"א גאנץ יאר פרייליך"...

ניגונים און זינגערס

אחראי: אחראי

אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרים אלפים
תגובות: 23452
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

"א גאנץ יאר פרייליך"...

תגובהדורך וויכטיג מאכער » מיטוואך מארטש 04, 2009 1:28 pm

ביעלאוט, האסט געבעטן כ'זאל מעלדן ווען ס'איז דא א נייע טעיפ אין די המודיע? דא האסטע...

אין די היינטיגע המודיע איז דא א נייע סידי מיט די נאמען "א גאנץ יאר פרייליך", ארויסגעגעבן, דורך "פרייליך ארקעסטרא"...

די סידי האט בערך א האלבע שעה לעבעדיגע מוזיק, געשפילט דורך "פרייליך" און געזינגען דורך "לוי יצחק פאלקאוויטש"...

איך האב געכאפט א פיקטשער פון די סידי, און טענקס פאר קרעמער פארן פיקסן די סייז....
צוגעלייגטע
גאנץ יאר פרייליך....jpg
גאנץ יאר פרייליך....jpg (5.69 KiB) געזעהן 2467 מאל
הכונו ל'מעמד אדיר איום אסיפת ה''ניקס'' לטוהר המחנה!!!

אוועטאר
bailout
שר האלפיים
תגובות: 2208
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 25, 2008 10:27 am

תגובהדורך bailout » דאנארשטאג מארטש 05, 2009 8:09 am

טענקס וויכי פאר די ריפארט העמיר לויפן זען צו ס'איז נאך דא, איי געס ס'איז פורים ניגונים, איך ווארן דיך אויב ס'וועפט!!

אוועטאר
bailout
שר האלפיים
תגובות: 2208
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 25, 2008 10:27 am

תגובהדורך bailout » דאנארשטאג מארטש 05, 2009 9:39 am

יא ייש''כ וויכי פאר די נייעס, ס'איז אין די וויקלי המודיע, א פיינע טעיפ, הגם ס'איז נישט מיין טעיסט ווען איך בין שיכור, אבער פאר די אלע מאבילס וואס האבן פאראיאר געהאט מא מא מא.... מא מא מא.... מא טובו..... און פאר צוויי יאר עפעס ענליכס, וועט דאס זיין זייער גוט, די פרייליך האט זיך נישט וואס צו שעמען פאר די עלטערע ארקעסטרע'ס זיי לייגן אראפ א מעכטיגע דזשאב גאר פראפעסיאנאל.

איך זיך נאך מיין טעיסט, פאראיאר האב איך געהאט פון 'שטריימל סענטער' ס'איז געווען גאר גוט, כ'ווייס נישט אויב ס'איז דא אין די געשעפטן אזא סטייל אזוי גוט, אבער למעשה איז עס מיר נעלם געווארן. אפשר וויכי וועט מיר קענען ארויסהעלפן. (נישט מיט א אמר ר' בנימין....)

אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרים אלפים
תגובות: 23452
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

תגובהדורך וויכטיג מאכער » דאנארשטאג מארטש 05, 2009 10:46 am

bailout האט געשריבן:טענקס וויכי, איך ווארן דיך אויב ס'וועפט!!


ברעיקינג נוז...

די ווארענונג איז אראפגענומען געווארן...

יאפ! די טעיפ פון שטריימל צענטער איז געווען מעכטיג...
הכונו ל'מעמד אדיר איום אסיפת ה''ניקס'' לטוהר המחנה!!!

אוועטאר
יגרסהדותא
מ. ראש הקהל
תגובות: 3682
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 03, 2006 10:14 am
לאקאציע: קאר וואש

תגובהדורך יגרסהדותא » דאנארשטאג מארטש 05, 2009 1:39 pm

אפשר? :wink:

יאפס, אפשר שטעלט מען עס דא ארויף?

