ממזרח שמש - קידוש החמה

ניגונים און זינגערס

אחראי: אחראי

אוועטאר
my_music
שר חמישים ומאתים
תגובות: 344
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 22, 2009 6:32 pm
לאקאציע: נאך אויפן זעלבן פלאץ

ממזרח שמש - קידוש החמה

תגובהדורך my_music » דאנארשטאג מארטש 26, 2009 3:58 pm

אזוי ווי איז זעה אז דער עולם איז זייער ווארים פאר ר' שלמה הערש עקשטיינס סחורה

ער קומט ארויס יעצט לכבוד ערב פסח - קידוש החמה מיט אזא היימישע סטייל (ימים נוראים - להתענג) טעיפ רוב ניגונים זענען אלטע באקאנטע ניגונים וואס רעדן פון קידוש החמה, אבער עס איז דא דארט צוויי נייע פארפאסט דורך ר, שלמה הערש. און איין ניגון פון ר' יהושיע מענדלאוויטש.

איך ווייס נישט קיין ETA, אבער עס וועט מסתמה זיין אין די קומענדיגע טעג

אוועטאר
מאיר
שר האלף
תגובות: 1526
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 10, 2009 12:34 pm

תגובהדורך מאיר » דאנארשטאג מארטש 26, 2009 4:20 pm

יישר כח פאר די ברעיקונג נוז.

אוועטאר
זעליג
שר חמש מאות
תגובות: 643
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 26, 2008 4:35 am

תגובהדורך זעליג » דאנארשטאג מארטש 26, 2009 4:25 pm

וועלכע האלטע ניגונים רעדן פון קידוש החמה?

אוועטאר
מאיר
שר האלף
תגובות: 1526
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 10, 2009 12:34 pm

תגובהדורך מאיר » דאנארשטאג מארטש 26, 2009 4:26 pm

לכאורה טובים מאורות מיט ממזרח שמש וכדו'

אוועטאר
my_music
שר חמישים ומאתים
תגובות: 344
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 22, 2009 6:32 pm
לאקאציע: נאך אויפן זעלבן פלאץ

תגובהדורך my_music » דאנארשטאג מארטש 26, 2009 4:32 pm

מאיר האט געשריבן:לכאורה טובים מאורות מיט ממזרח שמש וכדו'

אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרים אלפים
תגובות: 23413
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

תגובהדורך וויכטיג מאכער » דאנארשטאג מארטש 26, 2009 4:33 pm

העי פיפעל, מיר האבן דא א נייע סטאר, מר. מוזיק... ער ברענגט פרישע סחורה...

דאס איז זייער גוטע נייעס פאר ק.נ.א., זינט צייטליך איז אריבער פון די נגינה אפטיילונג צו די עראפלאן קראך אפטיילונג.. איז די נגינה אפטיילונג אביסל אפגעשוואכט, יעצט מיט אונזער נייעם 'נגינה ריפארטער', "my music", האפן מיר, אז ס'וועט אלעס צוריק זיין אויפן פלאץ...
הכונו ל'מעמד אדיר איום אסיפת ה''ניקס'' לטוהר המחנה!!!

אוועטאר
my_music
שר חמישים ומאתים
תגובות: 344
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 22, 2009 6:32 pm
לאקאציע: נאך אויפן זעלבן פלאץ

תגובהדורך my_music » דאנארשטאג מארטש 26, 2009 4:34 pm

יישר כח פאר די ווארימע קבלת פענימ'ער פון יעדן איינעם

איין זאך בין איך נישט אזוי קלאר ווער איז ק.נ.א.?

אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12466
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.

תגובהדורך צייטליך » דאנארשטאג מארטש 26, 2009 4:40 pm

אונז וועלמיר ווארטן אז קרעמער בכבודו ועצמו זאל גיבן א שטיקל באריכט איבער זיין פירמע ק.נ.א. וואס איז זיך היינט ציוואקסן אין די לענג און ברייט פון די וועלט.

