דער עטיאפיאנאר ווערסיע פון 'רחם'..

ניגונים און זינגערס

אחראי: אחראי

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25702
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

דער עטיאפיאנאר ווערסיע פון 'רחם'..

תגובהדורך מיללער » פרייטאג פאברואר 06, 2009 11:25 am

מיר זענען אלע באקאנט מיט די פאפולערע ניגון וועלכע האט מיט עטליכע יאר צוריק איבערגענומען די חרדישע מוזיק וועלט מיט א שטורעם און האט געדינט פאר א שטיק צייט אלס די סאמע פאפולערסטע ניגון אין די חרדישע מוזיק אינדאסטריע.

דאס איז דער ניגון וואס ר' פנחס מרדכי (פינקי) וועבער האט קאמפאזירט אויף די ווערטער וועלכע מיר זאגן ביים בענטשן 'רחם נא ה' אלקינו, על ישראל עמך וכו', דער ניגון מיט וועלכע יעקב שוועקי איז באקאנט געווארן אין די נגינה וועלט, דער ניגון וועלכע איז געזינגען געווארן דורך די גרעסטע זינגערס ביים חרדישען ציבור פון אלע שיכטען און קרייזן, עס איז געזינגען געווארן אנגעהויבן פון קאנצערטן ביז רבישע טישען, פון קומזיצער ביז שמחות, פון מסיבות און צוזאמענקנופטן ביז פריוואטע שבת טישן.

יעצט האט דער ניגון דערגרייכט א נייע שטאפל, נעמליך, עטיאפיאנער אידן וואס זייער אוטענישקייט איז אונטער א גרויסע קאנטערוועסיע, האבן טראנספארמירט דעם ניגון לויט זייער סטייל, און א ספעציעלע 'חברת המזמרים' פארפארמען דעם ניגון ביי פארזאמלונגען וכדומה.

קוקט און האט הנאה ווי שווארץ-קאלירטע אידן זינגען דעם ווארימע/זשאזישע רחם ניגון.

פינקי, דיין השפעה גרייכט אין אלע ווינקלען, אפשר פרובירסטו אפצושאפן די טריפה'נע בייק-לעינס, ווערמיגע ראזשינקעס, געפאסענע בגדים, פרעס-טרעקלעך, אומגעשארטע סייד-וואקס, אומבאלומפערטע וויצען.

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14185
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

תגובהדורך שוועמל » פרייטאג פאברואר 06, 2009 11:59 am

מיללער, אייזן !!!

איך גלייך די מערסטע דארטן דעם 'קארליבאך' מיט די לאנגע האר...

זיי זינגען גאר גוט.....
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28277
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » פרייטאג פאברואר 06, 2009 12:51 pm

אזהרה: ביי די חופה זעהט מען אויך פון די עמא אחרינא

ווייסעך וואס
שר חמש מאות
תגובות: 563
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 05, 2008 7:06 pm

תגובהדורך ווייסעך וואס » פרייטאג פאברואר 06, 2009 12:55 pm

מיללער האט געשריבן:קוקט און האט הנאה ווי שווארץ-קאלירטע אידן זינגען דעם ווארימע/זשאזישע רחם ניגון.



דע סייט ווי דער לינק פירט, קוקט אויס ווי יגר'ל סייט...

פארוואס קומט גארנישט ארויף
תכלית הידוע שלא נדע

אוועטאר
Monticello
שר חמישים ומאתים
תגובות: 315
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 04, 2007 11:20 am

תגובהדורך Monticello » פרייטאג פאברואר 06, 2009 1:36 pm

די דאזיגע רענדיציע פון 'רחם' גיט פיל חומר למחשבה בשייכות מיט דילאג מיר פירן מיט יידישיסט און לעווי אין א בשכנות'דיגע אשכול.בשכנות'דיגע אשכול

