חסידישע ניגונים מיטען אלטען טעם

ניגונים און זינגערס

אחראי: אחראי

אוועטאר
יצמחפורקניה
שר מאה
תגובות: 201
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש מארטש 15, 2008 4:04 pm

חסידישע ניגונים מיטען אלטען טעם

תגובהדורך יצמחפורקניה » פרייטאג מאי 01, 2009 4:23 am

אדאנק די דאזיגע תגובה פון ביילאוט, האב איך געטראפען א אוצר

bailout האט געשריבן:פון יוסעלע

נאכן הערן דא וועט דיר פארגיין די אפעטיט צו הערן פון א צווייטן.

ביי די וועי די סייט האט זייער אסאך אלטע חזנות טעיפ'ס אבער נישט אלע, גיי אריין צו קענטאריעל און סירטש וואס די ווילסט.



ביי דעם וועבזייטל האב געטראפען א אוצר ממש פון אלטע היסטארישע רעקארד'ס (ווער גדענקט נאך דעם רעקארד פלעיער :grin: ) פון באבובער ניגונים, און אויך פון אנדערע חסידישע הויפען, און אמאליגע צדיקים זי"ע

צום ביישפיל קוקט דא:

באבוב
http://faujsa.fau.edu/jsa/music_album.p ... findalbums

תלמידי הבעש"ט זי"ע
http://faujsa.fau.edu/jsa/search_music_ ... &pagenum=1

וכהנה וכהנה, איז דא נאך א סאך (מען דארף האבען געדולד צו זיכען, ווייל נישט אלעס ליגט אין די קאטעגאריע פון CHASIDIC)

*

יישר כח ביילאוט !

טייערע חברי הקרעטשמע, שמעו ותחי נפשכם !
(איך קלער אז ס'איז אפשר עפעס א ענין בימי הספירה, צו מתקן זיין דעם ענין הנגינה, זיך צו וואשען און שווענקען די אויערען מיט עכטע חסידישע ניגונים ... )

*

די שאלה איז, אויב ס'איז מעגליך צו דאונלאודען די ניגונים ?

איז אפשר דא א מומחה / פראגראם וואס קען עפעס ארויס העלפען אין דעם ?


*

א לעכטיגער שבת, און א גוטען געשמאקען דערהער !!!


_

אוועטאר
גרויזאמער
מ. ראש הקהל
תגובות: 3584
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 06, 2006 4:03 pm
לאקאציע: אויף די באלעמער שטיגן

תגובהדורך גרויזאמער » פרייטאג מאי 01, 2009 9:27 am

ס'דא א פראגרעם וואס רעקארדירט אלעס וואס עס הערט ארויס פונעם קאמפיוטער, עס קען למשל אפכאפן אפילו פון די אונליין מוזיק סייטס, און אלעס אויפן זעלבן ארגינעלען קוואליטעט, איך האב עס אמאל געגעבן פאר יגר'ל, אבער איך האב שוין פארגעסן די אינפארמאציע. פרעג אים.
איינגעשריבענע באנוצער וועלכע האבן באדאנקט די תגובה:
קרעמער | צום זאך | צייטליך | גרויזאמער | וויכטיג מאכער | אויפריכטיג | מאשקע | bloomberg4mayor | arender

לחץ כאן למסור תודה על תגובה זו | דווח על תוכן פגעוני

אוועטאר
bailout
שר האלפיים
תגובות: 2208
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 25, 2008 10:27 am

תגובהדורך bailout » פרייטאג מאי 01, 2009 9:30 am

יגר איך ווארט!

ווער נאך ווארט? שטעלטס ענק אין די ליין איך בין ערשט.

אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12466
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.

תגובהדורך צייטליך » פרייטאג מאי 01, 2009 9:46 am

כיצמח ועוד לקרא. קודם א ריזיגען יישר כח פאר בעילאוט, און אויך איך האב זייער שטארק הנאה געהאט פון דעם סייט און דאס ארומגעשיקט אויך פאר אנדערע חברים מיינע.

גרויזאמער, ס'ערשטע מאל וואס איך הער פון אזא פראגראם, איך ווארט אין די ליין..

בעילאוט, איך גיי נאר קויפן פרישטאג, אבער זאג פאר יעדעם אז איך בין אינטער דיר.
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.

