ווער האט מחבר געווען דעם ניגון?

ניגונים און זינגערס

אחראי: אחראי

אוועטאר
מאיר
שר האלף
תגובות: 1526
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 10, 2009 12:34 pm

ווער האט מחבר געווען דעם ניגון?

תגובהדורך מאיר » דינסטאג מארטש 24, 2009 7:21 pm

ס'איז נפוץ ביי כלל ישראל צענדליגע ניגונים וואס יעדער זינגט מיט א התלהבות ביי פארשידענע געלעגענהייטן אבער נישט יעדער ווייסט מבטן מי יצא זה? אשר על כן עפן איך אויף די אשכול ווי מ'קען אנפרעגן איבער אלע ניגונים וואס מ'וויל וויסן ווער די מחבר איז געווען.

איך וועל אנהייבן:
מ'האלט מיר יעצט פאר פסח, ווער איז די מחבר פון די באקאנטע והיא שעמדה?
און ווער איז די מחבר פון די באקאנטע חסל סידור פסח? (וואס מ'זינגט אין סאטמאר אויך שביעי של פסח אויף ויושע ה')

אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12582
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

תגובהדורך מאשקע » דינסטאג מארטש 24, 2009 10:29 pm

והיא שעמדה איז אן אלטע באבובער ניגון.
An article a day keeps the babies away

אוועטאר
מאיר
שר האלף
תגובות: 1526
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 10, 2009 12:34 pm

תגובהדורך מאיר » דאנארשטאג מארטש 26, 2009 10:51 am

יישר כח מאשקע! (ס'איז דעם קדושת ציון'ס ניגון?)

און וואס טוט זיך מיט חסל סידור פסח? איינער ווייסט?

אוועטאר
חוקר
שר חמש מאות
תגובות: 918
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג סעפטעמבער 12, 2008 2:52 pm

תגובהדורך חוקר » דאנארשטאג מארטש 26, 2009 2:40 pm

דער והיא שעמדה איז דער קדושת ציון'ס ניגון
דער חסל סידור פסח וואס דער וועלט זינגט (און אויך ביי חתן כלה מצוה טאנת אויף אשת חיל) איז דער קאליבער'ס א ניגון
(יאך ווייס נישט אויב דאס זינגט מען און סאטמער כמיין אז נישט)
טראכט גוט וועט זיין גוט !!!!!

אוועטאר
מאיר
שר האלף
תגובות: 1526
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 10, 2009 12:34 pm

תגובהדורך מאיר » דאנארשטאג מארטש 26, 2009 2:45 pm

ריזיגע יישר כח הרב חוקר!

לכאורה מיינסטו א אנדערע חסל סידור פסח...

********************************************************************************************
ס'דא וואס זינגען חסל סידור פסח מיט די זעלבע תנועה פון ובאו כולם בברית יחד, וועמעס ניגון איז דאס?

אוועטאר
חוקר
שר חמש מאות
תגובות: 918
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג סעפטעמבער 12, 2008 2:52 pm

תגובהדורך חוקר » זונטאג יולי 12, 2009 7:26 pm

ווייסט אפשר איינער פיו ווי עס שטאמט אין ווער איז דער בעל מחבר פון דער באוויסטער אדון עולם וואס מען זינגט אין בעלז ימים נוראים (ירמיהו דמן זינגט עס אויף
איינער פין די טעיפס,יונתן שווארץ זינגט עס מיט אידישע ווערטער אויף א גיטע בשורה )
יישר כח פין פאראויס
טראכט גוט וועט זיין גוט !!!!!

יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9196
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

תגובהדורך יהיה כן » זונטאג יולי 12, 2009 7:37 pm

מען זינגט עס נישט נאר אין בעלזא, נאר אין 'אלע תפוצות ישראל' אריינגערעכנט אויך אין סאטמאר!, לכאורה איז עס אין די קאטעגאריע פון וועלכן ס'ווערט גערופן 'סקארבאווע ניגונים' וואס אין דעם איז די נוסחאות פון ימים נוראים וואס איז נהוג אין אלע תפוצות ישראל, ווי המלך ביי שחרית, ברכת אבות, נוסח קדיש, וכו' און לויט די מסורה שטאמט עס פון דעם מהר"ל מפראג (אדער מהרי"ל דאכצעך).

אוועטאר
חוקר
שר חמש מאות
תגובות: 918
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג סעפטעמבער 12, 2008 2:52 pm

תגובהדורך חוקר » זונטאג יולי 12, 2009 10:32 pm

יישר כח יהיה כן
אפשר האט איר א פינקטלעכער מקור?
טראכט גוט וועט זיין גוט !!!!!

