ויחלום שנית.....אויף חוה''מ....

ניגונים און זינגערס

אחראי: אחראי

אוועטאר
bailout
שר האלפיים
תגובות: 2208
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 25, 2008 10:27 am

ויחלום שנית.....אויף חוה''מ....

תגובהדורך bailout » דאנארשטאג מארטש 19, 2009 4:27 pm

פאר די ערשטע חלום דריקט דא


צו זיין אויף די סעיף סייד האב איך באשלאסן צו פלאנירן א אלטערנעטיוו פלאן וואס וועט אויטאמאטיש אריינגיין אין קראפט אין די רגע וואס מ'ווייסט שוין פאר זיכער אז די ערשטע וועט למעשה נישט ארבעטן, די פלאן גייט אזוי.

איז אייך שוין אמאל אויסגעקומען צו זיצן צוזאמען מיט דיין שווער אדער טאטן'ס משפחה ביי א סעודה אדער א שמחה און געזינגען צוזאמען, נישט יעדער קען זינגען אמאל נאר די שוואגערס אמאל נאר די ברודער'ס, אויב האט איר שוין געהאט אזא זאך אמאל, דאן דארפט איר נישט מער ווי טון אפאר קלייניקייטן און איר זענט א געהאלפענער, איז אזוי רוף אן די חברה וואס קענען זינגען און פרעג זיי צו זיי וואלטן געקענט באשטיין זיך צאמצוקומען איינע פון די נעכט אדער טעג פון חוה''מ, צו האבן א שמחת יו''ט, מיין ערשטע שאצונג איז אז די וואס האבן ליב א ניגון וועלן זיך צוכאפן, און זיי וועלן לכאו' אויך קענען באשטיין צו טרעוולען, אזוי ווי כ'האב געזען ביי מיין ערשטע חלום די ריספאנדס, און ווייטער די וואס ציט נישט א ניגון וועלן בכלל נישט זיין אינטערעסירט, זאג זיי פון פאראויס אז ס'איז א ערנסטע זאך, און גלייכצייטיג איינמעלדן פאר די תורה זאגער'ס זיך צו האלטן צו א לימיט, פארגעס נישט די ערעינדזשסט עס, נאכדעם קאל דיין מאמע אדער דיין שוויגער אדער דיין ווייב וועלכע לאקעישאן ס'קומט דיר אויס בעסער, און פרעג זיי צו זיי זענען מסכים, יוזשעלי די פרויען האבן ליב די זאכן, און איר זענט רעדי טו גאו.


אויב וועסטו פרעגן אמער כ'בין נישט פארדעם, כ'האב נאך קיינמאל גארנישט אנגעפירט, זאג איך דיר לערן דיך אפ פון אבאמא, קוק ווי ער פירט א לאנד אפי' ער קען נישט.... חזר דיך איין ''יא מיר קענען''! פון יעדע זאך קען מען זיך אפלערנען א גוטע זאך.

יעצט דארף מען זיך צאמזעצן אין אויסארבעטן די ניגונים וואס מ'וועט זינגען, דא דארף מיר שוין דער עולם ארויסהעלפן, כ'וועל טרייען אויסצווועלן די ניגונים וואס יעדע איינע איז געווען א היט בשעתו, כ'וויל נאר קלארשטעלן אז א ניגון איז א געפיל זאך און נישט יעדעמ'ס געפיל איז די זעלבע, וועל איך טרייען אראפצולייגן דריי נקודות און האפנטליך וועט זיך דער עולם האלטן דערצו. אביסל קען מען פארשטיין פון מיין ליסטע
1)קום נישט יעצט מיט קיין נענועים ניגון אפי' ס'איז שיין.

2)א ניגון ווי אשת חיל פון גערטנער (מיין איך) למשל, אפי' ס'איז ווארעם אין שיין למעשה דער עולם מער ווייניגער קען נישט די טיפערע פשטים אויף אשת חיל, ס'הייסט אפי' מ'עמיר זאגן אז די זינגער האט יא אינזינען געהאט הויכע כוונות, למעשה וואס פארשטיי מיר אונז אין די טיפע כוונות, אדער למשל מלכה'לע לאז אינדרויסן.

3)אזויווי פרעה'ס חלומות האבן געהאט געוויסע ענליכקייטן, און נאך א טעם וויבאלד די וואס האבן ליב אנדערע סארט נגינה האבן שוין וואו צו גיין, ווי וויכי האט שוין געמאלדן אז מיאמי מאכט א קאנצערט, וויל איך בעטן אז די ניגונים וואס מ'ברענגט צו זאלן זיין אין איינקלאנג מיט די סארט נגינה וואס מ'האט גערעדט אין די ערשטע חלום.

