א אידישע טרער!

ניגונים און זינגערס

אחראי: אחראי

אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרים אלפים
תגובות: 23452
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

א אידישע טרער!

תגובהדורך וויכטיג מאכער » מאנטאג פאברואר 09, 2009 3:26 pm

פאראם פאראם פאראם!!!!

סארי פארן איבערהאקן אינמיטן די פראגראם! אבער מיר האבן אריינבאקומען צובראכענע נייעס דא אין די העטקוואטער'ס פון ק.נ.א.

יעצט קומט אריין די נייעס אז די וועלט בארימטע "לחיים" דיסטריביוטער'ס, גרייטן זיך אין די נעקסטע צוויי/דריי וואכן ארויסצוקומען מיט א נייע אלבום מיטן נאמען "א אידישע טרער".

לויט ווי אונזער קארעספאנדענט געט איבער, גייטעס זיין אזא מין סטייל טעיפ ווי "א אידישע הארץ" וואס ווער ס'געדענקט, איזעס געווען זייער א געלונגענע טעיפ, ס'האט באקאנטע היימישע ניגונים, און ארויפגעלייגט אויף דעם "יודישע ווערטער".

לויט ווי געוויסע קוועלער ווייסן איבערצוגעבן, וועט די טעיפ האבן שיינע זינגער'ס ווי ר' משה שטעקל, יעקב דאסקאל, און נאך, באגלייט דורך הערליכע "לחיים" מוזיק, אראנדזשירט דורך ר' "יוסף משה כהנא", (כ'שרייב נישט קיין טיטלען, ווייל כ'ווייס נישט ווי אנצופאנגען) ווי אויך די וועלט בארוהמטע "לחיים קינדער" קווייער.

דיטעיל'ס וויל פאלאו!

דיס וואז בראט טו יו ביי "וויכי". עט די ק.נ.א. רעדיאו נעטווארק......

בעק טו יו....
הכונו ל'מעמד אדיר איום אסיפת ה''ניקס'' לטוהר המחנה!!!

אוועטאר
גרונם
שר חמישים
תגובות: 88
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 01, 2009 4:02 pm

תגובהדורך גרונם » מאנטאג פאברואר 09, 2009 3:31 pm

טענק יו וויכי פאר די צובראכענע נייעס.

אוועטאר
גארנישט
שר חמישים
תגובות: 67
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 30, 2008 8:36 pm

תגובהדורך גארנישט » מאנטאג פאברואר 09, 2009 3:45 pm

איך האב געהערט אז עב קומט ארויס א נייע טעיפ "א בליק און שושן"
עני דיטעילס איינער ווייסט אפשר?

אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרים אלפים
תגובות: 23452
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

תגובהדורך וויכטיג מאכער » מאנטאג פאברואר 09, 2009 3:52 pm

גארניש, איך האב נישט געהערט דערפון, אבער אויב דו קענסט מיר געבן עפעס דיטעיל'ס, (אין אישית פליז) קענעך דיר געוואור ווערן.

עניוועי, די אשכול איז אבער פאר א צווייטע אלבום, ס'איז פאר די נייע "אידישע טרער"...............
הכונו ל'מעמד אדיר איום אסיפת ה''ניקס'' לטוהר המחנה!!!

אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12466
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.

תגובהדורך צייטליך » מאנטאג פאברואר 09, 2009 6:29 pm

טענקס וויכי פאר די אפדעיט.

פאר די ערליי טעיפ'ס איז באשאפן געווארן די טעכנעלאגיע פון קאפירן סידי'ס, זינט ער נעמט אלטע ניגונים וואס יעדער קען און זינגט דאס פשוט איבער און האט נאך די חוצפה צו בעטן $16 פאר א סידי.

