חזן זיידל ראוונער

פארצייטישע נגינה, נוסח התפילה, מועדים וזמנים

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

טאבאקא
שר חמש מאות
תגובות: 659
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 20, 2010 1:29 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טאבאקא »

איך דערמאן זיך יעצט אז כ'האב אמאל געהערט אז דער "אזי בשלישי" זינגט מען אין צאנז.
אויב דאס איז דער זעלבער שטיקל פון וואס מ'רעדט דא, שטימט עס לכאורה מער מיט די מעשה וואס "ריקוד" ברענגט נאך, אז עס איז נאך פון סאך פאר ר' זיידלען. און מעגליך אז מ'האט עס אנגעלייגט אויף אים, ווייל זייענדיג א חסידישער איד האט ער עס געזינגען.
אוועטאר
זאמלער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 464
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 12, 2010 4:26 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זאמלער »

פארשריבן האט געשריבן:איך האב פונקט היינט מעיין געווען אינעם ביכל פון הר"ר יונה לאנדא זז"ג איבער דעם מאקארובער רבין, באשרייבט ער דארט ר' זיידלען וואס איז געווען א מאקארובער חסיד, שרייבט ער דארט אז מ'האט אים גערופן זיידל אלס סגולה פאר אריכות ימים צוליב וואס ער איז געווען א בן יחיד.
אבער ר' בערל שווארץ שרייבט אז מ'האט אים גערופן זיידל ווייל ער האט שטארק געענדלט אין זיין זיידן.
און ס'איז דא נאך מיינונגס פארשידנהייטן צווישן די צוויי, ווי אויף זיין געבורטס ארט און נאך. אלזא וועלן מיר בהכרח מוזן צוקומען צו זאמלערס ביכל, קלארצושטעלן די ריכטיגע פאקטן.

.

אינעם ביכל ברענגט ער גאר א 3 ווערסיע אז מ'האט אים געריפען זיידל ווייל ער האט געהייסען נאך זיין זיידע, אבער אינעם יזכור בוך פון ראוונער. ווי אויך אין ילקוט ווהלין שטייט אזוי ווי ר' יונה,
איטשע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3329
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 27, 2009 10:19 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איטשע »

איטשע האט געשריבן:איך זעה אז איר האט פארבינדונגען מיטן דאקטאר, צו קען איך אייך פארלייגן די פילע פראגן וואס איך האב צו אים און דו וועסט עס אים איבערגעבן?

איך האב צוויי מאל גרעדט מיט עם יארן צוריק, ער איז זעהר העפליך און רעדט יודיש, אין האב נישט זיין קאנטאקט אבער ער האט א וועבזייטל...
טאבאקא
שר חמש מאות
תגובות: 659
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 20, 2010 1:29 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טאבאקא »

wow א חידוש נפלא איך האב נישט געוויסט אז ער רעדט אידיש. (ווי איך פארשטיי איז ער א הייסער מזרחי'סט).

אויב איר קענט ביטע פארלינקן זיין וועבזייטל, איי וויל עפרישיעטעד.
איטשע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3329
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 27, 2009 10:19 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איטשע »

טאבאקא
שר חמש מאות
תגובות: 659
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 20, 2010 1:29 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טאבאקא »

א שיינעם דאנק אייך.

אין ליכט פון די מעלדונג פון פארשריבן, האב איך מעיין געווען אינעם מאקארובען ביכל. און כ'האב באמערקט נאך א גרויסן אונטערשייד צווישן די צוויי.
ר' בערל שרייבט אז ער האט געהייסן ר' יעקב שמואל, און ר' יונה זאגט ר' יעקב משה.
און איך קען דאס באמת נישט משיג זיין, ווייל מילא אויף א טעם פארוואס מ'האט אים גערופן זיידל, קען מען נאך ממליץ זיין אז דאס איז נאר א טעאריע, און ס'איז מעגליך געווען דערפאר עטליכע סיבות. אבער אויף פאקטן צ.ב.ש. ווי אזוי ער האט געהייסן, און וואו ער איז געבוירן דאס קען דאך נישט זיין צוויי. מילא איינער שרייבט נישט ריכטיג. און ווי אזוי טוט מען אזוינס אין א עפנטליכע פובליקאציע. לדעתי בעפאר מען גיבט ארויס א ביכל ליגט א פליכט אויפן ארויסגעבער מברר צו זיין די ריכטיגע פאקטן כדי עס זאלן נישט אריינפאלן אזעלכע גרייזן.

