ניגון: כה אמר ה' מיט א משל

ניגונים און זינגערס

אחראי: אחראי

אוועטאר
הערשי קניהויז
שר חמש מאות
תגובות: 837
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 24, 2008 1:23 pm

ניגון: כה אמר ה' מיט א משל

תגובהדורך הערשי קניהויז » פרייטאג פאברואר 13, 2009 10:30 am

ניגון: כה אמר ה' זכרתי לך חסד נעיריך אהבת כלילותיך לכתך אחרי במדבר בארץ לא זרועה

א מלך האט געהאט, אן אלטע אלטע קנעכט,
און ער האט דעם מלך'ס כבוד פארשוועכט.
ער האט נישט אויסגעפירט, דער מלך'ס רצון.
און פאלאץ האט דאס אלעמען פארדראסן.

זענען די גרויסע שרים, געקומען צום מלך אליין,
אדונינו המלך עס קען אזוי נישט גיין.
דיין קנעכט דעם אלטן, טארסטו מער נישט האלטן.
פארשיק אים און שטעל אויף זיין פלאץ א צווייטען.

רבותי איר זענט נישט גערעכט, וואס איר רעדט אוף מיין קנעכט.
טאקע ער פאלגט נישט אלעס וואס איך טוה אים הייסען,
אבער איר דארפט פארשטיין קלאר, ער איז א אלטע פרשה גאר.
עס איז דא אסאך וואס איר טוט גארנישט ווייסען.

פאר איך בין געוועזן באקאנט, פארדעם וואס איך בין געקומען און דעם לאנד.
פאדעם וואס איך האב געהאט מיין פאלאץ דעם שיינעם,
בין איך אליין געגאנגען, א שווערע וועג א לאנגען.
און מיט מיר מיטגעקומען איז נאר איינער.

איז רעדס נישט קיין שלעכטס, אויף מיין אלטע קנעכט.
עטס זענטס הערשט אנגעקומען היינט,
אבער ער איז מיר געווען דערביי, ווען קיינער האט נישט געהאלטן דערביי.
דעמאלטס איז ער מיר געשטאנען ביי די האנט.

צרות גאר אסאך, האט ער מיטגעמאכט,
מהאט אים אזויפיל געשלאגן און ארום געווראפט.
אבער היינט איז ער טאקע אלט, און פון צרות געווארן קאלט.
אבער איך געדענק אים נאך ווען ער איז געוועזן אינג און שיין.

כה אמר ה' זכרתי לך חסד נעיריך אהבת כלילותיך לכתך אחרי במדבר בארץ לא זרועה

(געהערט פון ר' אפרים וואקסמאן, און איך האב דאס אפגעטייפט פאר איינעם, האב איך געקלערט אז איך שטעל עס דא אריין)

אוועטאר
מאיר
שר האלף
תגובות: 1526
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 10, 2009 12:34 pm

תגובהדורך מאיר » פרייטאג פאברואר 13, 2009 10:37 am

הערליך הערליך שיין

אוועטאר
שאץ מאץ
שר האלפיים
תגובות: 2885
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 15, 2008 5:01 pm
לאקאציע: איבעראל
פארבינד זיך:

תגובהדורך שאץ מאץ » פרייטאג פאברואר 13, 2009 11:51 am

נמשל????
קומט נישט אויפן גראם????

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28277
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » פרייטאג פאברואר 13, 2009 12:39 pm

איך האב נישט מצליח געווען דאס אויסצוזינגען אויפן ניגון געהעריג, אבער די ווערטער אליין זענען אויך גאר שיין.

אוועטאר
שמערי בערי
ראש הקהל
תגובות: 8739
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 28, 2008 4:40 pm
לאקאציע: באַזאָטלט אינעם ראשעקאָלישן אפיס....
פארבינד זיך:

תגובהדורך שמערי בערי » פרייטאג פאברואר 13, 2009 12:55 pm

זייער זייער שיין, די ווערטער און דער משל.
שריי נישט אזוי הויך, מ'וועט נאך מיינען אז דו ביסט גערעכט...

שראליק
שר חמישים
תגובות: 97
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג סעפטעמבער 25, 2008 7:31 pm

תגובהדורך שראליק » פרייטאג פאברואר 13, 2009 4:05 pm

ווען טוישט זיך פעלער, וואס איז די הויעכע פאל? וואס ווי ווען, עפעס שטימט נישט, הערשי פליז מאך עס קלאר.

אוועטאר
שמיי_דריי
שר האלף
תגובות: 1308
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 20, 2008 8:10 pm
לאקאציע: ביים שרייב טישל ערגעץ ווי אין יודישע וועלט

תגובהדורך שמיי_דריי » מוצ"ש פאברואר 14, 2009 7:13 pm

שכח הערשי ס'איז זייער שיין
א חתימה ברויך מען האבן ?

אוועטאר
סאכדעס
שר עשרים אלפים
תגובות: 20441
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

תגובהדורך סאכדעס » מוצ"ש פאברואר 14, 2009 8:53 pm

כ'פארשטיי נישט דעם גאנצן נושא, וואס באדארף דאס צו זיין?

שראליק
שר חמישים
תגובות: 97
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג סעפטעמבער 25, 2008 7:31 pm

תגובהדורך שראליק » מוצ"ש פאברואר 14, 2009 11:34 pm

וואס פארשטייסטו נישט?

3x0
המכונה 'טריאו'
תגובות: 9146
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 28, 2006 11:29 am
לאקאציע: חבוי

תגובהדורך 3x0 » זונטאג פאברואר 15, 2009 12:31 pm

זייער שיין הערשי.

ווי איך פארשטיי איז די נמשל דעס "כה אמר ה' זכרתי לך חסד נעיריך אהבת כלילותיך לכתך אחרי במדבר בארץ לא זרועה". די אידן זענען מיטגעגאנגען מיטן אויבערשטען אין גלות און אזוי ווייטער.

אוועטאר
הערשי קניהויז
שר חמש מאות
תגובות: 837
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 24, 2008 1:23 pm

תגובהדורך הערשי קניהויז » זונטאג פאברואר 15, 2009 2:42 pm

שאץ מאץ האט געשריבן:נמשל????
קומט נישט אויפן גראם????

ניין, הר"ר אפרים זינגט נאר דעם משל אויף גראמען און די נמשל איז אזוי ווי טריאו שרייבט, כה אמר ה' זכרתי לך חסד נעיריך אהבת כלילותיך לכתך אחרי במדבר בארץ לא זרועה.

סאכדעס האט געשריבן:כ'פארשטיי נישט דעם גאנצן נושא, וואס באדארף דאס צו זיין?

געב מיר צופארשטיין וואס פינקטליך דו פארשטייסט נישט דא???

לעווי
שר האלף
תגובות: 1915
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 22, 2008 12:04 pm

תגובהדורך לעווי » זונטאג פאברואר 15, 2009 3:24 pm

זייער א שיינע משל, והנמשל מובן מאליו.
ארויף קריכט מען פאוואליע, אבער אראפ קוילערט מען זיך שנעל!

אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרים אלפים
תגובות: 21891
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

תגובהדורך וויכטיג מאכער » זונטאג פאברואר 15, 2009 4:49 pm

הערשי, מעידזשער!
הכונו ל'מעמד אדיר איום אסיפת ה''ניקס'' לטוהר המחנה!!!


צוריק צו “היכל הנגינה”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: איצל פיצל און 14 געסט