ר' יונתן שווארץ, ר' יחיאל פאזען, פרעזענט, "חדש ימינו" (ספירה

ניגונים און זינגערס

אחראי: אחראי

אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרים אלפים
תגובות: 23412
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

ר' יונתן שווארץ, ר' יחיאל פאזען, פרעזענט, "חדש ימינו" (ספירה

תגובהדורך וויכטיג מאכער » זונטאג אפריל 26, 2009 5:19 pm

ווי א העלן טאג אינמיטן א דינער, בין איך שאקירט געווארן... איך זיץ מיך אזוי רואיג אויף מיין בענקל אין די נוז רום דא אין ק.נ.א... מיין פעלעפאון דריזעלט... ווער האט ארויסגעגעבן מיין פריוואטע נאמבער?.. איך קאן נישט די נאמבער.. אבער אזוי ווי איך בין נישט ביזי.. און וויכטיג בינעך דאך.. האב איך אויפגעהויבן..

אויף די צווייטע זייט איז געווען נישט קיין צווייטער, ווי מיין ידיד, (נו.. גילו..) אקעי איך שרייב נישט קיין נאמען.. מר. לי עוו. פאוטאו.. און ער פרעגטצעך נאך אויף מיר, ער זאגט אז איך בין שוין לאנג נישט געווען דארט, און איך האב שוין לאנג נישט געקויפט קיין נייע טעיפ'ס..

און דאן האטעס פאסירט.... דו ווייסט אז ס'איז שוין דא א נייע טעיפ.. און דו האסטעס נישט געמאלדן?... ווער האטעם פארציילט?.. ווער רעדט דא ארום?...

עניוועי.. ער האט מיר געזאגט אז ער שיקט מיר א אימעיל מיט א פיקטשער פון א נייע טעיפ.. זאג איך עם.. העי.. ווארט א מינוט... איך בין דא נישט ווייט, (די ק.נ.א. האט א אפיס אין די געגענט..) איך קום אריין..

איך האב מיך אהין געיאגט צו פיס.. נישטא קיין צייט צו זוכן פארקינג.. איך קום אריין, ער ווארט מיך אפ מיט א טעיפ, ס'שטייט דארט.. "ר' יונתן שווארץ" "ר' יחיאל פאזען" פרעזענט'ס "חדש ימינו".. און נאכדעם איז דא די סימבאל פון "המזמרים" און ס'שטייט אונטער דעם "לייוו #2".. אונטער דעם שטייט, "צוויי מטבעות-א נייע ניגון אין יודיש דורך ר' יונתן שווארץ"...

איך האב פראבירט צו פרעגן אביסל דיטעיל'ס, אבער ער האט קיין סאך נישט געוויסט.. ער זאגט אז דאס האט מען היינט געברענגט, זעלבסטפארשטענדליך, אז דאס ווערט דיסטריביוטעד ביי 'חזק' דיסטריביוטערס.. אבער איין זאך איז דאס אנדערש פון אלע נייע ספירה טעיפ'ס.. ס'קאסט נאר 10.00 דאללער.. (ער שרייבט אז ער פארדינגטעס נאר.. איי געס אז דינגען איז ביליגער ווי קויפן..)

מיר האבן דערווייל דאס נאכנישט געהערט, אבער מיר האפן אז בקרוב, וועמערעס הערן, און קענען געבן א באריכט... דערווייל, ווילאנג מיר בארואיגענזיך פון שאק, אויב איינער ווייסט עפעס מער, פליז לאז זיך נישט בעטן..

איך האב דא א פיקטשער, איך האבעס געשיקט פאר מאיר, ער האטעס ריסייז'ד.. אבער איך וועל ווארטן, מיט די שכח, איך בין עם שוין שולדיג א פאר.. איך האב נאכנישט גע'שכח'ט זיין טאג בוך, ווען איך וועל דארט שכח'ן, וועל איך קעיר נעמען פון דעם אויך..

