בלאט 1 פון 7

פסח'דיגע ניגונים

געשריבן: מיטוואך מארטש 18, 2009 3:30 pm
דורך matovu
פסח'דיגע ניגונים

אפשר קען זיך אן עולם מרחם זיין אין ארויפלייגן עפעס ווארעמע ניגונים אויף פסח...

ווי איך האב געזיכט האב איך געטראפען נאראשע איזרעלי... מיט מיאמי בויסס...

איך זיך ווארעמע זיך אנצוווארעמען די הארץ..ץ אריינצוברענגען א ווארעמקייט מיט א תשוקה אינ'ם הייליגען יו"ט המתקרב ובא.

געשריבן: מיטוואך מארטש 18, 2009 5:16 pm
דורך bailout
ביים סדר האב איך נישט קיין צייט צו זינגן עקסטערס, אמער מ'זינגט גענוג פון די הגדה, אויף צופרי וואו ס'קוקט יעצט אויס וועט מען אי''ה זינגן 'איין ציגעלע' מיט 'טאטע לעבן', אפשר אויך 'בתי' פרעה'ס טאכטער'.
וואס כ'וואלט ווען געזינגען איז אזוי, די ערשטע צופרי 'טל' פון יאסעלע, מיט 'והיא שעמדה' פון אברהם פריד, און אפאר שנעלע ניגונים, ווי 'ממצרים גאלתנו' עטליכע 'והיא שעמדה'ס', על אחת כמה וכמה.
די צווייטע טאג 'שושנת יעקב' פון וועצבערגער.

געשריבן: מיטוואך מארטש 18, 2009 7:49 pm
דורך מאשקע
עצה טובה: קויף דיר דעם טעיפ "כולנו מסובין", ארויסגעגעבן עטליכע יאר צוריק דורך לחיים. מוזיק ביי מונה. הנאה רוחנית גאראנטירט.

געשריבן: מיטוואך מארטש 18, 2009 9:23 pm
דורך וויכטיג מאכער
איך עגרי מיט מאשקע, די טעיפ כולנו מסיבין, איז א זעלטענהייט פון א שיינע טעיפ, לויט ווי איך געדענק, איז דא דערוועגן א אשכול..

געשריבן: מיטוואך מארטש 18, 2009 9:30 pm
דורך ביקסאד
וויכי'ס קאפ ארבעט, דא האט איר דעם געהענגעל כולנו מסובין.

געשריבן: פרייטאג מארטש 20, 2009 11:29 am
דורך שאץ מאץ
אפשר דארף מען סתם מאכן א ליקוט פון ניגונים וואס קענען געזינגען ווארן ביים טיש,
פארגעסט נישט היי יאר איז דא דריי טעג יו"ט... דאס מיינט זעקס סעודות זיצן מיט די קינדער, דארף מען האבן א גרויסע אויסוואל פון פסח'דיגע ניגונים,
היות אויף סוכות איז געוועהן עטליכע גוטע המצאות וואס צו זינגען,
וואלטן מיר געוואלט אפעלירן צום ציבור ווער ס'האט א געדאנק וואס ס'קען געזינגען ווערן פסח ביי די סעודות (אויסער והוא שעמדה) זאל ביטע זיך לאזן הערן און שרייבן....
.

געשריבן: פרייטאג מארטש 20, 2009 11:54 am
דורך מאיר
אתה בחרתנו
שטיקלעך פון יוצר/מערבית
והיא שעמדה איז דא עטליכע
א וויזניצער ניגון וואס ר' חיים מאיר'ל פלעגט זינגען ביים סדר (עכ"פ איין יאר זיכער, מ'קען עס הערן אויף טעיפ) קרב יום אשר הוא לא יום ולא לילה
המכה בעברתו כל בכורי מצרים (די זעלבע טאן ווי המעביר בניו, אזוי האט געזינגען ר' חיים מאיר'ל אויפן טעיפ הנ"ל)
שומרים הפקד לעירך פון ר' משה גאלדמאן
בצאת ישראל ממצרים באם באם באם בית יעקב מעם לועז באם באם באם וכו'

שביעי של פסח קען מען זינגען, בבקעך ים סוף
המעביר בניו (ס'דא עטליכע)
שירה חדשה (ר' יוסל)

געשריבן: מוצ"ש מארטש 21, 2009 9:03 pm
דורך וויכטיג מאכער
ס'איז אויך דא געוויסע ניגונים, וואס זענען געאייגענט פאר יעדן יו"ט, ווי למשל...
קה קלי, פון משה גאלדמאן..

יהי רצון, מלך רחמן... פון ווערצבערגער..

מלך רחמן, פון.... וועם דו ווילסט נאר..

און אזוי שרייבענדיג, דערמאנעכמעך א ניגון, ליל שימורים, פון משה גאלדמאן... א הערליכע ניגון...

און גלייב מיר, ס'וועט גארנישט געשעהן, אויב דו וועסט זינגען סתם שיינע ניגונים... און פון דעם, איז דא א באנטש.....

געשריבן: זונטאג מארטש 22, 2009 7:59 am
דורך matovu
But can you put songs on here to listen to ?

Shkoach

געשריבן: זונטאג מארטש 22, 2009 4:45 pm
דורך אינטעליגענט
איך וואלט צוגעלייגט צוויי ניגונים וואס איך זינג יעדע פסח - זייט איך האב זיי געהערט ס'ערשטע מאל.