אוועטאר
דאס בין איך
שר מאה
תגובות: 131
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 01, 2008 9:31 pm
לאקאציע: וואו איך בין

תגובהדורך דאס בין איך » דאנארשטאג מארטש 05, 2009 7:45 pm

גם אני מצטרף, לייג עס ארויף און זיי אונז מהנה.
וואו איז יענער, וואס אויפטון קען ער, אז יעדער זאל לעבן פאר זיך?
און זאל יעדער פארשטיין, פאר זיך אליין, ווער בין איך? ווער בין איך? ווער בין איך?

אוועטאר
שמאל קעפיג
שר העשר
תגובות: 11
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 03, 2009 11:04 pm

תגובהדורך שמאל קעפיג » דאנארשטאג מארטש 05, 2009 11:26 pm

וואס הייסט א טעיפ פון שטריימעל סענטער?
זיי מאכן שטריימלעך וואס זינגען?

אוועטאר
צום זאך
שר האלפיים
תגובות: 2827
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 25, 2009 3:31 pm
לאקאציע: רעסט עריע

תגובהדורך צום זאך » דאנארשטאג מארטש 05, 2009 11:39 pm

יא! זייט די שטריימל רעוועלאציע ווען זיי האבן אויפגעהערט צו מאכן געלט אויף רעגולאר שטריימלעך, האבן זיי זיך גענומען פארבריצירען זינגעדיגע...

אוועטאר
bailout
שר האלפיים
תגובות: 2208
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 25, 2008 10:27 am

תגובהדורך bailout » פרייטאג מארטש 06, 2009 9:27 am

שמאל קעפיג האט געשריבן:וואס הייסט א טעיפ פון שטריימעל סענטער?
זיי מאכן שטריימלעך וואס זינגען?

חחחחח.......

לאמיר ארויסהעלפן א איד, פאראיאר פאר פורים האט גאנץ ווילי באקומען אויף די פאסט א טעיפ מיט א קאלעקציע פון פורים ניגונים, גאר גאר גוט אראפגעלייגט, און זיי האבן אריינגעברענגט א שמחת פורים ביי אסאך אידן, ס'איז געווען פאר א אדווערטייזמענט, און גראדע ווערט לעצטנס פארשפרייט די מין וועג פון אדווערטייזן, אזויווי די זעסט פון די אשכול, איך מיין די נחשונים זענען געווען ''עורה'', זיי האבן שוין געשיקט פאר צוויי יאר צוריק פאר פסח א סידי.

אהאלעל, אמאלעל, אבאלעל, אפאלעל, אגאלעל.........

וואנס איך בין שוין דא, לאמיך ענק דערציילן וואס ס'טוט זיך דא.
די מעשה גייט אזוי, זייט נעכטן האט וויכי נישט קיין מנוחה אז ער האט מיר מכשיל געווען מיט קויפן המודיע, ער ווייסט נישט וואו זיך אהינצוטון, ער קאלט מיר נעכטן אן, פרוי בעילאוט הייבט אויף און פרעגט ווער ס'רעדט, זאגט ער וויכי פון ק.נ.א. ער מוז זייער וויכטיג רעדן צו מיר, איך בין פארשטייט זיך זייער ביזי מיט מיין נייע טעיפ, אבער עפעס עמערדזשענסי האט פאסירט לאמיר זען וואס דא גייט פאר.

בעילאוט: אלאו וויכי וואס האט פאסירט שעפעלע. כ'האף די קאלסט נישט ווייל האסטעך באליידיגט אז די ווערסט שוין אלט.

וויכי: ניין, נעווער מיינד, זאג מיר ס'איז די ערשטע מאל וואס די קויפסט המודיע?

בעילאוט: יא! וואס איז?

וויכי: וואס הייסט וואס איז? די ווייסט נישט אז מען טאר נישט קויפן המודיע? אין ווילי איז נישט דא קיין איין סטאר וואס פארקויפט עס!

איך טראכט צו מיר טיפיקל וויכי, ער רייסט מיר דא ליצנות, זאג איך אים.

