בלאט 1 פון 1

קריאת המגילה

געשריבן: מוצ"ש פעברואר 07, 2009 9:41 pm
דורך גרונם
איינער קען אפשר ארויפלייגן קריאת המגילה פון א בעל קורא מומחה? איך וויל זיך אויסלערנען ליינען די מגילה גוט און פונקטליך און שיין.

געשריבן: זונטאג פעברואר 08, 2009 1:48 pm
דורך שמערי בערי
פאר צוויי טאללער קען מען עס קויפן ביי די תורה טעיפס.

געשריבן: מאנטאג פעברואר 16, 2009 7:19 pm
דורך מאיר

געשריבן: זונטאג מארטש 01, 2009 11:56 pm
דורך אלץ-ווייסער
איך האב א שיינעם קריאת המגילה שיעור פון הרב ישראל מענדל שווארץ.
ס'איז אפשר פאראן שענערע בעל קורא'ס פון אים, אבער ער איז האט א ספעציעלן געשמאק אין כללי הדקדוק וטעמים.
אויסער דעם האב איך א באזונדערן דקדוק שיעור פון אים פון אנדער האלבן שעה, וואס איז מתוק מדבש.

געשריבן: מאנטאג מארטש 02, 2009 12:01 am
דורך אינטעליגענט
ר' ישראל מענדל'ס מגילה ליינען איז זייער וואויל, דער פראבלעם איז אבער אז ס'איז למקוטעין, ס'איז זייער שווער צוזאם שטעלן דעם פאזל.
איך וואלט פארגעצויגן דעם טעיפ פון ר' יצחק שווייד הי"ו, ס'איז הערליך שיין, קלאר, די טראפ אויפן ריכטיגן אות, פארטוישט נישט קיין קדמא צו פשטא, ועוד הרבה.
באמת א פארגעניגן צו הערן.

געשריבן: מאנטאג מארטש 02, 2009 12:21 am
דורך קרעמער
די שווייד'ס האבן דאך אן אנדערן ניגון אינגאנצן אויף די טראפן (די ליטווישע הברה זינגן זיי), אפשר ביי מגילה איז אנדערש? אדער אויפן טעיפ זינגט ער חסיד'יש?

געשריבן: מאנטאג מארטש 02, 2009 11:49 am
דורך אינטעליגענט
קודם כל האבן זיי נישט קיין אנדערע ניגון אין די תורה אויך נישט, נאר די אתנחתא און סוף פסוק זאגן זיי ענליך צו די ליטווישע. שנית, האב איך נישט געהערט אין די מגילה קיין איין טראפ אנדערש ווי ביי אונז. [חוץ אונזערע גרייזן...]
איין זאך יא, ער לייגט צו א שטיקעלע געדרייכעטס ביי די תביר'ס, דוכט זיך אז אויך ר' ישראל מענדל מאכט אט דעם דריי. מעגליך האבן זיי דאס געהערט פון א פריערדיגן.

געשריבן: מאנטאג מארטש 02, 2009 12:41 pm
דורך אלץ-ווייסער
ישראל מענדל מאכט דעם פזר געדרייט אויף צוריק
ביי אם מזרע היהודים, וואס גייט צוריק, ווי א גרשיים מיט א פזר אויף צוריק.

געשריבן: מאנטאג מארטש 02, 2009 12:50 pm
דורך אינטעליגענט
איך האב שוין אין מיין לעבן געהערט מער ווי צוואנציג בעלי קורא, און קיינמאל געהערט דעם פזר אנדערש ווי ר' ישראל מענדל.
אזוי באלאנגט עס אין די מגילה, ענליך צו א גרשיים, נאר קודם אביסל אראפציר, און דערנאך א קנייטש ארויף דערנאך פונקט ווי א גרשיים, אנדערש ווי אין די תורה, וואס מ'קומט מיטן פזר פולשטענדיג צוריק אראפ, בלייבט מען אין די הייך ביי די מגילה-פזר.

