דער סאטמאר'ער הנה מה טוב

ניגונים און זינגערס

אחראי: אחראי

אוועטאר
טהור-עיניים
שר חמשת אלפים
תגובות: 5055
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 22, 2007 1:29 pm

דער סאטמאר'ער הנה מה טוב

תגובהדורך טהור-עיניים » פרייטאג מארטש 13, 2009 2:54 am

איך בין לעצטענס געווען ביי א חתונה, און איך האב דארט געהערט א ניגון אויף די ווערטער הנה מה טוב ומה נעים שבת אחים גם יחד,

דער ניגון האט מיך עפעס זייער געכאפט, עס איז געווען גאר שיין, און דער עולם האט פעסט געטאנצט, און איך האב איבערגעלאזט שנעל דעם רינג, און צוגעלאפן צום שפילער און געפרעגט וועמענס ניגון דאס איז, ער האט מיר גע'ענפערט אז ס'יז א סאטמאר'ער ניגון, און אויף מיין פראגע ווער עס האט דאס קאמפאזירט האט ער נישט געוואוסט צו ענפערן

אלזא כאוויירים טייערע, אויב האט איינער א דעם ניגון און ער קאן דאס דא ארויסלייגן, וואלט איך עם גאר שטארק דאנקבאר געווען, און אויך וואלט איך זייער געוואלט וויסן ווער איז דער קאמפאזיטאר פון דעם הערליכן ניגון.
חי עולמים - טהור עיניים
NO man is a failure who has friends

אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12589
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

תגובהדורך מאשקע » פרייטאג מארטש 13, 2009 3:06 am

וויאזוי זאלן מיר וויסן? לייג ארויף דעם ניגון וועט מען דיר קענען זאגן.

אויב רעדסטו פונעם ניגון וואס ווערט אויך געזונגען אויף "עוד יוסף חי" ווען די שבטים טרעפן זיך מיט יוספ'ן, איז דאס פון ר' בנציון שענקער נ"י.
An article a day keeps the babies away

אוועטאר
bailout
שר האלפיים
תגובות: 2208
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 25, 2008 10:27 am

תגובהדורך bailout » פרייטאג מארטש 13, 2009 9:32 am

הייבט זיך עס אן מיט ס'ווארט ''הנה'' דריי מאל?

מיין איך אז ס'איז ר' יודל וו''ב'ס.

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25704
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » פרייטאג מארטש 13, 2009 9:52 am

דאס איז לכאורה פון ר' יושע מענדלאוויטש דער מחבר פון די באוואוסטע ניגונים 'שנשמע ונתבשר' און 'ואמר ביום ההוא' ועוד.

אז מ'רעדט פון זיינע ניגינום, ער האט פארפאסט גאר א גוטער ניגון פאר פורים אויף די ווערטער 'אם על המלך טוב ינתן לי שאלתי ובקשתי, אם מצאתי חן בעיניך המלך, ינתן לי נפשי בשאלתי ועמי בבקשתי' עס איז זייער לעבעדיג, און גאר א גוטער ווערטער סעלעקציע.

זיינע ניגונים זענעג געעוענליך זייער גוט געזעצט אויף די ווערטער, און גאר גוטע בייפעלער פון העכערע בקשות און געגעום רוחניים.

אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12466
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.

תגובהדורך צייטליך » פרייטאג מארטש 13, 2009 10:27 am

די הנה מה טוה ומה נעים ניגון איז מחלוקה וועמענס דאס איז, איך האב שוין געהערט אז ס'איז ר' יושע מענדלאוויטש, ר' יודל ווערצבערגער און ר' שלמה הערש עקשטיין. איינער פון די דריי.

מיללער, איך מיין אז די מאכסט א טעות מיט דעם 'אם על המלך טוב' ניגון, איך גלייב אז די רעדסט פון דעם ניגון וואס איז אויפגעכאפט געווארן די לעצטע 2 יאר, דאס האט משולם גרינבערגער קאמפעזירט און עס איז אויפגעכאפט געווארן נאכן ארויסקום פונעם "פורים אויפן טיש 2" דורך יוסף משה כהנא.
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.

