דיגיטאלישע מוזיק ביי אפארדעבל חתונה זאלן

ניגונים און זינגערס

אחראי: אחראי

געדולד
שר מאה
תגובות: 147
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 18, 2009 8:01 pm

דיגיטאלישע מוזיק ביי אפארדעבל חתונה זאלן

תגובהדורך געדולד » מיטוואך מארטש 25, 2009 5:15 pm

איך האב געהאט א שמועס לעצטנס מיט אן עסקן פון קרית יואל וואס טוט אין די חתונה תקנות, איך האב נישט מיטגעהאלטן ביז דאן צופיל פרטים, איך בין געווארן איבעראשט פון די דורכבראך פון אולם עקשטיין, נדבת ר' דוד עקשטיין, וואס האט געהאט א זכי' אהער צושטעלן אז א חתונה נאכט גייט קאסטן אינגאנצן $6000 פאר ביידע מחותנים, אינקלאדעט סעודה, זינגער, גראמער, מוזיק, בלומען, פאטאגרעפער א.א.וו. דער נומ' האט מיר דערפריידט ביים הארץ.

(כ'הער אז עס איז דא אין וויליאמסבורג קנאת סופרים, און מען בויט יעצט איבער ברכא סימא. הלוואי איז עס אמת, די שכר דערפון איז אומשאצבאר)

ווען איך האב געפרעגט וואס הייסט עס קאסטן? וויפיל קאסט עס יעצט? עס איז דאך שוין אפן?

האט ער מיר געענטפערט אז די פרייז פון $6000 וועט זיין ווען די עם פי טרי סייסטעם וועט זיין פערטיג. ער פארציילט אז זיי אינוועסטירן יעצט אין א סיסטעם איבער $100,000 דאלער! זי ווילן עס זאל זיין מעכטיג און פראפעשענעל. ער האט מיר געגעבן אביסל פרטים איבער דעם, באט נישט צופיל אפשר ווייסט איינער מער.

ער זאגט מיר אז די צוזאמשטעלער איז א יונגערמאן ר' נפתלי משה שניטצלער, א נעפיו פון מיכאל שניטצלער, ער האט אן אייגענע סטודיא, א מומחה אין מוזיק, וואס די חרדי'שע גאס האט שוין לאנג נישט געזען אזא חידוש.

האט שוין איינער געהערט פון אים? איז ער טאקע א שטערן אין די עולם המוזיק? כ'מיין עם פי טרי...

די זינגערס זאגט ער מיר איז עמרם אקער, און א בחור וואס כגעדענק נישט זיין נאמען יעצט.

כ'בין נייגעריג אויב עס גייט טאקע ווערן א רעליטעיט.

אוועטאר
my_music
שר חמישים ומאתים
תגובות: 344
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 22, 2009 6:32 pm
לאקאציע: נאך אויפן זעלבן פלאץ

תגובהדורך my_music » מיטוואך מארטש 25, 2009 5:32 pm

ער זאגט מיר אז די צוזאמשטעלער איז א יונגערמאן ר' נפתלי משה שניטצלער, א נעפיו פון מיכאל שניטצלער, ער האט אן אייגענע סטודיא, א מומחה אין מוזיק, וואס די חרדי'שע גאס האט שוין לאנג נישט געזען אזא חידוש.


http://web.me.com/gesandfriends/GES_and ... udios.html

האט שוין איינער געהערט פון אים? איז ער טאקע א שטערן אין די עולם המוזיק? כ'מיין עם פי טרי...
לעצט פאראכטן דורך my_music אום דאנארשטאג מארטש 26, 2009 8:47 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אוועטאר
יגרסהדותא
מ. ראש הקהל
תגובות: 3682
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 03, 2006 10:14 am
לאקאציע: קאר וואש

תגובהדורך יגרסהדותא » מיטוואך מארטש 25, 2009 6:37 pm

איך וויל וויסן עפעס אנדערש, מיין קליינטיגע אייפאד זינגט הערליך, פארוואס דארף קאסטן הונדערט טויזענט דאלער? ווייל ס'איז א סיסטעם??