געשריבן: מאנטאג מארטש 02, 2009 5:02 pm
דורך קרעמער
אינטעליגענט האט געשריבן:קודם כל האבן זיי נישט קיין אנדערע ניגון אין די תורה אויך נישט, נאר די אתנחתא און סוף פסוק זאגן זיי ענליך צו די ליטווישע. שנית, האב איך נישט געהערט אין די מגילה קיין איין טראפ אנדערש ווי ביי אונז. [חוץ אונזערע גרייזן...]
איין זאך יא, ער לייגט צו א שטיקעלע געדרייכעטס ביי די תביר'ס, דוכט זיך אז אויך ר' ישראל מענדל מאכט אט דעם דריי. מעגליך האבן זיי דאס געהערט פון א פריערדיגן.

און אויב איך וועל דיר זאגען אז איך הער זיי כסדר און די "רביע" איז אויך גאר אנדערש?

געשריבן: מאנטאג מארטש 02, 2009 5:09 pm
דורך אינטעליגענט
דער רביעי אז אריגינעל, אזוי זאגן די אמת'ע בעלי קורא, אונזער רביעי האט מען פשוט מקצר געווען מחמת קוצר הזמן, און אויך ווייל ווען מ'גייט נישט אזוי שטארק אראפ ווי דער אריגינעלער רביעי, איז גרינגער צוריק צו קומען צום המשך. נאך א טעם טראכט איך, ווייל די זרקא האט מען אויך מקצר געווען ביי אונז [אנשטאט אראפצוגיין ביז טיף אונטן בלייבט מען שטעקן אינדערמיט, ווי דער אריגינעלער רביעי] דארף מען דאך מבחין זיין פון א זרקא צו רביעי, האט מען אויך דעם רביעי קורצער געמאכט.
ס'איז שווער מסביר צו זיין בכתב.

געשריבן: מאנטאג מארטש 02, 2009 5:50 pm
דורך פייש קרויז
בעצם דער גאנצער חילוק צווישן די ליטווישע אין די חסידים ביי טראפן, איז טאקע נאר דער אס"ף און רביע.
איך האב אמאל געהערט פון ר' ישראל מענדל א טעם אין די "רביע" ווייל ס'האט פיר ביעטס. רבי-איי-הע-הע-היי. דערפאר הייסט עס "רביע" ער האט עס לכאורה נישט אויסגעטראכט, אבער ס'שטימט נישט מיט די ליטווישע רביע.

געשריבן: מאנטאג מארטש 02, 2009 5:51 pm
דורך פייש קרויז
פארגעסן נאך א חילוק, אז זיי זאגן נישט דעם פשטא קטן ניגון

געשריבן: מאנטאג מארטש 02, 2009 6:04 pm
דורך אינטעליגענט
פייש קרויז האט געשריבן:בעצם דער גאנצער חילוק צווישן די ליטווישע אין די חסידים ביי טראפן, איז טאקע נאר דער אס"ף און רביע.
איך האב אמאל געהערט פון ר' ישראל מענדל א טעם אין די "רביע" ווייל ס'האט פיר ביעטס. רבי-איי-הע-הע-היי. דערפאר הייסט עס "רביע" ער האט עס לכאורה נישט אויסגעטראכט, אבער ס'שטימט נישט מיט די ליטווישע רביע.

איך ווייס נישט פון וועלכע רביעי דו רעדסט, אבער די רביעי'ס וואס איך האב געהערט פון די ליטאים, און אויך פון די שווייד'ס, און אויך פון גוטע בעלי קורא צווישן אונז, האט פונקט אזוי פיר דרגות, דער חילוק איז נאר אז ביי אונזער עולם מאכט מען די דריטע דרגה די זעלבע ווי די צווייטע [דהיינו, נאכן צווייטן תנועה - וועלכע גייט אויף אראפ, קומט מען צוריק ארויף צו דרגה ווי דער ערשטע תנועה, דער נאך מאכט מען דעם פערטן תנועה היבש מער אראפ. אזוי ארום גייט מען נישט אראפ צו סאך]. משא"כ ביי זיי מאכט מען דעם רביעי אלע דריי תנועות, איינס נידיריגער פונעם צווייטן. ודו"ק.