אגב, לויט ווי כ'האב געזעהן דארט, איז ער אויך געווען חזן אין בארדיטשוב. מילא איז "זעליג" נישט אינגאנצן אומגערעכט. (כאטש איך ווייס נישט פון דעם אז מען זאל אים אזוי רופן).
אוועטאר
שמעלקא טויב
שר חמשת אלפים
תגובות: 5396
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 04, 2010 2:41 pm
לאקאציע: אויפ'ן באשעפער'ס וועלט'ל!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמעלקא טויב »

טאבאקא, דאס קען מען לכוארה זעהן אויף זיין מציבה. ערגעץ איז געווען א בילד דערפון.
הק' שמעלקא טויב
נו"נ להחסיד המפורסם רבי שלום טויב ע"ה
[email protected]
פארשריבן
שר האלף
תגובות: 1429
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 03, 2010 6:58 am
לאקאציע: אין די העכערע ספערן...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פארשריבן »

ר' יונה ברענגט טאקע א בילד פון זיין מציבה, און דארט שטייט ר' יעקב שמואל.
און לפי"ז ווערט די קשיא אויף אים שטערקער, ווייל דאס באדייט אז ער האט פשוט נישט געקוקט וואס ער שרייבט.

בדרך אגב האב איך געזעהן אז אונטן פון די מציבה שטייט זיין נאמען מיט גוי'אישע בוכשטאבן. א זאך אויף וואס מ'האט ביי חסיד'ישע אידן גאר שטארק מקפיד געווען דערויף, ווי באקאנט.
איטשע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3329
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 27, 2009 10:19 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איטשע »

1. ער האט געקענט זיין זעהר פרום, אבער זיינע קינדער זענען געווען די וואס האבן געשריבען די מצבה, ער האט "לכאורה" שוין נישט געלעבט דעמאלטס, אז ער זאל קענען האבן א מיינונג דערין.
2. מפי השמועה שמענו, אז ר' זיידל האט פארלוירען זיין בארד אין אמעריקא....
טאבאקא
שר חמש מאות
תגובות: 659
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 20, 2010 1:29 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טאבאקא »

די שמועה איז ווארשיינליך -און האפנטליך- פאלש.
אויף אלע בילדער זעהט מען אים מיט א בארד.

איך בעט דיך ברחמים, נעם מיר נישט אוועק די פאר איבערגעליבענע מיט בערד...

דא האט מען גערעדט פון די בערד טעמע.
viewtopic.php?p=372828&sid=a79bda5640982264a55c13fcbb203fa6#p372828
viewtopic.php?p=373705&sid=a79bda5640982264a55c13fcbb203fa6#p373705
איטשע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3329
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 27, 2009 10:19 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איטשע »

די האסט א הוה אמינא אז איך גיי די מוציא שם רע זיין אויף אזא חזן ווי ר' זיידל, איך שרייב נאר נאך וואס איך האב געהערט, ווען איך האב געזאמעלט אינפארמאציע איבער עם, יתכן אז איך האב עס געהערט פון ר' משה דוד שטראם ז"ל.
פארשריבן
שר האלף
תגובות: 1429
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 03, 2010 6:58 am
לאקאציע: אין די העכערע ספערן...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פארשריבן »

אן אומבאגרינדעטע טעאריע, וואס לייגט זיך נישט אויפן שכל און איז נישט אונטערגעשטיצט מיט פאקטן, דאקומענטן אדער בילדער, וואלט איך נישט אנגערופן א שמועה, נאר ליבערשט א "דמיון".

בד"א מה טיבו של ר' משה דוד שטראם ז"ל?
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35247
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

כבוד ר' פארשריבן, פארלירן די בארד אין אמעריקא לייגט זיך נישט אויפן שכל?
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
פארשריבן
שר האלף
תגובות: 1429
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 03, 2010 6:58 am
לאקאציע: אין די העכערע ספערן...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פארשריבן »

דאס ליידער יא.

אבער אז ס'איז באוואסט איבעראל אז ער איז געווען גאר ערליך, און אויף אלע בילדער טראגט ער א בארד, איז ווייט נישט מסתבר אז ער האט עס אפגעשניטן אויף דער עלטער.

און איינער וואס וויל אזוי זאגן, ברויך צו ברענגען הארטע באווייזן, ווארום המוציא מחבירו עליו הראיה.
איטשע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3329
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 27, 2009 10:19 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איטשע »

ר' משה דוד'ס טאטע החזן ר' איטשא שטראם האט געזינגען אין די כאר פון זיידל...
אוועטאר
זאמלער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 464
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 12, 2010 4:26 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זאמלער »

ווי לאנג וועט מען זיך נאך קריגען אויף יענעמס בארד

לאמיר גיין ווייטער ילקוט ווהלין איבער ר' זיידל
אטעטשמענטס
20101108131143 2.pdf
(96.68 KiB) געווארן דאונלאודעד 306 מאל
איטשע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3329
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 27, 2009 10:19 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איטשע »

שוטה
שר האלף
תגובות: 1253
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 29, 2008 2:21 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוטה »

ווער זינגט דארטן סאלא?
ונפשי יודעת מאד ידיעה ברורה שאין ביצת הנמלה כנגד הגלגל העליון צעירה כאשר חכמתי קטנה ודעתי קצרה (הקדמת הרמב"ן לפירושו עה"ת)
טאבאקא
שר חמש מאות
תגובות: 659
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 20, 2010 1:29 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טאבאקא »

שכוח איטשע.

