מיין חלום... אויף חוה''מ האלטן...

ניגונים און זינגערס

אחראי: אחראי

אוועטאר
bailout
שר האלפיים
תגובות: 2208
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 25, 2008 10:27 am

מיין חלום... אויף חוה''מ האלטן...

תגובהדורך bailout » מאנטאג מארטש 16, 2009 9:53 am

כ'זיץ אין איך טראכט וואו זאל איך לייגן די אשכול, אין היכל הנגינה אדער אין קרעטשמע?
ס'הייסט ס'האט שייכות מיט נגינה, אבער ס'איז פארבינדן מיט אביסל השקפה, וואס מ'קען דעבאטירן, למעשה וועל איך עס לייגן דא, וויבאלד איינער וואס ציט אים נישט א ניגון וועט לכאורה נישט פארשטיין וואס די צדדים זענען.

די מעשה איז אזוי מ'האלט שוין טיף אין די שלושים יום קודם החג, די פלענער פאר חול המועד זענען שוין אין פולן שוואונג, די קינדער אין די בעיבי-טאטעס קייען שוין איבער די זיבעטע מאל וואו זיי גייען, די קומזיצערס זענען שוין פארנומען מברר זיין וועלכע ניגון גייט יא און וועלכע נישט, מאכט זיך מיר אז אמאל פאל איך אריין אין ''צופר'', האב איך מיך באגעגנט מיט א קומזיץ פון מרדכי בן דוד, באמת אויף א ערנסטע פארנעם מלא תוכן, ווארעמע ניגונים, איז מיין שאלה אזוי, צו וואלט שלעכט געווען אים אראפצוברענגן אויף מאנראו למשל אפדינגן מאנראו-וואדבארי, און צושטעלן א כשר'ע חוה''מ האלטן, אויף ווילי פארשטיי איך אז ס'איז נישט דא פון וואס צו רעדן, ווי וויכי האט שוין אמאל דא דערציילט, אז אפי' נאכן אפמאכן מיט די רבנים קומען אן די חברה מוחה זיין, אבער אין א פלאץ ווי מ'קען יא עפעס אויס ארבעטן פון פאראויס, אפשר... אפשר וואלט עס בכלל נישט געווען אזא שלעכטע איידיע
לעצט פאראכטן דורך bailout אום מאנטאג מארטש 16, 2009 2:23 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

וואס
שר חמש מאות
תגובות: 648
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 20, 2007 8:57 am

תגובהדורך וואס » מאנטאג מארטש 16, 2009 1:15 pm

וואס מיינסטו, די רבנים פון מאנראו וועלן נישט מוחה זיין ?

אוועטאר
bailout
שר האלפיים
תגובות: 2208
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 25, 2008 10:27 am

תגובהדורך bailout » מאנטאג מארטש 16, 2009 1:25 pm

קוק אויף די קליפ און זאג מיר אויב ס'איז דא וואס מוחה צו זיין, איך רעד אז ער זאל זינגן אויף אונזער שטייגער, ער טוט עס גערן.

סיי וויאזוי, האב איך געעפנט די אשכול עס צו דעבאטירן, איז אויב פארשטייסטו אז מ'דארף מוחה זיין ביטע זיי מסביר, די דארפסט פארשטיין אז מען דארף דא נעמען אין באטראכט אז דאס איז נישט אויפן חשבון פון זיצן אין ביהמ''ד, נאר פאר די אידן וואס גייען אויף אנדערע פלעצער וד''ל.

אוועטאר
סתם_אזוי
שר ששת אלפים
תגובות: 6112
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 24, 2008 4:13 pm

תגובהדורך סתם_אזוי » מאנטאג מארטש 16, 2009 1:33 pm

מען קען נישט וויסן פון פאראויס וויאזוי עס וועט זיך אויסלאזן. די רבנים ווילן נישט נעמען קיין שאנסן.

מיין מיינונג איז אז עס וואלט געווען זייער א גוטע זאך. איך וואלט אפילו געפארן אויף מאנראו נאר דאס צו קענען זעהן.
איך האב עס געזאגט.... סתם אזוי. איך האב עס געפרעגט.... סתם אזוי.

אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12466
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.