3x0
המכונה 'טריאו'
תגובות: 9146
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 28, 2006 11:29 am
לאקאציע: חבוי

תגובהדורך 3x0 » פרייטאג מאי 01, 2009 12:35 pm

ס'קען זיין אז גרויזאמער רעדט פון דעם. ס'טוט דאס וואס ער האט געזאגט.

http://applian.com/freecorder3/support/user_guide.php

קהלת
שר חמישים ומאתים
תגובות: 324
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 27, 2009 11:18 am

תגובהדורך קהלת » זונטאג מאי 03, 2009 8:12 am

דא קענט איר דאונלאודען אסאך אלטע באבוב'ער ניגונים געזונגען דורך חסידים ואנשי מעשה ובתוכם הרה''ח ר' שאול הוטערער ז''ל אין דער חזן רבי איטשע שטרום אין נאך.

homepage.mac.com/ykwadrat/bbc/Old%20Songs.html

אוועטאר
יגרסהדותא
מ. ראש הקהל
תגובות: 3682
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 03, 2006 10:14 am
לאקאציע: קאר וואש

תגובהדורך יגרסהדותא » זונטאג מאי 03, 2009 9:51 am

טריאוי, גערעכט. - דאס האב איך מיך יעצט אפגעטייפט גרייט אריינצושיקן –

יאפס. מיט'ן הילף פון גרויזאמער, האב איך - אן ערך פון מער ווי א יאר צוריק - זיך צווויינט אויף זיין שויס ווי א בעבי, גרויזאמער האב איך געשריגן ווי נישט מיט מיין קול, איך הער מיוזיק אויפן קאמפיוטער, דאנט טעלל מי אז וואס איך הער מיט מיינע אויערן זאל איך נישט קענען סעווען, עפעס מוז מען טרעפן, ס'מוז עפעס זיין.

נו, ווער ס'קען גרויזאמער ווייסט, אז זיין נער'ישער פרענד האט געמאכט "גוגל" נאר צוליב דעם וואס ער איז געזיצן לעבן גרויזי פאר 20 מינוט, גרויזאמער אליין על אחת כמה וכמה, דיינו, וואס?... אה אקעי, סאוי גרויזאמער האט מיר געשיקט צו צוויי לינקס ווי מ'קען עפעס דארט נאשן.

איך האב מיך דעמאלטס אינסטאלט א פראגראם, ס'הייסט FREECORDER, ס'איז מורא'דיג גרינג אין געשמאק, סימפעל, ווען איך וויל עפעס ריקארדן, דריק איך אויף RECORD, און הנה יבוא אל היכלו, כ'מיין.. ס'גייט אריין אין קאמפיוטער. און שוין.

אבל דא עקא (ס'מיינט: איטס א סמאלל פראבלעם], יעצט אויסטשעקנדיג וואס פאר א לינק דא צוברענגן, זעה איך אז זיי האבן זיך גענומען מאכן עטליכע מינע, לכאורה איז דאס דער בעסטע.

http://freecorder-toolbar-application.s ... r.com/3.0/

אינסטאלט ביידע פראגרמ'ס וואס זיי געבן. Ask and Record, מיט די Toolbar. די טאלבאר קומט ארויף אויף די אינטערנעט בראזער. [און ווי פארשטענדליך קענט איר עס סעלעקטן ס'זאל נאר ארויפקומען ווען איר ווילט עס ניצן].

ניצט עס געזונטערהייט. עני פראבלעם בין איך גרייט אייך ארויסצוהעלפן.

הצלחה
יגר'ל

אוועטאר
יצמחפורקניה
שר מאה
תגובות: 201
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש מארטש 15, 2008 4:04 pm

תגובהדורך יצמחפורקניה » זונטאג מאי 03, 2009 4:51 pm

יישר כח !

די שאלה איז, צו דער וועבזייטעל כאפט אויף אז איך שפיעל זיי אויס, און דער ניגון אראפ צו מיר קעגען זייער רצון / רשות ?

