פסח'דיגע ניגונים

ניגונים און זינגערס

אחראי: אחראי

matovu
שר מאה
תגובות: 202
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 26, 2007 12:08 pm

פסח'דיגע ניגונים

תגובהדורך matovu » מיטוואך מארטש 18, 2009 3:30 pm

פסח'דיגע ניגונים

אפשר קען זיך אן עולם מרחם זיין אין ארויפלייגן עפעס ווארעמע ניגונים אויף פסח...

ווי איך האב געזיכט האב איך געטראפען נאראשע איזרעלי... מיט מיאמי בויסס...

איך זיך ווארעמע זיך אנצוווארעמען די הארץ..ץ אריינצוברענגען א ווארעמקייט מיט א תשוקה אינ'ם הייליגען יו"ט המתקרב ובא.

אוועטאר
bailout
שר האלפיים
תגובות: 2208
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 25, 2008 10:27 am

תגובהדורך bailout » מיטוואך מארטש 18, 2009 5:16 pm

ביים סדר האב איך נישט קיין צייט צו זינגן עקסטערס, אמער מ'זינגט גענוג פון די הגדה, אויף צופרי וואו ס'קוקט יעצט אויס וועט מען אי''ה זינגן 'איין ציגעלע' מיט 'טאטע לעבן', אפשר אויך 'בתי' פרעה'ס טאכטער'.
וואס כ'וואלט ווען געזינגען איז אזוי, די ערשטע צופרי 'טל' פון יאסעלע, מיט 'והיא שעמדה' פון אברהם פריד, און אפאר שנעלע ניגונים, ווי 'ממצרים גאלתנו' עטליכע 'והיא שעמדה'ס', על אחת כמה וכמה.
די צווייטע טאג 'שושנת יעקב' פון וועצבערגער.

אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12582
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

תגובהדורך מאשקע » מיטוואך מארטש 18, 2009 7:49 pm

עצה טובה: קויף דיר דעם טעיפ "כולנו מסובין", ארויסגעגעבן עטליכע יאר צוריק דורך לחיים. מוזיק ביי מונה. הנאה רוחנית גאראנטירט.
An article a day keeps the babies away

אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרים אלפים
תגובות: 23380
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

תגובהדורך וויכטיג מאכער » מיטוואך מארטש 18, 2009 9:23 pm

איך עגרי מיט מאשקע, די טעיפ כולנו מסיבין, איז א זעלטענהייט פון א שיינע טעיפ, לויט ווי איך געדענק, איז דא דערוועגן א אשכול..
הכונו ל'מעמד אדיר איום אסיפת ה''ניקס'' לטוהר המחנה!!!

ביקסאד
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4030
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 25, 2008 7:00 pm
לאקאציע: נעבן סאטמאר

תגובהדורך ביקסאד » מיטוואך מארטש 18, 2009 9:30 pm

וויכי'ס קאפ ארבעט, דא האט איר דעם געהענגעל כולנו מסובין.
ועמך כולם צדיקים

אוועטאר
שאץ מאץ
שר האלפיים
תגובות: 2885
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 15, 2008 5:01 pm
לאקאציע: איבעראל
פארבינד זיך:

תגובהדורך שאץ מאץ » פרייטאג מארטש 20, 2009 11:29 am

אפשר דארף מען סתם מאכן א ליקוט פון ניגונים וואס קענען געזינגען ווארן ביים טיש,
פארגעסט נישט היי יאר איז דא דריי טעג יו"ט... דאס מיינט זעקס סעודות זיצן מיט די קינדער, דארף מען האבן א גרויסע אויסוואל פון פסח'דיגע ניגונים,
היות אויף סוכות איז געוועהן עטליכע גוטע המצאות וואס צו זינגען,
וואלטן מיר געוואלט אפעלירן צום ציבור ווער ס'האט א געדאנק וואס ס'קען געזינגען ווערן פסח ביי די סעודות (אויסער והוא שעמדה) זאל ביטע זיך לאזן הערן און שרייבן....
.