תגובהדורך צייטליך » מאנטאג מארטש 16, 2009 1:36 pm

איך האב נאכנישט געקוקט אויפן קליפ, און די רבנים און גייען דאס אויך נישט קוקען. און זיי זיכער אז דאס גייט נישט צושטאנד קומען אין די געגענט נעבן קרית יואל. פינטל.

סיבות?
1)ס'הייסט קאנצערט/קומזיץ.
2)ער הייסט מרדכי בן דוד.

די צוויי סיבות זענען איבער גענוג אז די ארגענעזירער זאלן קריגן א טעלעפאון רוף דאס אפצושטעלן, א זאך וואס קיינער וועט נישט קענען פייטן.

ווי ריכטיג שרייבסטו "מיין חלום". דאס אלעס, נישט מער.
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.

אוועטאר
join us
שר חמישים ומאתים
תגובות: 357
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 06, 2008 6:05 pm
לאקאציע: און מיין שיך

תגובהדורך join us » מאנטאג מארטש 16, 2009 1:44 pm

bailout האט געשריבן:כ'זיץ אין איך טראכט וואו זאל איך לייגן די אשכול, אין היכל הנגינה אדער אין קרעטשמע?
ס'הייסט ס'האט שייכות מיט נגינה, אבער ס'איז פארבינדן מיט אביסל השקפה, וואס מ'קען דעבאטירן, למעשה וועל איך עס לייגן דא, וויבאלד איינער וואס ציט אים נישט א ניגון וועט לכאורה נישט פארשטיין וואס די צדדים זענען.

די מעשה איז אזוי מ'האלט שוין טיף אין די שלושים יום קודם החג, די פלענער פאר חול המועד זענען שוין אין פולן שוואונג, די קינדער אין די בעיבי-טאטעס קייען שוין איבער די זיבעטע מאל וואו זיי גייען, די קומזיצערס זענען שוין פארנומען מברר זיין וועלכע ניגון גייט יא און וועלכע נישט, מאכט זיך מיר אז אמאל פאל איך אריין אין ''צופר'', האב איך מיך באגעגנט מיט א קומזיץ פון מרדכי בן דוד, באמת אויף א ערנסטע פארנעם מלא תוכן, ווארעמע ניגונים, איז מיין שאלה אזוי, צו וואלט שלעכט געווען אים אראפצוברענגן אויף מאנראו למשל אפדינגן מאנראו-וואדבארי, און צושטעלן א כשר'ע חוה''מ האלטן, אויף ווילי פארשטיי איך אז ס'איז נישט דא פון וואס צו רעדן, ווי וויכי האט שוין אמאל דא דערציילט, אז אפי' נאכן אפמאכן מיט די רבנים קומען אן די חברה מוחה זיין, אבער אין א פלאץ ווי מ'קען יא עפעס אויס ארבעטן פון פאראויס, אפשר... אפשר וואלט עס בכלל נישט געווען אזא שלעכטע איידיע


די לינק ארבעט נישט....


און מאנסי וואלט אזא זאך יא צושטאנד געקומען !!!

וואס
שר חמש מאות
תגובות: 648
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 20, 2007 8:57 am

תגובהדורך וואס » מאנטאג מארטש 16, 2009 2:12 pm

bailout האט געשריבן:קוק אויף די קליפ און זאג מיר אויב ס'איז דא וואס מוחה צו זיין, איך רעד אז ער זאל זינגן אויף אונזער שטייגער, ער טוט עס גערן.

סיי וויאזוי, האב איך געעפנט די אשכול עס צו דעבאטירן, איז אויב פארשטייסטו אז מ'דארף מוחה זיין ביטע זיי מסביר, די דארפסט פארשטיין אז מען דארף דא נעמען אין באטראכט אז דאס איז נישט אויפן חשבון פון זיצן אין ביהמ''ד, נאר פאר די אידן וואס גייען אויף אנדערע פלעצער וד''ל.

איך זע נישט ווי כאב געשריבן אז כ'האלט מ'דארף מוחה זיין, נאר פשוט ס'וועט נישט געשען אזא קומזיץ וועגן די סיבות וואס אונזער געלונגענער יד מפיק מרגליות ראש הקהל צייטליך האט אנגעגעבן.

אוועטאר
bailout
שר האלפיים
תגובות: 2208
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 25, 2008 10:27 am

תגובהדורך bailout » מאנטאג מארטש 16, 2009 2:27 pm

join us האט געשריבן:
די לינק ארבעט נישט....