אוועטאר
שמיי_דריי
שר האלף
תגובות: 1308
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 20, 2008 8:10 pm
לאקאציע: ביים שרייב טישל ערגעץ ווי אין יודישע וועלט

תגובהדורך שמיי_דריי » מיטוואך מארטש 25, 2009 7:12 pm

ס'איז נישט עפעס ראטה

איך ווייס ווער דער בחור איז און אויב נאך איינער דא ווייסט זאל ער ביטע נישט שרייבן זיין נאמען ווייל דער בחור האט מיר פערזענדליך געזאגט אז ער וויל נישט די גאס שאל וויסן אז ער גייט זינגען דארט

ער ברויך נאך טוהן א שידוך...

וועגן דעם שניצלער איז דא אסאך צו רעדן
ער איז זייער א גרויסע מומחהאין מוזיק. ער האט א מוראדיגע חוש צו מוזיק ער פארשטייט זייער דערצו. רוב חתונה שפילערס קומען די דראמס פון אים. ער שטעלט דאס צוזאם
ער האט שוין ארויסגעגבען אפאר טעיפס פון זיין סטודיאו
מרקד על תלת
ר'מאיר אומר (יוסי מאיער)
און נאך.. ואס איך געדענק נישט יעצט אויף די מינוט
א חתימה ברויך מען האבן ?

אוועטאר
bailout
שר האלפיים
תגובות: 2208
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 25, 2008 10:27 am

תגובהדורך bailout » מאנטאג נובעמבער 02, 2009 8:28 am

אקעי היר ווי אר.....

די אשכול איז געשלאפן א שטיק צייט, אבער די קול פון די עם פי טרי וואס הילכט אפ לעצטנס אין די זאלן פון אולם עקשטיין, און די זאל אין מאנסי, וועט אים מוזן אויפוועקן,.

יעצט שאקל אביסל אפ די שטויב און קום ארויף לאמיר דיר ארויפלייגן אויפן טיש און לאמיר הערן די ערשטע פידבעק.

קודם דא האט מען געשריבן אויבן אז נפתלי משה שניצלער האט עס געמאכט, דאס איז געווען איינע פון די פלענער וואס האבן זיך למעשה נישט אויסגעארבעט, די סיסטעם דאכט זיך הייסט אפי' נישט עם פי טרי נאר עפעס א אנדערע נאמען, וואס אויפן מאמענט ווייס איך נאך נישט, למעשה נאך פארשידענע קאמפליקאציעס האט די וועד פון חתונה תקנות פון ק''י זיך דערזען אז זיי האלטן נאך ביי א, דעמאלט איז אריינגעקומען אין בילד א איד פון מאנסי מיטן נאמען גראס, ער איז אקטיוו מיט די נייע ביליגע זאל פון סאטמאר מאנסי, ער האט זיך אריינגעלייגט דערין, און פארבינדן צוויי ליטווישע אידן - וואס כ'ווייס נאכנישט קיין נאמען - מיט הרב רייזמאן פון ק''י, און צוזאמען האבן זיי אינוועסטירט אין די נייע סיסטעם, וואס איז שוין ב''ה אריין אין קראפט בעת די שורות ווערן געשריבן, סיי אין מאנסי און סיי אין ק''י.

במשך די גאנצע חתונה הערט מען צוויי פריינד ברודערס זינגען צוזאמען, איינער וואס אים הערט מען בעיקר, וואס זיין שטימע וואלט איך געזאגט איז א צווייטע קאזין מיט שוועקי'ס שטימע, און די צווייטער הארמענייזט און אביסל זינגט ער אויך.

ווייטער די מוזיק איז אזוי, ס'איז בעצם א וואן מען בענד, אבער מיט לייוו אינסטרומענטס, דאס הייסט אז די האסט א וואן מען בענד אבער צו די זייט האסט לאמיר זאגן א טראמפעט, א סעקסעפאן, מיט א גיטאר אדער צוויי, די איבריגע סאונדס איז פון א קיבארד.

א אינטערעסאנטער צאמשטעל איז, אז די פויק איז יא עכט, ס'קוקט אויס אפשר א מאדנע צאמשטעל אדער דאס איז די מציאות, די פויק איז פון א לייוו דראם.

נאך א אויפטוה וואס איז דא מיט דעם, די וועד האט גענומען רשות פון ר' משה גאלדמאן, (אפשר פון נאך אויך) צו קענען נעמען פון זיינע טעיפס ניגונים, אזויווי ס'שטייט און גייט און עס זינגען ביי די חתונות, פארשטייט זיך ביי די סעודה, איז עפעס אזוי שלעכט צו זיצן ביי א חתונה און הערן מחנה שלוה קווייער, מיט משה לאופר'ס בענד?...