ווען ער קומט אויס מיט א נייער טעיפ פארשטיי איך די ארבייט וואס מ'לייגט אריין, א ניגון וואס איז נאך קיינמאל נישט געזינגען געווארן אויף א טעיפ , אויב יא, יארן צוריק, אזא טעיפ איז נארמאל צו צאלן דעם סכום, אבער נישט ווען ער זינגט פשוט איבער אלטע/נייע ניגונים און האט אביסל איבערגעשריבן די מוזיק. נישט דאס זיכט דער עולם און נישט פארדעם וויל מען צאלן.

אידן זענען שוין מיד דערפון און טאקע ווייל עס קאסט אום נישט קיין געלט קען ער ארויסקומען דערמיט (כמעט) יעדע ווואך, נו, פארוואס בעט ער אינז געלט?

בעק טו יו וויכי. (באט דאס האב איך געזאגט אףף דאטי.. כ'מיין אףף די רעקארד, נישט יעדער זאל דאס הערן..)
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.

אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרים אלפים
תגובות: 23452
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

תגובהדורך וויכטיג מאכער » מאנטאג פאברואר 09, 2009 11:20 pm

צייטליך, וואטש יור לענגווידזש! קאפי'ס פון סידי'ס טאר מען נישט מאכן קיינמאל! אויב דו ווילסט, קויפעס נישט! דו ווייסט וואסערע ארבעט ס'ליגט דערין? זייט ווען קומטעס ארויס כמעט יעדע וואך?

איך גלייב שווער אז צייטליך האט עפראווד די תגובה...
הכונו ל'מעמד אדיר איום אסיפת ה''ניקס'' לטוהר המחנה!!!

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14185
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

תגובהדורך שוועמל » דינסטאג פאברואר 10, 2009 1:18 am

מעשה ראש הקהל.
קאפיס פון סידיס! ס'טע געהערט?
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)

אוועטאר
פלאפי יוד
שר מאה
תגובות: 207
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוקטובער 03, 2008 1:41 pm

תגובהדורך פלאפי יוד » דינסטאג פאברואר 10, 2009 7:30 am

צייטליך, איך בין מיט דיר! (נישט לגבי די חלק פון מאכן קאפי'ס, אבער איך מיין אז דו האסט עס אויך נישט געמיינט, נאר אויף שטארק צו מאכן דיין פוינט. )

אבער די זאכן גייען שוין אויף די נערווען, מ'נעמט אלטע אויסגעדראשענע ניגונים (אמאל מאכט זיך נישט אזא אויסגעדראשענע) און מ'שרייבט נייע ווערטער און והנה, א נייע טעיפ! באצאלט'ס FULL PRICE?! פארוואס?! ס'האט דיר געקאסט א דריטל, דאן בעט נישט מער ווי $10 ווייסטו וואס $10.99

איך מיין אז וויכי האט 'סטאק' אין די קאמפאני.........
ס'פעהלט מיר אויס ווי א שיך אין קאפ.......

אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12466
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.

תגובהדורך צייטליך » דינסטאג פאברואר 10, 2009 9:35 am

פלאפי, נישט געזארגט, איך האב נישט געמאכט דא קיינע אפיעל'ס - אדער געגעבן סיי וואספארא היתר - אז דער עולם זאל מאכן דערפון אדער פון אנדערע אלבום'ס קאפי'ס. איך ברענג נאר ארויס אז דער עולם איז שוין פעד-אפ פון די זאכן און דאס ברענגט אז מענטשן זאלן נישט וועלן צאלן און מאכן קאפי'ס.
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.

אוועטאר
יגרסהדותא
מ. ראש הקהל
תגובות: 3682
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 03, 2006 10:14 am
לאקאציע: קאר וואש

תגובהדורך יגרסהדותא » דינסטאג פאברואר 10, 2009 11:34 am

כ'זעה אויף צייטליך'ס אויגן "א אידישע טרער"..

