פראדזשעקט עקס 3#....

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
וויכטיג מאכער
Site Admin
תגובות: 32543
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

פראדזשעקט עקס 3#....

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויכטיג מאכער »

כ'ווייס נישט וויזוי ס'האט געקענט פאסירן אזא זאך, ס'זאל ארויסקומען א נייע טעיפ, און נישט סתם א טעיפ, נאר אזא באקאנטע, פאפולערע טעיפ ווי "פראדזשעקט עקס" און קיינער האט אונז נישט געמאלדן, ס'איז זייער פאני...

עניוועי, אין די טעיג איז אנגעקומען אין די געשעפטן די נייע "פראדזשעקט עקס" נאמבער 3, פראדזשעקט עקס, איז באקאנט פאר רוב ציבור, זיי מאכן א קאלעקשען פון די לעטעסט היט'ס, און זיי שפילן דאס איבער אויף זייער א שיינעם אופן, ספעציעל צייכענען זיי זיך אויס, מיט די סעלעקשען פון ניגונים וואס זיי האבן, אבער אנדערש ווי די ערשטע צוויי, איז דאס מאל דער זינגער נישט "ליפא שמעלצער", נאר "שלוימי דאסקאל"...

אזוי ווי די פריערדיגע, איז דער ארויסגעבער "יוחי בריסקמאן" אין די מוזיק ביי "ניגוני ארקעסטרא", אבער דיסטריביוטעד ביי א נייע דיסטריביוטער מיט'ן נאמען "ניגון" דיסטריביוטער'ס.

א_וואו די פריערדיגע, איז די טעיפ איינגעטיילט אין אפאר סעקשאן'ס, וואס יעדע באשטייט פון אפאר, (געווענדליך 5-6) ניגונים, און אין די יעצטיגע פאל איזעס איינגעטיילט אין זעקס סעקשאנס.

די ערשטע הייסט "טאנץ", ווי ער זינגט אפאר לעבעדיגע ניגונים, ווי "אך טוב" און "בזו השעה"...

די צווייטע הייסט "פותח", ווי ער זינגט מער הורא סטייל ניגונים, ווי "פותח את ידך" און "הגומל לחייבים טובות"..

די דריטע הייסט "חסידיש", ווי ער זינגט אביסל חסידישע ניגונים, ווי "טוב להודות" און "שבשפלינו"..

די פערדע הייסט "הורא", ווי ער זינגט "הרחמן" מיט "לב אחד" און נאך......

די פיפטע הייסט "שלום", ווי ער זינגט צווישן אנדערע "על חומותיך" און "שלא עשני גו"...

און די זעקסטע הייסט "מירון" ווי ער זינגט אפאר מירון'ע ניגונים, ווי "אין מירון" און "לכבוד" און נאך.............

שוין, מיר האבן דא נאך אסאך ארבעט, און ווען מיר וועלן האבן א מער דיטעיל'ד ריפארט וועלן מיר מעלדן...

וויט ספעשעל ריפארט אן ניגוני, דיס איז וויכי, עט די ק.נ.א. רעידיאו נעטווארק.........

בעק טו יו צייטליך..........
דו האסט לייף אינשורענס אויף דיר און דיין ווייב?

ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!
אוועטאר
סתם_אזוי
שר ששת אלפים
תגובות: 6112
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 24, 2008 4:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סתם_אזוי »

עס איז שוין גראדע ארויסגעקומען א "פראדשעקט רילעקס" וואס שלומי דאסקאל זינגט אויף דעם.
איך האב עס געזאגט.... סתם אזוי. איך האב עס געפרעגט.... סתם אזוי.
יא יא
שר חמש מאות
תגובות: 718
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 31, 2008 11:35 am
לאקאציע: אין ניו יארק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יא יא »

די דעקל
אטעטשמענטס
x3.jpg
x3.jpg (29.76 KiB) געזען 5674 מאל
עס איז מיר איינגעפאלן א גוטע חתימה אינמיטן די נאכט, אבער כאבעס פארגעסן.
מיין טאטע זז"ג וואלט געזאגט "אז ס'פאלט איין איז א חורבן"
יא יא
שר חמש מאות
תגובות: 718
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 31, 2008 11:35 am
לאקאציע: אין ניו יארק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יא יא »