ייש''כ, שוין פארראכטן, און צייטליך נעקסטיים זאג!

join us האט געשריבן:
און מאנסי וואלט אזא זאך יא צושטאנד געקומען !!!

אבער אין מאנסי וואלט איך נישט געגאנגען ווייל ער וואלט נישט געזינגען דארט פאר מיר.

אוועטאר
join us
שר חמישים ומאתים
תגובות: 357
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 06, 2008 6:05 pm
לאקאציע: און מיין שיך

תגובהדורך join us » מאנטאג מארטש 16, 2009 2:38 pm

בעילאוט. די געלט האסטו דערצו ???
דאס דארף קאסטן א פארטשן מיט געלט

אוועטאר
bailout
שר האלפיים
תגובות: 2208
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 25, 2008 10:27 am

תגובהדורך bailout » מאנטאג מארטש 16, 2009 3:00 pm

join us האט געשריבן:בעילאוט. די געלט האסטו דערצו ???
דאס דארף קאסטן א פארטשן מיט געלט

איך האב נישט און איך מאך נישט, די 5 דאלער אריינצוגיין האב איך נאך, כ'האב נישט גע'חלום'ט אז מען גייט מיך דא פארשטיין אז איך וויל עס אראנזשירן.

קוק אן,כ'האב נאר אנגעכאפט א משל פאר חוה''מ, ער זינגט דארט מיט בחורים, איך בין זיכער אז רוב פון די בחורים האבן קיינמאל נישט אריינגעטראכט אין די פירוש המילות פון א ווארעמע ניגון, קומט ער אן און ער צוזינגט זיך, ווי נישט ווי האבן זיי דאך א נשמה, און א ניגון ערוועקט זיי. וואס וואלט ווען שלעכט געווען ווען מען מאכט עס אויף א יומא דפגרא אין א היימישע ישיבה, זאל ער זינגען ק-ה אכסוף און מסביר זיין די ווערטער פאר די בחורים, כ'ווייס נישט וואו די האסט געלערנט אלץ בחור, אבער וואו איך האב געלערנט האט מען נישט אויסגעלערנט פאר די בחורים אז א ניגון איז געמאכט אינזין צו האבן די ווערטער.

אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרים אלפים
תגובות: 23412
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

תגובהדורך וויכטיג מאכער » מאנטאג מארטש 16, 2009 5:03 pm

חחחחח בעילאוט, דו מאכסט מיר לאכן... דו שרייבסט דיינע חלומות, (גאנץ זיסע גראדע) און דער עולם איז נאך ביזי דערמיט...

בעילאוט, דיין געדאנק איז זייער גוט.... שכח א מיליאן....
הכונו ל'מעמד אדיר איום אסיפת ה''ניקס'' לטוהר המחנה!!!

אוועטאר
צום זאך
שר האלפיים
תגובות: 2827
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 25, 2009 3:31 pm
לאקאציע: רעסט עריע

תגובהדורך צום זאך » מאנטאג מארטש 16, 2009 6:50 pm

בשייכות מיט די קליפ, אויב מאך איך נישט קיין טעות איז די באקאנטע "קומזיץ אלבום" פון מב"ד - פון די קומזיץ, ס'וואונדערט מיר נאר פארוואס די ניגון "אין ערוך לך" (ר' שלמה'ס ניגון דאכצעך) איז נישט אויפן טעיפ

איך האב שוין געהערט אסאך מאל די ניגון, אבער ווי ר' מרדכי לייגט'ס אראפ דארט, ס'מלא רגש, יעצט זינגט זיך די ניגון אינגאנצען אנדערש..

און בנוגע דיין חלום, איך שטיץ זייער אזא געדאנק, פארשטייצעך אין ק"י איז עס נישט רעאליסטיש, אבער ערגעץ וואו אין ניו יארק איז זיכער שייך און אז ס'וועט זיין א "קרעטשמע" סטייל קרייז וועט ער זינגען ווי דו ווילסט.. ער איז זייער א ווארעמער און חסידי'שער איד

וואלוועלע
שר חמש מאות
תגובות: 632
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 26, 2008 8:34 am