אוועטאר
שאץ מאץ
שר האלפיים
תגובות: 2885
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 15, 2008 5:01 pm
לאקאציע: איבעראל
פארבינד זיך:

תגובהדורך שאץ מאץ » מאנטאג יולי 13, 2009 12:31 am

חוקר האט געשריבן:ווייסט אפשר איינער פיו ווי עס שטאמט אין ווער איז דער בעל מחבר פון דער באוויסטער אדון עולם וואס מען זינגט אין בעלז ימים נוראים (ירמיהו דמן זינגט עס אויף
איינער פין די טעיפס,יונתן שווארץ זינגט עס מיט אידישע ווערטער אויף א גיטע בשורה )
יישר כח פין פאראויס


מיין זיידע ז"ל פלעגט זאגן אז ער האט בקבלה אז מיט דעם ניגון האט יע"א געפאשעט די שאף,
זאגנדיג אז אזוי האט דער בעש"ט מגלה געוועהן, איך האב אים נישט דא לייוו, ממילא קען איך אים נישט איבער פרעגן,
.

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 22091
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » מאנטאג יולי 13, 2009 7:38 am

ר' שאץ, אין מונקאטש פלעגט מען אויך זינגען דעם ניגון?
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9196
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

תגובהדורך יהיה כן » מאנטאג יולי 13, 2009 1:37 pm

חוקר האט געשריבן:יישר כח יהיה כן
אפשר האט איר א פינקטלעכער מקור?


געזעהן האב איך עס דא:
h_0001.jpg


און פון דא:
g_0001.jpg


(דער צישטעל פון אדון עולם צו סקארבאווע נוסחאות איז מיין אייגענע השערה, ווייל דער מנהג פון זינגען אדון עולם איז א אור-אלטער, עס ווערט דערמאנט אין מהרי"ל הל ' יוה"כ, און לבוש סי' תרי"ט ס"ד מט"א סי' תרי"ט סי"ח, מנהגים וורמיישא ובס' מקור חיים (או"ח ס" מ"ו) אדון עולם מנגן אותה הש"ץ והקהל עמו נעימה בפתיחת ארון הקודש:

לחיים ולברכה
שר האלפיים
תגובות: 2549
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 22, 2007 1:10 pm
לאקאציע: אונטער'ן נעץ

תגובהדורך לחיים ולברכה » מאנטאג יולי 13, 2009 5:30 pm

יהיה כן האט געשריבן:און לויט די מסורה שטאמט עס פון דעם מהר"ל מפראג (אדער מהרי"ל דאכצעך).

כ'בין זיכער אז דו מיינסט דער מהרי"ל, ווארום פונעם מהר"ל האב איך קיינמאל נישט געהערט איבער נוסחאות. אבער אפילו דער מהרי"ל איז אויך א טעות, ווייל ער האט געווען אין צרפת (פראנקרייך), און זיינע מנהגים זענען נאר געבליבן פאר די דארטיגע אידן, די אשכנזים (מער פונקטליכער: יעקערס). אונזער נוסח קומט פון די חסידי'שע רביים, ווי דער רבי ר' הערש מרימנוב זי"ע.
אם אין אני לי, אויב איך וועל נישט טוהן פאר מיינע אייגענע קינדער, מי לי, ווער וועט דאס טוהן אנשטאט מיר?

אוועטאר
שעפטיל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 467
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 24, 2007 2:16 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך שעפטיל » מאנטאג יולי 13, 2009 5:37 pm

פארוואס נישט דער מהר"ל, ער איז דאך געווען באקאנט אלס הימלישער בעל תפילה וואס דער ימים נוראים נוסח איז איינס פון די זאכן וואס זענען מיוחס צו אים
מיר זענען שיך!
קרעדיט: מיכאל שניצלער

אוועטאר
שאץ מאץ
שר האלפיים
תגובות: 2885
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 15, 2008 5:01 pm
לאקאציע: איבעראל
פארבינד זיך:

תגובהדורך שאץ מאץ » מאנטאג יולי 13, 2009 5:58 pm

לחיים ולברכה:
אפי' די חסידישע נוסח וואס דו זאגסט אז ס'שטאמט פון רימינוב איז אבער מיוסד אויף אשכנזישע נוסח,
צב"ש די נוסח פון קבלת שבת, זאגט מען סיי ביי חסידי און סיי ביי די יעקעס די זעלבע,

שעפטיל:
ס'איז נישטא אזא זאך נוסח מהר"ל, ס'איז דא נוסח מהרי"ל, מיט א יוד
.

יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9196
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

תגובהדורך יהיה כן » דינסטאג יולי 14, 2009 9:01 am

רבי לחיים
דער מהרי"ל איז געווען אבי מנהגי אשכנז, וואס אונז (אויך חסידישע אידן) פירן זיך, און דאס וואס דו שרייבסט מיט רבין ר' הערש מרימאנוב, כ'ווייסט נישט וואס דו ווילסט, דער רבי ר' הערש איז געווען מיט א שיינע פאר הונדערט יאר נאכן מהרי"ל, און ער האט זיך אויך געפירט לויט די מנהגי מהרי"ל....... (כ'מיין אז ביי עם איז אויך געווען דער מגן אברהם אנגענומען, ווי ציטירט כסדר פון מהרי"ל און זיינע מנהגים). אן א שיעור מנהגים וואס איז פירן מיר זיך שטאמט פון מהרי"ל
דער נוסח פון זינגען אדון עולם שטאמט במקורו פון מנהגי אשכנז, וואס איז פארבליבן טאקע ביי זייער אסאך חסידישע הויפן אבער עס איז אדאפטירט פון די 'יעקישע' (ווי דו רופסט עס) מנהגי אשכנז, כהאב דערויף פארשידענע מקורות, ולא עת האסף פה.

אוועטאר
חוקר
שר חמש מאות
תגובות: 918
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג סעפטעמבער 12, 2008 2:52 pm

תגובהדורך חוקר » דינסטאג יולי 14, 2009 12:24 pm

יישר כח פאר אללע ענפערס אבער דער נושא איז אביסעל אוועקגעפארען פין דעם אריגינעלע אנפראגע , ווער עס האט מחבר געווען די תנואה
טראכט גוט וועט זיין גוט !!!!!

לחיים ולברכה
שר האלפיים
תגובות: 2549
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 22, 2007 1:10 pm
לאקאציע: אונטער'ן נעץ

תגובהדורך לחיים ולברכה » דינסטאג יולי 14, 2009 5:49 pm

יהיה כן: אנטשולדיגט, אבער ס'איז א בחינה פון טענו לו בחיטין והודו לו בזכר קדשו... מיר רעדן דא פון זינגן נוסח התפלה, ווער רעדט פון מנהגים?
אם אין אני לי, אויב איך וועל נישט טוהן פאר מיינע אייגענע קינדער, מי לי, ווער וועט דאס טוהן אנשטאט מיר?

יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9196
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

תגובהדורך יהיה כן » דינסטאג יולי 14, 2009 6:20 pm

אין די מנהגים איז אריינגערעכנט נוסחאות התפלה, ווי כהאב דערמאנט אז די נוסחאות וואס איז אנגענומען בכל תפוצות ישראל שטאמט פון מהרי"ל אבי מנהגי אשכנז, (אויב דו האסט געלעזט די העתקות וואס כהאב דא אויבן געשטעלט).
איך ווייס נישט וואס דו האסט געוואלט פון ר"ר הערש מרימינוב, קיינמאל נישט געהערט אז ער האט עפעס מתקן געווען נוסחאות בתפלה, אדרבא פרעג עני חזן צי ער ווייסט א נוסח פון רבין ר' הערש, (אויסער די סאטמערע גשם און טל און בבואו מאדום)

זיס
שר האלף
תגובות: 1405
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מארטש 27, 2009 1:06 am

תגובהדורך זיס » מיטוואך יולי 15, 2009 9:11 pm

שאץ מאץ האט געשריבן:
חוקר האט געשריבן:ווייסט אפשר איינער פיו ווי עס שטאמט אין ווער איז דער בעל מחבר פון דער באוויסטער אדון עולם וואס מען זינגט אין בעלז ימים נוראים (ירמיהו דמן זינגט עס אויף
איינער פין די טעיפס,יונתן שווארץ זינגט עס מיט אידישע ווערטער אויף א גיטע בשורה )
יישר כח פין פאראויס


מיין זיידע ז"ל פלעגט זאגן אז ער האט בקבלה אז מיט דעם ניגון האט יע"א געפאשעט די שאף,
זאגנדיג אז אזוי האט דער בעש"ט מגלה געוועהן, איך האב אים נישט דא לייוו, ממילא קען איך אים נישט איבער פרעגן,
.