דא קען מען דאונלאודען א פריוויו פון די אלבום
קליק דא
עס איז מיר איינגעפאלן א גוטע חתימה אינמיטן די נאכט, אבער כאבעס פארגעסן.
מיין טאטע זז"ג וואלט געזאגט "אז ס'פאלט איין איז א חורבן"
אוועטאר
וויכטיג מאכער
Site Admin
תגובות: 32543
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויכטיג מאכער »

כאבעס שוין געהערט אביסל, ס'קוקט אויס זייער גוט, ער מאכצעך נישט אזויפיל משוגע ווי זיין פארגייער...
דו האסט לייף אינשורענס אויף דיר און דיין ווייב?

ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!
אוועטאר
דאס בין איך
שר מאה
תגובות: 131
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 01, 2008 9:31 pm
לאקאציע: וואו איך בין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דאס בין איך »

ליפא איז סטיל טע בעסט.....
וואו איז יענער, וואס אויפטון קען ער, אז יעדער זאל לעבן פאר זיך?
און זאל יעדער פארשטיין, פאר זיך אליין, ווער בין איך? ווער בין איך? ווער בין איך?
אוועטאר
וויכטיג מאכער
Site Admin
תגובות: 32543
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויכטיג מאכער »

דאס בין איך האט געשריבן:ליפא איז סטיל טע בעסט.....


ווענצעך אויף וואס....
דו האסט לייף אינשורענס אויף דיר און דיין ווייב?

ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!
אוועטאר
דאס בין איך
שר מאה
תגובות: 131
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 01, 2008 9:31 pm
לאקאציע: וואו איך בין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דאס בין איך »

עווערעטהינג........ אויף וואס נישט???
וואו איז יענער, וואס אויפטון קען ער, אז יעדער זאל לעבן פאר זיך?
און זאל יעדער פארשטיין, פאר זיך אליין, ווער בין איך? ווער בין איך? ווער בין איך?
אוועטאר
דאס בין איך
שר מאה
תגובות: 131
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 01, 2008 9:31 pm
לאקאציע: וואו איך בין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דאס בין איך »

אינטערעסאנט צו באמערקן אז ליפא אויף נאנ סטאפ זינגט ניגונים וואס מנחם דוד מאשקאוויטש זינגט און שלומי זינגט ניגונים וואס ליפא זינגט (דריי לעצטיגע קאללעקשנס).
וואו איז יענער, וואס אויפטון קען ער, אז יעדער זאל לעבן פאר זיך?
און זאל יעדער פארשטיין, פאר זיך אליין, ווער בין איך? ווער בין איך? ווער בין איך?
שראליק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שראליק »

עס איז נישט אז יעדער קאפיעט דעם צווייטן, עס איז פשוט יעדער פרובירט צו זינגן די לעצטיגע אויפגעכאפטע און שיינע ניגונים.
פלאפי יוד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פלאפי יוד »

זינגט ער מיט א חסידישע הברה אדער מיט א ליטווישע?
וואלוועלע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואלוועלע »

ליפא איז טאקע זייער טלאנטפול און ער קען מאכן אלע מיני קונצן, וואס לכאורה און דעם איז ער די בעסט, אבער ער האט איין חסרון ער קען נישט אפזינגען א ניגון נארמאל, אייביג מוז ער עפעס אריינווארפן, און ווען ער זינגט שוין יא א ניגון נארמאל איז עס טאקע מורא'דיג, אבער עס וועט זיך כמעט קיינמאל נישט מאכן, צו זינגען א ניגון ביי עם נארמאל, איז אזוי ווי די זאגסט איינער וואס זיין בלוט שפרינגט און עם און ער יאגט זיך זייער שטארק ערגעץ אווי אנצוקומען, אז ער זאל פארן אויפן פאליסיידס אויף 50,
משא"כ שלומי דאסקאל,
האט א העליכע און געשמאקע שטימע, און ער ציט ארויף וואס ווייניג זינגער'ס קענען דאס באווייזן, און ער זינגט סאליד, און נארמאל, עכ"פ ס'איז א געשמאק עם צו הערן, בקיצור א הערליכע באטעמ'טע זינגער
אוועטאר
סתם_אזוי
שר ששת אלפים
תגובות: 6112
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 24, 2008 4:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סתם_אזוי »

