וועגן דעם ליד "שקעה חמה"
געשריבן: מיטוואך פעברואר 25, 2009 3:25 pm
פארהאן א ליד וואס עפנט זיך מיט די ווערטער "שקעה חמה", די מעשה וואס איז אנגעקלעבט אויף דעם ניגון איז דאכט זיך ברייט באקאנט. נעמליך, עס איז געווען אמאל א בחור אין דער מירער ישיבה וואס איז געווען שטערבליך קראנק און ער איז שוין געשטאנען אויפן שוועל פון טויט. טייל לייגן נאך צו אז ער האט גאר שוין באקומען די ידיעה פונעם דאקטער אז ער גיט אים נישט מער ווי א קורצע צייט פון לעבן. דאן האט דער בחור – אין גרויס ייאוש – ארויסגענומען א פעדער און אנגעהויבן אפצושרייבן דאס פאלגענדע ליד:
שָׁקְעָה חַמָּה שָׁקְעָה נַפְשִׁי
בִּתְּהוֹם רַעֲיוֹנוֹת (נ"א: יְגוֹנָהּ) רַב כַּיָם
כִּי נִלְאֵתִי בְּמִלְחַמְתִּי
אֶת הַבָּשָׂר וְאֶת הַדָּם
יָמִים עוֹבְרִים יָמִים שָׁבִים (נ"א יָמַי עוֹבְרִים יָמַי כָּלִים)
מִבְּלִי קַחַת מִבְּלִי תֵּת
אִם לָזֹאת קָרָאתָ חַיִּים
אֱמוֹר נָא קֵ-לִי מַה זֶה מֵת
אֵיךְ אוּכַל לִחְיוֹת כַּךְ
מִבְּלִי הָבִין אֶת כָּל זֹאת
הַאִם לִשְׁכּוֹחַ וְלִשְׂמוֹחַ
אוֹ לִזְכּוֹר הַכֹּל וְלִבְכּוֹת
הַחֲיֵינִי קֵ-לִי עַד לְמָחָר
אוּלַי אֶפְתּוֹר אֶת הַחֲלוֹם
שָׁקְעָה חַמָּה שָׁקְעָה נַפְשִׁי
עֲרָבִים (עָבִים) בָּאִים כִּי פָנָה יוֹם
[מען קען זעהן אז אין דעם צווייטן נוסח – וואס איך האב איינגערינגלט – דריקן די ווערטער טאקע ענדערש אויס דעפרעסיע און מרה-שחורה, בעת וואס אין דער ערשטער ווערסיע איז דאס נישט אזוי ווייט]
וואס שייך דער מעלאדיע וואס איז באקאנט צו דעם ליד, זאגט מען אויף דעם אז דאס האט דער זעלבער בחור מחבר געווען. מיר איז אבער די זאך שטענדיג פארגעקומען ווי א שטיקל מיסטעריע וויבאלד די מעלאדיע וואס די וועלט זינגט דערויף ווערט באנוצט ביי ישראלים פארן ניגון "שחקי שחקי" פון טשערניכאווסקי און עס הייסט אז טוביה שאַלאָנסקי (שלונסקי) האט פארפאסט די מעלאדיע צו די ווערטער פון טשערניכאווסקי'ס ליד (זעה דערוועגן אויך דא ווי עס איז קלאר געשריבן אזוי). איך האב אבער קיינמאל נישט פראבירט דאס מברר צו זיין, און איך האב ביי מיר פארשטאנען אז אויב זאל טאקע האבן געווען אזא מעשה איז די מעלאדיע גענומען געווארן פון טשערניכאווסקי'ס ליד, און דער מקור דערפון איז אלזא א פרייער (כאטש עס מוז נישט זיין אז ט. שאַלאָנסקי זעלבסט איז געווען א פרייער, דען ער איז מעגליך נאר געווען ציוניסטיש געשטימט – ווי עס זעהט אויס פון דער אנציקלופדיה העברית וואס באשרייבט זיין זון, זעה דערוועגן שפעטער. זיין זון אברהם איז שוין יא ענדערש געווען גענצליך פריי, אפשר זאגט דאס עפעס אויך אויפן טאטן).
