
תגובות: 124
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 03, 2009 9:34 pm

תגובהדורך אלדד » דינסטאג מאי 26, 2009 6:10 pm

זעליג; לעווי - דאס ערשטע ניגון אויפן פריוויו איז איין לאנגע והיו למשיסה ניגון (עס איז דא אן אנדערע - ענדליכע, וואס איז שוין אויפן ערשטן סידי וואס מען האט ארויסגעגעבן פון ר' ניסן יוסט ע"ה הי"ד ניגונים, די סידי הייסט כתר מלוכה - און ווי איר קענט זעהן אויפן יעצטיגן דעקל שטייט טאקע כתק מלוכה 2).
די תו"א תנו שבח געדענק איך נישט פון אויסנווייניג אבער ס'איז מעגליך אז סאיז די זעלבע נאר אביסל פארדריייט (צוליב קאפירייט ;l;p- )
וַיָּרָץ הַנַּעַר, וַיַּגֵּד לְמֹשֶׁה וַיֹּאמַר: אֶלְדָּד וּמֵידָד, מִתְנַבְּאִים בַּמַּחֲנֶה

אוועטאר
ווארום
שר חמש מאות
תגובות: 833
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוקטובער 24, 2007 11:40 am

תגובהדורך ווארום » מיטוואך מאי 27, 2009 3:26 am

אלדד, האסט מיר געמאכט דעם טאג היינט, א דאנק דיר!

אוועטאר
טהור-עיניים
שר חמשת אלפים
תגובות: 5056
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 22, 2007 1:29 pm

תגובהדורך טהור-עיניים » דאנארשטאג מאי 28, 2009 1:09 am

רבותי, איך האב שוין דעם כתר מלוכה 2, איך האב נישט קיין ווערטער, סיז מורא'דיג, איך קען נישט גענוג באדאנקען פאר די ארויסגעבער.

ניגון נאך ניגון, איינס ביי איינס, מיט דעם ווארימען רגש דקדושה, אה, דאס הייסט זיך דערווארעמען מיט א חסיד'ישען זמר

די מנוחה ושמחה, אוי, דער מזמור לדוד, והיו למשיסה, אה אה אה
חי עולמים - טהור עיניים

NO man is a failure who has friends

אוועטאר
אלדד
שר מאה
תגובות: 124
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 03, 2009 9:34 pm

תגובהדורך אלדד » מיטוואך יוני 03, 2009 4:46 pm

שוין באלד צוויי וואכען וואס כמעט די איינציגסטע סידי וואס איך הער איז די נייע וויזניצע סידי והיו למשיסה
וַיָּרָץ הַנַּעַר, וַיַּגֵּד לְמֹשֶׁה וַיֹּאמַר: אֶלְדָּד וּמֵידָד, מִתְנַבְּאִים בַּמַּחֲנֶה

ביקסאד
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4030
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 25, 2008 7:00 pm
לאקאציע: נעבן סאטמאר

תגובהדורך ביקסאד » מאנטאג נובעמבער 15, 2010 1:53 am

ביקסאד האט געשריבן:באשרייבונג פון ר' ניסן דורך זיין זוהן ר' מאיר יוסט רב אין האלאנד
ערשינען אין איטליכע צייטונגען און פון דארט אין בחצרות.

בחדרי חרדים, פי די עף
ועמך כולם צדיקים

משה חובב
שר חמישים
תגובות: 71
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 07, 2013 6:13 am

תגובהדורך משה חובב » מאנטאג אוקטובער 20, 2014 7:44 pm

עס איז דא א געוואלד וואס צו רעדען ווען מ'גייט אריין אין די וויזניצע נגינה, איך וועל דערווייל נאר רעדען איבער דעם ר' ניסנ'ן;
ווי דערמאנט איז ער בעצם א נכס פון דזי'קאוו,