איך האב געהערט פון אן אדם גדול, א באקאנטער מספר מעשיות בדורינו, וואס דרך כלל האבן זיינע מעשיות א מקור, אז דער ריזשינער פלעגט זינגען ביי נעילת החג דער ניגון וואס אין ויז'ניץ זינגט מען אויף קה-ריבון, און אויך זינגט מען עס אין אנדערע הויפן ווי אין סלאנים און נאך, דער ריזשינער פלעגט עס פארזינגען שטיקל ביי שטיקל שעות לאנג, בשעת דער עולם פלעגט נאכזינגען, און ער פלעגט זאגן אז מיט דער ניגון האט יעקב אבינו ע"ה געפאשעט די שאף בבית לבן...

עס קען זיין אז איך בין זיך טועה, אבער עפעס ליגט מיר אין קאפ אז דער בעלזער אדון-עולם, וואס אנדערע זינגען אויך אויף דרור-יקרא, איז מקובל אז מיט דער ניגון איז אברהם ארויף צו די עקידה...

אוועטאר
שאץ מאץ
שר האלפיים
תגובות: 2885
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 15, 2008 5:01 pm
לאקאציע: איבעראל
פארבינד זיך:

תגובהדורך שאץ מאץ » מיטוואך יולי 15, 2009 10:38 pm

דער ניגון וואס דער רוזינער האט געזינגען ביי נעילה, איז א אנדערע נישט די וויזניצע ק'ה רבון עלם, נאר א אומבאקאנע ניגגון, ס'איז דא אין ס' דעת קדושים די נאטן פון דעם ניגון דארט ברענגט ער די מעשה אז די רוזינער האט געזינגען דעם ניגון ביי נעילה,

דער ניגון ווערט געזינגען דורך ליפא אויף לעילא ולעילא, ס'איז שוין באהאנדל געווארן דא אויף א אשכול (דאכט זיך ביי ירמי' דמן'ס חנוכה טעיפ)
.

א נייע מעשה
שר מאה
תגובות: 154
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 13, 2013 8:28 pm

תגובהדורך א נייע מעשה » פרייטאג ינואר 25, 2013 11:17 am

ווער איז דער מחבר פון דעם ניגון:

אין א ווינקעלע שטייט, א איד אין וויינט, ווייל זיין קינד אין מלחמה גייט.
אין די טרערן ווי וואסער גיסן, ער שטייט אין ער בעהט, צו זיין טאטען אין הימעל
אוי טאטע טאטע...

אוועטאר
מאנ-יימער
שר עשרת אלפים
תגובות: 10552
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 14, 2011 10:36 am
לאקאציע: אויפן וועג ארויף

תגובהדורך מאנ-יימער » פרייטאג ינואר 25, 2013 11:40 am

ר' מנחם דאווידאוויטש ז"ל, ר"מ בישיבת חפץ חיים בניו יארק
ווער זאגט?... ער האט געזאגט איז וואס?... נו! האט ער געזאגט, ווער איז ער צו זאגן?

א נייע מעשה
שר מאה
תגובות: 154
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 13, 2013 8:28 pm

תגובהדורך א נייע מעשה » פרייטאג ינואר 25, 2013 11:54 am

ישר כח, עפעס מער פרטים איבער דעם ניגון.
דער ניגון , ווי אזוי איך קען עס האט עס נאר 2 פעלער, עס איז זייער א הארציעג וויינעדיגע ניגון, עס האט נישט נאך פעלער?

אוועטאר
חושים בן דן
שר חמש מאות
תגובות: 606
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 01, 2009 10:25 pm

תגובהדורך חושים בן דן » פרייטאג ינואר 25, 2013 1:07 pm

הקשיבה אל רנתי וואס מבד זינגט אויף די דאבעל אלבום? הא? עפעס האב איך געהערט אז עס איז עלטער ווי אים...
רעיון אויף די פרשה - חתום חתמתי ואני יודע מה הוא

א נייע מעשה
שר מאה
תגובות: 154
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 13, 2013 8:28 pm

תגובהדורך א נייע מעשה » זונטאג ינואר 27, 2013 1:43 pm

א נייע מעשה האט געשריבן:ווער איז דער מחבר פון דעם ניגון:
אין א ווינקעלע שטייט, א איד אין וויינט, ווייל זיין קינד אין מלחמה גייט.
אין די טרערן ווי וואסער גיסן, ער שטייט אין ער בעהט, צו זיין טאטען אין הימעל
אוי טאטע טאטע...

א נייע מעשה האט געשריבן:ישר כח, עפעס מער פרטים איבער דעם ניגון.
דער ניגון , ווי אזוי איך קען עס האט עס נאר 2 פעלער, עס איז זייער א הארציעג וויינעדיגע ניגון, עס האט נישט נאך פעלער?

נו! איינער ווייסט מער איבער דעם ניגון? מאן יימר בוזט דא?


צוריק צו “היכל הנגינה”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 7 געסט