ליל שמורים פון משה גאלדמאן
א ניגון אן ווערטער א סימן קען איך געבן, יונתן שווארץ זינגט עס אויף די ספירה טעיפ ווען ער דערציילט די מעשה פון די בחור פון אינדיע.
והוא יושיענו
עין ערוך לך
הבן יקיר לי
כה אמר ד' 1
כה אמר ד' 2
ונפשי שפכי כמים לבך, פיצבורג
אלקא די ליה, פיצבורג
צמאה לך נפשי, בעלז
פנה לעלבון
מכניסי רחמים
כאיל תערוג, גאלדמאן
עד הנה עזרונו, אברהם פריד,פינקי
רחם נא, אייזיק האניג
תפלה לעני כי יעטוף
אבינו מלכנו חננו ועננו
רחם נא, פינקי
ותערב, ר' ירמי' דמן
כי המצוה הזאת , אברהם פריד
אם אשכחך ירושלים, ס'איז אויף די קליפ
אני מאמין בביאת המשיח, גאלדמאן
אני מאמין בביאת המשיח, נעילת החג

אביסל שנעלערע

לדור ודור נגיד גדלך, אפשר גרינבערגער?
אנא מלך מלכי המלכים, מ.ב.ד.
והיא שעמדה , א. פריד

און פאר די וואס האבן נישט מיט וועם זיך צאמצוקומען האפנטליך וועט זיך דא מאכן א קאמיטע וואס וועט אנפירן מיט צאמשטעלן גרופעס.

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28277
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » דאנארשטאג מארטש 19, 2009 4:34 pm

איך בין מיט דיר. א שיינע אויסוואל (איך מעלד מיך שוין -- איך האב נישט קיין זינגערס אין די פאמיליע פון אלע זיבן דורות ארויף)

אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרים אלפים
תגובות: 21906
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

תגובהדורך וויכטיג מאכער » דאנארשטאג מארטש 19, 2009 5:22 pm

אין דאס קליינער בעילאוט'ל איז... איינגעשלאפן זיס...

אין דאס קליינער בעילאוט'ל איז... איינגעשלאפן זיס...

אוי בעילאוט, דו האסט, זיסע חלומות...

עניוועי, די משפחה זאל זיך צאמקומען זינגען? אויף דעם דארף איך נישט קיין חלומות, איך דארף נישט קיין חול המעוד, פלעין, ווען עווער איך קום צו מיין טאטן, א שיינער שבת, יו"ט, חנוכה, מלוה מלכה... זינגען מיר- די ברודער'ס און שוואגער'ס, זייער געשמאק...

אבער פאר חול המועד, וואלטעך ענדערש געוואלט עפעס אנדערש...

עניוועי, די אנדערע אפשען, אז די קרעטשמע מיטגלידער זאלן זיך צאמקומען און זינגען, סאונד בעסער...

טענקס עניוועי...
הכונו ל'מעמד אדיר איום אסיפת ה''ניקס'' לטוהר המחנה!!!

אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12466
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.

תגובהדורך צייטליך » דאנארשטאג מארטש 19, 2009 7:01 pm

הנני! איך בין גרייט!

ביי דיין שוויגער ווייסעך נישט, אבער ביי דיין מאמע? פארוואס נישט..

איז אזוי, זינגער האבן מיר גענונג דא. קרעמער וועט קומען מיט זיין פידעלע, איך - אז די ווילסט - קען קןמען מיט מיין פיאנאו. ברויכמער איינער וואס האט א קוסטיק גיטאר און מער ווייניגער זענען מיר געסעטעלט.

פאר א פלאץ האב איך שוין אויך עפעס. ווער עס וויל קען קומען צו מיין שווער אין די סוכה. ס'איז אין די סאמע צענטער פון בעדפארד גארדענס. (נו, גילו?..)

(בעילאוט, ברענגט מיט די סידי פאר וואויס לעסענס..)
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.

אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12565
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

תגובהדורך מאשקע » דאנארשטאג מארטש 19, 2009 9:44 pm

און טאמער די צווייטע פלאן ווערט בטל, גייט די ערשטע חלום גלייך אריין אין קראפט...
An article a day keeps the babies away

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28277
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » פרייטאג מארטש 20, 2009 12:02 am

דאס האב איך געוואוסט אז היכל נגינה איז נעבן היכל משיח אדער היכל התשובה, אבער אז דאס איז א פאדערשטוב פאר היכל החלומות איז א חידוש.

אוועטאר
הרבטייטעלבוים
שר האלף
תגובות: 1660
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 20, 2012 5:52 pm
לאקאציע: שתולים בבית ד'

תגובהדורך הרבטייטעלבוים » מיטוואך אפריל 11, 2012 12:02 am

א שיינער חלום געווען
חלמא טבא וכו
הק' איתמר טייטעלבוים
אבד"ק דלאָניע והגלילות


צוריק צו “היכל הנגינה”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 17 געסט