אז דו ווילסט ארויסברענגען וואו א גוטע זינגער שלומי איז דארפסטו נאכנישט ארויסברענגען אז ליפא איז נישט גוט.
איך האב עס געזאגט.... סתם אזוי. איך האב עס געפרעגט.... סתם אזוי.
וואלוועלע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואלוועלע »

וואס זאל איך דיר זאגן, איך האלט אז ליפא איז זייער גוט, למשל איך האב א טעיפ איך געדענק שוין נישט די נאמען, אבער עס האט אפאר יודישע ניגונים, און ליפא זינגט דארט פינקי'ס עננו, מיט יודישע גראמען, עכ"פ ס איז געוואלדיג, איך האב עס שוין איבערגעהערט טויזנט מאל, און די זעלבע מיט אנדערע ניגונים וואס ער זינגט ווי למשל, אני מאמין וואס ער זינגט אויף איינע פון זיינע טעיפס, און אזוי איז דא נאך א היבש פאר ניגונים וואס ער זינגט סאליד און נארמאל, און עס איז הערליך אז מען קען צודרייט ווערן, דארט זעהט מען זיינע ריכטיגע טאלאנטן, אבער סתם א ניגון זינגט ער זייער אוייף א צודרייטע וועג, וואס אפילו וועסט זאגן אס ס'איז טלאנטפול איז עס אבער זייער נישט געשמאק לדעתי,
אוועטאר
וויכטיג מאכער
Site Admin
תגובות: 32543
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויכטיג מאכער »

קיינער רייסט נישט דא אראפ ליפא, ער זאגט אז ליפא איז זייער טאלאנטפול, אבער ער האצעך ליב משוגע צו מאכן, און די פאריגע פראדזשעקט עקס איז טאקע געווען הערליך, ווייל יוחי בריסקמאן האטעם געהאלטן אין קאנטראלל, משא"כ, אויף "נאן סטאפ", זינגטער נישט קיין איין ניגון נארמאל....
דו האסט לייף אינשורענס אויף דיר און דיין ווייב?

ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!
אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12505
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צייטליך »

מיך באדערט א צווייטע זאך.

מ'זעהט דא קלאר אז עפעס א מערכה גייט דא פאר. ער זינגט נישט פלעין נאך ניגונים פון לעצטיגע טעיפ'ס וואס עס קען אויסקוקן ווי פערצופאל זינגען זיי די זעלבע ניגונים. נאר מ'רעדט דא פון גאר אלטע ניגונים און ביידע זינגען דאס, א שטייגער ווי די ניגון פון "מראה כהן". איך האב דעם ניגון נישט געהערט די לעצטע פופצן יאר, פארוואס פונקט אין די זעלבע חודש זינגען דאס ביידע?

פון די ערשטע מינוט האב איך געהאלטן אז א מערכה איז אינטער דעם, וויבאלד ליפא איז געווען לעצטענס צוזאמען מיט יוחי און פלוצלינג האבן זיי זיך אפגעטיילט, מעגליך אז ליפא האט אנגעפאנגען זיין אלבום מיט יוחי און אום איבער געלאזט אינדערמיט און געגאנגען צו יושע מענדלאוויטש, דער וואס מאכט מיט אום זיין קאנצערט.

אלנפאלס. הגם איך האלט אז ליפא מאכט זיך מער נאריש און איך גלייך דאס זייער נישט, מיט דעם אלעם איז אבער די נאן-סטאפ ליפא טעיפ שענער, לדעתי.

ווידעראום, דער טעיפ "פראדזשעקט עקס 3" איז אסאך מער חסידיש, אסאך מער היימישע ניגונים און מער אויסגעהאלטן פאר אינזערע קינדער צו הערן.