אוועטאר
מאיר
שר האלף
תגובות: 1526
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 10, 2009 12:34 pm

תגובהדורך מאיר » פרייטאג מארטש 20, 2009 11:54 am

אתה בחרתנו
שטיקלעך פון יוצר/מערבית
והיא שעמדה איז דא עטליכע
א וויזניצער ניגון וואס ר' חיים מאיר'ל פלעגט זינגען ביים סדר (עכ"פ איין יאר זיכער, מ'קען עס הערן אויף טעיפ) קרב יום אשר הוא לא יום ולא לילה
המכה בעברתו כל בכורי מצרים (די זעלבע טאן ווי המעביר בניו, אזוי האט געזינגען ר' חיים מאיר'ל אויפן טעיפ הנ"ל)
שומרים הפקד לעירך פון ר' משה גאלדמאן
בצאת ישראל ממצרים באם באם באם בית יעקב מעם לועז באם באם באם וכו'

שביעי של פסח קען מען זינגען, בבקעך ים סוף
המעביר בניו (ס'דא עטליכע)
שירה חדשה (ר' יוסל)

אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרים אלפים
תגובות: 23380
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

תגובהדורך וויכטיג מאכער » מוצ"ש מארטש 21, 2009 9:03 pm

ס'איז אויך דא געוויסע ניגונים, וואס זענען געאייגענט פאר יעדן יו"ט, ווי למשל...
קה קלי, פון משה גאלדמאן..

יהי רצון, מלך רחמן... פון ווערצבערגער..

מלך רחמן, פון.... וועם דו ווילסט נאר..

און אזוי שרייבענדיג, דערמאנעכמעך א ניגון, ליל שימורים, פון משה גאלדמאן... א הערליכע ניגון...

און גלייב מיר, ס'וועט גארנישט געשעהן, אויב דו וועסט זינגען סתם שיינע ניגונים... און פון דעם, איז דא א באנטש.....
הכונו ל'מעמד אדיר איום אסיפת ה''ניקס'' לטוהר המחנה!!!

matovu
שר מאה
תגובות: 202
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 26, 2007 12:08 pm

תגובהדורך matovu » זונטאג מארטש 22, 2009 7:59 am

But can you put songs on here to listen to ?

Shkoach

אוועטאר
אינטעליגענט
שר חמש מאות
תגובות: 876
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 02, 2008 6:23 pm

תגובהדורך אינטעליגענט » זונטאג מארטש 22, 2009 4:45 pm

איך וואלט צוגעלייגט צוויי ניגונים וואס איך זינג יעדע פסח - זייט איך האב זיי געהערט ס'ערשטע מאל.

1) מה אשיב פון באבוב [דאכצעכמיר], ס'איז א לאנגע שטאטע ניגון אריינגעווארפן מארש'לעך, אבער הערליך איז נישט דאס ווארט.
2) א שטייטע ניגון וואס איז ספעציעל פאסיג פאר פסח "ואילו פינו מלא שירה כים", דער הויכע פאל הייבט זיך אן "הטובות נסים ונפלאות". אויך א הערליכער ניגון. איך ווייס נישט פון וואנעט עס שטאמט, איך האב עס געהערט פון די יאקאב מסיבה חוה"מ סוכות תשס"ז.דער טעיפ קען מען לכאורה באקומען ביי קרן שמואל ישעי'.

אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12582
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

תגובהדורך מאשקע » זונטאג מארטש 22, 2009 7:22 pm

דער ניגון איז נתחבר געווארן דורך הרב טווערסקי פון מילוואקי (וויכי, פיל אריין די דיטעילס). עס ווערט געזונגען ביי יאקאב'ן דורך ר' חיים דוד דעסער.
An article a day keeps the babies away

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28277
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » זונטאג מארטש 22, 2009 7:24 pm

דעטאלן איבער הרב (מיכל) טווערסקי שליט"א פון מילוואקי, קען מען געפונען אין על הצדיקים פארום (ביי די הורנוסטייפלער אשכול).

גראדע מאכט ער חתונה די וואך דאנערשטאג אין עטרת אברהם.

אוועטאר
יאנאש
שר שמונת אלפים
תגובות: 8292
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 28, 2006 8:40 pm
לאקאציע: וואו בינעך טאקע?

תגובהדורך יאנאש » מאנטאג מארטש 23, 2009 7:37 am

אפשר לייגט איינער ארויף די צוויי ניגונים וואס אינטעלי האט דערמאנט? איך גלויב אז מער ווי איך וועלן זיין דאנקבאר.

אוועטאר
יגרסהדותא
מ. ראש הקהל
תגובות: 3682
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 03, 2006 10:14 am
לאקאציע: קאר וואש

תגובהדורך יגרסהדותא » מאנטאג מארטש 23, 2009 9:38 am

יאנאש; פאר דיר אלעס.

מה אשיב

ואילו פינו
(אינטעל: אויב דו מיינסט אן אנדערע ניגון, פארבעסער מיר).

אוועטאר
יאנאש
שר שמונת אלפים
תגובות: 8292
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 28, 2006 8:40 pm
לאקאציע: וואו בינעך טאקע?

תגובהדורך יאנאש » מאנטאג מארטש 23, 2009 10:33 am

יגר'ל, אפאר פונט מצות שיק אריין אויף יו"ט זיי מוחל...

