ווי שוין באקאנט קומט יעדעס יאר ארויס א סידי פון די שטארק באוויסטע און וואוילטעטיגע קוריב רחוקים ארגענעזאציע "עורה".
איך בין נישטא אויסצישמועסן די פולע פעילות און אויפטוען פון דער דאזיגער ארגענעזאציע. אפשר מעג מען רעדן דערפון, אבער דא אין היכל הנגינה נישט.
איך רעדט איבער די מוזיק סידי וואס איז היי יאר אנקומען - ווי אלע יארן - אויף די פאסט צו יעדען איינעם צוגלייך.
פון די פריערדיגע יארן געדענק איך האב איך זייער הנאה געהאט פון זייערע סידי'ס און דאכצעך באשריבן אויך, אבער היי יאר האבן זיי מיר אביסל דיסעפוינטעט, אבער מיר וועלן דאס אויך באשרייבן.
אונעם נגינה חלק האבן זיי דאסמאל אנגעברענגט 10 ערליי זינגער'ס. ס'רוב דערפון ווייס איך נישט ווער זיי זענען און דאס זעלביגע מיט רוב פון אייך.
יהודא גרין זינגט גראדע א שיינער ניגון אויף די ווערטער "וכל מי שעוסקים בצרכי ציבור ואמונה".
אויך ליפא - פארשטייט זיך - זינגט דארט 2 ניגונים און טאקע טיפיקעל ליפא האט מען אום געגעבן די "הענטלעך" ניגון צו זינגען און עטליכע שפראכן ,יעדער לויט זייער סטאנדארט, אפריקע, מעקסיקאו, אונגארין, פאריז, כינע, ארץ ישראל, אמעריקע, אידיש-מאמע לשון וכדו' . יעדער מיט זייער סטייל מוזיק און אויף זייער שפראך.
דערנאך זענען דא נאך עטליכע זינגער'ס, נישט צו שלינגען און נישט צו שפייען.
די ניגון וואס האט מיר דאס מערסטע געכאפט איז דער פערטער ניגון וואס א אינגל זינגט אין די ענגלישער שפראך, לדעתי איז דאס א הערליכער ניגון און זייער שיין געזינגען.
די איבעריגע איז סתם טו גאו.
אבער אין ווידיאו חלק האבן זיי אויך - ווי ערווארטעט אין די שווערע אקענאמיע - שטארק געשניטן און אויפן סידי קריגט מען נאר א קליינער פיצי פריויו פון יעדע זאך און צו קריגן די "פול עדישאן" ברויך מען אריינשיקן $36 און מ'באקומט דאס אומזינסט! א זאך וואס איך פלאן גראדע צוטוען.
זיי האבן דארט א המשך פונעם פאריעריגן 'מארוועלעס מידות מאשין'. ווי באקאנט האט דער עלטערער איד מיט א קליין אינגעלע דארט פארארבייט מעשים מיט זייער'ס א פרישער מאשין וואס כאפט אויף - דורך אן ארויפגעשיקטער סעטעלייט - ווען איינער טוט עפעס מיט שלעכטע מידות, אן אלערט קומט גלייך אריין צו די איסטאנצן ווי מ'קען הערן און זעהן פונקטליך וואס עס האט פאסירט און מיט זייער טעכנעלאגיע קענען זיי יענעם מאכן הערן א ניגון וואס טוישט גלייך יענעם'ס מהלך. מעירעדיג!
פאריאר האט זיך דאס זייער טראגיש גענדיגט ווען דער יצר הרע האט געפאנגען דעם סעטעלייט אויבן און דער מאשין האט נישט געקענט ווייטער פונקצענירן..
אויך איז דא דאס יאר א ווידיאו פון בילדער און א לענגערער שיעור פון די גאנצער מהלך החמה לכבוד דעם גרויסן קידוש החמה וואס קומט.
א עקסטערע ווידיאו פון די ניגון וואס ליפא זינגט אויף אלע שפראכן ווי מ'זעט אום בי יעדען שפראך טאקע אנגעטוען ווי יענע חברה און זינגט דאס. און אזוי אויך נאך עטליכע ווידיאו'ס.
צו הערן די סידי און זעהן די ווידיאו פריוויו'ס דרוקט דא.
עורה - שמארג
אחראי: אחראי
- צייטליך
- מ. ראש הקהל
- תגובות: 12473
- זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 01, 2006 6:13 pm
- לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.
עורה - שמארג
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.
- וויכטיג מאכער
- שר עשרים אלפים
- תגובות: 24756
- זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
- לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.
צייטליך, טענקס פאר די ריפארט, איך האב מיך צוריקגעהאלטן פון דאס מעלדן, ווייל לוי ווי איך הער, האבן די יונגלעך נישט קיין פאות....
חוצ פון די פאקט, אז די אלע זינגערס זענען נישט מיין טעיסט, אינקלודינג יודא גרין, מיט ליפא שמעלצער... סאו די סידי ווערט אוטאומאטיש איבערגעלאזט אין גארבידזש פארנט פון די פאסטקעסטל, פאר איך גיי אהיים...
חוצ פון די פאקט, אז די אלע זינגערס זענען נישט מיין טעיסט, אינקלודינג יודא גרין, מיט ליפא שמעלצער... סאו די סידי ווערט אוטאומאטיש איבערגעלאזט אין גארבידזש פארנט פון די פאסטקעסטל, פאר איך גיי אהיים...
הכונו ל'מעמד אדיר איום אסיפת ה''ניקס'' לטוהר המחנה!!!
ווער איז אונליין
באנוצערס וואס דרייען זיך דא: מצה מעהל און 7 געסט