(ווייל איינמאל האב איך עפעס געדאונלאודעט דארך "קוויעק טיים", און דער וועבזייטעל האט אויפגעכאפט מיין גניבה שטיקל, און האט ארויס געווארפען מיין מעמבערשיפ, און מיר ג'אסר'ט דריסת הרגל ביי זיי)

אוועטאר
יגרסהדותא
מ. ראש הקהל
תגובות: 3682
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 03, 2006 10:14 am
לאקאציע: קאר וואש

תגובהדורך יגרסהדותא » זונטאג מאי 03, 2009 6:11 pm

נעעעעעעעע, ס'ריקארד וואס ס'הערט, איך נוץ עס שוין איבער א יאר. קיין שום פראבלעם דערמיט

אוועטאר
יצמחפורקניה
שר מאה
תגובות: 201
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש מארטש 15, 2008 4:04 pm

תגובהדורך יצמחפורקניה » מאנטאג מאי 04, 2009 12:30 pm

א שיינעם דאנק !

איך באמערק נאר א שטיקל פראבלעם (אפשר האב איך א טעות), אז דער פראגראם כאפט אויף נאר לויט די הויך פונעם וואליאם בשעת'ן שפילען. ד.ה. אז עס כאפט נישט אראפ ריכטיג.

איז שייך דאס צו פארעכטען, און אנשטעלען די סעטינגס באופן אחר ?

אוועטאר
יגרסהדותא
מ. ראש הקהל
תגובות: 3682
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 03, 2006 10:14 am
לאקאציע: קאר וואש

תגובהדורך יגרסהדותא » מאנטאג מאי 04, 2009 4:33 pm

ס'איז א טעות, איך געווענדליך מאך עס אפי' אסאך מאל שפיל אינגאנצן די ספיקער'ס בשעת איך טעיפ אויף דעם ניגון [ס'מיינט, אז אין אפיס הערט מען עס אפי' נישט].

נאטרוליסט
שר האלף
תגובות: 1314
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 06, 2007 2:40 pm

תגובהדורך נאטרוליסט » מאנטאג יוני 01, 2009 3:46 pm

ווער קען מיר העלפן דערגיין די ווערטער פון די דאזיגע ניגונים ביטע

ערשטע ניגון, באבוב
צווייטע ניגון, באקאנטע
דריטע ניגון, אויך באבוב לכאורה

א דאנק אייך

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28277
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » מאנטאג יוני 01, 2009 4:02 pm

די ערשטע איז נשמת מלמדי מורשה וואס מ'זאגט בעפאר נשמת כל חי ביום שמחת תורה.

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28277
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » מאנטאג יוני 01, 2009 4:04 pm

די צווייטע הערט זיך ענליך צו אבינו מלכינו חננו ועננו כי אין בנו מעשים, עשה עמנו צדקה וחסד והושיענו.

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28277
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » מאנטאג יוני 01, 2009 4:09 pm

ביים סוף פון די דריטע הערט מען ה' מלך ה' מלך וגו', מעגליך פון די יוצרות לר"ה אדער יום קדוש.

נאטרוליסט
שר האלף
תגובות: 1314
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 06, 2007 2:40 pm

תגובהדורך נאטרוליסט » מאנטאג יוני 01, 2009 4:14 pm

א דאנק הער קרעמער, יא, ריכטיג, ס'הערט זיך שווער די אנהייב.

די צווייטע איז טאקע די תנועה פון אבינו מלכינו חננו אבער די ווערטער קוקט עפעס אויס אנדערש, נישט אזוי?

אוועטאר
פארצייטישע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 377
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 21, 2009 1:47 pm
לאקאציע: אין די אלטע היים

תגובהדורך פארצייטישע » מאנטאג יוני 01, 2009 6:37 pm

דער דריטער ניגון איז אויף די ווערטער "שכולה אכולה למה תבכה" פון די אהבה וגאולה'ס וואס מ'זונגט אין באבוב צווישן די וואכן פון פסח און שבועות ביי פירות טיש. (גראדע לעצטענס בהאנדלט געווארן דעם מנהג אין עלים לתרופה)

איך מיין אז דער וואס זונגט איז ר' איטשע שטרום ע"ה פון לאנדאן (פאטער פון יבלחט"א ר' משה דוד שטרום שליט"א פון לאנדאן) וואס האט געזונגען אסאך פארצייטישע ניגונים בעיקר פון חזן זיידל ראוונער, איז קען זיין אז דער ניגון איז פון אים.
אבער איך מיין אז ר' נחמי' שענגוט שליט"א מחסידי באבוב מב"ב, האט אמאל געזאגט אז דער מחבר איז די זעלבע וואס האט מחבר געווען ועל הנסים, וואס מ'זונגט אין באבוב חנוכה.
מ'דארף באהלטן א ספאדיק אן אלטן, בחדרי חדרים זייער גוט, עס זאל זיין א וואונדער, פאר אונזערע קינדער, אז אזוי איז געגאנגען אן ערליכען איד

קהלת
שר חמישים ומאתים
תגובות: 324
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 27, 2009 11:18 am

תגובהדורך קהלת » דינסטאג יוני 02, 2009 10:26 am

נאטרוליסט האט געשריבן:א דאנק הער קרעמער, יא, ריכטיג, ס'הערט זיך שווער די אנהייב.