מאיר.. טענקס..
צוגעלייגטע
a נייע סידי...jpg
a נייע סידי...jpg (10.98 KiB) געזעהן 3383 מאל
הכונו ל'מעמד אדיר איום אסיפת ה''ניקס'' לטוהר המחנה!!!

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28277
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » זונטאג אפריל 26, 2009 6:22 pm

פשיהא, פאר א DVD נאר 10 דאלער.

וואס איז פשט פון די ווערטער D.V.D. אויפן סטיקער?

אוועטאר
קאקאש קעיק
שר חמישים
תגובות: 57
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אפריל 05, 2009 3:26 pm

תגובהדורך קאקאש קעיק » זונטאג אפריל 26, 2009 6:22 pm

אהער מיט א פריוויו פליז!
[לענ"ד צו מעלדן א טעיפ אן א פריוויו, איז ווי א גוף אן א נשמה]

אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרים אלפים
תגובות: 23412
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

תגובהדורך וויכטיג מאכער » זונטאג אפריל 26, 2009 6:32 pm

יאפ.. דאס איז א סידי, נאר ער איז געווען שארט אין CD סטיקערס.. האטער געלייגט DVD סטיקערס..

קרעמער, איז דאס די איינציגסטע הערה וואס דו האסט?..
הכונו ל'מעמד אדיר איום אסיפת ה''ניקס'' לטוהר המחנה!!!

אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרים אלפים
תגובות: 23412
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

תגובהדורך וויכטיג מאכער » זונטאג אפריל 26, 2009 6:36 pm

קאקאש קעיק.. זייער גוט געזאגט.. לפי 'עניית' דעתי... איך האלט אז דיין מיינונג (איבער די פריוויא) איז זייער ארעם..
הכונו ל'מעמד אדיר איום אסיפת ה''ניקס'' לטוהר המחנה!!!

אוועטאר
קאקאש קעיק
שר חמישים
תגובות: 57
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אפריל 05, 2009 3:26 pm

תגובהדורך קאקאש קעיק » זונטאג אפריל 26, 2009 7:15 pm

לעשירות דעתי דארף איך דיר איבערבעטן ברבים, ביסט מיר מוחל :?

אוועטאר
שאץ מאץ
שר האלפיים
תגובות: 2885
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 15, 2008 5:01 pm
לאקאציע: איבעראל
פארבינד זיך:

תגובהדורך שאץ מאץ » מאנטאג אפריל 27, 2009 2:49 pm

קאקאש קעיק האט געשריבן:אהער מיט א פריוויו פליז!
[לענ"ד צו מעלדן א טעיפ אן א פריוויו, איז ווי א גוף אן א נשמה]


פון היינט און ווייטער ווען איינער וועט מעלדן נייעס פון א טעיפ וועט מוזן שטיין אינעם קעפל אזוי

נייע טעיפ שושנת יעקב צהלה - גוף
דאס מיינט ס'איז נאר דא די נייעס פונעם טעיפ

אדער א קעפל

נייע טעיפ שושנת יעקב צהלה - נשמה
דאס מיינט אז ס'איז דא א פריוויו,
איינשטומיג????!!!
.

אוועטאר
יגרסהדותא
מ. ראש הקהל
תגובות: 3682
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 03, 2006 10:14 am
לאקאציע: קאר וואש

תגובהדורך יגרסהדותא » מאנטאג אפריל 27, 2009 3:08 pm

נייע טעיפ: שושנת יעקב - בויך קרעמפן!
מיינט: ס'האט א ביכל..

אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12466
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.

תגובהדורך צייטליך » מאנטאג אפריל 27, 2009 3:17 pm

יגרסהדותא האט געשריבן:נייע טעיפ: שושנת יעקב - בויך קרעמפן!
מיינט: ס'האט א ביכל..