דערווייל לאז איך עס ביי דעם אפשר וועל מיר ממשיך זיין.

בעק טו יו יגר!

אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12466
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.

תגובהדורך צייטליך » מאנטאג נובעמבער 02, 2009 8:36 am

א גרויסן ייישר כח בעילאוט פאר דיין הערליכער רעפארט.

דאכצעך אז דאס ווערט געריפן "DJ MUSIC" א שטייגער ווי מ'הערט אין די קרעטשמע'ס... (נישט ממש)

איין וויכטיגע פונקט האסטו פארגעסן צו באריכטן.

וויזוי לויפט די אויסשטעל פון די ניגונים? האט יעדער חתונה ממש די זעלבע זאך?

און ווען פאצלאנטער רב שליט"א קומט אריין טאנצן פון וואנעט קען מען דאס אנשטעלן אז דאס זאל אנפאנגען די זעקסטע הקפה ניגון אדער ישמחו השמים?
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.

אוועטאר
הערשי קניהויז
שר חמש מאות
תגובות: 837
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 24, 2008 1:23 pm

תגובהדורך הערשי קניהויז » מאנטאג נובעמבער 02, 2009 8:46 am

איך בין געווען ביי א חתונה אין קרית יואל ווי מען האט געניצט דעם נייעם סיסטעם עס איז טאקע געווען זייער גוט, אבער עס נאך דא אסאך פלאץ צו פארבעסרן.

איין זאך וואס איך געדענק יעצט איז ווען מען דארף טוישן צו א ניגון ארויס פינעם סדר למשל פאר א רבי האט זיך די מיוזיק אפגעשטעלט.

אבער איך גלייב אז אלעס קען מען פארעכטן, אדער איז עס שוין, איך בין געווען ביי די ערשטע חתונה וואס מען האט עס דארט געניצט.

אוועטאר
הערשי קניהויז
שר חמש מאות
תגובות: 837
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 24, 2008 1:23 pm

תגובהדורך הערשי קניהויז » מאנטאג נובעמבער 02, 2009 8:47 am

צייטליך, איינער זיצט דארט און קאנטראלט אלעס, אויך ביי די גראמען שטעלט ער צו פאר יעדען מחותן וואסערע ניגון מען פארלאנגט.

און פאשטייט זיך בשעת ווען די גראמער גראמט איז נישט דא קיין מיוזיק.

אוועטאר
צום זאך
שר האלפיים
תגובות: 2827
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 25, 2009 3:31 pm
לאקאציע: רעסט עריע

תגובהדורך צום זאך » מאנטאג נובעמבער 02, 2009 9:00 am

בעילאוט, איך פארשטיי נישט, די דראמס זענען ריעל, די אינסטורמענטן אויך, נו וואס הייסט אז בעצם איז עס א וואן מען בענד? בכלל דארף מען עס געבן א שענערע נאמען, "די דזשעי" סאונד א מיאוסע ווארט...

צייטליך, די רבנים מעגן אויך אויפגעבן עטוואס פון זייער באקוועמליכקייט און זיך צושטעלן צום נייעם סיסטעם, העכסטענס וועלן זיי טאנצן אויף א מענטש טראכט און.. אזוי שלעכט?

----
אה, כזעה קנישהויז זאגט אז מ'האט עס יא קוסטימייזד פאר די רבנים.

אוועטאר
bailout
שר האלפיים
תגובות: 2208
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 25, 2008 10:27 am

תגובהדורך bailout » מאנטאג נובעמבער 02, 2009 10:01 am

צייטליך: איך זעה אז הערשי האט דיר שוין געענטפערט, אבער דאס האב איך געהערט פון קראנטע קוועלער אז די הייליגע פאצלאנטער רב שליט"א'ס גבאי האט פארלאנגט א רימאוט בפקודת קדשו, אז ער זאל קענען אליין טוישן די ניגון צו די זעקסטע הקפה...

הערשי;
איך בין געווען ביי א חתונה וואס ס'איז געווען א וואן מען בענד, און מ'האט אפגעשטעלט די מוזיק ווען א רבי איז אריינגעקומען.

קריטיק איז דא, אבער דאס איז א קלייניגקייט.