למעשה האב איך געהערט די מעשה איבער דעם ליד "שקעה חמה" אויך פון עלטערע אידן וואס האבן דאס געדענקט פון אמאל (און די מעלאדיע דערפון איז געווענליך א טייל פון דער מעשה, וויבאלד עס הייסט אז די מעלאדיע דרוקט ספעציעל אויס דעפרעסיע און יאוש), און עס האט זיך דעריבער אויסגעוויזן אז דאס איז נישט קיין יעצטיגע מעשה, און מען דארף דעריבער נאר קלארשטעלן די מקורות דערצו, און ווען דאס איז געווען. אין א געוויסן זמירות האב איך געזעהן צוברענגען דאס ליד וואו עס איז פארצייכנט געווארן דער נאמען פונעם מחבר - רבי אברהם אליהו קאפלאן ז"ל. נאכזוכנדיג מקורות איבער דער מעשה איז מיר קלאר געווארן אז די מעשה "מיטן בחור" איז א קראנטע, עס ווערט אבער דערציילט אין דער וועלט פעלערהאפטיג.
ובכן, דאס ליד איז אפגעשריבן געווארן דורך רבי אברהם אליהו קאפלאן ז"ל אלס בחור אין ישיבה זייענדיג אונטער דער שטארקער השפעה פון דער מוסר-באוועגונג און די מוסר-לימודים. מעגליך אז עס איז ביי אים אריבער דער מאס פון זעלבסט-צובראכנקייט, אדער איז דאס בלויז געווען א געווענליכע אפשפיגלונג פון זיין מהלך אין מוסר. יעדנפאלס האט ער דאן אפגעשריבן דאס פאלגענדע ליד וואס דריקט אויס גרויס צובראכנקייט איבער דעם צושטאנד פון דעם קערפער. פון דעם ליד קוקט אויס ווי עס גרעניצט זיך מיט יאוש, דעריבער איז אנגענומען אין דער וועלט א לעגענדע אז דאס האט א בחור געשריבן אין דער מירער ישיבה ווען ער איז געווען שטערבליך קראנק און ער איז געשטאנען אויפן שוועל פון טויט. דאס איז אבער נישט פונקט אזוי, הרב קאפלאן האט לכאורה אין מיר נישט געלערנט, און ער האט דאס נישט געשריבן אין א קראנקן בעט, נאר – ווי געזאגט – אונטער א טיפע השפעה פון דעם רוח פון מוסר וואס האט געהערשט אין די מוסר-ישיבות. ווי עס ווערט אנגעגעבן אין דעם לינק האט ער דאס געשריבן ביי די זיבעצן יאר ווארשיינליך אין דער קעלעמער ישיבה, שפעטער - לערנענדיג אין סלאבאדקע – ווייזט אויס אז ער האט דווקא גענויגט צו אפטימיזם און בעסערע געפילן.
* * *
יעצט וועגן דער כראנאלאגיע פון די אנגעגעבענע מענטשן: הרב קאפלאן האט געלעבט אין די יארן 1890 – 1924, און טשערניכאווסקי האט געשריבן דאס ליד "אני מאמין" (שחקי שחקי) אין יאר 1894. טוביה שאלאנסקי איז אוועק אין יאר 1929 (געבוירן אין 1874) פינף יאר נאך הרב קאפלאן. דעריבער קענען מיר אננעמען אז די מעלאדיע איז צוגעשטעלט געווארן צו די ביידע ניגונים אין דער זעלבער צייט אומגעפער, און עס איז שווער פעסטצושטעלן גענוי ביי וועמען דאס איז געווען פריער. עס איז דעריבער זיכער נישט באשטימט אז שאלאנסקי זאל זיין דער מחבר פון דער מעלאדיע, עס איז זייער מעגליך אז דאס האבן די ישראלים זיך איינגערעדט אז דער ניגון געהערט זיי. דער לינק דא אין דער באשרייבונג אונטערן ליד מאכט טאקע קלאר דעם פאקט אז עס איז ביי זיי נישט קלאר די זאך, און עס איז ווארשיינליך אדער א ליטווישע פאלקס-מעלאדיע פון פריער, אדער פון הרב קאפלאן אליין (מען קען הערן די ישראלישע ווערסיע מיטן געבן א קליק אויבן אויפן ווארט "האזנה").