בעילאוט: וויכי מאך דיר נישט משוגע, פארדעם קאלסטו מיר? האסט שוין איינגעהאנדלט אלעס וואס די דארפסט אויף פורים אז די האסט שוין צייט צו דרייען א קאפ, האסט שוין געקויפט א רויטע נאז פאר דיר און דיין בני בית?

אבער וויכי איז ביטער ערנסט, ער גייט אריין אין סטראשונג מאוד.

וויכי: זאג מיר דו ווילסט מיר פארשטערן מיין פורים? איך בעט דיך ברחמים פארברען עס! אבער שוין!!

איך שטיי אין א פארלעגנהייט, דא מאכט מיר וויכי א שמחת פורים שוין אפאר וואכן אלץ מוסיפין מחול על הקודש, ווי קען איך עס טון צו אים.

בעילאוט: הער מיך צו, איך הער וואס דו זאגסט געב מיר א וואך אין איך ווארף עס ארויס פונדערהיים.

וויכי: ניין, ניין, טו עס נישט צו מיר, ליין עס נישט, השמר והזהר, כל באיה לא ישובון!

בעילאוט: ווייסטו וואס וויכי, כ'וועל מיך איבערטראכטן איך גיב דיר מארגן תשובה אין קרעטשמע.

וויכי: אקעי, ייש''כ. הההה.....ההההה......(וויכי אטעמט אפ...)

בעילאוט: אקעי אבער פאר איך לייג אראפ קענסטו מיר אפשר זאגן וואס ער זינגט דארט, האלעל, אמאלעל, אבאלעל, אפאלעל, אגאלעל.........

וויכי: יא, לאמיך דיר זאגן, דערווייל קען מען נאכנישט ארויסגעבן, די גאנצע ק.נ.א. איז אויפן העכסטן אלערט צו דעשיפרירן די קאוד, מ'האט מורא אז אפשר ליגט אין דעם א באהאלטענע מעסעדזש צו די 'רעדן צו די זאך' טעראר גרופע. אקעי זיי מיר געזונט, וואו נאר כ'וועל עס קענען מעלדן אז ס'איז סעיף וועל איך מודיע זיין.

אבער זאג מיר נאר איין זאך.... וואו האסטו געקויפט די המודיע?.........

וואס זאל איך אייך זאגן רבותי איך לאך נאך יעצט.........

אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרים אלפים
תגובות: 23452
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

תגובהדורך וויכטיג מאכער » פרייטאג מארטש 06, 2009 9:49 am

bailout האט געשריבן:

וואס זאל איך אייך זאגן רבותי איך לאך נאך יעצט.........


איך אויך...

דאסי פאדערווייל... כאנאכנישט געסטאפט צו לאכן, ווען כ'וועל ענדיגן, העמער אי"ה מגיב זיין...
הכונו ל'מעמד אדיר איום אסיפת ה''ניקס'' לטוהר המחנה!!!

איזאק
שר האלפיים
תגובות: 2313
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 12, 2007 11:55 am

תגובהדורך איזאק » פרייטאג מארטש 06, 2009 10:25 am

בעילאוט, דו ביסט גוט.

אוועטאר
יאנאש
שר שמונת אלפים
תגובות: 8292
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 28, 2006 8:40 pm
לאקאציע: וואו בינעך טאקע?

תגובהדורך יאנאש » פרייטאג מארטש 06, 2009 1:06 pm

פיינע נייעס.

אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18576
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע: אין אפיס
פארבינד זיך:

תגובהדורך איך_הער » פרייטאג מארטש 06, 2009 3:25 pm

בעילי, טענקס, פארן מאכן שמייכלען.

אוועטאר
אינטעליגענט
שר חמש מאות
תגובות: 876
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 02, 2008 6:23 pm

תגובהדורך אינטעליגענט » מוצ"ש מארטש 07, 2009 9:18 pm

בעילאוט

ככככככככ איך לאך נאך יעצט, זייט דעמאלס ווען כ'האב אנגעהויבן.
יוי ביסטו טשאדאש.


צוריק צו “היכל הנגינה”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 14 געסט