אוועטאר
גרונם
שר חמישים
תגובות: 88
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 01, 2009 4:02 pm

תגובהדורך גרונם » דינסטאג פאברואר 10, 2009 11:56 am

אט דאס איז א אידישע טרער
צוגעלייגטע
1.jpg
1.jpg (65.56 KiB) געזעהן 3639 מאל

אוועטאר
שמערי בערי
ראש הקהל
תגובות: 8739
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 28, 2008 4:40 pm
לאקאציע: באַזאָטלט אינעם ראשעקאָלישן אפיס....
פארבינד זיך:

תגובהדורך שמערי בערי » דינסטאג פאברואר 10, 2009 2:49 pm

גרונם ;l;p-
שריי נישט אזוי הויך, מ'וועט נאך מיינען אז דו ביסט גערעכט...

אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרים אלפים
תגובות: 23452
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

תגובהדורך וויכטיג מאכער » דינסטאג פאברואר 10, 2009 3:24 pm

פלאפי יוד האט געשריבן:איך מיין אז וויכי האט 'סטאק' אין די קאמפאני.........


נו גילו....

פלאפי, צייטליך, האסט שוין אמאל ארויסגעגעבן א טעיפ? דו ווייסט אז קויפן ניגונים איז פון די ביליגסטע זאכן? חוץ פון דעם, איז אלעס ניי אויפן טעיפ, נייע ארענדזשמענט'ס, אנדערע זינגער'ס..... ס'קאסט אפילו מער -אסאך מאל- צו מאכן גראמען אויף די ניגונים....

און ווי שוין אויבן געשריבן, אויב דו האלטסט אז ס'איז נישט ווערט די 15 דאללער, קויף נישט!
הכונו ל'מעמד אדיר איום אסיפת ה''ניקס'' לטוהר המחנה!!!

אוועטאר
שאץ מאץ
שר האלפיים
תגובות: 2885
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 15, 2008 5:01 pm
לאקאציע: איבעראל
פארבינד זיך:

תגובהדורך שאץ מאץ » מיטוואך פאברואר 11, 2009 10:02 am

אויב איז דער אידישע טרער די זעלבע ווי אידישע הארץ????
איז מיר נישט אזוי צום הארץ די גאנצע מעשה,
די אידישע הארץ טעיפ האט געהאט 2 3 אידישע ניגונים וואס זענען געוועהן גוט, "מרון" איז געוועהן מעכטיג, משה'לע מיטן בבא מציאה איז געוועהן א גוטע ניגון, די אנדערע ניגונים זענען כמעט אלע געגאנגען אויף די נערווון,

אויב ווילסטו ס'זאל הייסן א גוטע טעיפ זאג ס'איז נאך אסאך אסאך אסאך בעסער ווי אידישע הארץ,
ס'מיינט נישט אז אידישע הארץ איז א שלעכטע טעיפ, אדער יענע הארץ איז עפעס מיר נישט צום הארץ, קען זיין איך דארף א הארץ דאקטער.....

אדער איז מיין טעיפ ריקארדער געוועהן צובראכן אדער אלטע בעטערי'ס.

אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרים אלפים
תגובות: 23452
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

תגובהדורך וויכטיג מאכער » זונטאג פאברואר 15, 2009 5:55 pm

דא האט איר א בילד פון די נייע טעיפ!

שמערי, טענקס!
צוגעלייגטע
Yiddish Trer.jpg
Yiddish Trer.jpg (102.62 KiB) געזעהן 3387 מאל
הכונו ל'מעמד אדיר איום אסיפת ה''ניקס'' לטוהר המחנה!!!

שראליק
שר חמישים
תגובות: 97
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג סעפטעמבער 25, 2008 7:31 pm

תגובהדורך שראליק » דינסטאג פאברואר 17, 2009 2:41 pm

ווער איז דער איד? ס'קוקט אויס ווי צ.....'ע רב.

3x0
המכונה 'טריאו'
תגובות: 9146
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 28, 2006 11:29 am
לאקאציע: חבוי

תגובהדורך 3x0 » דינסטאג פאברואר 17, 2009 5:20 pm

דא האט איר א פריוויא פון די טעיפ!
(קרעדיט: וויכטיג מאכער)
צוגעלייגטע

_אידישע_טרער.wma [ 866.74 KiB | געזעהן 2992 מאל ]


אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרים אלפים
תגובות: 23452
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

תגובהדורך וויכטיג מאכער » דינסטאג פאברואר 17, 2009 5:21 pm

קרעדיט ווער?... איך האב געטרייט און נישט געקענט, און באקום גאר קרעדיט! נייס!