ער האט מחבר גיוועהן פערציג! ניגונים אויף מנוחה ושמחה אליין, וואס שפעטער האט מען אויך געזונגען אויף אנדערע ווערטער, דא איז דא נישט קיין קלארען ענין צו ער האט עס מחבר גיוועהן לראת ראש השנה אויךף ויאתיו/היה עם פפיות/ויאתיו אדער פארקערט.
על כל פנים נאכען קריג האט דער אמרי חיים גידענקט נאר דריי פון זיי, נאך א שטיק צייט האט מען גיטראפען נאטען אין דורך דעם האט מען מחדש גיוועהן נאך דריי, אין נאך דריי האבען חסידים גידענקט, ובתוך די ניין איז דאס לעצטע וואס ער האט מחבר גיוועהן אין יאהר תש"ג פאר ווען ער איז אריין אין גאז קאמער.
למעשה היינט צו טאגס זינגט מען אויף מנוחה ושמחה 7 ניגונים, אין עס זענען פארהאן נאך דריי וואס זיצען אויף די ווערטער 'ויאתיו', 'תתברך'/'היה עם פפיות', 'סלח נא אשמות', וואס לפעמים קען מען דאס זינגען אויך אויף מנוחה ושמחה ווי אין די צייט פון ימים טובים וכדו',
חוץ פון דעם איז דא נאך ניגון וואס הרה"ח ר' בערל וואלצער, וואס איז גיוועהן אין א"י נאך פארען קריג, פלעג זינגען אויף מזמור לדוד, אין איינמאל זינגענדיג דעם ניגון ביי א שפאציר מיטן אמרי חיים זצ"ל, האט זיך דער אמרי חיים דערמאנט און זיך צוכליפעט זאגענדיג "דא פלעג מיין הייליגער טאטע זאגן די ווערטער "גשים מול ארון הקודש" (פון די תפילה היה עם פפיות), למעשה איז דער ניגון אויך פון א מנוחה ושמחה, אין היינט צוטגס ווערט עס בעיקר געזינגען דארך די אייניקלך פון ר' בערל ע"ה, אדער די כאר זינגט עס ביי די יארצייטען פון דער משפחה פון ר' בערל'ן.
[חוץ פון דעם האט ר' יצחק אונגאר גימאכט נאך דריי - אין א אנדערע גילעגנהייט].
למעשה איז נישט באוויסט היינט אז ער האט גימאכט ניגונים אויף מזמור לדוד, נאר בדרך כלל פלעג ר' ישראל אנטיניער (נאך אלץ דא א ויכוח איבער זיין משפחה נאמען, אדרבה ווער עס ווייסט איז מזומן צו ענטפערען) ער פלעג מחבר זיין ניגונים אויף מזמור לדוד ביי שלש-סעודות, דאס איז כנראה אויך די סיבה פארוואס דער אמרי חיים האט נישט גידענקט זיינע ניגונים כמעט נאכען קריג, און די גאנצע וואס מיר ווייסען היינט איז בעיקר מתוך מענטשען אדער נאטען.
מתוך די נאטען קוקט אויס אז ער האט אויך גימאכט יעדער יאהר א מארש א נייעם לכבוד ראש השנה ווי דער מנהג אין וויזניץ נאך ביז היינט, אין עד היום הזה איז מען בד"כ מחדש א נייעם מנוחה ושמחה, מ'נעמט איינס פון די אלטע אין דאס וועט מען זינגען פון דעם שבת בראשית ביז סוכות דער אנדערע יאהר.
עס איז דא א געוואלד צו רעדען איבער די טעמע, נאר די צייט איז קורץ, אין די ארבעט איז אסאך.
עמער דערווייל דא בלייבען שטיין, אין מ'וועט ממשיך זיין אן אנדערעס מאל.

אוועטאר
derech eretz
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4112
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 04, 2011 3:13 pm

תגובהדורך derech eretz » מאנטאג אוקטובער 20, 2014 7:50 pm

ייש"כ רבי משה פאר דיינע הערות אין אלע אשכולות, לאז די ארבעט אויף א אנדערע מאל און שרייב ווייטער...

משה חובב
שר חמישים
תגובות: 71
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 07, 2013 6:13 am

נאך איינציגע מינוטען

תגובהדורך משה חובב » מאנטאג אוקטובער 20, 2014 8:07 pm

פאר ווען איך גיי אוועק פונעם קאפיוטער,
האט מיר איינער געשריבען פריוואט [איך קען שרייבען דיין נאמען?], אז ער האט גיהערט פונעם רעבין זאל זיין געזונט פון וויזשניץ-מאנסי, אז ר' ניסן האט מחבר גיוועהן די ניגונים אויף מנוחה ושמחה, אין דערנאך האט מען עס געלייגט אויף אנדערע ווערטער אויך.

לפי די מסורה וואס דרייט זיך אז ער האט עס מחבר גיוועהן אויף היה עם פפיות, אין דערנאך אריבער געלייגט אויף מנוחה ושמחה, קען מען אויך פארשטיין, פארוואס כמעט אלע מנוחה ושמחה'ס צופייערט מען זיך ביי די ווערטער "תנין ואדם", וואס לכאורה איז אביסעל שווער וואס איז דארט אזוי פייערדיג מער ווי עפעס אנדרעש, אבער אויב ער האט עס גימעכט אויף די ווערטער פון היה עם פפיות, איז שוין אלעס פארשטענדלעך, [כך נראה לעניות דעתי, נאכדעם וואס איך דריי מיך שוין אט די קושיא צענדליגע יאהר].

