bailout האט געשריבן:פון יוסעלע
נאכן הערן דא וועט דיר פארגיין די אפעטיט צו הערן פון א צווייטן.
ביי די וועי די סייט האט זייער אסאך אלטע חזנות טעיפ'ס אבער נישט אלע, גיי אריין צו קענטאריעל און סירטש וואס די ווילסט.
ביי דעם וועבזייטל האב געטראפען א אוצר ממש פון אלטע היסטארישע רעקארד'ס (ווער גדענקט נאך דעם רעקארד פלעיער ) פון באבובער ניגונים, און אויך פון אנדערע חסידישע הויפען, און אמאליגע צדיקים זי"ע
צום ביישפיל קוקט דא:
באבוב
http://faujsa.fau.edu/jsa/music_album.p ... findalbums
תלמידי הבעש"ט זי"ע
http://faujsa.fau.edu/jsa/search_music_ ... &pagenum=1
וכהנה וכהנה, איז דא נאך א סאך (מען דארף האבען געדולד צו זיכען, ווייל נישט אלעס ליגט אין די קאטעגאריע פון CHASIDIC)
*
יישר כח ביילאוט !
טייערע חברי הקרעטשמע, שמעו ותחי נפשכם !
(איך קלער אז ס'איז אפשר עפעס א ענין בימי הספירה, צו מתקן זיין דעם ענין הנגינה, זיך צו וואשען און שווענקען די אויערען מיט עכטע חסידישע ניגונים ... )
*
די שאלה איז, אויב ס'איז מעגליך צו דאונלאודען די ניגונים ?
איז אפשר דא א מומחה / פראגראם וואס קען עפעס ארויס העלפען אין דעם ?
*
א לעכטיגער שבת, און א גוטען געשמאקען דערהער !!!
_