און כ'מוז דא אויסדריקן א דאנק פאר טריאו, איי מין, ער איז עמעיזינג, איך בעיט עם א טובה, און ס'איז ערלעדיגט איינס צוויי, פאר איך האב א טשענס...

טענקס טריאו... וויכי..
הכונו ל'מעמד אדיר איום אסיפת ה''ניקס'' לטוהר המחנה!!!

אוועטאר
מאיר
שר האלף
תגובות: 1526
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 10, 2009 12:34 pm

תגובהדורך מאיר » דינסטאג פאברואר 17, 2009 5:24 pm

ס'איז הערליך שבהערליך שבהערליך... פששששששש

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28277
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » דינסטאג פאברואר 17, 2009 7:52 pm

יישר כח טריאו-וויכי.

אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרים אלפים
תגובות: 23452
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

תגובהדורך וויכטיג מאכער » דינסטאג פאברואר 24, 2009 10:19 pm

טרררררר........

ק.נ.א. וויכי ספיקינג, האו קען איי העלפ יו?....

יא א גוטן, דא רעדט י.ש.פ., (נאמען געהיטן אין די רעדאקציע..) כ'בין יעצט ארויסגעקומען פון לי עוו. פאוטאו, און כאגעזעהן אז זיי האבן שוין די נייע טעיפ "א יודישע טרער"..

וויכי: וואס? ס'קען נישט זיין! ער האט מיך נישט געקאלט?.... אקעי שכוח...

רופער: פליז שרייב נישט מיין נאמען...

אקעי: נאו פראבלעם... שכח....

טרררררר.... העלאו....

וויכי: א גוט יאר, דא רעדט וויכי, פון ק.נ.א. ס'איז אמת אז די נייע טעיפ איז שוין אין די סטארס?...

יי"ל: יא, מ'הייבט נישט אויף קיין טעלעפאונס אין ק.נ.א.... איך האלטעך אין איין קאלן.....

וויכי: אההה... קען זיין, ווייל די לעצטע פאר טעיג, איז דא זייער ביזי מיט די פראטעסט'ן וועגן די "רעדן צו די זאך עפידעמיע", קעגן די "קרעשטמע דעילי"...

יי"ל: אהא, איך האב דיר געשיקט א אימעיל, קוקעס....

וויכי: אקעי, זיי געזונט...
צוגעלייגטע
6 X 8.jpg
6 X 8.jpg (12.15 KiB) געזעהן 3112 מאל
הכונו ל'מעמד אדיר איום אסיפת ה''ניקס'' לטוהר המחנה!!!

ביזנעסמאן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 349
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 15, 2008 12:04 pm
לאקאציע: אויף וואקאציע

תגובהדורך ביזנעסמאן » דאנארשטאג פאברואר 26, 2009 11:14 am

פיין. און יעצט א שטיקל באריכט אויף דעם נייעם דיסק.

אינעם רעגן פון פארשידעננע 'חתונה אלבומ'ס' וכדו' וואס האבן פארפלייצט דעם אידישן מוזיק מארק אין די לעצטע תקופה, וועלכע האבן היבש גענידערט דעם מוזיק סטאנדארט אין די אויגן פון די מוזיק ליב-האבער, איז ענדליך ערשינען א דיסק צו דער זאך. א פראכט פון א דיסק וואס דער מארקעט האט שוין לאנג נישט געזען. א דיסק וואס עס דערקענט זיך א שטארקע האראוואניע וואס איז אריינגעלייגט געווארן אינעם קוואליטעט, אין תוכן און אלעס ארום.