די צווייטע איז טאקע די תנועה פון אבינו מלכינו חננו אבער די ווערטער קוקט עפעס אויס אנדערש, נישט אזוי?


די ווערטער זענען פין 'אדיר איום ונורא' מזמירות מוצש''ק.

לעווי
שר האלף
תגובות: 1915
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 22, 2008 12:04 pm

תגובהדורך לעווי » דינסטאג יוני 02, 2009 12:14 pm

פארצייטישע האט געשריבן:דער דריטער ניגון איז אויף די ווערטער "שכולה אכולה למה תבכה" פון די אהבה וגאולה'ס וואס מ'זונגט אין באבוב צווישן די וואכן פון פסח און שבועות ביי פירות טיש. (גראדע לעצטענס בהאנדלט געווארן דעם מנהג אין עלים לתרופה)

איך מיין אז דער וואס זונגט איז ר' איטשע שטרום ע"ה פון לאנדאן (פאטער פון יבלחט"א ר' משה דוד שטרום שליט"א פון לאנדאן) וואס האט געזונגען אסאך פארצייטישע ניגונים בעיקר פון חזן זיידל ראוונער, איז קען זיין אז דער ניגון איז פון אים.
אבער איך מיין אז ר' נחמי' שענגוט שליט"א מחסידי באבוב מב"ב, האט אמאל געזאגט אז דער מחבר איז די זעלבע וואס האט מחבר געווען ועל הנסים, וואס מ'זונגט אין באבוב חנוכה.


די פיוטי אהבה וגאולה זענען יוצרות לשבתות בין פסח לשבועות, עס ווערט געזאגט אין אלע יעקישע קהלות ביים דאווענען און עס איז געדריקט אין די יעקישע סידורים. דאכצעך אויך אין די רבי יעקב עמדין סידור איז עס געדריקט.

די ניגון שכולה אכולה איז נתחבר געווארן דורך די פארצייטישע בעל תפלה/חזן וועם מען האט אנגערופן די פשעמישל שוחט (כך שמעתי מר' שאול הוטערער ע"ה).

איך בין כמעט הונדערט פראצענט זיכער אז רבי איטשע שטרום ע"ה זינגט נישט אויף דער קליפ, מיר זעהט עס אויס צו זיין רבי שאול ע"ה (די הארמינייזער) און מעגליך רבי נחמי' שענגוט שליט"א. איך האב ערגעץ אינדערהיים א טעיפ פון רבי שאול הוטערער ע"ה ווי ער זינגט דער ניגון, עמיר זען אויב איך קען עס טרעפן.
ארויף קריכט מען פאוואליע, אבער אראפ קוילערט מען זיך שנעל!

אוועטאר
פארצייטישע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 377
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 21, 2009 1:47 pm
לאקאציע: אין די אלטע היים

תגובהדורך פארצייטישע » מיטוואך יוני 03, 2009 5:14 pm

איך האב געקויפט א סי.די וואס גמ"ח קנאפללער (באבוב 45) האט יעצט ארויסגעגעבן פון 20 פארצייטישע ניגונים, געזונגען דורך בעלי מנגנים פון באבוב.
עס קאסט בלויז 3 דאלער, איך האב עס נאכנישט געהערט אבער איך האב נאכגעהערט אז ס'איז זייער שיין. ספעציעל פאר די וואס זענען אינטערסירט אין די סארט ניגונים.