צומי;
לאמיך דיר מסביר זיין, ס'איז דא עטליכע לייוו אינסטרומענטס, כ'געדענק נישט פונקטליך וועלכע, אבער די בעסיק זענען לייוו, למשל גיטאר מיט סעקסעפאן אפשר נאך אפאר, אבער אזא אינסטרומענט ווי ברעסס, פארדעם דארפסטו דאך האבן 10 כלים דאס צו פארבריצירן, דאס קומט פון א קיבארד, אדער למשל די קארטס, איך זאג עס גוט?... וואס לויפט מיט מיט די בעיס, דאס קומט פון א קיבארד, דאס איז למעשה א זאך וואס מ'קען בעסער דעליווערן מיט א וואן מען בענד.

וזאת למודעי, די קארטס אוו בעיס ביים טאנצן האב איך נישט געהערט, אדער איז עס געווען צו שטיל, אדער איז עס ביים טאנצן זייער שוואך, איך גיי נישט פארלאנגען פון מענטשן וואס צורייסן זיך פאר אידן זאלן קענען חתונה מאכן ביליג, זיי זאלן עס פאררעכטן, פאר מיר איז עס פונקט גוט אזוי, און פאר די חתן כלה ווי ווייט איך האב געהערט אינטערעסירט עס גאנץ ווייניג, און פאר מענטשן וואס ליגן נישט אין מוזיק, וועלן אפי' נישט וויסן פון וואס איך רעד, ווייטער ווען מ'האט געמאכט די תקנה אז מ'זאל נישט ניצן קיין בענד ביי חתונות, האבן די זעלבע מענטשן וואס ווילן יעצט יא א וואן מען בענד, געוואלט האבן א פולע בענד, נו אויב אזוי רעד דיך נישט אפ אז ס'איז נישט דא קיין קארטס.

ביי די סעודה איז די קארטס געווען זייער פיין.

בעק טו יגר!

אוועטאר
צום זאך
שר האלפיים
תגובות: 2827
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 25, 2009 3:31 pm
לאקאציע: רעסט עריע

תגובהדורך צום זאך » מאנטאג נובעמבער 02, 2009 12:50 pm

ביי 'ביליגע' חתונה זאלן? נישט דוקא, די זאל אין מאנסי איז נאר ביליג פאר סאטמארע, בכלל ס'מאכט אויסקוקן די גאנצע זאך 'ביליג / טשיעפ', ענדערש נוץ 'עפארדעבל' (ערלויבבאר)

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25701
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » מאנטאג נובעמבער 02, 2009 3:52 pm

עס איז געווען ערגעצוואו באשריבען לעצטענס, ואליכם העסקנים נקרא חזקו ואמצו! העם עמכם!

טענקס אלל פאר די רעפארטס, בעק טו מי.

אוועטאר
יגרסהדותא
מ. ראש הקהל
תגובות: 3682
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 03, 2006 10:14 am
לאקאציע: קאר וואש

תגובהדורך יגרסהדותא » מיטוואך נובעמבער 04, 2009 12:30 pm

אי. אי. אי. אי. בעילאט; גוט געבעקט?


דער סיסטעם קלאפט געוואלדיג פאר א נייע זאך, אבער מיטדערצייט וועט זיכער צוקומען פארשידענע תיקונים.

ראשית: די צוויי זאלן וואס ניצן עס יעצט ווי אויבן דערמאנט, איז הימעל און ערד א חילוק, ביי די מאנסי זאל, איז אריינגעבויעט געווארן דער סיסטעם, די ספיקער'ס, אלעס, דורך יונגעלייט וואס האבן זיך געדרייעט אין זאל, באטראכט וויאזוי די קול/מיוזיק קלאפט צוריק, און ס'איז לשם ולתפארת. משא"כ אין "אולם עקשטיין" האט מען געשטעלט צוויי ספיקער'ס און דאס דארף מאכן "די זאך" :?

מ'האט דערמאנט אז מ'האט רשות צו נוצן ר' משה גאלדשטיין'ס ניגונים, יש"כ וחילו, פון אן אנדערן ווינקל - דאס מיינט פון די עזרת נשים - האב איך געהערט זאגן אז ס'סאונד זייער פאני.