צו דער שושנת יעקב האט ארויסגעגבן א ביכל מיט בויך קרעמפן ווייסעך נישט אבער יגר האט זיכער געהאט גאר גוטע קרעמפן...

שאץ, נאדער ;l;p- פאר דיין תגובה.

נעבעך פאר וויכי ווי מ'האט אריינגעפירט זיין אשכול.. א באס פארט שוין צוריק..


נו, איינער האט עפעס נייעס ריגארדינג דעם "ספירה סידי" פון המזמרים?? אויף קאלמע וואסער איז אויך גארנישט דא? ואני אני באאאאאאא!
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.

אוועטאר
יאנאש
שר שמונת אלפים
תגובות: 8292
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 28, 2006 8:40 pm
לאקאציע: וואו בינעך טאקע?

תגובהדורך יאנאש » מאנטאג אפריל 27, 2009 3:25 pm

לצים...

איוואן
שר חמישים
תגובות: 56
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 14, 2007 11:07 pm

תגובהדורך איוואן » מאנטאג אפריל 27, 2009 3:45 pm

לויט ווי איך פארשטיי, גייסטו נישט טרעפן קיין פּריוויו פון דעם טעיפּ, עטליעסט נישט אזוי שנעל.

די סיבה דערצו איז, ווייל ר' יונתן שווארץ איז זייער דערקעגן, ער לאזט נאר א פּריוויו פון 8 סעקונדעס אַ ניגון.

אוועטאר
פרעזידענט
שר האלף
תגובות: 1098
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 22, 2009 11:20 pm

תגובהדורך פרעזידענט » מאנטאג אפריל 27, 2009 6:25 pm

מעגליך אז ס'האט א די.ווי.די. סטיקער ווייל עס קאסט בלויז $9.99 אין זייענע $9.99 סטיקערס ניצט ער געווענליך פאר ביליגע-אלטע די.ווי.די.'ס
לעצט פאראכטן דורך פרעזידענט אום מאנטאג אפריל 27, 2009 6:58 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
פרעזידענט מיינט נישט דווקא א פירער פון א לאנד, פיהר דיך פערזענליך אויף מיט פארשטאנד.
אין דיין מלחמת היצר ביזטו ״הויפט קאמאנדיר״ - Make Yourself Great Again

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28277
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » מאנטאג אפריל 27, 2009 6:39 pm

מסתבר טאקע, מר. פרעזידענט.

איוואן; שלום עליכם. לאנג טיים נאו סי.

אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרים אלפים
תגובות: 23412
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

תגובהדורך וויכטיג מאכער » מאנטאג אפריל 27, 2009 8:49 pm

נאך א ביזי טאג, מ'קומט אריין דא, ממש א פלעזשער..

שאץ, יגר, פיין איז דאס ווארט..

צייטליך, וועכע וועג נעמסטע אויף צוריק?.. ס'טרעפיק אויפן 'פארברענגען דרייוו' איז געפערליך..

פרעזידענט, זייער גוט געזאגט, איך ווייס נאר נישט, צו דא איז געווען איינער וואס האטעס נישט אליין געכאפט..

און יעצט צום טעיפ, (צייטליך, איך בין געקומען דורך קרעטשמע עוו.) דערווייל האבעכעס קוים געהערט, ס'קוקט אויס א עכטע לייוו 'מזמרים' דזשאב, נישט קיין סאך צוגעלייגט, וואס ווער ס'גלייכט דאס, דארף שטארק גלייכן די טעיפ..

און 'ר' יונתן שווארץ'ס' ניגון, איז טיפיקל יונתן שווארץ...

אבער כאבעס נאר איינמאל געהערט... ווער ס'האט עפעס מער, זאל ביטע זאגן..
הכונו ל'מעמד אדיר איום אסיפת ה''ניקס'' לטוהר המחנה!!!