אבער למעשה איז די עדות פונעם רעבין אנדרעש, אין עס קען זיין אז ר' ניסן האט שוין אזוי אויסגישטעלט אז עס זאל שטימען אויך אויף היה עם פפיות אין עס דארף קיין סתירה נישט זיין.
לעצט פאראכטן דורך משה חובב אום דינסטאג אוקטובער 21, 2014 3:24 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אוועטאר
טהור-עיניים
שר חמשת אלפים
תגובות: 5056
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 22, 2007 1:29 pm

תגובהדורך טהור-עיניים » דינסטאג אוקטובער 21, 2014 2:10 am

איך וואלט מקבל געווען פון דעם וויזשניצ'ער רבי'ן פון מאנסי הדרכה אין עבודת השם, אבער איבער היסטאריע פון נגינה ווייס איך נישט ווי מאסגעבענד ער איז.
חי עולמים - טהור עיניים

NO man is a failure who has friends

שטארק זיך
שר ששת אלפים
תגובות: 6169
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 28, 2009 8:23 pm
לאקאציע: ביים נעקסטן שטאפל

תגובהדורך שטארק זיך » דינסטאג אוקטובער 21, 2014 6:59 am

הרה"צ ר' מאטטעלע איז בעצם גוט און מסודר ווען עס קומט צו היסטאריע, איך זעה נישט פארוואס אין נגינה זאל זיין אנדערש.

יא כהאב געהערט דעם מאנסיער רבין פארזינגן דעם "ק-ה רבויאן עלאוואוואם"...
What's your MO? mine is
8373
-the KOLBE index
Know - Go - Show - GROW

משה חובב
שר חמישים
תגובות: 71
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 07, 2013 6:13 am

תגובהדורך משה חובב » דינסטאג אוקטובער 21, 2014 11:30 am

די וואלסט גיוועהן גירעכט ווען איך פרעג אים עפעס וואס האט מיט דייקנות אין תנועות פין נגינה, וואס אוודאי האט ער נישט אין אכט גענומען די זאכען וואס וואס האבען נישט קיין דיירעקטען שייכות מיט תורה אין עבודת השם, וואס כידוע איז דא אסאך סיפורים און עובדות איבער איבער זיין שקדנות אין תורה, (כידוע די באוואוסטע סיפור מיט'ן פארשפארטען צימער) אבער ווען א יוד פארציילט פון ווי אזוי עס איז גיוועהן אינדערהיים, וואס דאס איז גיוועהן דער מציאות, האט עס אוודאי נישט קיין סתירה מיט זיך אריינלייגן אין עבודת השם, ער זאגט נאר אז כך היה המעשה ענד דעטס איט, טראכט נישט אז א יוד וואס פארציילט סיפרים פון פארען קריג איז ער מסתמא נישט קיין מתמיד וכדו', עס האט נישט קיין קשר כי הוא זה איינס מיט'ן צווייטן.
לאמיר טאקען דאווענען לבריאותו השלימה הרה"צ רבי מרדכי בן מרגליא שליט"א

יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9196
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

תגובהדורך יהיה כן » דינסטאג אוקטובער 21, 2014 1:40 pm

כבוד הרב משה החובב..
יש ניגון אחד או שתים בוויזניץ, שנתחברו ע"י החסיד ר' יצחק דוד פוקס אבי ר' מרדכי חנא
והיות שאני מיוצאי חלציו, אולי תודיע לי כאן איזהו הניגון, ואיפה אפשר לשמוע?

עבד השם
שר חמישים
תגובות: 78
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 24, 2014 11:20 am

תגובהדורך עבד השם » דינסטאג אוקטובער 21, 2014 3:13 pm

ר' ניסן האט פארפאסט יעדע יאר א נייע ניגון אויף ויאתיו און די ניגון ווואס מ'צופפיערט זיך היינט אין וויזניץ אויף ויאתיו (אוי ויטו שכם אחד לעבדיך אוי וויי ...)
איז געמאכט געווארן די לעצטע יאר ביים אלטן רבין און דאס איז געבליבן עד היום הזה
כך שמעתי ממקור מוסמך מאוד בשם כ''ק אדמור מווזיניץ שליט''א

משה חובב
שר חמישים
תגובות: 71
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 07, 2013 6:13 am