יעדער האט זיך זיינע מעלות.
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.
וואלוועלע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואלוועלע »

יא וויכי זעהסט טאקע די פאריגע פראדזשעקט פון יוחי וואס ליפא האט געזינגען איז מלא טעם, איך גיי נשט יעצט רעדן וועגען ווילדקייט, איך רעד נאר מוזיקווייז, דארט זעהט מען אן זיינע געןןאלדיגע טאלאנטן, צו ווען ער זינגט שלמה'ס נשמה ניגון, אדער ער זינגט לגבי, יא דארט ער זינגט ווילד, אבער ער האלט זיך צו די טרעק'ס און ס'איז א מחי', משא"כ רוב אנדערע טעיפ'ס איז לשיטתי סתם קראנק, ער הייבט אן פאר איין מינוט צו זינגען ווי א נארמאלע מענטש, און דערנאך פארפארט ער אז ס'גייט א רויך,

איך האלט אז אזוי ווי ער גייט ארום איבער'ן טאג משמח זיין צובראכענע מענטשן, ממינט ער אז די גאנצע וועלט איז משוגע,
אוועטאר
וויכטיג מאכער
Site Admin
תגובות: 32543
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויכטיג מאכער »

צייטליך, דו האלטסט אז ליפא אויף נאן סטאפ, זינגט שענער ווי שלוימי דאסקאל אויף פראדזשעקט עקס? נישט די מוזיק, מ'רעדט דא פון די זינגער, און פון דעי ספעציפישע טעיפ...
דו האסט לייף אינשורענס אויף דיר און דיין ווייב?

ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!
אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12505
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צייטליך »

איך רעד פון די אלבום בעצם. אלעס צוזאמען.
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.
וואלוועלע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואלוועלע »

אבער דאס איז זיכער אז די איצטיגע סידי פון שלומי דאסקאל איז מעידזשאר, לויפטס און קויפטס, די נייע סידי פון שלומי דאסקאל,
פלאפי יוד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פלאפי יוד »

צייטליך, ווי תמיד ביסטו דאסמאל אויך גערעכט!

ס'אמת,(און ס'איז נישט קיין סוד) אז יוחי מיט ליפא זענען נישט בעסטע חברים (גראב גערעדט: צוקריגט!!!)
און דאס איז טאקע פארוואס מיר האבן צוויי זייער ענליכע טעיפס!

נאכן מאכען צוויי CD'S צוזאמען האט זיך דער שטן אריינגעמישט, און זיי האבן זיך צוטיילט (איידל גערעדט..)און יעצט האט יעדער געוואלט ווייזען דעם צווייטן, כ'האב דיך אין דער ערד! איך קען אליין מאכען א שיינע טעיפ, אן דיר!!!!!!

די שאלה איז נאר ווער האט אויסגעפירט!

(און וועגן דעם איז ליפא'ס טעיפ אזוי צופארן, ווייל ער האט זיך געיאגט ארויסצוגעבן פאר יוחי!!!!!

אלעס איז פאליטיק!!!!!!!
אוועטאר
וויכטיג מאכער
Site Admin
תגובות: 32543
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויכטיג מאכער »

פלאפי, ער איז גערעכט וועגן די מעשה צווישן יוחי און ליפא, אבער וועגן ווער ס'זינגט בעסער ליפא אויף נאן סטאפ, VS שלוימי דאסקאל אויף פראדזשעקט עקס, מיינעך אז ער איז נישט גערעכט, אדער רעדט ער נישט פון דעם, נאר פון די גאנצע טעיפ.....
דו האסט לייף אינשורענס אויף דיר און דיין ווייב?

ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!
איזאק
שר האלפיים
תגובות: 2324
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 12, 2007 11:55 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איזאק »

ליפא האט כאטשיג א שטימע, שלומי קען גוט קוויטשענען.
אוועטאר
וויכטיג מאכער
Site Admin
תגובות: 32543
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויכטיג מאכער »

ליפא האט א וואס?....
דו האסט לייף אינשורענס אויף דיר און דיין ווייב?

ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!
איזאק
שר האלפיים
תגובות: 2324
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 12, 2007 11:55 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איזאק »

נאכאמאל, ליפא האט א הערליכע טאלאנטפולע שטימע, הער אויס ווי ער זינגט א שטייטע ניגון מיט א רואיגקייט.

שלומי'ס איינציגסטע מעלה מיט זיין קול אי אז ער קען גוט קוויטשענען.
שרייב תגובה

צוריק צו “היכל הנגינה”