תגובהדורך וואלוועלע » מאנטאג מארטש 16, 2009 8:32 pm

בעילאוט אויב ווילסטו באמת א עונג יו"ט און דח גלייכסט נגינה, לאמיר דיר פרעגן פארוואס עפעס מב"ד, יא ודאי איז מרדכי די קינג, אבער פארוואס זאל מען זיך נישט צוזאמנענמען א קבוצה אינגעלייט ביי איינעם אינדערהיים, און מען נעמט א גוטע אראנדזשירער, ווי למשל יואלי לעבאוויטש וואס פארשטטיט געןןאלדיג צו ווארימע נגינה, אדער א אנדערן, און מען נעמט זיך זינגען שות אויף שעות, בעילאוט איך האב עס שוין כמה פעמים פרובירט און עס האט פיין געקלאפט,

אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12582
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

תגובהדורך מאשקע » מאנטאג מארטש 16, 2009 8:33 pm

א שיינעם חלום האב איך געזען...

אבער אז דו ווילסט קענסטו קומען זינגען ביי מיר אינדערהיים. כ'וועל אי"ה זינגען "אין ערוך לך" (ס'איז פון מיכאל שטרייכער, אגב) אם יהי' פנאי.
An article a day keeps the babies away

אוועטאר
צום זאך
שר האלפיים
תגובות: 2827
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 25, 2009 3:31 pm
לאקאציע: רעסט עריע

תגובהדורך צום זאך » מאנטאג מארטש 16, 2009 9:23 pm

יש"כ מאשקע פאר די איינלאדענונג... (האסט פארגעסן צו שרייבן דיין אדרעסע..) מיט מיר איז עס נישט קיין פראבלעם איך קום גערן, די פראבלעם איז אבער אז רוב קרעטשמע'ריסטען האבן דאך שרעקליך מורא פון "גילו" ממילא זעה איך נישט וויאזוי ס'קען זיך אויסארבעטען (אפשר קען מען עס מאכן במחשכים ווי של"ס...)

אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12582
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

תגובהדורך מאשקע » מאנטאג מארטש 16, 2009 11:01 pm

גילוי מרצון איז ביי מיר קיין פראבלעם, כידוע.
An article a day keeps the babies away

אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרים אלפים
תגובות: 23412
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

תגובהדורך וויכטיג מאכער » דינסטאג מארטש 17, 2009 12:07 am

מאשקע אזוי? וואס איז דיין אדרעס?...
הכונו ל'מעמד אדיר איום אסיפת ה''ניקס'' לטוהר המחנה!!!

אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12582
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

תגובהדורך מאשקע » דינסטאג מארטש 17, 2009 7:29 am

וויכי, קענסט קומען, אבער אן די סירענעס. די כבוד זאכן קען איך נישט דערליידן...
An article a day keeps the babies away

אוועטאר
bailout
שר האלפיים
תגובות: 2208
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 25, 2008 10:27 am

תגובהדורך bailout » דינסטאג מארטש 17, 2009 8:30 am

וואלוועלע האט געשריבן:בעילאוט אויב ווילסטו באמת א עונג יו"ט און דח גלייכסט נגינה, לאמיר דיר פרעגן פארוואס עפעס מב"ד, יא ודאי איז מרדכי די קינג, אבער פארוואס זאל מען זיך נישט צוזאמנענמען א קבוצה אינגעלייט ביי איינעם אינדערהיים, און מען נעמט א גוטע אראנדזשירער, ווי למשל יואלי לעבאוויטש וואס פארשטטיט געןןאלדיג צו ווארימע נגינה, אדער א אנדערן, און מען נעמט זיך זינגען שות אויף שעות, בעילאוט איך האב עס שוין כמה פעמים פרובירט און עס האט פיין געקלאפט,

דאס איז געווען מיין סעקאנד טהאט, איך האב נישט געוואלט עס אונטער נעמען אבער אז ס'איז דא, וועל מיר זיך שוין פארבינדן אויב ס'וועט זיין בכדי שיעשה.