שכוח זאמלער.
און איך וואלט געקענט באשטיין צו וויסן צו דער "ילקוט ווהלין" איז קראנט.
א דאנק פון פאראויס.
געלינקטער
שר מאה
תגובות: 109
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 12, 2010 9:08 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געלינקטער »

פארשריבן
שר האלף
תגובות: 1429
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 03, 2010 6:58 am
לאקאציע: אין די העכערע ספערן...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פארשריבן »

שכוח געלינקטער.

איך קאפיר עס פאר די וואס קענען נישט דארט צוקומען.

זיידל ראוונער (ה'תרט"ו, ראדאמישל - ניסן ה'תש"ג; זיין ריכטיגער נאמען איז געווען יעקב שמואל מאַראַגאווסקי) איז געווען א חזן און א קאמפאזיטאר. מען האט אים גערופן זיידל ווייל ער האט שטארק געענדלט אין זיין זיידע, און ראוונער ווייל ער איז געווען חזן אין דער שטאט ראוונע, וואהלין.

זיידל איז געווען דער רבי פון אלע גרויסע חזנים פונעם דור פון פארן קריג. ער איז געווען א געוואלדיגער קאמפאזיטאר, א חד בדרא אין שיינע לאנגע קאמפאזיציעס.

ביי די זעכצן יאר האט ער חתונה געהאט. זיי האבן געהאט א זון און א טאכטער, און געלעבט צוזאמען ביז איר פטירה אין תרצ"ט. ער איז געווארן א מעל סוחר. אבער ער איז געווען א מאקאראווער חסיד, און אויפן באפעל פון זיין רבי'ן איז ער קעגן זיין ווילן געווארן א חזן.

זיין ערשטע קאמפאזיציע איז געווען "תתברך לנצח" אין תרל"ד.

זיין ערשטע שטעלע איז געווען אין זאסלאוו, וואו ער האט געדאווענט די ערשטע תפילה "יום כפור קטן" ערב ר"ח אלול תרמ"א. אויף ראש השנה תרמ"ג איז ער שוין געווען דער שטאטס חזן אין ראוונע. דעמאלסט האט ער אנגעהויבן א רייע קאמפאזיציעס, צווישו זיי די בארימטע "אמת ואמונה". פון תרנ"ו ביז תרס"ג איז ער געווען חזן אין בערדיטשעוו. אין תרס"ג איז ער געווארן חזן פון דער מחזיקי הדת קהילה אין לאנדאן, וואו ער איז געבליבן איין יאר. דערנאך איז ער אויפגענומען געווארן חזן אין לעמבערג, גאליציע, אויף זיבן יאר. אין תרע"א איז ער צוריק געווארן חזן אין ראוונע. נאך דריי יאר האט ער זיך געצויגן קיין ניו יארק.


סוף ימיו האט ער געוואוינט אין אמעריקע, און געגרינדעט א ביהמ"ד אין ניו יארק מיטן נאמען "בית יעקב".

ער האט מאריך ימים געווען, און דערלעבט א גוטן עלטער. ער איז געשטארבן אין יאר תש"ג אין עלטער פון זיבן און אכציג יאר.

צווישן זיינע תלמידים זענען געווען די חזנים דוד רויטמאן און מרדכי הערשמאן.
טאבאקא
שר חמש מאות
תגובות: 659
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 20, 2010 1:29 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טאבאקא »

טאבאקא האט געשריבן:אויב איינער וויל הערן אביסל די לאנגע שיינע שטיקלעך פון ר' זיידל, זאל אפירזוכן ווי עס זינגט "משה גענטשאף" וואס האט אסאך עוסק געווען אין זיינע שטיקלעך.
אויף די בלויע עם פי דריי וואס קש"י האט ארויסגעגעבן, איז דא דארט דער באקאנטער "אב הרחמים" "מגן אבות" און "אז בהלוך ירמי' על קברי אבות", געזינגען דורך משה גענטשאף.

איך וויל אויסלערנען דעם לאנגן "אב הרחמים" פאר די חברה, אבער ס'איז גאר שווער -און מ'קען זאגן כמעט אוממעגליך- אן נאטן.

אויב איינער טרעפט עס ערגעץ, אדער ווייסט וואו ס'איז דא, ביטע מיר מודיע זיין.

א דאנק.
פארשריבן
שר האלף
תגובות: 1429
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 03, 2010 6:58 am
לאקאציע: אין די העכערע ספערן...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פארשריבן »

דאס ביכל "זמירות ישראל" פאדערט מעגליך א באזונדערן אשכול, אבער אצינד וועל איך זיך שטעלן אויף איין פרט.