א ריזן יישר כח פאר דיין ארבעט, גיימער זיי אויסהערן.

ביקסאד
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4030
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 25, 2008 7:00 pm
לאקאציע: נעבן סאטמאר

תגובהדורך ביקסאד » מאנטאג מארטש 23, 2009 1:54 pm

אדערווייל איז נאך חודש אדר און וואו איר קאנט זעהן האט ער נאך המן-טאשן.
ועמך כולם צדיקים

לעווי
שר האלף
תגובות: 1915
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 22, 2008 12:04 pm

תגובהדורך לעווי » מאנטאג מארטש 23, 2009 3:40 pm

די וויזניצער 'חסל סידור פסח' איז אויך איין שטיק הארץ!

אויב איינער קען זאל ער עס ארויף לייגן.

און אפשר וועט מאשקע קענען ארויף לייגן די מודזיצער חד גדיא, זייער א באטעמטע ניגון.
ארויף קריכט מען פאוואליע, אבער אראפ קוילערט מען זיך שנעל!

אוועטאר
זעליג
שר חמש מאות
תגובות: 643
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 26, 2008 4:35 am

תגובהדורך זעליג » מאנטאג מארטש 23, 2009 4:01 pm

די וויזניצער 'חסל סידור פסח' איז דא אויף די "כלנו מסובין" טעיפ.

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28277
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » מאנטאג מארטש 23, 2009 4:10 pm

יישר כח יגר'ל.

אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12582
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

תגובהדורך מאשקע » מאנטאג מארטש 23, 2009 7:25 pm

דער חד גדיא איז אויך אויף יענעם טעיפ. אויב ווילט איר עס הערן דוקא פון ר' בנציון שענקער, קען איך דאס ארויפלייגן.
An article a day keeps the babies away

אוועטאר
מאיר
שר האלף
תגובות: 1526
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 10, 2009 12:34 pm

תגובהדורך מאיר » מאנטאג מארטש 23, 2009 7:36 pm

נו אדרבא לייגט דאס ביטע ארויף להנאת הציבור.

*************************************************************************************************************************

יישר כח יגר'ל פאר די צוויי ניגונים.

אוועטאר
אינטעליגענט
שר חמש מאות
תגובות: 876
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 02, 2008 6:23 pm

תגובהדורך אינטעליגענט » דינסטאג מארטש 24, 2009 3:30 pm

יגרסהדותא האט געשריבן:יאנאש; פאר דיר אלעס.

מה אשיב

ואילו פינו
(אינטעל: אויב דו מיינסט אן אנדערע ניגון, פארבעסער מיר).

גראדע דאס צווייטע [ואילו פינו] איז ריכטיג, אבער דאס ערשטע [מה אשיב] איז נישט וואס איך האב געמיינט.
כ'האב נאך קיינמאל געהערט דעם מה אשיב פון באבוב, האב איך געקלערט אז ס'איז אט דאס, ווייל דאס האט אויך מארש'לעך אינדערמיט.
מעגליך וועל איך ארויף לייגן דעם מה אשיב וואס איך מיין. ס'איז פון דעם זעלבן כינוס ביי יאקאב חוה"מ סוכות תשס"ז.

אוועטאר
פויער
שר האלף
תגובות: 1036
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג דעצמבער 21, 2007 8:30 am
לאקאציע: אינמיטן די אידישע וועלט

תגובהדורך פויער » דינסטאג מארטש 24, 2009 3:38 pm

יישר כח יגר'ל
ביז אין קרעשטמע דארף מען אויך א טרונק בראנפן, וויאזוי געט מען זיך א עצה?
מען קען עס האבן ביי די אידישע וועלט...!

אוועטאר
פויער
שר האלף
תגובות: 1036
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג דעצמבער 21, 2007 8:30 am
לאקאציע: אינמיטן די אידישע וועלט

תגובהדורך פויער » דינסטאג מארטש 24, 2009 3:43 pm

מיין קאמפיוטער איז צובראכן אדער דיין סידי איז צוקריצט?
ביז אין קרעשטמע דארף מען אויך א טרונק בראנפן, וויאזוי געט מען זיך א עצה?
מען קען עס האבן ביי די אידישע וועלט...!

אוועטאר
מאיר
שר האלף
תגובות: 1526
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 10, 2009 12:34 pm

תגובהדורך מאיר » דינסטאג מארטש 24, 2009 3:45 pm

לכאורה איז די סידי צוקריצט ווייל איך האב די זעלבע פראבלעם


צוריק צו “היכל הנגינה”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: אאא בבב און 13 געסט