אוועטאר
join us
שר חמישים ומאתים
תגובות: 357
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 06, 2008 6:05 pm
לאקאציע: און מיין שיך

תגובהדורך join us » דינסטאג מארטש 17, 2009 9:42 am

ס'איז דאכט זיך מיר אז עס איז שוין דא אזא זאך יעדן חוה"מ ביי ר' .... יאקאב אינדערהיים איך בין נאך קיינמאל נישט דארט געווען אבער איך הער יעדעס מאל די טעיפ דערפון עס איז געוואלדיג געוואלדיג הארציג. ווארעם.און שיין

בעילאוט: עס קען זיין עס איז נישט אינטערעסאנט פאר דיר די זיכסט מער קארלבלאך'ס ניגונים וכד'
אבער דעם רעיון זעט מען שוין אז עס איז שוין דא אזאנס

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25702
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » דינסטאג מארטש 17, 2009 10:05 am

א גוטן אייך הרב מבעילאויס שליט"א,

דער אמת איז איך ווייס נישט פארוואס אייער חלום גייט דוקא קיין מאנראו, אויב איז דער געדאנק א גוטע איז מאנראו זיכער נישט דער ערשטער פלאץ דאס צו פרעזענטירען, איך מיין אז אפי' אין וומ"ס וואלט געווען א ווידערשטאנד דערקעגן וק"ו אין מאנראו, אבער אזוי ווי יעדער חלום האט דאך דברים בטלים וועל איך אננעמען אז דא איז 'מאנראו' די דברים בטילים און איך וועל מגיב זיין איבער דעם געדאנק בכלליות.

דער קומזיץ פון ר' מרדכי ווערדיגער אדער 'בן-דוד' וויאזוי ער ווערט גערופען בעולם המוזיק, איז מתוק מדבש ונופת צופים, עס האט באמת א געשמאק און מען קען עס רופען אן ערליכער פארברענג, די בחורים געבן זיך אויס אויף א העכערען אופן זיי ווערן איבערגענומען פון די ניגונים אא"וו. די טעיפ דערפון איז פון מיינע פעיוואריטס און איך האלט אז בימינו אלה איז דאס פון די אריגינעלסטע ערליכע מוזיק.

יעצט אז דאס זאל צושטאנד קומען ברויך מען האבן מענטשן וואס האבן א געפיל צו זינגען, מ'ברויך וויסען דעם סדר הניגונים פון בעפאר, און דער איבריגער עולם קומט לראות וליהנות.

דאס אז מב"ד זאל ערשיינען אין וומ"ס וכ"ש אין מאנראו, איז זייער א ווייטער שפרינג, אבער איך האלט אז למשל 'שירה' אדער 'המזמרים' וואלטן יא געקענט דעליווערען אזא עיווענט אום חוה"מ אויפדערנאכט, נאר פאר מענער און בחורים, באגלייט מיט א געהעריגען בענד (למשל אין ברכה סימא זאל) נאר שטאטע ניגונים.

איינמאל דאס גייט דורך אומגעשטערט, קען מען די נעקסטע מאל ארויסשטעלן א 'שטערן-זינגער' למשל ישראל ווערדיגער, אדער א וואונדער-קינד, און אפי' א חזן ווי 'יעקב יוסף שטארק' וכדו'.

נא ווער קומט?

אוועטאר
join us
שר חמישים ומאתים
תגובות: 357
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 06, 2008 6:05 pm
לאקאציע: און מיין שיך

תגובהדורך join us » דינסטאג מארטש 17, 2009 10:50 am

ר' אביש בראד וואלט געווען זייער פאסיג געווען פאר אזא קום זיץ
דאכטצעך אז ער איז ביי יאקאב'ס קום זיץ

אוועטאר
bailout
שר האלפיים
תגובות: 2208
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 25, 2008 10:27 am

תגובהדורך bailout » דינסטאג מארטש 17, 2009 12:13 pm

join us האט געשריבן:ס'איז דאכט זיך מיר אז עס איז שוין דא אזא זאך יעדן חוה"מ ביי ר' .... יאקאב אינדערהיים


לפי מיין פארשטאנד איז עס נישט דומה,
1)מ'זינגט צוזאמען, ס'איז גאר אנדערש ווען איינער א מומחה וואס איז באמת א מומחה, וואס א ציבור וואס האט ליב צו זינגען און פארשטייט א ניגון האט אים ליב, פירט עס אן.
2)מיין עיקר חילוק איז אז וואו די האסט שוין אויבן געזען איז מיין עיקר געפיל דערצו וויבאלד ער וועקט אויף די נשמה אביסל, וואס פאר די היינטיגע יוגנט קען עס נעמען יארן ביז זיי רילייזן אז א ניגון רעדט צו די נשמה, מ'קען זען פיינע בחורים ביי היה עם פיפיות ווען אלע עלטערע אידן זענען איבערגעדעקט מיט די טלית, ווייסן זיי נישט וואס צו טון, ממילא מיר ציט דוקא אויב מ'וועט זינגן אזעלכע סארט ניגונים ווי די קומזיץ פון מ.ב.ד., משא''כ ביי יאקאב זינגט מען סתם שיינע ניגונים מיט הארמאני.
3)איך קען נישט פערזענליך קיינעם וואס גייט אהין האב איך במילא נישט קיין אינטערעסע אהינצוגיין און זיך שפירן ווי א גוי אין די סוכה.