דער שפאגל נייער דיסק "דאס אידישער טרער" איז א הערליכער ווערק פון אלע אספעקטן. אנגעהויבן פון די תוכן פון די ניגונים, דאס ווארימקייט אין יעדע גראם באזונדער. ניגונים וועלכע הייבן אונטער די צובראכענע און נידערגעשאלגענע געמיטער אינעם טאג-טעגליכן הו-הא און ברענגט ארויף דעם אויסהערער טפח מעל הקרקע. ניגונים וואס פילן אן דאס הארץ מיט גאודה דקדושה, און שענק אריין א פרישקייט און א לעבעדיגקייט אין די עצמות הישבות זיך מחזק צו זיין אין אלע הינזיכטן.

יעדער קלייניקייט אינעם דיסק איז אויסגעארבעט ביזן לעצטן דעטאל, ספעציעל אז עס גייט דורך די הענט פונעם מייסטער-מוזיקאנט הרב יוסף משה כהנא. דער זינגערס, די ניגונים, די גראמען, די מוזיק און אפי' די הערליכע גראפיקס ציען דאס אויג און הארץ זיך צו באלעקן די פינגערס דערמיט. און כאטש ווען מען שטייט ביים רעדשיסטער פארן באצאלן די 16 דאלאר נאגט עס אביסל אין הארצן, אבער איינמאל מען הערט עס אויס ווערט דאס הארץ אזוי דערקוויקט אז עס צאלט זיך אויס יעדן דאלאר.

כאטש ביי דעם דיסק גילט דער כלל 'אינו דומה ראיה לשמיעה' וועלן מיר פארט אביסל איבערגיין די ניגונים, מען זאל האבן א נאנטערן בליק פון וואס עס האנדלט זיך.

1. פרייליכער טרער
דער ניגון ברענגט ארויס דאס אינערליכע פרייד ביי א איד ווען ער מאכט א שמחה אין א מזל'דיגע שעה און רוב מאל לאזט דער בעל שמחה א טרער'לע פון שמחה, ווי זיס דאס איז און דער געשמאקע דערהויבענע געפיל - גלייכצייטיג בעט מען דעם בעל שמחה איז ווען ער פרייט זיך זאל ער אינזין האבן די אלע וועלכע ווארטן אויף א ישועה זיי זאלן אויך זוכה זיין.
עס וועט געזונגען דורך דער בעל מנגן פון לחיים ר' משה שטעקל, וועלכער איז באוואוסט מיט זיין הארציגע שטימע.

סארי פאר די הפסקה אבער כ'קען נישט ממשיך זיין יעצט. פארזעצונג וועט נאכפאלגן אי"ה.
תורה איז די בעסטע סחורה.

אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרים אלפים
תגובות: 23452
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

תגובהדורך וויכטיג מאכער » דאנארשטאג פאברואר 26, 2009 11:22 am

טעינקס ביזנעסמאן פאר די ריפארט, מיר ווארטן אויף די המשך...

ווי איז שפאנונג?...
הכונו ל'מעמד אדיר איום אסיפת ה''ניקס'' לטוהר המחנה!!!

אוועטאר
bailout
שר האלפיים
תגובות: 2208
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 25, 2008 10:27 am

תגובהדורך bailout » מאנטאג מארטש 02, 2009 8:43 am

ס'קוקט מיר אויס אז ס'הייבט אן צו גיין אמת'ע טרערן ביי לחיים דיסט., ס'קוקט מיר אויס פון זיין נייע אדווערטייזמענט אויף קול מבשר אז דער עולם האלט נישט ביים קויף'ן אדר קיין טרערן טעיפ'ס.

אוועטאר
מאיר
שר האלף
תגובות: 1526
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 10, 2009 12:34 pm

תגובהדורך מאיר » דאנארשטאג אפריל 02, 2009 12:00 pm

די נייע אדווערטייזמענט פאר פסח:
צוגעלייגטע
LCHAIM_TAPE_4[1].jpg


צוריק צו “היכל הנגינה”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: Toyota און 7 געסט