אגב, האב איך באמערקט פיל וואס זאגן דעם רביעי - אין אסתר - גרייזיג, דהיינו זיי לייגן אריין פינעף תנועות אנשטאט פיר.
דער טעות נעמט זיך פונעם טעיפ "מגילת אסתר מיט געזאנג" וועלכע זינגט אזוי שיין אויס די שטיקלעך פון מגילה פאר יעדן קאפיטל, אבער זיי האבן - מחמת די שיינקייט פונעם מוזיק - צוגעלייגט א תנועה.
צב"ש אחר הדברים ה-א-הא-הא-היי-לע [גידל המלך אחשוורוש] האסטו פינעף תנועות.
זענען געקומען היינטיגע בעלי קורא, עס קלינגט זיי אין די אויערן דעם שיינעם תנועה, און כאפן זיך נישט אז דאס איז א חלק פון גירסא דינקותא "מגילת אסתר מיט געזאנג" וועלכע איז אן אומאפטיילבארע - כאטש נאסטאלגישע - חלק פון אונזער יוגענט.
[דאכט זיך עס איז פארהאן אפילו איין טעיפ וואס לערנט אויס טראפן פאר די מגילה, וועלכע לערנט אויך דעם גרייז].

געשריבן: מאנטאג מארטש 02, 2009 6:13 pm
דורך פייש קרויז
אינטעליגענט.
דערמאנסט מיך דער מאמר העולם, דאונט אינסאלט מיי אינטעליג'ענס. איך האב יארן לאנג געהערט כל מיני ליטווישע ליינען.
ס'איז שווער זיך צו טענה'ן אויף אזא זאך, פון איך האב געהערט דו האסט געהערט, אבער וואס איך האב געהערט כסדר איז געווען, אז ביי די ערשטע תנועה וויאזוי דו רופסט עס, איז דא שנעלע צוויי אדער דריי תנועות, וואס דאס פארגרינגערט די פלוצלינגדיגע שטארקע נידערונג פונ'ם טאן, דו"ק ואולי תשכח, קען זיין נאר, אז געוויסע לאזן עס אויס..
איך טראכט נאר, אז אפשר איז טאקע דער רביעי מער אויסגעהאלטן לשיטתם, ווייל ביי אונז, איז עכט נאר דא דריי תנועות נאכ'ן ענדיגן די ווארט, אבער ביי זיי איז דא פיר נאכ'ן ווארט.

געשריבן: מאנטאג מארטש 02, 2009 9:22 pm
דורך אינטעליגענט
פייש קרויז האט געשריבן:אינטעליגענט.
דערמאנסט מיך דער מאמר העולם, דאונט אינסאלט מיי אינטעליג'ענס. איך האב יארן לאנג געהערט כל מיני ליטווישע ליינען.
ס'איז שווער זיך צו טענה'ן אויף אזא זאך, פון איך האב געהערט דו האסט געהערט, אבער וואס איך האב געהערט כסדר איז געווען, אז ביי די ערשטע תנועה וויאזוי דו רופסט עס, איז דא שנעלע צוויי אדער דריי תנועות, וואס דאס פארגרינגערט די פלוצלינגדיגע שטארקע נידערונג פונ'ם טאן, דו"ק ואולי תשכח, קען זיין נאר, אז געוויסע לאזן עס אויס..

איך האב נישט פראבירט זיך צו טענה'ן, אזוי ווי איך בפירוש געשריבן "איך ווייס נישט איבער וועלכע רביעי דו רעדסט אבער וכו'"
פייש קרויז האט געשריבן:איך טראכט נאר, אז אפשר איז טאקע דער רביעי מער אויסגעהאלטן לשיטתם, ווייל ביי אונז, איז עכט נאר דא דריי תנועות נאכ'ן ענדיגן די ווארט, אבער ביי זיי איז דא פיר נאכ'ן ווארט.