join us האט געשריבן: בעילאוט: עס קען זיין עס איז נישט אינטערעסאנט פאר דיר די זיכסט מער קארלבלאך'ס ניגונים וכד'


ניטאמאל קיין תאוה דערצו האב איך, און די אלבוים פון די קומזיץ וואלט איך אויך נישט אהיים געברענגט, אבער די מעשה איז אז דא זעסטו שווארץ אויף ווייס....כ'מיין וידיא אויף צופר, וואו א ניגון קען געבן א ציטער אויף די נשמה.

מיללער האט געשריבן:א גוטן אייך הרב מבעילאויס שליט"א,


כ'זע די האסט אויך נישט אויסגעלאזט קיין דברים בטלים.

מיללער האט געשריבן:
דער אמת איז איך ווייס נישט פארוואס אייער חלום גייט דוקא קיין מאנראו


כ'האב עס זעט אויס נישט גענוג קלאר ארויסגעברענגט, די חילוק איז אז אין מאנרא איז דא איין שטיין אין די וועג, און אז די נעמסט עס אוועק איז עס פריי, גיי צו צי ועד הצניעות און שיינערהייט זיי אים מסביר וואס דיין פלאן איז, זאג אים אז ס'איז א שטייגער וואו ר' אורי שווארץ וואלט ווען געזינגען מיט די בחורים, און אויב ער איז מסכים קענסטו גיין ווייטער, ווייטער אין ווילי האט שוין די עבר געוויזן אז וויפיל די זאלסט נאר פארהאנדלען מיט די רבנים, וועט אויסוואקסן נייע שטיינער.


מיללער האט געשריבן:
דאס אז מב"ד זאל ערשיינען אין וומ"ס וכ"ש אין מאנראו, איז זייער א ווייטער שפרינג, אבער איך האלט אז למשל 'שירה' אדער 'המזמרים' וואלטן יא געקענט דעליווערען אזא עיווענט אום חוה"מ אויפדערנאכט, נאר פאר מענער און בחורים, באגלייט מיט א געהעריגען בענד (למשל אין ברכה סימא זאל) נאר שטאטע ניגונים.


דאס וואלט יא געקענט צושטאנד קומען סיי וואו.
אבער מיט צוויי תנאים בין איך מסכים, כ'מיין מסכים....מיט צוויי תנאים איז עס פון וואס אונז רעד מיר,
1)ווארעמע ניגונים דירעקט, וואס דאס איז בכלל נישט שירה'ס ליין, און אודאי נישט המזמרים'ס. אבער לאמער זיי געבן א טשענס.
2) (הגם כ'האב עס שוין בקיצור ערווענט)לאמיך דיר פרעגן וואס איז מ.ב.ד. הויפט קונץ אויסער זיין שטימע?, אז די טראכסט אריין וועסטו זען אז ער ספעציעלאזירט זיך אין א זאך וואס רופט זיך 'קאמיוניקעיטן מיטן אוידיענץ', דאס איז א חכמה לגבי א רעדנער, און לגבי א בעל תפילה קענסטו אויך זען אמאל וואו א שיינע בע''ת שלעפט מיט דעם גאנצן עולם, און ווייטער קענסטו זען א בעסערע חזן וואו דער עולם שלאפט, איך מיין אז די מעלה לגבי מ.ב.ד. שטייגט איבער די מעלה פון זיין שטימע, און דאס איז די וועג וויאזוי ער כאפט דארט דעם עולם ביי די קומזיץ.
און די אלע סטארס וואס די רעכנסט אויס קען איך נישט לגבי די פרט, און ס'קען זיין א גרויסע דורכפאל אויב מ'נעמט עס נישט אין באטראכט, ווייטער שירה איז א אנדערע סארט בכלל, אבער שירה גלייב איך אז זיי קענען נעמען אין באטראכט די פונקט, וויבאלד זיי האבן אסאך זינגערס, קענען זיי אויסוועלן איינער וואס האט די מעלה, אבער נאך אלעם וועט עס נאר זיין שירה, ממילא אויף אנצוהייבן בין איך מסכים.
לעצט פאראכטן דורך bailout אום דינסטאג מארטש 17, 2009 2:54 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12466
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.