אוועטאר
bailout
שר האלפיים
תגובות: 2208
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 25, 2008 10:27 am

תגובהדורך bailout » פרייטאג מארטש 13, 2009 10:30 am

צייטליך האט געשריבן:מיללער, איך מיין אז די מאכסט א טעות מיט דעם 'אם על המלך טוב' ניגון, איך גלייב אז די רעדסט פון דעם ניגון וואס איז אויפגעכאפט געווארן די לעצטע 2 יאר, דאס האט משולם גרינבערגער קאמפעזירט און עס איז אויפגעכאפט געווארן נאכן ארויסקום פונעם "פורים אויפן טיש 2" דורך יוסף משה כהנא.

כ'שטים מיט.

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25704
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » פרייטאג מארטש 13, 2009 10:32 am

האט מיך מיין שכן גיט אויסגע'נאר'ט אז ר' יהושע מענדלאוויטש איז דער מלחין, טעות לעולם גולם ופני אלעזר מיללער חפוי.

אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12589
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

תגובהדורך מאשקע » פרייטאג מארטש 13, 2009 11:06 am

מיללער, ווען ס'וואלט געווען יושע'ס ניגון וואלט מען עס געזונגען מער ווי 3 מאל ביים פורים טיש...
An article a day keeps the babies away

אוועטאר
טהור-עיניים
שר חמשת אלפים
תגובות: 5055
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 22, 2007 1:29 pm

תגובהדורך טהור-עיניים » פרייטאג מארטש 13, 2009 11:11 am

יא, עס הייבט זיך אן מיט דריי מאל דאס ווארט הנה, און פליז, איך לעכץ צו הערן דעם ניגון נאכאמאל, און איך קען עס נישט ארויפשטעלן דא, ווען יא דארף איך עס נישט בעטן דא.

ע"כ, ידידנו אהובינו תושבי קרעטשמא, האט רחמנות אויף אן אומבאלפן קעצל, און הענגט אריין דעם ניגון דא

יאשערקעס למפרע
חי עולמים - טהור עיניים

NO man is a failure who has friends

אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12466
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.

תגובהדורך צייטליך » פרייטאג מארטש 13, 2009 11:22 am

קאנפערמירט.

דער ניגון "הנה מה טוב ומה נעים" וואס טהור עניים לעכץ אזוי נאך, איז קאמפעזירט געווארן דורך ר' שלמה הערש עקשטיין אין די פריע ס' יארן לכבוד א מלוה מלכה דורך איחוד התלמידים אין ריפאבליק פלאזא אין בארא פארק.
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 22109
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » פרייטאג מארטש 13, 2009 11:35 am

צייטליך האט געשריבן:קאנפערמירט.

דער ניגון "הנה מה טוב ומה נעים" וואס טהור עניים לעכץ אזוי נאך, איז קאמפעזירט געווארן דורך ר' שלמה הערש עקשטיין אין די פריע ס' יארן לכבוד א מלוה מלכה דורך איחוד התלמידים אין ריפאבליק פלאזא אין בארא פארק.

דערמאנסט מיר פון ר' יוסף פראמער ע"ה, זכרנו ימים מקדם, טו בי עקזעקט מוצ"ש Y2K תש"ס, דאס האט מען דאן איבער געזינגען א שיינע פאר מאל.

בד"וו, איך זוך נאך מיין רעזשוואולקע......
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

3x0
המכונה 'טריאו'
תגובות: 9146
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 28, 2006 11:29 am
לאקאציע: חבוי

תגובהדורך 3x0 » פרייטאג מארטש 13, 2009 11:40 am

דא האסטו א חלק פון די ניגון.
צוגעלייגטע

Audio_0001.wma [ 418.7 KiB | געזעהן 2884 מאל ]


אוועטאר
מאיר
שר האלף
תגובות: 1526
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 10, 2009 12:34 pm

תגובהדורך מאיר » פרייטאג מארטש 13, 2009 11:48 am

שיינעם דאנק טריאוי.