אוועטאר
לוסטיג
שר האלף
תגובות: 1138
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 23, 2008 1:56 pm

תגובהדורך לוסטיג » דינסטאג אפריל 28, 2009 1:01 am

וויכטיג מאכער האט געשריבן:דערווייל האבעכעס קוים געהערט, ס'קוקט אויס א עכטע לייוו 'מזמרים' דזשאב,


איך האב עס געהערט און שטארק הנאה געהאט, הערליכע ניגונים זייער שיין און מסודר... אונגאנצען נישט אוואו א מזמרים דזאב...
(סארי וויכי נישט פערסינאל..)
אבער צום סוף לאכן מיר דיר אויס, הא..הא..הא..חחח...

אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12582
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

תגובהדורך מאשקע » דאנארשטאג אפריל 30, 2009 8:13 pm

כ'האב עס נאכנישט געהערט, אבער שכוח וויכי פאר אזא שיינעם באריכט.

א פריוויו קען מען באקומען פאר 9.99 $. פאראינטערעסירטע ביטע רופט 311.
An article a day keeps the babies away

שראליק
שר חמישים
תגובות: 97
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג סעפטעמבער 25, 2008 7:31 pm

תגובהדורך שראליק » זונטאג מאי 03, 2009 1:28 pm

האט איינער עפעס מער צו פארציילן איבער דעם CD?
וואס איז די דער ניגון פון יונתן? קוקט אויס צו זיין אינטערסאנט..

וואס איך פארשטיי נישט איז, וואס איז פשט פון ארויסקומען מיט א ספירה אינמיטן ספירה, מען קען מיינען אז ספירה גייט אנהאלטן פאר נאך צוויי חדשים...,קוקט עס נישט אויס ווי א סוכות טעיפ קומט ארויס דעם פערטן טאג חוה"מ סוכות??

אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12466
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.

תגובהדורך צייטליך » זונטאג מאי 03, 2009 5:31 pm

שראליק, מ'קען נאך גענונג משוגע ווערן ביז שביעות פון נישט הערן קיין געהעריגן טעיפ, אלזא אפילו ער זאל היינט ארויסקומען איז עס נאך גוט, כ"ש אז ער איז שוין ארויסגעקומען אריבער א וואך צוריק.

און חוץ דעם, איך הער יעצט ספירה טעיפ'ס וואס זענען ארויסגעקומען צוויי יאר צוריק, קיין נפקא מינה צו ס'איז ארויסגעקומען אנהייב ספירה אדער ביי די ענדע פון די דריי וואכן. דער טעיפ פארבלייט אויך פאר אן אנדערס יאר.

למעשה האט שוין לוסטיגער געשריבן אן אנאליז אויף דעם טעיפ, בעיקר אויף איין ניגון, ווי עס קוקט אויס איז דאס זייער א שיינער טעיפ.
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.

שראליק
שר חמישים
תגובות: 97
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג סעפטעמבער 25, 2008 7:31 pm

תגובהדורך שראליק » דינסטאג מאי 05, 2009 4:29 pm

איך קען אויך קויפן א טעיפ הושענה רבא פאר איבעראיאר סוכות אי"ה, אבער אז מ'האט א קאפ אויפן פלאץ קומט מען ארויס "צייטליך"...

אוועטאר
פלאפי יוד
שר מאה
תגובות: 207
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוקטובער 03, 2008 1:41 pm

תגובהדורך פלאפי יוד » דינסטאג מאי 05, 2009 7:31 pm

די טעיפ באלאנגט, (לענ"ד ועוד מבינים) און ובלכתך בדרך קעסטל פאר 1.99
ס'פעהלט מיר אויס ווי א שיך אין קאפ.......

אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12582
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

תגובהדורך מאשקע » מיטוואך מאי 06, 2009 7:35 pm

פלאפי, טעקס אינקלאדעט?
An article a day keeps the babies away


צוריק צו “היכל הנגינה”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: Google [Bot] און 16 געסט