תגובהדורך צייטליך » דינסטאג מארטש 17, 2009 12:42 pm

אויב שוין חלום'ן, לאמיר ווייטער שפינען..

מיללער, האסט ארויסגעברענגט א שטארקע הערה. דאס הייסט אזוי, דאס איז אמאל זיכער - ווי איך האב שוין געשריבן - אז מ.ב.ד. וועט מען נישט קענען ברענגען קיין וויליאמסבורג אדער קר"י אזוי שנעל. נאר, אז מ'וויל עפעס ארגענעזירן זאל דאס זיין מיט אינזערע היימישע באקאנטע און אפט געניצטע זינגער'ס.

שירה האט דייקא יא ליב צו זינגען ווארימע ניגונים, איך האב דא ביי מיר אין באזיץ א סידי פון א נגידישער חתונה פון די נישט ווייטע פארגאנגענהייט וווי שירה האט געזינגען ביים קבלת פנים עכט ווארימע, אלטע חסידישע ניגונים, מ'קען אויסגיין, ס'איז הערליך שיין, אנא מוזיק.

פון די אנדערע זייט איז אבער א קווייער דאס פארקערטע וואס פעלט אויס בי א קומזיץ. ביים קומזיץ איז די קווייער דער עולם וואס זיצט דארט, זיי זינגען מיט. א קאנצערט ברויך מען האבן א קווייער ווי דער עולם זיצט און הערט אויס, אבער א קומזיץ ברויך דער עולם מיט זינגען און דערפאר ברויך מען א "זינגער".

יעצט. איך וואלט גענומען יהודא גרין, וויבאלד אום קען נישט דער עולם און מ.ב.ד. האט זיך שוין זיין נאמען. אבער איך ווייס דאך אז דאס איז פונקט אזאנע חלומות ווי מ.ב.ד. אין מאנראו, אלזא וועליך איבערלאזן פארן עולם צו זאגן זייער מיינונג ווער עס איז דער פאסיגער מענטש פון אונזערע קרייזן וואס וואלט אנגעפירט מיט אזא קומזיץ.

יעצט כאפ איך אז איינער האט דא דערמאנט ר' אביש בראדט, ער איז גאר פאסיג דערפאר, ער זינגט טאקע יעדעס יאר ביי ר' דוד ארי' יאקאב אינדערהיים - ווי איך באטייליג זיך ב"ה - און ער איז געוואלדיג.

רבונו של עולם... רבונו של עולם.. חלום חלמתי.... ואיני יודע.. ואיני יודע מהההההה....
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25702
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » דינסטאג מארטש 17, 2009 2:16 pm

בקיצור עס איז דא-עבל, יעצט ברויך מען נאר טרעפן ארגענעזירער.

איך האלט באמת אז מען קען עס מארקעטן אלס אן אלטערנאטיוו פאר די אלע קאנצערטן למיניהם און א החזרת עטרה ליושנה, דא וועט מען זיך צאמקומען להתעלס באהבים בשירה וזמרה לכבוד החג (דאס געלט וועט גיין פאר צדקה :P ) און נאר היימישע זינגערס וועלן אויפטרעטן.

צייטליך, מיט א כאר קען מען אויך מיטזינגען, אבער מען ברויך טאקע ביידע דאס הייסט א מיקס, אביסל זינגט איינער אליינס און די אנדערע ברימען/הארמאנייזען וכדו', מיין דמיון גייט ביז אראפברענגען חיליק פראנק צו שפילען 'קה אכסוף'.

יו ווען גייט דאס שוין זיין, איף רייס אהין אויף אלע פיר, משוגעים נעמטס ארויס א גרעסערען זאל.

עני יוניט עוועיליבל, צט ארעגנייזן? וויכי, רעדי?


וועיק-אפ, איך זאג דיר נאכמאל, שטיי שוין אויף..........


צוריק צו “היכל הנגינה”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 13 געסט