אז דו וועסט מדייק זיין וועסטו זעהן אז אויך ביי אונז איז פארהאן פיר תנועות אויפן טייל פון ווארט [תנועה\הברה] וואס האט אויף זיך דעם טראפ. דער חילוק איז נאר, אז ביי זיי, גלייך ווען מ'קומט צום ווארט-טייל וואס האט דעם טראפ, טוישט מען דעם ניגון אויף אראפ, איז עס מער ניכר. ווידעראום ביי אונז, גייט מען מיטן זעלבן טאון - פונעם גאנצן ווארט - אויך אויף יענעם ווארט-טייל, און דערנאך נאך דריי תנועות. אבער דאס מיינט נישט אז ס'איז נישטא קיין פיר תנועות, די טראפ מעג זיין אויף זעלבן לעוועל ווי די ניגון פונעם גאנצן ווארט, דער עיקר איז נאר, אז עס זאל זיך אריינציען אויך אויפן ווארט-טייל וואו עס רוהט דער טראפ, און בס"ה זאל עס זיין פיר תנועות. ודו"ק.
נאכאמל, ס'איז שווער מסביר צו זיין די זאכן בכתב.

געשריבן: מיטוואך פעברואר 13, 2013 9:33 am
דורך מכטי1
ארויף לכבוד פורים!!

געשריבן: מיטוואך פעברואר 13, 2013 12:56 pm
דורך יענקל פאטאש
רי"מ שווארץ נאר ליינען אן די הערות קען מען הערן אויף קול דודי דופק 845-371-2000 דערנאך 8 - 1 - 12 -5 -5

געשריבן: זונטאג פעברואר 26, 2017 2:07 pm
דורך PDF
גרונם האט געשריבן:איינער קען אפשר ארויפלייגן קריאת המגילה פון א בעל קורא מומחה? איך וויל זיך אויסלערנען ליינען די מגילה גוט און פונקטליך און שיין.

געשריבן: דאנערשטאג מארטש 09, 2017 11:44 am
דורך פלוני
אינטעליגענט האט געשריבן:איך האב שוין אין מיין לעבן געהערט מער ווי צוואנציג בעלי קורא, און קיינמאל געהערט דעם פזר אנדערש ווי ר' ישראל מענדל.
אזוי באלאנגט עס אין די מגילה, ענליך צו א גרשיים, נאר קודם אביסל אראפציר, און דערנאך א קנייטש ארויף דערנאך פונקט ווי א גרשיים, אנדערש ווי אין די תורה, וואס מ'קומט מיטן פזר פולשטענדיג צוריק אראפ, בלייבט מען אין די הייך ביי די מגילה-פזר.

אזוי הערט מען אויפ'ן טעיפ פון רביה"ק מסאטמאר זצוק"ל

געשריבן: דאנערשטאג מארטש 09, 2017 11:45 am
דורך פלוני
לגבי דעם 'רביעי', עי' עבודת ישראל פ' ראה, וויאזוי מ'זאגט דעם טראפ.

Re: קריאת המגילה

געשריבן: פרייטאג מארטש 11, 2022 10:14 am
דורך ראש המערכה
איז דא איינער מיט א קלארע ריקארדינג אויסלערנען ליינען מגילה?

Re: קריאת המגילה

געשריבן: פרייטאג מארטש 11, 2022 10:25 am
דורך סטאוו יא פיטא
ראש המערכה האט געשריבן:איז דא איינער מיט א קלארע ריקארדינג אויסלערנען ליינען מגילה?

פראביר איינע פון דיע אויף קול הלשון

https://www.kolhalashon.com/New/Shiurim ... enus=False

(די לינק איז צו חסיד'ישע הברה, אויכט דא אלע אנדערע הברות)

Re: קריאת המגילה

געשריבן: פרייטאג מארטש 11, 2022 10:43 am
דורך ראש המערכה
סטאוו יא פיטא האט געשריבן:
ראש המערכה האט געשריבן:איז דא איינער מיט א קלארע ריקארדינג אויסלערנען ליינען מגילה?

פראביר איינע פון דיע אויף קול הלשון

https://www.kolhalashon.com/New/Shiurim ... enus=False

(די לינק איז צו חסיד'ישע הברה, אויכט דא אלע אנדערע הברות)

;l;p- thanks

Re: קריאת המגילה

געשריבן: מיטוואך מארטש 16, 2022 2:25 pm
דורך לעילא ולעילא
האט באקימען און מייל
הערליך און זיס
כ"ק אנטנייא רבי שליט"א בערך 5 יארן צוריק
https://drive.google.com/file/d/1UB12kG ... sp=sharing