אין קורצן:

עס איז די ראשי תיבות פון ק'רעמער נ'ייעס א'גענטור. די נייעס ארגענעזאציע פון אונזער קרעטשמע וואס מעלדט און דעקט נייעס פון ארום די וועלט.
לעצט פאראכטן דורך צייטליך אום דאנארשטאג מארטש 26, 2009 4:42 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28277
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » דאנארשטאג מארטש 26, 2009 4:42 pm

ווארט זיצנדיג.

אין קורצן: ק.נ.א. איז די קרעטשמע (יש גורסין קרעמער) נייעס אגענטור וואס מעלדט כסדר פרישע שאפונגען איבער די וועלט אין די "נייעס" פארום פון די קרעטשמע. צווישן אירע מיטארבייטער ציילן זיך צייטליך, שוועמל, וויכטיג-מאכער, און ווער אימער עס באגערט.

אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12466
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.

תגובהדורך צייטליך » דאנארשטאג מארטש 26, 2009 4:44 pm

דזשינקס!
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.

אוועטאר
סתם_אזוי
שר ששת אלפים
תגובות: 6112
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 24, 2008 4:13 pm

תגובהדורך סתם_אזוי » דאנארשטאג מארטש 26, 2009 4:47 pm

לעצט פאראכטן דורך צייטליך אום דאנערשטאג מרץ 26, 2009 4:42 pm, איין מאל איז עס געווארן פאראכטן
איך האב עס געזאגט.... סתם אזוי. איך האב עס געפרעגט.... סתם אזוי.

אוועטאר
דארפסמאן
שר ששת אלפים
תגובות: 6442
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 14, 2006 2:52 pm
לאקאציע: אין דארף

תגובהדורך דארפסמאן » דאנארשטאג מארטש 26, 2009 5:59 pm

my_music ברענג א פרוויאו ווען עס קימט ארויס
הכו"ח ר' אברהם דארפסמאן שליט"א
פה ב'דארף יצ"ו -

אוועטאר
my_music
שר חמישים ומאתים
תגובות: 344
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 22, 2009 6:32 pm
לאקאציע: נאך אויפן זעלבן פלאץ

תגובהדורך my_music » דאנארשטאג מארטש 26, 2009 8:41 pm

will do

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25702
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » פרייטאג מארטש 27, 2009 12:44 am

קרעמער האט געשריבן:ווארט זיצנדיג.

אין קורצן: ק.נ.א. איז די קרעטשמע (יש גורסין קרעמער) נייעס אגענטור וואס מעלדט כסדר פרישע שאפונגען איבער די וועלט אין די "נייעס" פארום פון די קרעטשמע. צווישן אירע מיטארבייטער ציילן זיך צייטליך, שוועמל, וויכטיג-מאכער, און ווער אימער עס באגערט.



ווי ביניך? אה די גאסט רעפארטערס רעכנט מען נישט...

ברוך הבא, מיין-מוזיק, מיר האפן הנאה צו האבן פון אייך.

אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרים אלפים
תגובות: 23413
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

תגובהדורך וויכטיג מאכער » פרייטאג מארטש 27, 2009 1:26 am

מיילער, צוויי פשטים, די ערשטע, קרעמער האט אויסגערעכנט די וואס ארבייטן עקסקלוסיוו פאר ק.נ.א. און נישט דו וואס ארבייטן אויך פאר די קרעטשמע דעילי...


שנית, זעהט אויס אז דו שטייסט אין די זייט, קרעמער האט נאר אויסגערעכנט די וואס שטייען צווישן...
הכונו ל'מעמד אדיר איום אסיפת ה''ניקס'' לטוהר המחנה!!!

אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12582
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

תגובהדורך מאשקע » פרייטאג מארטש 27, 2009 12:32 pm

לויט מיין אינפאו וועט עס זיין צו באקומען זונטאג פ' צו.

צווישן די ניגונים איז דא דער סאטמארער קל אדון, און אלטע ניגונים ארויפגעלייגט אויף חמה'דיגה ווערטער.
An article a day keeps the babies away

אוועטאר
my_music
שר חמישים ומאתים
תגובות: 344
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 22, 2009 6:32 pm
לאקאציע: נאך אויפן זעלבן פלאץ

תגובהדורך my_music » מאנטאג מארטש 30, 2009 5:22 pm

preview

http://www.ezdatasolution.com/uploads/01preview.mp3

קרעדיטס פאר פאטאקי08
לעצט פאראכטן דורך my_music אום דינסטאג מארטש 31, 2009 1:28 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אוועטאר
מאיר
שר האלף
תגובות: 1526
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 10, 2009 12:34 pm

תגובהדורך מאיר » מאנטאג מארטש 30, 2009 5:29 pm

ריזיגע יישר כח מיין מוזיק.