שמועסנדיג מיט די בני בית אויפן וועג צוריק פון א חתונה באולם עקשטיין, זענען מיר ביידע געקומען צו די החלטה [נישט לאכן אפי' ס'איז פאני..] אז מעגליך די מענער האבן הנאה צו הערן די ניגונים בשעת א סעודה ווייל זיי זיצן גאנץ ווייניג און הערן אויס אזא שיינע טעיפ, משא"כ ביי די נשים שפילט עס אינמיטן וואשן די וועש און ווישן די געשיר, דערפאר סאונד עס בעבי'איש, ודברי פי חכ... אפססס, דאס איז געווען אונזער השערה, תן לחכם ויוסף עוד..

*
דער עולם טאנצט פיין דערמיט, און דער אמת איז אז מ'טוט אזאך וואס שפארט פאר אידען געלט דארף מען דאס מחזק זיין און איך און יעדער געט זיי די בעסטע וואונטשן אז ס'זאל מצליח זיין, ותשרה ברכה במעשה ידיהם.

אבער דא שמועסט מען דאך אויס יעדן ענין, און בנוגע א זאך וואס מ'קען מעגליך צולייגן וואלט כדאי געווען ארויסצוברענגן. ווען דער עולם טאנצט לעבעדיג, שפילט זיך דער שפילער אויך דערהויבן און דער נעקסטער ניגון איז אויך אזוי צו מער דערהויבען ווי דער פריערדיגער, ווען דער עולם לאזט נאך - פאר סיי וועלכע סיבה, צו מ'איז אויסגעמוטשעט צו איינער הייבט אן מיט א בעזעם אויפן נאז וכדו' - לאזט דער מיוזיקאנט אויך נאך, וכו' וכו'.

ביי דעם סיסטעם איז עס נישט אזוי "ביזדערווייל", ס'שפילט לעבעדיגע מיט שטארק לעבעדיגע מיט א שוואכערע איינס לעבן צווייטן, ס'איז נישט אזוי געשמאק, והבן.

דאס איז יא דער מוראדיגער קונץ אין מיינע אויגן (און איך שרייב עס בלויז ווייל איך האב געשריבן אנהייב אשכול "7 חדשים צוריק" א קלאץ קשיא: וואס איז דאס אנדערש פון אן IPOD אז ס'הייסט א "סיסטעם"), אז אלע ניגונים לויפן אריין אויפן טאקט אויפן ביעט, רח"ל ווען נישט...

אוועטאר
bailout
שר האלפיים
תגובות: 2208
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 25, 2008 10:27 am

תגובהדורך bailout » מיטוואך נובעמבער 04, 2009 12:40 pm

יגר זייער שיין;

כ'האב מיך נישט געקענט איינהאלטן כ'האב יא געלאכט, אבער ס'איז בכלל נישט קיין קונץ ווייל ווילאנג זי שטימט איין אז זי דארף וואשן און קאכן גיב איך איר אויך אלעס נאך.

כ'האב גראדע געהערט אז די ספיקערס אין אולם עקשטיין גייט מען רוקן.

און וועגן משה גאלדשטיין'ס טעיפס האב איך נאכנישט געהערט, די זאגסט אז די פרויען האבן עס ליב דארף מיר זיך עס איינהאנדלען.

אוועטאר
צום זאך
שר האלפיים
תגובות: 2827
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 25, 2009 3:31 pm
לאקאציע: רעסט עריע

תגובהדורך צום זאך » מיטוואך נובעמבער 04, 2009 12:59 pm

משה גאלשטיין? א נייע שטערן אין עולם הנגינה? ס'איז שוין דא א אשכול איבער עם?

יגר, טענקס פאר ריפארט.

אוועטאר
יגרסהדותא
מ. ראש הקהל
תגובות: 3682
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 03, 2006 10:14 am
לאקאציע: קאר וואש

תגובהדורך יגרסהדותא » מיטוואך נובעמבער 04, 2009 3:58 pm

חחחח, גאלדמאן, משה גאלדמאן.

אוועטאר
סתם_אזוי
שר ששת אלפים
תגובות: 6112
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 24, 2008 4:13 pm

תגובהדורך סתם_אזוי » מיטוואך נובעמבער 04, 2009 4:00 pm

חחחחחחחחח
איך האט מיך אויך געווינדערט ווער דאס איז....
איך האב עס געזאגט.... סתם אזוי. איך האב עס געפרעגט.... סתם אזוי.