תגובהדורך משה חובב » דינסטאג אוקטובער 21, 2014 3:18 pm

נאך'ן מברר זיין - עס איז דא איוד וואס געט ארויס א ספר איבערן זיידען - וואס דרך אגב בין איך אויך אן אייניקל - דער יונגערמאן הייס הרה"ח ר' יהושע קטינא פון אלעד, אין ער איז אן אייניקל פון ר' חיים פוקס, דער ספר וואס שטייט שוין פארן דרוק אין וועט הייסען "איזהו חסיד", ווארט דערווייל אויף א תורם וואס זאל זיך משתתף זיין אין די הוצאות פון די ספר (איז אז די ווילסט קען איך דיר געבען דעם נאמער טעלעפאן, אין פארבינד זיך מיט אים) - בקיצור ער האט מיר גיזאגט אז פונעם זיידען איז דא איין ניגון וואס ער ווייסט אין דאס איז דער ניגון וואס מען זינגט לפעמים אויף די ווערטער "לקל אשר שבת מכל המעשים" א לעבעדיגער ניגון, מקען הערען אין דעם הערליכען דיסק פון 'א ויזניצע ניגון - 2' דער ערשטער ניגון איז דעס. איך לייג דיר דא צו א בילד פונעם דעקל פונעם דיסק וואס דארט הערט מען דעם ניגון. (סארי אז עס איז נישט גענוג קלאר).

בילד

אז מרעדט שוין, ר' שבתי פוקס, אן אייניקל פון ר' מרדכי חנא, וואס איז נאר לעצטענס אוועק האט פארציילט אז זיין פעטער ר' חיים פוקס א זון פון ר' יצחק דוד פלעג צו זינגען דער ניגון אויף די ווערטער פון 'קל-מסתתר'.
אין הרה"ג ר' מנחם מנדל פוקס שליט"א (א זוהן פון ר' שבתי, רב אין שומרי החומות, אין די רב אין שכונת רמות אין ירושלים) זאגט אז זיין טאטע פלעג טאנצען מיט דעם ניגון מצוה טאנץ ביי זיינע קינדער, אלץ חביבות פונעם ניגון פונעם זיידען.

די זעלבע האט אויך פארציילט הרה"ג ר' בערל בעק שליט"א, דער מאד'ר רב, אן אייניקל פון ר' חיים'ן, א זוהן פון הרה"ג ר' אברהם הערש בעק שליט"א, וואס האט גיהערט פון ר' משה לייזער פראמאוויטש -צעלסהיימ'ר רב, אויכט אן אייניקל פון ר' חיים דורך זיין מוטער הרבנית יהודית [באוויסט אז זי איז גיוועהן א אשה חשובה, זי פלעג שטיין אונטערען פענסטער ביים אהבת ישראל הערן ווי ער זאגט תהלים יעדן אינדערפרי, אין דער אהב"י פלעג זאגען בבדיחותא, אז זי וויל כאפען דעם רעבן ביי א גרייז].
צוגעלייגטע
1 (2).jpg
1 (2).jpg (35.08 KiB) געזעהן 2594 מאל
לעצט פאראכטן דורך משה חובב אום דאנארשטאג אוקטובער 30, 2014 6:15 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

משה חובב
שר חמישים
תגובות: 71
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 07, 2013 6:13 am

תגובהדורך משה חובב » דינסטאג אוקטובער 21, 2014 3:25 pm

איך האב פאראכטען די הודעה פריער (איבער די עדות פונעם וויזשניצר רעבין) - ממילא ווער עס האט עס געליינט פריער איז מוזמן צו ליינען נאכאמאל ווייל עס איז דא שינויים.

משה חובב
שר חמישים
תגובות: 71
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 07, 2013 6:13 am

תגובהדורך משה חובב » דינסטאג אוקטובער 21, 2014 3:31 pm

איך האב דיר געוואלט ארויף לייגען אויך דעם אנפאנג פונעם ניגון בכדי די זאלסט וויסען במה המדובר (נאר א חלק פונעם ניגון בכדי נישט פוגע זיין אין די רעכטען פונעם מוציא לאור) אבער איך ווייס נישט פונקטלעך ווי אזוי - אויב איז דא איינער וואס קען אנווייזען ווי אזוי לייג איך ארוף א ניגון MP3 אדר WAV

איך זעי אוכט אז ווען איך פארמאך מיין GMAIL גייט אוועק דער בילד וואס איך האב ארויף געלייגט, ווי אזוי קען איך עס ארויף לייגען אין עס זאל בלליבען, דערווייל לאז איך אפען מיין מעיל, מ'זאל עס קענען זעהן, אבער אויב ס'איז דא א בעסערע וועג וואלט איך גיוועהן זייער צופרידען


צוריק צו “היכל הנגינה”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: יהודה א., ליבלעך און 13 געסט