זינגעדיגע "הגדה של פסח" פאר קליינע קינדער

ניגונים און זינגערס

אחראי: אחראי

אוועטאר
מאיר
שר האלף
תגובות: 1526
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 10, 2009 12:34 pm

זינגעדיגע "הגדה של פסח" פאר קליינע קינדער

תגובהדורך מאיר » דינסטאג מארטש 24, 2009 12:22 pm

ס'איז נישט אינגאנצן ניי, דען ס'איז שוין אין אמת'ן ארויסגעקומען פאריאר, א הערליכע "הגדה של פסח" פאר קליינע קינדער, דורך די בארימטע קאמפאני "קינד און קייט", וואס מיט א דריק אויף א קנעפל, זאגט עס שיין קלאר און הויעך "קדש", א באזונדערע קנעפל פאר "ורחץ" א.א.וו. ווי אויך זינגט עס פארשידענע פסח ניגונים.

פאריאר בין איך נישט אנגעקומען עס צו קויפן ווייל ס'איז ארויסגעקומען הארט פאר פסח, און ס'איז צוכאפט געווארן ווי מצה וואסער דורך די פילע קונים.

דא האט איר א בילד (ס'ליגט נאך אין די פלעסטיק)
צוגעלייגטע
9.jpg

אוועטאר
שטרויזאק
שר חמישים ומאתים
תגובות: 495
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 10, 2008 9:24 am

תגובהדורך שטרויזאק » דינסטאג מארטש 24, 2009 12:31 pm

עס איז זייער אינטערעסאנט, אבער מען קען נישט שפילן דערמיט אום יו"ט.
איך גלייך צו בארגן געלט פון א פעססימיסט, ער ווייסט שוין אז איך גיי קיינמאל נישט באצאלן...

אוועטאר
מאיר
שר האלף
תגובות: 1526
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 10, 2009 12:34 pm

תגובהדורך מאיר » דינסטאג מארטש 24, 2009 12:32 pm

אה"נ, אבער ס'איז זייער גוט פאר די ערב פסח טעג...

אוועטאר
אלף בית
שר האלפיים
תגובות: 2710
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 10, 2008 4:37 pm

תגובהדורך אלף בית » דינסטאג מארטש 24, 2009 12:35 pm

שטרויזאק האט געשריבן:עס איז זייער אינטערעסאנט, אבער מען קען נישט שפילן דערמיט אום יו"ט.


יא! יו"ט זאלן זיך די "עלטערן" שפילן מיט די קינדער.

אבער ערב יו"ט, אנשטאט די קינדער זאלן קוועטשן די עלטערן אז זיי זאלן זינגען. זאלן די קינדער קוועטשן די הגדה אז ס'זאל זינגען.
א גוט ווארט איז אלעמאל גוט

אוועטאר
מאיר
שר האלף
תגובות: 1526
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 10, 2009 12:34 pm

תגובהדורך מאיר » מיטוואך מארטש 25, 2009 8:03 pm

איך האב נישט קיין חרטה אויף די $17.50 וויפיל ס'האט מיר געקאסט די זינגעדיגע הגדה... די קליינע קינדערלעך האבן עס אזוי ליב, ממש זיי זענען צוגעבינדן דערצו מבוקר עד הערב, און מאיר'טע קען רואיג ווערטשאפטן, אן קיין שטער פון די קליינווארג.

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28277
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » דאנארשטאג מארטש 26, 2009 12:08 am

מאיר'ל;

אויב איך מעג פרעגן, וואו האסטו געצאלט דערפאר 17.50?

אוועטאר
מאיר
שר האלף
תגובות: 1526
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 10, 2009 12:34 pm

תגובהדורך מאיר » דאנארשטאג מארטש 26, 2009 4:56 am

איך האב עס געקויפט אין א ספרים געשעפט וואס בעט ביליגערע פרייזן ווי געווענדליך, איך האב דיר געשיקט אין אישית זיין אדרעס.

אוועטאר
אלף בית
שר האלפיים
תגובות: 2710
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 10, 2008 4:37 pm

תגובהדורך אלף בית » דאנארשטאג מארטש 26, 2009 7:44 am

איך האב געצאלט דערפאר 18 $.

תיכף ווען כ'האב עס געזעהן האב איך גראד גקויפט 2 שטיק אז מיינע קינדער זאלן זיך נישט קריגן דערויף. וואס זאל איך אייך זאגן, ס'ב"ב הערט מיך נישט אויף די בענטשן, די קינדער האבן זיך צוגענאגלט דערויף, סמאכט זיך פסח'דיג א מחי'.
א גוט ווארט איז אלעמאל גוט

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28277
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » דאנארשטאג מארטש 26, 2009 2:25 pm

יישר כח מאיר פאר די אישית.

יידישיסט
שר חמש מאות
תגובות: 609
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 13, 2008 10:48 pm

תגובהדורך יידישיסט » דינסטאג אפריל 28, 2009 5:41 am

א שיינע זאך פאר קינדער! אבער עס איז דאכט זיך גאנץ מאדנע וואס ביי כרפס זאגט דאס קינד פאָר אז מען זאל נעמען א רעטעך אדער "פאטעטא". דאס איז פארגלייכליך ווי מען זאל זאגן ביי די "מה נשתנה" - שבכל הלילות..שאר ירקות: "פארשידענע וועדזשטיבעלס". איז דאס נישט לעכערליך אריינצומישן פלעין-אידיש אין די טראדיציאנעלע אידיש-טייטשן?

אוועטאר
מאיר
שר האלף
תגובות: 1526
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 10, 2009 12:34 pm

תגובהדורך מאיר » דינסטאג אפריל 28, 2009 6:52 am

נישט נאר אויף זיי איז די תלונה, נאר אויף די אלע מלמדים וואס לערנען אזוי אויס אין חדר... [מיום עמדי על דעתי דענק איך נישט אז א מלמד זאל זאגן מ'נעמט א שטיקל קארטאפל (אדער ערד עפל)...]

יידישיסט
שר חמש מאות
תגובות: 609
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 13, 2008 10:48 pm

תגובהדורך יידישיסט » דינסטאג אפריל 28, 2009 10:40 pm

אינטערעסאנט, איך האב נאך קיינמאל נישט געהערט אנדערש ווי קארטאפל. ווייזט אויס אז מיר האבן נישט געלערנט ביי דעם זעלבן מלמד :? .

תושב
שר העשר
תגובות: 27
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 15, 2010 1:20 pm

תגובהדורך תושב » דינסטאג מארטש 23, 2010 1:17 pm

איין גרויסע חסרון האט עס אז די שטיקל וואס ס'זינגט, פאלט זייער שנעל אראפ.

אוועטאר
ליינער
שר האלף
תגובות: 1624
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 13, 2009 9:20 am
לאקאציע: אינעם עולם הליין מאטריאל

תגובהדורך ליינער » מיטוואך מארטש 24, 2010 7:40 am

איך האב נעכטען געקויפט און נאר באצאלט דערפאר $14.50 א מציאה רבה
נישט נאר א ליינער בין איך נאר שרייבן קען איך אויך


צוריק צו “היכל הנגינה”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 7 געסט