1) אין וועלכע קאטאגאריע מוזיק (אידישליך גערעדט) פלאצירט זיך פינקי'ס רחם?
2) אין וועלכע קאטאגאריע מוזיק (אידישליך גערעדט) פלאצירט זיך אט די 'חופה' פערפארמענס?
3) וואס וואלט פאסירט ווען די דאזיגע 'חופה' ווערסיע איז די אריגינעלע ווערסיע - סיי אין קאמפאזיטאר, סטיל, און פערפארמער - אבער פינקי וואלט עס גענימען און איבערגעארבעט צי זיין סטיל? וואלט פינקי'ס ווערסיע געווען גע'פסל'ט, אפגעזעהן פון די היימישקייט אין זיין ווערסיע, צוליב די אזויבאטיטל'טע נידריגע מקור? אויב יא, דאן נאט אייך נאך אן אם תמצא לומר:
4) היינט צוטאגס, וויסענדיק אז פינקי איז דער רעכטער מקור פון רחם, איז די 'חופה' ווערסיע כשר ווייל דער מקור איז כשר?
5) וואס וואלט געווען אויב פינקי טאקע מחדש געווען דעם ניגון, אבער ער וואלט געניצט די "עקספרעשאן" אין מוזיק גענוי אזוי ווי די 'חופה קאפעליע' האט? (חוץ פון דעם ניגון זעלבסט, לייגט יעדער ארטיסט צי זיינע שטריכן ביים אראפזינגען די זעלבע ניגון. דאס ריפט זיך עקספרעשאן) די זעלבע זאך, וואס וואלט געווען ווען פינקי'ס ווערסיע שפילט זיך אויך מיט טעמפא, פון שטאט צו שנעלער?
עניוועי, דאס איז די מיינונג פון צומווייניגסטנס איין מאן.

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25702
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » דינסטאג פאברואר 10, 2009 4:20 pm

א שלימזל, פונקט יעצט האט 'מצב' איבערגעמאכט דעם סייט און איך האב פארלוירן די שווארצע מזמרים חברה, אויב ווייסט איינער ווי מען קען טרעפן די חופה ביטע מיטיילן.

אוועטאר
שטרויזאק
שר חמישים ומאתים
תגובות: 498
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 10, 2008 9:24 am

תגובהדורך שטרויזאק » דינסטאג פאברואר 10, 2009 4:39 pm

עס איז אויף יו-טוב.
איך גלייך צו בארגן געלט פון א פעססימיסט, ער ווייסט שוין אז איך גיי קיינמאל נישט באצאלן...

שראליק
שר חמישים
תגובות: 97
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג סעפטעמבער 25, 2008 7:31 pm

תגובהדורך שראליק » דינסטאג פאברואר 10, 2009 7:13 pm

ווער זאגט אז זיי (די זינגערס) זענען בכלל אידן?

אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12582
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

תגובהדורך מאשקע » מאנטאג פאברואר 16, 2009 10:36 am

מיללער האט געשריבן:א שלימזל, פונקט יעצט האט 'מצב' איבערגעמאכט דעם סייט און איך האב פארלוירן די שווארצע מזמרים חברה, אויב ווייסט איינער ווי מען קען טרעפן די חופה ביטע מיטיילן.


מיט א "זוך" האב איך עס געטראפן:
http://matzav.com/the-rachem-video-watch-it-download-it
An article a day keeps the babies away

אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12582
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

תגובהדורך מאשקע » מאנטאג פאברואר 16, 2009 10:47 am

אגב, מ'דארף נישט זיין קיין עטאפיאנער ספק איד/גוי דאס צו זינגען אויף אזא אופן. כ'האב עס שוין געהערט אויף אן ענליכן אופן דורך א.ג. "היימישע" זינגערס...
An article a day keeps the babies away

אוועטאר
מאיר
שר האלף
תגובות: 1526
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 10, 2009 12:34 pm

תגובהדורך מאיר » מאנטאג פאברואר 16, 2009 10:50 am

ווען איך דריק אויף פלעי וויל ער בשום אופן נישט אנהייבן צו זינגען, העלפ מי פליז!

אוועטאר
סאכדעס
שר עשרים אלפים
תגובות: 20443
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

תגובהדורך סאכדעס » מאנטאג פאברואר 16, 2009 11:19 pm

סימיר אינטערסאנט צו וויסן, צו אויב אויך פאר זיי וואלט דער שאפראנער רב מקפיד געווען אז זיי זאלן גיין מיט קנעפלעך אויף די קאפעלעך...


צוריק צו “היכל הנגינה”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: אלופי אדום און 10 געסט