אוועטאר
Monticello
שר חמישים ומאתים
תגובות: 315
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 04, 2007 11:20 am

תגובהדורך Monticello » מאנטאג מארטש 30, 2009 6:13 pm

אויף עורה'ס סידי וואס איז געקומען אין די פאסט זינגט ליפא שמעלצער א ניגון 'זריחה שקיעה' (די אכטע טרעק) וואס האט מיך צוריקגעטראגן צו שלום עליכם'ס תרס"ה אנאטאווקא.

די ניגון, מיט ליפא'ס נייע ווערטער לכבוד קידוש החמה, איז פארפאסט געווארן אים תשכ"ב ביי זשערי באק לכבוד די מוזיקעל פידלער אן די ראאף. ס'איז א ניגון פון נאסטלאגיע און טיפע געפילן.

די ארגינעלע ווערסיע קענט איר טרעפן אויפ'ן אינטערנעט. איימיצער האט מיר געזאגט אז ס'האט א חשש פון קול באישה, ממילא האב איך עס נישט געקענט באשטעטיגן.
עניוועי, דאס איז די מיינונג פון צומווייניגסטנס איין מאן.

אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12466
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.

תגובהדורך צייטליך » מאנטאג מארטש 30, 2009 6:16 pm

א גרויסן יישר כח רב מיי_מוזיק.

ס'רוב דערפון זענען אלטע ניגונים ארויפגעלייגט אויף "זון" ווערטער. איינציגע זענען ניי ניגונים.

זייער שיין געזינגען און געשפילט.
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.

אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12466
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.

תגובהדורך צייטליך » מאנטאג מארטש 30, 2009 6:22 pm

מאנסטיסעלאו, איך העל דיר זאגן דעם אמת, איך האב געוויסט אז עס ליגט מיר ערגעץ דעם ניגון אין זכרון, נישט קענענדיג דערגיין. יישר כח פארן לעזונג.

אבער איך גלייב אז דיין לינק וועט אראפגענומען ווערן זינט עס איז ריכטיג קול באישה און בעיקר וויייל דא איז לעצטענס דא א תקנה אז עס איז נישט ערלויבט ארויפצולייגן קיין יו-טוב לינקס.
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.

אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12466
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.

תגובהדורך צייטליך » מאנטאג מארטש 30, 2009 6:25 pm

אגב. דא רעדט מען איבער דעם "עורה" טעיפ.
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.

אוועטאר
פאטאקי08
שר עשרת אלפים
תגובות: 11193
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 09, 2007 1:30 pm
לאקאציע: בקרוב אין וואשינגטאן

תגובהדורך פאטאקי08 » מאנטאג מארטש 30, 2009 7:32 pm

my_music האט געשריבן:preview


און אויב דער מנהל אדער איינער וועט זיין אזוי וויליג און עס ארויפלייגן דירעקט וועט עס זיין א גרויסער חסדת און כ'וועל עס קענען דיליטן פון מיין יו-סענד-איט אקאונט



דא קענט איר עס דאונלאודן דירעקט

אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12582
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

תגובהדורך מאשקע » מאנטאג מארטש 30, 2009 8:13 pm

כ'האב געמוזט ארויסנעמען דעם לינק, צוליב תקנת הקרעטשמע נישט ארויפצולייגן קיין לינקס צו יו-טוב.
An article a day keeps the babies away

אוועטאר
my_music
שר חמישים ומאתים
תגובות: 344
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 22, 2009 6:32 pm
לאקאציע: נאך אויפן זעלבן פלאץ

תגובהדורך my_music » דינסטאג מארטש 31, 2009 1:27 pm

יישר כח הרב פאטאקי


צוריק צו “היכל הנגינה”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 16 געסט