איך וועל אראפשרייבן די ניגונים אזוי ווי ס'שטייט אויף דעם דעקל.
א) ריקוד: הרה"ח ר' יוסף מאנדלבוים ע"ה
ב) ניגון - ויאתיו: הרה"ח ר' הערש לייב באקאן ז"ל
ג) מארש: הרה"ח ר' יוסף מאנדלבוים ע"ה
ד) י-ה רבון: הרה"ח ר' עזריאל מאנדלבוים ז"ל הי"ד
ה) ניגון - קדיש: הרה"ח ר' ראובן פרץ קויפמאן ז"ל
ו) וואלס: ניגון עתיק
ז) אל תירא: הרה"ח ר' זיידא ראוונע ז"ל
ח) ריקוד: הגה"ח ר' יחזקאל קלאגסבאלד ע"ה
ט) וואלס: הגה"ח ר' עזריאל מאנדלבוים ז"ל הי"ד
י) צור משלו: הגה"ח ר' אבוש מאיר בראנסדארפער ז"ל
יא) מארש: הרה"ח ר' יוסף מאנדלבוים ע"ה
יב) מארש: הרה"ח ר' יוסף מאנדלבוים ע"ה
יג) הללו את ד': הרה"ח ר' יוסף מאנדלבוים ע"ה
יד) מארש: הרה"ח ר' יוסף מאנדלבוים ע"ה
טו) ממקומך: הרה"ח ר' אהרן מיללער ע"ה
טז) מארש: הרה"ח ר' יוסף מאנדלבוים ע"ה
יז) מארש: לבית דזיקוב
יח) לכה דודי: הרה"ח ר' משה דוד מאנדלבוים ע"ה
יט) י-ה קלי: הרה"ח ר' אהרן מיללער ע"ה
כ) מארש: הגה"ח ר' חיים דוד בלום ז"ל הי"ד
מ'דארף באהלטן א ספאדיק אן אלטן, בחדרי חדרים זייער גוט, עס זאל זיין א וואונדער, פאר אונזערע קינדער, אז אזוי איז געגאנגען אן ערליכען איד

אוועטאר
אלץ-ווייסער
שר חמש מאות
תגובות: 861
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אפריל 27, 2007 11:35 am
לאקאציע: נע ונד

תגובהדורך אלץ-ווייסער » זונטאג יוני 07, 2009 11:25 pm

הרב לעווי.
אין עמדין סידור טרעף איך נישט די פיוטי אהבה וגאולה. אפשר ווייסט גענוי ווי עס געפינט זיך
א דאנק.
בל' ס"ג - ניקס ווייסער וד"ל

אוועטאר
אלץ-ווייסער
שר חמש מאות
תגובות: 861
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אפריל 27, 2007 11:35 am
לאקאציע: נע ונד

תגובהדורך אלץ-ווייסער » דאנארשטאג יולי 02, 2009 3:28 pm

וועלכע בנציון שענקר ניגון איז דאס ביטע?

וועלכע ניגון איז דאס?
בל' ס"ג - ניקס ווייסער וד"ל

אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12582
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

תגובהדורך מאשקע » דאנארשטאג יולי 02, 2009 3:48 pm

אלצי, אז דו ווילסט עפעס וויסן וועגן בנציון שענקער, פארוואס פרעגסטו נישט מיך?

מ'הערט זייער שווער די ווערטער, אבער דאס איז היום הרת עולם. ער מאכט יעדן ימים נוראים נייע ניגונים, וואס ער זינגט ביים דאווענען פאר'ן עמוד.
An article a day keeps the babies away

יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9196
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

תגובהדורך יהיה כן » דאנארשטאג יולי 02, 2009 3:50 pm

מאשקעלע איך פרעג דיך יא
וואס פארמאגסטע פון בנציון'ען (אויסער זיינע טעיפס וואס איז צובאקומען אין די געשעפטן) כהאב א קאלעקציע פון אים (יארצייטן מסיבות, פריוואט ועוד ועוד) אפשר קענען מיר נהנה זיין

אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12582
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

תגובהדורך מאשקע » דאנארשטאג יולי 02, 2009 3:59 pm

יהי'לע, איך האב א שיינע פאר גיגעלעך דערפון. טאמער איינער קען נהנה זיין פון איינעם, איז עס לכאורה דו פון מיר... ווייל איך קאלעקט דאס שוין פאר לאנגע יארן. אבער מ'קען קיינמאל נישט וויסן; ס'פעלט מיר אפאר מסיבות פון די לעצטע פאר יאר. קענסט דיך פארבינדן מיט מיר אויף אימעיל.
An article a day keeps the babies away


צוריק צו “היכל הנגינה”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 12 געסט