3x0
המכונה 'טריאו'
תגובות: 9146
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 28, 2006 11:29 am
לאקאציע: חבוי

תגובהדורך 3x0 » פרייטאג מארטש 13, 2009 12:00 pm

נאך
צוגעלייגטע

Audio.wma [ 814.73 KiB | געזעהן 2866 מאל ]


אוועטאר
bailout
שר האלפיים
תגובות: 2208
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 25, 2008 10:27 am

תגובהדורך bailout » פרייטאג מארטש 13, 2009 12:40 pm

מען מוז זיך דא אפשטעלן א רגע און זיך באדאנקן פאר טריאו פאר זיין טירחה, ארויסצוהעלפן א צווייטן איד. הוייי מי כעמך ישראל!

אוועטאר
טהור-עיניים
שר חמשת אלפים
תגובות: 5055
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 22, 2007 1:29 pm

תגובהדורך טהור-עיניים » פרייטאג מארטש 13, 2009 1:42 pm

א געוואלדיגער שערקויעח, ערעב טריאו, (כ'מיין אז בלעקבערי איז שוין היינט מער פאפיולער), און איך האב טאקע שטארק הנאה געהאט דערפון.

און אצינד וויל איך בעטן, אויב ערעב טריאו, אדער סיי ווער עס האט דאס אויך, און דער זינגער זינגט גוט און שיין, זאל ער אויך מוחל זיין און עס ארויפשטעלן.

יאשערקעס למפרע
חי עולמים - טהור עיניים

NO man is a failure who has friends

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28277
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » פרייטאג מארטש 13, 2009 1:56 pm

איך האב זיך אויסגעלערנט דעם ניגון מוצאי שבת נחמו תש"ס אין איחוד באנגעלוי קאלאני (די ערשטע שבת התוועדות אין יענעם קאנטרי), דאן האב איך דאס אריבערגעבראכט צו דעם קאנטרי וואו איך בין געווען יענעם זומער, און עס איז געווען א 'היט'.

אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12466
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.

תגובהדורך צייטליך » זונטאג מארטש 15, 2009 8:47 pm

יישר כח טריאו. דער באקאנטער איש החסד. איינער בעט אין ס'שוין דא.

דא הערט מען ר' מרדכי דוד עסטרייכער דאס זינגען, זעהט אויס ביי א מצוה טאנץ, אבער נישט אינגאנצן.
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28277
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » זונטאג מארטש 15, 2009 10:10 pm

וואו דא?

אוועטאר
bailout
שר האלפיים
תגובות: 2208
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 25, 2008 10:27 am

תגובהדורך bailout » מאנטאג מארטש 16, 2009 8:54 am

די ערשטע קליפ

3x0
המכונה 'טריאו'
תגובות: 9146
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 28, 2006 11:29 am
לאקאציע: חבוי

תגובהדורך 3x0 » מאנטאג מארטש 16, 2009 9:05 am

ביידע זענען ביי מצוה טאנץ, די ערשטע איז טאקע ממרדכי דוד, און די צווייטע איז ישעי' יענקל קאהן.

3x0
המכונה 'טריאו'
תגובות: 9146
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 28, 2006 11:29 am
לאקאציע: חבוי

תגובהדורך 3x0 » מיטוואך יוני 03, 2009 1:44 pm

צייטליך אין דעם אשכול האט געשריבן: ...
(אגב, איינער האט דא אמאל געזיכט די ניגון "הנה מה טוה ומה נעים" פון ר' שלמה הערש עקשטיין, ס'איז דער צווייטער ניגון אויף דעם סידי)


צוריק צו “היכל הנגינה”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 24 געסט