1) מה אשיב פון באבוב [דאכצעכמיר], ס'איז א לאנגע שטאטע ניגון אריינגעווארפן מארש'לעך, אבער הערליך איז נישט דאס ווארט.
2) א שטייטע ניגון וואס איז ספעציעל פאסיג פאר פסח "ואילו פינו מלא שירה כים", דער הויכע פאל הייבט זיך אן "הטובות נסים ונפלאות". אויך א הערליכער ניגון. איך ווייס נישט פון וואנעט עס שטאמט, איך האב עס געהערט פון די יאקאב מסיבה חוה"מ סוכות תשס"ז.דער טעיפ קען מען לכאורה באקומען ביי קרן שמואל ישעי'.

געשריבן: זונטאג מארטש 22, 2009 7:22 pm
דורך מאשקע
דער ניגון איז נתחבר געווארן דורך הרב טווערסקי פון מילוואקי (וויכי, פיל אריין די דיטעילס). עס ווערט געזונגען ביי יאקאב'ן דורך ר' חיים דוד דעסער.

געשריבן: זונטאג מארטש 22, 2009 7:24 pm
דורך קרעמער
דעטאלן איבער הרב (מיכל) טווערסקי שליט"א פון מילוואקי, קען מען געפונען אין על הצדיקים פארום (ביי די הורנוסטייפלער אשכול).

גראדע מאכט ער חתונה די וואך דאנערשטאג אין עטרת אברהם.

געשריבן: מאנטאג מארטש 23, 2009 7:37 am
דורך יאנאש
אפשר לייגט איינער ארויף די צוויי ניגונים וואס אינטעלי האט דערמאנט? איך גלויב אז מער ווי איך וועלן זיין דאנקבאר.

געשריבן: מאנטאג מארטש 23, 2009 9:38 am
דורך יגרסהדותא
יאנאש; פאר דיר אלעס.

מה אשיב

ואילו פינו
(אינטעל: אויב דו מיינסט אן אנדערע ניגון, פארבעסער מיר).

געשריבן: מאנטאג מארטש 23, 2009 10:33 am
דורך יאנאש
יגר'ל, אפאר פונט מצות שיק אריין אויף יו"ט זיי מוחל...

א ריזן יישר כח פאר דיין ארבעט, גיימער זיי אויסהערן.

געשריבן: מאנטאג מארטש 23, 2009 1:54 pm
דורך ביקסאד
אדערווייל איז נאך חודש אדר און וואו איר קאנט זעהן האט ער נאך המן-טאשן.

געשריבן: מאנטאג מארטש 23, 2009 3:40 pm
דורך לעווי
די וויזניצער 'חסל סידור פסח' איז אויך איין שטיק הארץ!

אויב איינער קען זאל ער עס ארויף לייגן.

און אפשר וועט מאשקע קענען ארויף לייגן די מודזיצער חד גדיא, זייער א באטעמטע ניגון.

געשריבן: מאנטאג מארטש 23, 2009 4:01 pm
דורך זעליג
די וויזניצער 'חסל סידור פסח' איז דא אויף די "כלנו מסובין" טעיפ.

געשריבן: מאנטאג מארטש 23, 2009 4:10 pm
דורך קרעמער
יישר כח יגר'ל.

געשריבן: מאנטאג מארטש 23, 2009 7:25 pm
דורך מאשקע
דער חד גדיא איז אויך אויף יענעם טעיפ. אויב ווילט איר עס הערן דוקא פון ר' בנציון שענקער, קען איך דאס ארויפלייגן.

געשריבן: מאנטאג מארטש 23, 2009 7:36 pm
דורך מאיר
נו אדרבא לייגט דאס ביטע ארויף להנאת הציבור.

*************************************************************************************************************************

יישר כח יגר'ל פאר די צוויי ניגונים.

געשריבן: דינסטאג מארטש 24, 2009 3:30 pm
דורך אינטעליגענט
יגרסהדותא האט געשריבן:יאנאש; פאר דיר אלעס.

מה אשיב

ואילו פינו
(אינטעל: אויב דו מיינסט אן אנדערע ניגון, פארבעסער מיר).

גראדע דאס צווייטע [ואילו פינו] איז ריכטיג, אבער דאס ערשטע [מה אשיב] איז נישט וואס איך האב געמיינט.
כ'האב נאך קיינמאל געהערט דעם מה אשיב פון באבוב, האב איך געקלערט אז ס'איז אט דאס, ווייל דאס האט אויך מארש'לעך אינדערמיט.
מעגליך וועל איך ארויף לייגן דעם מה אשיב וואס איך מיין. ס'איז פון דעם זעלבן כינוס ביי יאקאב חוה"מ סוכות תשס"ז.

געשריבן: דינסטאג מארטש 24, 2009 3:38 pm
דורך פויער
יישר כח יגר'ל

געשריבן: דינסטאג מארטש 24, 2009 3:43 pm
דורך פויער
מיין קאמפיוטער איז צובראכן אדער דיין סידי איז צוקריצט?

געשריבן: דינסטאג מארטש 24, 2009 3:45 pm
דורך מאיר
לכאורה איז די סידי צוקריצט ווייל איך האב די זעלבע פראבלעם