ווען ער רעדט פון ר' זיידל, שרייבט ער - צווישן אנדערע - אזוי:
זיידל ראוונער האט פארמאגט א שיינע שטימע, און האט געזינגען מיט א געוואלדיגן געפיל, אבער די וואס האבן אים געהערט זינגען האבן צוגעגעבן, אז קיין גרויסע שטימע האט ער נישט פארמאגט. און דערפאר פלעגט ער זיך ארויסדרייען, און נישט וועלן אויפטרעטן און זינגען צוזאמען מיט אנדערע חזנים וואס האבן יא פארמאגט גרויסע שטימען, אז זיין שטימע זאל נעבן יענעמ'ס שטימע נישט פארלוירן ווערן.

גראדע איינמאל איז מיט גרויס מי יא געלונגען אים צוזאמענשטעלן, און מאכן אויפטרעטן ביי א קאנצערט, צוזאמען מיט חזן יאסעלע ראזענבלאט. דאס איז געשעהן ביי א קאנצערט אין פילאדעלפיע. ווען דער קאנצערט האט זיך פארענדיגט, איז יאסעלע ראזענבלאט צוגעטרעטן צו די ארגאניזירערס פונעם קאנצערט, און זיי געזאגט: "עס קומט אייך גרויס קרעדיט! איר זענט זעלטן פעאיגע שדכנים, וואס איר האט באוויזן אויסצופירן אזא שידוך".

כאטש ער האט נישט געלייגט קיין דריי פינטעלעך, באקומט דער לעזער דעם איינדרוק אז יאסעלע האט עס געזאגט באופן סארקאסטי.


אבער נישט אזוי קומט מען ארויס ווען מען לעזט דעם ארגינעלן שרייבער - פון וואו ר' בערל האט עס אייגנטליך גענומען, נעמליך הרב ד"ר שמואל. וז"ל:
קבלת הסכמה מאת זיידל ראוונער, שהיה ברגיל עובר לפני התיבה רק בלוית מקהלה, להופיע על בימה אחת עם חזן שזכה למידה כלשהי של פרסום נחשבה כדבר בלתי אפשרי בהחלט.
אע"פ כן עלה בידיהם של שני מנהלים זריזים ובעלי יזמה מפילאדעלפיע – מכס רום ויעקב זינגער – לשכנע את זיידל ראוונער הקפדן לתת קאנצערט ביית ה"מטרופוליטן אופרה" של פילאדעלפיע יחד עם אבא באחד מימי חול המועד פסח. הוא צריך היה לנצח על תזמורת סימפונית בת שישים איש שתצבע אחדות מיצירותיו, בעוד שאבא יופיע בשירת-סאלא של כמה וכמה פרקי-תפילה ידועים משלו.

הקאנצערט הוכתר בהצלחה יוצאת מגדר הרגיל.
לאחר ששולם לאבא שכרו ושולם שכרו של זיידל ראוונער ושכר זמרי המקהלה ונגני התזמורת, עוד נשאר סכום כסף הגון בידי המנהלים.
אבא היה נרגש למעלה מכל שיעור. בהביעו את ברכתו למארגני הקאנצערט אמר להם: "מחוללי-פלאות אתם, שכן עלה בידכם לעשות את הבלתי-אפשרי. על שדכנים זריזים, בשעה שהם מצליחים להביא לידי גמר שידוך בין משפחות שהיו צהובות זו לזו, אומרים כי "חיברו יחד קיר אל קיר". אתם הגדלתם לעשות מהם. בהביאכם את זיידל ראוונער לידי הסכמה שיופיע יחד עמי – חיברתם יחד שני זקנים. הנכם ראויים לכל כבוד שבעולם, וכמובן גם לאותם מזומנים שנשארו בידכם – על מעשה-פלאים זה שעשיתם".
פארשריבן
שר האלף
תגובות: 1429
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 03, 2010 6:58 am
לאקאציע: אין די העכערע ספערן...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פארשריבן »

דוד קאסעוויצקי זינגט "אמת ואמונה", א קאמפאזיציע פון ר' זיידל:
http://cantorcenter.blogspot.com/2010/0 ... itsky.html
פארשריבן
שר האלף
תגובות: 1429
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 03, 2010 6:58 am
לאקאציע: אין די העכערע ספערן...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פארשריבן »

מען רעדט דא פון זיינס א "אמת ואמונה" וואס מען זינגט אין וויזניץ, אבער שווער צו גלויבן אז דאס איז דער אויבנדערמאנטער וואס איך ברענג פון "דוד קאסעוויצקי".

קען עמיצער קלאר שטעלן?
שרייב תגובה

צוריק צו “שירי קודש”