אין דער אנציקלופדיה העברית איז געשריבן וועגן אברהם שלונסקי (א זון פון ט. שלונסקי) ווי פאלגנד: היה נצר למשפחה חב"דית מושרשת ביהדות המסרתית ובציונות וכו', האב חיבר את הלחן – שהפך להיות "עממי" – לשירו של טשרניחובסקי, "שחקי שחקי" (איבערזעצונג: ער – אברהם שאלאנסקי – איז געווען אן אפצווייג פון א ליובאוויטשע פאמיליע, דורכגעווארצלט מיט יידישער טראדיציע און ציוניזם צוגלייך... דער טאטע זיינער [טוביה שאלאנסקי] האט פארפאסט די מעלאדיע – וואס איז פארוואנדלט געווארן אין א פאלקס-מעלאדיע – צו דער פּאָעמע פון טשערניכאווסקי "שחקי שחקי").
זעה אויך אין דעם לינק ווי עס ווערט אנגעגעבן די פארגרייזטע ווערסיע וואס די וועלט דערציילט אז דאס ליד "שקעה חמה" איז געשריבן געווארן דורך א "מירער תלמיד" – כאטש דער שרייבער ווייסט צו זאגן אז זיין נאמען איז קאפלאן (מיטן ערשטן נאמען האט ער ווידער נישט מדייק געווען שרייבנדיג "י." אנשטאט "א.א." וואס איז די ראשי-תיבות פון "אברהם אליהו"). אויף דער מעלאדיע באשטימט ער שאלאנסקי'ן אלס דעם מחבר.
פון די פלעצער – און פון נאך פיל פלעצער – איז צו זעהן אז די ישראלים ווילן ענדערש אננעמען אז שאלאנסקי האט די מעלאדיע פארפאסט מתחילה פארן ליד פון טשערניכאווסקי. ווי געזאגט אבער האט דאס אליין נישט קיין מקור, און עס איז פונקט אזוי מעגליך אז א. קאפלאן האט דאס גאר אליין פארפאסט, אדער אז דאס איז שוין פריער געווען א ליטווישע פאלקס-מעלאדיע. למעשה איז דאכט זיך נישטא נאך לידער פון טוביה שאלאנסקי חוץ פון דעם (כאטש זיין זון אברהם איז שוין יא געווען אן אפיציעלער העברעאישער דיכטער), דעריבער זעה איך נישט פארוואס מען זאל זאגן אז די איינע מעלאדיע האט ער יא מחבר געווען, און עס שיינט דעריבער ריכטיגער צו זאגן אז ער האט עס נישט מער ווי צוגעשטעלט צו טשערניכאווסקי'ס ווערטער.
[אגב, הרב א. קאפלאן אליין האט געזאגט א הספד נאך הרצל'ס טויט און איז דעריבער ווארשיינליך געווען שטארק געשטימט צו דער ציוניסטישער באוועגונג. זעה וועגן אים אויבן ביי זיין נאמען אין דעם אנגעגעבענעם לינק פון דער וויקיפעדיע איבער אים]
איך ווייס נישט צו די זאכן זענען עמיצן א חידוש אדער ווי ווייט עס אינטערעסירט אנדערע, אבער וויבאלד אז מיר זענען די זאכן הערשט יעצט קלאר געווארן גלייב איך אז פאר אנדערע קענען די ידיעות אויך צונוץ קומען.