1x1
שר האלפיים
תגובות: 2825
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 27, 2009 6:15 pm

תגובהדורך 1x1 » דינסטאג נובעמבער 17, 2009 8:12 am

כ'בין געווען פאריגע וואך ביי אזא חתונה - אין די נייע סאטמארע זאל עטרת חי' שרה אין ספרינג וואלי.

ס'שיין געווען, נאר איינע פון די הערות וואס כ'האב, אז ביי מצוה טאנץ קען נישט די בדחן ווערן אונטערגעשפילט פונעם שפילער.
http://www.teoria.com/ Music Theory

אוועטאר
שעפטיל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 467
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 24, 2007 2:16 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך שעפטיל » דינסטאג נובעמבער 17, 2009 8:58 am

דאס אידעך איינע פון די יסודות, אז די גראמען זאל נישט זיין קיין הספדים. יעדער איינער גלייכט צו הערן א שיינע גראמען סידי, גוט אונטערגעשפילט, ביי זיך אין אפיס. ביי א חתונה - לויטעט דער תקנות בוך, דארף די גראמען זיין טשיק טשאק אזוי ווי נישט לאנג צוריק.

גראדע ווען איך בין געווען אין עטרת חי שרה א צייט צוריק, איז ביי די סעודה געווען זייער שוואך די מוזיק. עס האט געפעהלט די אינטערטעינונג, די סאונד און אלעס איז געווען שרעקליך שוואך. משא"כ ביים טאנצען, אוי אידאס פיין געווען. לעבעדיג, געשמאק, און פריילאך.
מיר זענען שיך!
קרעדיט: מיכאל שניצלער

1x1
שר האלפיים
תגובות: 2825
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 27, 2009 6:15 pm

תגובהדורך 1x1 » דינסטאג נובעמבער 17, 2009 9:03 am

ביים סעודה איז געווען אנגעצינדען - חוץ פון די אריינגעשפילטע מארטשעס און בעללעדס - מוזיק פון רובי באנעט (כ'ווייס נישט פון וועלעכע טעיפ).
http://www.teoria.com/ Music Theory

real music
שר העשר
תגובות: 11
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוקטובער 28, 2009 12:34 am

info

תגובהדורך real music » זונטאג נובעמבער 22, 2009 2:52 pm

ok i have info on the mp3 in monsey someone yosef hersh gross is on top of it and it was produced by someone nochy kroun he has a stodio in monsey and the 2 brothers are singing the system was built in the hall and 2 pepale controll it

1x1
שר האלפיים
תגובות: 2825
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 27, 2009 6:15 pm

תגובהדורך 1x1 » זונטאג נובעמבער 22, 2009 2:56 pm

אינעם זאל דארט איז דא א סיין אז ס'איז געזינגען דורך אחים פריינד.
http://www.teoria.com/ Music Theory

אוועטאר
שמערי בערי
ראש הקהל
תגובות: 8739
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 28, 2008 4:40 pm
לאקאציע: באַזאָטלט אינעם ראשעקאָלישן אפיס....
פארבינד זיך:

תגובהדורך שמערי בערי » זונטאג נובעמבער 22, 2009 2:58 pm

real music האט געשריבן:ok i have info on the mp3 in monsey someone yosef hersh gross is on top of it and it was produced by someone nochy kroun he has a stodio in monsey and the 2 brothers are singing the system was built in the hall and 2 pepale controll it

moshe yitzchuk gross
שריי נישט אזוי הויך, מ'וועט נאך מיינען אז דו ביסט גערעכט...

1x1
שר האלפיים
תגובות: 2825
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 27, 2009 6:15 pm

תגובהדורך 1x1 » מאנטאג נובעמבער 23, 2009 3:22 pm

1x1 האט געשריבן:כ'בין געווען פאריגע וואך ביי אזא חתונה - אין די נייע סאטמארע זאל עטרת חי' שרה אין ספרינג וואלי.

ס'שיין געווען, נאר איינע פון די הערות וואס כ'האב, אז ביי מצוה טאנץ קען נישט די בדחן ווערן אונטערגעשפילט פונעם שפילער.

עפעס א לעזונג
http://www.yiddishworld.com/forum/index ... c&start=40
http://www.teoria.com/ Music Theory


צוריק צו “היכל הנגינה”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: הויעך און 11 געסט